איך בין שוין אויפן סטאק מארקעט קע"ה א גוטע 7 יאר מיט בעסערע טעג און ערגערע טעג אופס און דאונס די עיקר איז אבער אז מענדיגט מיט א סורפלוס , איז אלץ איינער וואס דרייט זיך אויפן סטאק מארקעט וואלט איך געוואלט באשרייבן די סטאק מארקעט פון א ביז ת מיט א גרונטליכקייט איז אנהייב וויל איך מאכן א recap פון די סטאק מארקעט און אז די עולם וועט זיין אינטערסירט וועל איך באשרייבן נאך איבער די מארקעטס ווען אריינצולייגן און אריינגיין טיפער און יעדע דיטעל פון די סטאק מארקעט. איז לאמיר אנהייבן ,,
וואס איז די סטאק מארקעט און אן עקסשעינזש?
פאר מ'גייט קויפן סטאקס דארף מען וויסן וואו מ'קויפט עס. איז דא א זאך וואס הייסט א "סטאק עקסטשעינזש". וואס מיינט אן עקסטשעינזש? אן עקסטשעינזש מיינט א פלאץ וואו אלע סטאקס ווערן געקויפט און פארקויפט. לאמיר זיך פארשטעלן אזוי ווי אין א גראסערי ווערט געקויפט און פארקויפט מילך און אייער, אין אן עקסטשעינזש ווערט געקויפט און פארקויפט סטאקס.
אין אמעריקע איז דא צוויי הויפט עקסטשעינזשעס וואס ביידע געפינען זיך נישט ווייט פון אונז דא אין מאנהעטן:
NYSE: די ערשטע איז די NYSE וואס שטייט פאר New York Stock Exchange, וואס איז גראדע די גרעסטע סטאק עקסטשעינזש אין די וועלט מיט די מערסטע קאמפאניס איינגעשריבן דארט, וואס געפינט זיך אויף די באקאנטע Wall Street גאס.
NASDAQ: נאכדעם איז דא די NASDAQ סטאק עקסטשעינזש, וואס איז די צווייט גרעסטע סטאק עקסטשעינזש נאך Wall Street. דא ווערט געליסטעט די גרעסטע טעכנאלאגיע קאמפאניס, ווי די "Magnificent Seven" – אזוי הייסט די זיבן גרעסטע אמעריקאנע קאמפאניס: עפל, נווידיע, מייקראסאפט, מעטא-פעיסבוק, טעסלא, אמאזאן, און אלפאבעט-גוגל.
איז איינמאל א קאמפאני באשליסט צו נעמען די ביזנעס פובליק, דארף ער אויסקלויבן אויף וועלכע עקסטשעינזש ער וויל געליסטעט ווערן — איינער פון די צוויי. איינמאל ער קומט נאך די גיידליינס פון די סטאק עקסטשעינזש ווערט ער געליסטעט אויף זייער סייט, און פון יעצט און ווייטער אויב איינער וויל קויפן סטאקס פון יענע קאמפאני גייט עס דורך יענע עקסטשעינזש.
וויאזוי קויפט מען א סטאק אין פראקטיק? (בראוקערס און טרעידינג שעה'ן)
איז וויאזוי ארבעט עס אין פראקטיק? מ'קען נישט אנקאלן נווידיע: "פארקויף מיך א סטאק". ברויך מען גיין צו א בראוקער וואס ער איז דער שדכן צווישן די קאמפאני מיטן קאסטומער. אדער לאמיר זאגן כ'האב שוין א סטאק יעצט און כ'וויל עס פארקויפן, דארף איך האבן א בראוקער צווישן דעם קויפער (Buyer) און דעם פארקויפער (Seller).
אין אמאליגע צייטן פלעגט זיין עקטשועל סטאק בראוקערס, אבער היינט גייט שוין אלעס אויטאמאטיש און עלעקטראניש מיט א צאל בראוקערעדזש פלאטפארמעס ווי Robinhood, Fidelity און נאך, וואס יעדער האט זיך זיינע מעלות און חסרונות ועוד חזון למועד. יעצט, די פלאטפארמעס שיקן א מעסעדזש צום עקסטשעינזש אז כ'וויל קויפן א סטאק, זוכן זיי אויף א מענטש וואס האט געשיקט א מעסעדזש אז ער וויל פארקויפן, און אין ספליט-סעקונדעס איז די סטאק געקויפט אדער פארקויפט אן דעם וואס איך זאל מיטהאלטן וואס דא איז פארגעקומען אונטער די קוליסן.
יעצט, די סטאק עקסטשעינזש עפנט זיך 9:30 אינדערפרי און ס'מאכט זיך צו 4 אזייגער נאכמיטאג. איינמאל ס'האט זיך פארמאכט קען א פשוט'ער מענטש שוין נישט קויפן אדער פארקויפן. ס'איז דא אבער וואס קענען יא, אבער פארדעם דארף מען האבן "Extended Hours Trading" וואס מ'קען עס אנשטעלן אויף די פלאטפארמעס. נארמאל גייט עס:
After Hours Trading: פון 4 אזייגער נאכמיטאג ביז 8 אזייגער ביינאכט.
Pre-Market: פון 4 אזייגער פארטאגס ביז 7 אדער 9:30 אינדערפרי.
וויאזוי ארבעט דאס? דאס גייט נישט דורך די סטאק עקסטשעינזש געהעריג, נאר א קאמפיוטער סיסטעם וואס הייסט ECN (Electronic Communication Network) וואס טוט אלעס אויטאמאטיש אן דעם וואס די עקסטשעינזשעס זאלן אפילו זיין פארמישט.
וואס איז א סטאק? (שעירס און ספליטס)
ווייסן מיר שוין וואס מיינט אן עקסטשעינזש – א פלאץ וואו סטאקס ווערן געקויפט און פארקויפט. סאו וואס איז א סטאק אליינס? וואס איז די דעפיניציע פון דעם?
איז לאמיר מאכן א משל: איך האב א קאמפאני וואס איז ווערט $1,000,000. כ'דארף יעצט גיין און איינקויפן פרישע אינווענטארי סחורה, כ'האב אבער נישט קיין קעש. וואס טו איך? אדער קען איך גיין צו די באנק און בעטן א לאון פון $100,000 און כ'וועל עס אפצאלן די קומענדיגע 10 יאר מיט אינטערעסט. אדער גיי איך צו א פאר אינוועסטערס וואס זוכן צו אינוועסטירן זייער געלט ס'זאל זיי ברענגען רווחים, און כ'זאג זיי: "הערטס מיך אויס, איך נויטיג מיך אין $100,000, איך בין גרייט דיר צו געבן א צענטל פון מיין קאמפאני צו זיין א שותף, און פארשטייט זיך א צענטל פון די פראפיט פון די ביזנעס גייט גיין פאר דיר." די פראבלעם איז אז נישט אייביג האט איין אינוועסטער די גאנצע $100,000. דעמאלטס גיי איך צו א גרופע פון אינוועסטערס – לויט וויפיל געלט דו גיבסט פון די $100,000, אזויפיל פראצענט באקומסטו אין דעם צענטל פון די ביזנעס.
די זעלבע זאך גייט פאר מיט א קאמפאני וואס איז אויפן סטאק מארקעט. ער דארף געלט צו אינוועסטירן, שטעלט ער ארויס א געוויסע פראצענט וואס ער איז גרייט צו געבן פאר געלט-שותפים. לאמיר מאכן א משל די קאמפאני גיט ארויס א צענטל פון די ביזנעס פאר געלט-שותפים. די פראבלעם איז אז א צענטל פון אזא גרויסע קאמפאני קען זיין א ריזיגע נאמבער וואס סתם מענטשן האבן נישט. גייט די קאמפאני און ער נעמט דעם צענטל און ער "ספליט" עס, לאמיר זאגן אין 10. סאו יעצט איז יעדע שטיקל ווערט נאר $10,000 וואס מער מענטשן קענען זיך ערלויבן. דאס הייסט א שעיר, א סטאק.
יעצט לאמיר פרעגן אן אינטערעסאנטע פראגע: מ'קען אסאך מאל זען א קאמפאני וואס איז ריזיג אבער יעדע סטאק פאר זיך קאסט נאר $100. פון די אנדערע זייט קען מען זען א קלענערע קאמפאני וואס איז נישט אזוי גרויס אבער יעדע סטאק פאר זיך קאסט $500, מער ווי די גרויסע קאמפאני. סאו וואס גייט דא פאר?
די ענטפער אויף דעם ליגט אין וויאזוי די קאמפאני האט געספליט זייערע שעירס.
לאמיר מאכן א משל:
קאמפאני א איז ווערט 2 מיליאן, זיי שטעלן ארויס א פינפטל צו פארקויפן. וויפיל איז עס? $100,000. אבער קאמפאני א נעמט די $100,000 און צוטיילט עס אין 20 חלקים. איז וויפיל גייט קאסטן יעדע שעיר/סטאק? $5,000.
קאמפאני ב איז ווערט $1,000,000, זיי שטעלן ארויס א צענטל פון זייער ביזנעס צו פארקויפן פאר אינוועסטערס. דאס איז אויך $100,000! אבער קאמפאני ב גייט און נעמט די צענטל און צוטיילט עס נאר אין 10 שטיקלעך. וויפיל גייט איין שעיר/סטאק קאסטן? $10,000!
סאו די סיקרעט ליגט נישט אין וויפיל די קאמפאני איז ווערט, נאר ליבערשט וויאזוי ער האט געספליט זיינע שעירס.
ביד (Bid) און אסק (Ask): וויאזוי א סטאק פארט ארויף אדער אראפ
ווייסן מיר שוין וואס א סטאק מיינט. אבער ווען מ'קויפט א סטאק איז די פלאן אז די סטאק וואס איך קויף יעצט פאר $100 זאל זיין ווערט איין טאג $200. איז וויאזוי גייט א סטאק ארויף אדער אראפ?
כדי דאס צו פארשטיין מוז מען גיין אביסל טיפער. ס'איז דא א זאך וואס הייסט א "Bid" און א "Ask". וואס מיינט עס? לאמיר מאכן א משל לאמיר זאגן א מענטש וויל קויפן א בענקל. איז ס'דא אסאך סעלערס וואס פארקויפן בענקלעך, יעדער האט זיך זיינע פרייזן וויפיל זיי טשארדזשן פאר א בענקל. איז לאמיר רופן די ביליגסטע פרייז וואס איז דא צו באקומען אויפן מארקעט פאר א בענקל מיטן נאמען "Ask", דאס מיינט דאס איז די בעסטע פרייז (וואס דער סעלער בעט).
לאמיר א מינוט איבערלאזן דעם סעלער מיט זיינע פרייזן, און לאמיר אריבערגיין פאר א מינוט צום קונה. דער קונה האט צוויי וועגן וויאזוי ער קען קויפן:
Market Order: אדער זאגט ער, "יא, גיב מיר די מארקעט פרייז!" דאס מיינט די Ask פרייז, וואס איז די ביליגסטע וואס ער קען באקומען א בענקל יעצט. (די עקסטשעינזש זוכט אויף די Ask פרייז וואס איז די ביליגסטע פרייז וואס א סעלער איז גרייט צו פארקויפן זיין סטאק, און די ארדער איז קאמפליט. ער האט באצאלט אסק פרייז).
Limit Order: אדער מאכט ער א פרייז, אז "איך בין גרייט צו צאלן כך וכך פאר א בענקל!" דאס מיינט א Bid. (דער קויפער שטעלט ארויס א פרייז וויפיל ער איז גרייט צו צאלן פאר דעם עפל סטאק, לאמיר זאגן ער שטעלט ארויס אז ער איז גרייט צו קויפן פאר $100).
יעצט אויב די Bid און די Ask פרייז זענען די זעלבע, איז מה טוב ומה נעים. אויב אבער די צוויי קומען זיך לאו דווקא אויס, ווערט עס אין די סטאק וועלט גערופן א "Bid-Ask Spread". ספרעד מיינט א געפעכט, דאס מיינט אז די ביד און די אסק קומען זיך נישט אויס גענוי די זעלבע. די זעלבע זאך קומט פאר אויפן סטאק מארקעט צווישן דעם קונה און דעם מוכר.
דער פארקויפער שטעלט ארויס א פרייז פאר וויפיל ער איז גרייט צו פארקויפן (לאמיר זאגן ער שטעלט ארויס $110). יעצט מ'נעמט צוזאם אלע מענטשן וואס האבן ארויסגעשטעלט קויף-פרייזן, די העכסטע פרייז דאס איז די Bid (מיינט אז די העכסטע וואס א מענטש איז יעצט גרייט צו צאלן איז $100). און לאמיר נעמען די נידריגסטע וואס א מענטש האט ארויסגעלייגט אז ער איז גרייט צו פארקויפן זיין סטאק, דאס איז א Ask. אויב ס'איז די זעלבע נאמבער געשעט דער שידוך זייער שנעל, אויב אבער די נאמבערס איז נישט די זעלבע ווי ביי אונזער פאל, דאן ווערט עס א Bid-Ask Spread.
אויב א מענטש וועלט אויס Market Order און ער האט געקויפט די סטאק פאר די Ask פרייז און נאכדעם באשליסט ער אז ער וויל עס פארקויפן, וועט ער עס אדער דארפן פארקויפן פאר Bid פרייז וואס איז $10 ווייניגער, אדער ווארטן ביז אן אנדערע קונה זאל אויסוועלן Buy Market. יעצט, די שאנס אז ס'זאל זיין א Bid-Ask Spread ביי א קאמפאני ווי נווידיע אדער אנדערע גרויסע קאמפאניס איז 0.001 פון א %, אבער ביי א קליינע קאמפאני קען די % זיין 2% אדער מער. פארשטייט זיך After Hours, היות ס'איז נישט דא אזויפיל טרעידערס, איז די שאנס פאר א Bid-Ask Spread פילפאכיג מער.
יעצט ווען מ'זעט אז נווידיע איז ווערט $190, מיינט עס "Last Price" – אזויפיל האט זיך פארקויפט א סטאק פון זיי מיט א סעקונדע צוריק.
יעצט וואס איז למעשה דער גורם אז א סטאק זאל ארויפארן אדער אראפפארן? די ענטפער אויף דעם איז פשוט: סופליי ענד דימענד (Supply and Demand).
ווען דו קומסט אריין אין א גראסערי, ס'איז דא 10 עפלעך, יעדע איינס איז ווערט $1. אויב ס'איז דא 10 קויפערס בלייבט עס ביי $1. אויב קומען אריין 20 מענטשן וואס ווילן קויפן די 10 עפלעך, וועט מען מוזן ארויפריקן די פרייז. די זעלבע זאך קומט פאר אויפן סטאק עקסטשעינזש. אויב קומען אריין 100 מענטשן וואס ווילן קויפן סטאקס פון נווידיע און 100 מענטשן וואס ווילן פארקויפן זייערע סטאקס, בלייבט די פרייז פונעם סטאק אומגעטוישט. אויב קומען אבער אריין אינעם סטאק עקסטשעינזש 100 מענטשן וואס ווילן קויפן, אבער נאר 90 מענטשן ווילן פארקויפן, דעמאלטס וועט די פרייז זיך אויטאמאטיש הייבן. און די זעלבע זאך פארקערט.
יעצט, א קאמפאני וואס שטעלט ארויס גוטע נאמבערס פון די ביזנעס, ווילן מענטשן קויפן דארט, און ס'מאכט אז מענטשן זאלן ווייניגער פארקויפן. דאס טרייבט ארויף די פרייזן (און די זעלבע זאך אויך פארקערט). דאס איז בעיקר אויפן שפיץ גאפל וויאזוי די מארקעט ארבעט.
אינוועסטירן לאנג-טערם: וואוקס (Growth) קעגן דיווידענד (Dividend)
יעצט לאמיר גיין אביסל טיפער. ווען ס'קומט למעשה צו קויפן אין א קאמפאני, אויב קויפט מען עס שארט-טערם פאר א טאג צוויי, ווייל ס'איז דא א באבל אויף די קאמפאני, איז נישט דא עכט וואס מסביר צו זיין אויף וואס מ'דארף קוקן, און ס'איז א מסוכנ'דיגע שפיל אויך. ס'רופט זיך Day Trading אדער מער באקאנט אלס Short Time Trading.
אבער אויב איינער זוכט לאנג-טערם אינוועסטמענטס, אויף וואס דארף ער קוקן? פארשטייט זיך די ערשטע זאך וואס ער דארף קוקן איז אויף א סטאבילע קאמפאני. אבער אין א סטאבילע קאמפאני איז דא צוויי מינים: ס'איז דא Growth קאמפאניס, און Dividend קאמפאניס.
די בעסטע משל אויף דעם איז נווידיע און קאקא-קאלע. איז לאמיר גיין שטאטליך, וואס מיינט דיווידענדס? א מענטש האט א קאמפאני, לאמיר זאגן זיין קאמפאני איז א C Corporation. דאס מיינט אז ס'איז דא א קאמפאני וואס ער איז איינגעשטעלט אין די קאמפאני, ער באקומט באצאלט פון די קאמפאני אויף א W2 אדער א 1099, און די איבעריגע פראפיט פון די ביזנעס לאזט ער אינעווייניג. אזוי שפארט ער Self-Employment טעקס און צאלט נאר 21 פראצענט קארפארעיט טעקסעס. יעצט למעשה איז ער דער בעל הבית אויף די קאמפאני, קען ער באשליסן אז די פראפיט פון די קאמפאני זאל בלייבן אין די קאמפאני צו רי-אינוועסטירן אויף ווייטער, אדער ארויסנעמען פאר זיך. דאס הייסט א דיווידענד (Dividend), ער נעמט ארויס די געלט פון די ביזנעס פאר זיך.
די זעלבע זאך איז מיט די קאמפאניס אויפן סטאק מארקעט. כמעט יעדע קאמפאני אויפן סטאק מארקעט גיט א דיווידענד פאר שעירהאלדערס. די שאלה איז נאר וויפיל? דאס מאכט די Board of Directors פון די קאמפאני אפ וויפיל צו געבן.
Growth קאמפאניס (ווי נווידיע): גיבן זייער קליינע נאמבערס פאר זייערע שעירהאלדערס ווייל זיי נוצן די געלט צו רי-אינוועסטירן אין נייע טשיפס, דאטא סענטערס, און נאך.
Dividend קאמפאניס (ווי קאקא קאלע): איז פונקט פארקערט, זיי גיבן גרויסע דיווידענדס פאר שעירהאלדערס ווייל זיי וואקסן שוין נישט אזוי שנעל, ס'איז מער ווייניגער סטעיבל.
יעצט, וויאזוי קוקט מען וויפיל א קאמפאני גיט? איז דא צוויי זאכן וואס שטייט אויף יעדע פלאטפארמע ווען מ'גייט אריין צו א ספעציפישע קאמפאני, און מ'דריקט אויף Dividends קומט ארויף Yield און Payout Ratio.
ביי נווידיע איז די Yield נאר 0.02% און די Payout Ratio איז 0.81%. ביי קאקא-קאלע איז די Yield ביי 2.83% און די Payout Ratio איז 66.97%. זעט מען גלייך אז ס'איז דא א ריזיגע חילוק צווישן די צוויי קאמפאניס. איז וואס מיינט Yield און וואס מיינט Payout Ratio?
Yield: מיינט, וויפיל פון דיינע אינוועסטמענט וואס דו לייגסט אריין, וויפיל באקומסטו צוריק אויף דיווידענד. דאס לאמיר געבן א משל מיט נווידיע, דארט שטייט עס ביי 0.02%. דאס מיינט אויב דו לייגסט אריין א דאלער, באקומסטו צוריק 0.02% פון די דאלער. דאס איז 2% פון א סענט אין דיווידענדס! דאס איז ממש גארנישט, א דזשאוק. לאמיר אבער כאפן א בליק ביי קאקא-קאלע, לייגסט אריין א דאלער, באקומסטו צוריק אין דיווידענדס 2.63% וואס איז 2.63 סענט. וואס אין גרעסערע נאמבערס קען עס זיין גאנץ אסאך געלט.
Payout Ratio: דאס מיינט וויפיל % פון די ביזנעס פראפיטס גייט פאר דיווידענדס. ביי נווידיע איז עס ווייניגער פון א %! ביי קאקא-קאלע איז עס מער פון האלב פון זייערע פראפיטס. דאס ברענגט ארויס שטארק וואסערע מין קאמפאני ס'איז. צו ס'איז א Cash Flow קאמפאני ווי קאקא-קאלע, אדער מער א קאמפאני וואס אינוועסטירט און האופפוּלי זאל די קאמפאני ווערן מער ווערט דורך די אינוועסטמענטס און די סטאק זאל ארויפגיין. (וואס ווייניגער דיווידענדס קען זיין דייקא א מעלה ווייל דאס מיינט אז די קאמפאני וואקסט נאך, וואס דאס מאכט דיין סטאק מער ווערט. דאס איז וועגן דיווידענדס).
וויכטיגע מעסטערס: P/E Ratio און Volume
נאכדעם איז דא נאך א זאך וואס מ'קוקט ווען מ'וויל אריינלייגן אין א קאמפאני: P/E Ratio.
דאס איז מסתמא די וויכטיגסטע זאך וואס מ'קוקט ווען מ'אינוועסטירט אין סטאקס פון א קאמפאני. איז וואס מיינט P/E Ratio?
איז אזוי, די פינאנציעלע יאר איז צוטיילט אין 4, יעדע שטיקל הייסט קווארטאל (Quarter), וואס איז צוזאמגעשטעלט פון 3 חדשים יעדע איינע. יעדע קווארטאל דארפן די קאמפאניס ארויסגעבן א באריכט (רעפארט) פון א קווארטאל פריער, דאס רופט זיך Earnings. די קאמפאניס גיבן עס ארויס נאך 4 אזייגער ס'זאל נישט ווערן קיין כאאס אין די מארקעטס. די רעפארט גיט ארויס וויפיל רעוועניו זיי האבן געמאכט, וויפיל נעט-פראפיט זיי האבן געמאכט. נאכדעם נעמט מען די פראפיט נאמבער און מ'נעמט צוזאם אלע שעירס וואס די קאמפאני האט, און מ'נעמט די פראפיט און מ'צוטיילט עס לויט וויפיל סטאקס ס'איז דא, יעדע סטאק באקומט א חלק. דאס רופט זיך EPS (שטייט פאר Earnings Per Share). דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר אינוועסטערס ביי די Earnings Report.
יעצט נאכדעם נעמט מען צוזאם די EPS פון די לעצטע 4 מאל. לאמיר זאגן ס'קומט אויס $6 א סטאק. יעצט לאמיר אויך זאגן אז די סטאק איז יעצט ווערט אויפן מארקעט $100. יעצט לאמיר צוטיילן 100 אויף זעקס, וויפיל גייט עס אויסקומען? 16.6! דאס איז די P/E Ratio פון דעי סטאק. פארשטייט זיך ס'טוישט זיך כסדר לויט וויפיל די סטאק איז ווערט. (ביים S&P איז די עווערידזש P/E Ratio צווישן 21 און 24).
Trailing P/E Ratio: דאס מיינט מ'קוקט אויף די EPS פון די פארגאנגענע 4 קווארטאלן און לויט דעם בויעסטו וויפיל פראפיט ס'ליגט אין א סטאק, און צוטיילסט די פרייז פון די סטאק לויט דעם.
Forward P/E Ratio: דאס מיינט מ'נעמט די EPS פון יעצט און די Forecasting פון די קומענדיגע דריי קווארטאלן, וויפיל די EPS גייט זיין, און לויט דעם מאכט מען די P/E Ratio. דאס איז א וויכטיגערע מעסטער ווייל מ'אינוועסטירט אויף די פיוטשער, דארף מען וויסן וויפיל די P/E Ratio גייט זיין די קומענדיגע שטיק צייט. אבער מצד שני איז עס נאר א פאורקעסט (Forecast), ס'איז נישט קיין רעאלע דאטא נאמבערס.
יעצט פארוואס איז דעי מעסטער אזוי וויכטיג צו קוקן פאר מ'לייגט געלט? איז אזוי, ווען מ'זעט א P/E Ratio פון 15 איז פשט אז אינוועסטערס זענען גרייט צו צאלן $15 פאר די סטאק פאר יעדע דאלער פראפיט וואס די סטאק האט אין זיך. אין קורצן, דאס איז א מעסטער וואס פרעגט דיך: איז די געלט וואס איך צאל אויף דעי סטאק בארעכטיגט אדער נישט? במילא אז מ'זעט א הויכע P/E Ratio איז פשט אז אינוועסטערס קוקן מער אויף די פיוטשער, זיי האלטן אז די פראפיט פון די קאמפאני גייט זיך פארטאפלען. אבער אויב ס'גייט זיך נישט פארטאפלען, דעמאלטס וועט די סטאק פאלן זייער שנעל. וועגן דעם ברויך מען שטארק קוקן אויף די Ratio.
יעצט א קאמפאני ווי קאקא-קאלע האט א P/E Ratio פון 25.2. נווידיע האט א P/E Ratio פון 42.7. פארשטייט זיך די נאמבערס טוישן זיך שטענדיג לויט וויפיל די סטאק איז ווערט. אבער וואס מ'קען זען איז אז קאקא-קאלע איז מער א סטאבילע קאמפאני ווי נווידיע, וואס מענטשן זענען גרייט צו צאלן 42.7 דאלער פאר יעדע דאלער פראפיט פער שעיר (Per Share). דאס מיינט אז אינוועסטערס קוקן מער אויף די פיוטשער פון די קאמפאני ווי די קאמפאני זעלבסט ווי ס'שטייט יעצט, במילא האבן זיי נישט קיין פראבלעם צו צאלן אזוי סאך פער שעיר.
האמיר שוין געדעקט צוויי וויכטיגע זאכן וואס מ'דארף קוקן פאר מ'אינוועסטירט אין א קאמפאני. איז אבער דא נאך צוויי וויכטיגע זאכן וואס מ'ברויך כאפן א בליק פאר מ'לייגט געלט:
די ערשטע זאך איז Volume. וויפיל סטאקס ס'האט זיך פארקויפט היינט. אויב איז עס הויך, איז פשט ס'געווען א High Volume טאג, וואס קען מיינען ס'איז געווען א גוטע טאג אדער א שלעכטע טאג, אבער נישט קיין נארמאלע טאג. אויב די Volume איז קלענער, דאס מיינט ווייניגער סטאקס האט זיך פארקויפט, מיינט עס די אינוועסטערס זענען אויף סטענד-ביי (Standby), זיי קענען עס באשטיין צו האלטן די סטאקס פאר זיך פאר אינוועסטמענטס.
וואס איז EV און EBITDA?
נאכדעם איז דא נאך א זאך וואס מ'ברויך קוקן וואס דא דארף מען שוין זיין א שטיקל אקאונטענט, דאס רופט זיך EV EBITDA.
ס'שטייט פאר: Enterprise Value / Earnings Before Interest, Taxes, Depreciation, Amortization.
איז לאמיר גיין צו EV (Enterprise Value). וואס מיינט עס? יעדע קאמפאני האט א "מארקעט קאפ" (Market Cap) וויפיל ס'ווערט, און אויך חובות און ליקוויד קעש אין באנק. איז לאמיר מאכן א משל כ'האב א קאמפאני וואס איז ווערט אין מארקעט קאפ א מיליאן דאלער (1,000,000), און מיין קאמפאני האט $200K חובות, און $50K קעש אין באנק. יעצט קומט איינער צו מיר אז ער וויל אפקויפן מיין קאמפאני, וויפיל גיי איך אים בעטן? $1,250,000. ער קויפט די מארקעט קאפ מיט די חובות, מיט די קעש אין באנק. דאס מיינט EV (Enterprise Value).
יעצט אויב איינער קויפט אזא קאמפאני פאר אזא סכום, מאכט ער קודם א חשבון ווי לאנג ס'גייט אים נעמען צוריקצומאכן די געלט. דארף ער אויסרעכענען די פראפיט וואס די קאמפאני גייט אים ברענגען יעדע יאר. איז לאמיר זאגן אז די קאמפאני גייט אים ברענגען יעדע יאר $200K רעוועניו און $100K נעט פראפיט. מיינט עס אז ביז 12.5 יאר האט ער צוריק די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט. אבער ביים סטאק מארקעט ווען מ'וויל דאס אויסרעכענען גייט שטיין פראפיט אביסל מער פער יאר ווי די עקטשועל נעט פראפיט.
למשל אזוי ווי פריער גערעדט: יעדע יאר מאכט די קאמפאני $200K אין רעוועניו. $70K גייט פאר לעיבאר אדער פאר אינווענטארי. די איבעריגע $30K גייט פאר אינטערעסט פון לאונס אין באנק, און פאר טעקסעס, און פאר דעפרישיעישאן (Depreciation). דאס מיינט די קאמפאני פאר זיך ווען מ'וויל קוקן ווי עפעקטיוו די קאמפאני איז מאכט ער בעצם פראפיט $130K. נאר ס'איז דא טעקסעס מיט אינטערעסט, סאו דאס מיינט EBITDA. ערנינגס דאס מיינט פראפיט, ביפאר טעקסעס, אינטערעסט, דעפרישיעישאן א.א.וו.
טעקסעס ווייסן מיר וואס ס'מיינט. אינטערעסט ווייסן מיר אויך וואס ס'מיינט. אבער וואס איז Depreciation? איז אזוי: דעפרישיעישאן איז מער באקאנט אין די אקאונטינג/בוקיפינג וועלט. אבער אויפן שפיץ גאפל: א ביזנעס האט געקויפט א טראק פאר $50,000. דאס מיינט אז די ביזנעס האט יעצט ווערט פון $50,000. אבער יעדע טראק שטארבט אמאל און יעדע יאר ווערט ער שוואכער און פארלירט זיין ווערט. איז לאמיר זאגן אז יעדע יאר פארלירט ער $10,000 דאלער פון זיין ווערט. סאו דאס מיינט דעפרישיעישאן.
יעצט לאמיר עס איבערזאגן: EBITDA = ערנינגס (פראפיט), ביפאר טעקסעס, אינטערעסט און דעפרישיעישאן. סאו יעצט לאמיר נעמען אונזער משל. EV איז 1,250,000, און פראפיט פאר טעקסעס, אינטערעסט און דעפרישיעישאן (וואס גייט אראפ פון די ביזנעס נכסים'ס ווערט וכו') איז 130K. ווי לאנג וואלט גענומען צוריקצומאכן די געלט? נאר 10 יאר. דאס מיינט א גוטע דיעל!
סאו יעדע קאמפאני האט אזא נאמבער. לויט די פראפיט פאר טעקסעס אינטערעסט דעפרישיעישאן וכו', ווי לאנג וואלט גענומען צוריקצומאכן די געלט? לאמיר זאגן ווען א מענטש וויל ווען אפקויפן קאקא-קאלע יעצט, ביי קאקא-קאלע שטייט עס ביי 21.2 יאר. ביי נווידיע שטייט עס ביי 37 יאר. דאס איז שוין גאר לאנג! ווען א מענטש וואלט ווען געקענט אפקויפן נווידיע, דארף ער גלויבן אז אין 37 יאר פון יעצט גייט נווידיע נאך מאכן געלט. (ווארען באפעט זאגט אלס אז ער פארשטייט נישט EBITDA. במילא טעקסעס, אינטערעסט קען מען פארשטיין, ווייל דאס אז די ביזנעס האט א אינטערעסט / טעקסעס וואס ער דארף צאלן נעמט נישט אוועק פון די ביזנעס עפישענסי אז ס'מאכט בעצם מער. אבער דעפרישיעישאן מיינט אז די טראק פארלירט איר ווערט, דאס מיינט אז אין א פאר יאר ארום דארפסטו קויפן א נייע טראק! ווי זיין לשון איז: "Does management think the tooth fairy pays for capital expenditures?").
דאס זענען די 4 זאכן וואס מ'קוקט פאר מ'וויל אריינלייגן געלט אינעם סטאק מארקעט לאנג-טערם.
אינדעקסן און עקסטשעינזש טרעידעד פאנדס (ETFs)
דאס איז בעיקר אויפן שפיץ גאפל די סטאק מארקעט ווען מ'וויל אינוועסטירן אין א אינדיווידועלע קאמפאני. אבער נאכדעם איז דא, ווען כ'טראסט נישט איין קאמפאני פאר זיך, כ'וויל אינוועסטירן אין אסאך קאמפאניס אויף איין מאל. דאס מיינט א יעדע דאלער זאל ווערן צוטיילט אין אסאך קאמפאניס. דאס הייסט א אינדעקס (Index).
אין אמעריקע איז דא 3 הויפט אינדעקסן:
די דאו דזשאונס (Dow Jones).
די נעסדעק 100 (Nasdaq 100) מער באקאנט אלס "נעסדעק", אבער נישט פארמישן מיט די נעסדעק סטאק עקסטשעינזש. דאס איז די 100 גרעסטע קאמפאניס פונעם נעסדעק סטאק עקסטשעינזש. אויב איז מען אויפן NYSE קען מען נישט זיין אויפן נעסדעק אינדעקס. די נעסדעק אינדעקס איז בעיקר פאקוסירט אויף טעכנאלאגיע קאמפאניס.
און נאכדעם איז דא די S&P 500. די 500 גרעסטע קאמפאניס פון די ניו יארק סטאק עקסטשעינזש (NYSE) אדער Nasdaq סטאק עקסטשעינזש. אבער ס'מוז זיין געליסטעט אויף די אמעריקאנע עקסטשעינזשעס. אנדערש פון די נעסדעק 100 אינדעקס וואס פארלאנגט ס'זאל ווערן געליסטעט אויף די נעסדעק סטאק עקסטשעינזש דווקא.
איז קודם, פאר מ'גייט ווייטער, לאמיר כאפן א בליק אויף די היסטאריע פונעם S&P. אין 1923 האט די קאמפאני Standard Statistics אנגעהויבן יעדע וואך ארויסצוגעבן א וועכנטליכן אינדעקס. אין 1941 אין ברען פונעם צווייטן וועלט קריג האט א קאמפאני גערופן Poor's Publishing זיך צוזאמגעשטעלט און אנגעהויבן ארויסצוגעבן יעדע וואך צוזאמען א אינדעקס. דעמאלטס האט עס באקומען די נאמען S&P. די S פאר Standard Statistics און P פאר Poor's Publishing. ביז 1957 האט מען עס אפיציעל אנגעהויבן רופן S&P 500, מ'האט אריינגענומען אינעם אינדעקס די 500 גרעסטע קאמפאניס פון יענע צייטן.
יעצט, די S&P טראגט א מורא'דיגע חשיבות אין די אמעריקאנע עקאנאמיע ווייל דאס איז די גרעסטע אינדעקס און האט יעדע מין סעקטאר פון די עקאנאמיע: ווי טעכנאלאגיע, פינאנציעל, העלט, סטארס, אינשורענס און נאך. אנדערש ווי די נעסדעק 100 וואס איז בעיקר פאקוסירט פאר טעכנאלאגיע קאמפאניס.
יעצט א מענטש וויל אינוועסטירן אין די S&P. ער האט אבער א פראבלעם: די S&P איז א ליסט (List) פון 500 קאמפאניס! מ'קען נישט אינוועסטירן אין קיין ליסט. איז האט ער צוויי ברירות: אדער קען ער נעמען $10,000 און גיין צו דעי אלע 500 קאמפאניס און אריינלייגן "איווען" (Even), דאס מיינט צוטיילן לויט די ווערט פון די קאמפאניס. און אויב א קאמפאני פאלט ארויס פון די S&P און אן אנדערע קאמפאני קומט אריין דארף ער פריש אריינלייגן אין די קאמפאני. א מענטש קען דאס נישט טון!
דא קומט אריין א ETF, שטייט פאר Exchange Traded Fund.
איז כדי צו פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט מוז מען קודם מאכן א שטיקל הקדמה וואס מיינט א "מארקעט קאפ". מ'הערט אסאך מאל אין די נייעס אז נווידיע האט איבערגעשטיגן די 5 טריליאן דאלער קאפ, וואס מיינט עס? איז אזוי: נווידיע איז א קאמפאני וואס מאכט טשיפס. יעצט נווידיע מאכט א יאר כך וכך, זיי האבן אזויפיל קעש אין באנק, אזויפיל בילדינגס, מ'רעכנט עס צוזאם לאמיר זאגן ס'איז ווערט 500 ביליאן, אויפן GDP פונעם אמעריקאנע עקאנאמיע גייט ער צוגעבן 500 ביליאן דאלער. נאכדעם לאמיר צוזאם נעמען אלע שעירס וואס די קאמפאני האט (ביי נווידיע איז 25 ביליאן שעירס) און מאכן די חשבון וויפיל קאסט יעצט א שעיר (לאמיר זאגן 200 דאלער × 25 ביליאן, מיט די 500 ביליאן וואס די קאמפאני איז ווערט = דאס איז זייער מארקעט קאפ). פארשטייט זיך אויב זייערע סטאקס פאלן, גייט זייער מארקעט קאפ אויך פאלן.
יעצט לאמיר נעמען אלע מארקעט קאפס פון די וועלט, און לאמיר זען וויפיל % פון די מארקעט נווידיע מאכט אויס. לאמיר זאגן ס'קומט אויס 3%. קומט די S&P אינדעקס, ער האט א ליסט פון 500 קאמפאניס וואס ער דארף אבזערווירן וויפיל פראצענט יעדע קאמפאני מאכט אויס אין מארקעט קאפ צווישן די 500 קאמפאניס. לאמיר זאגן נווידיע מאכט אויס 3%, עפל 2%, יונייטעד העלט קעיר 1%, און אזוי ווייטער. זאגט די אינדעקס פאר די ETF: "דו האסט אינוועסטירט נאר 2% אין נווידיע, דו דארפסט אינוועסטירן יעצט נאך א גאנצע % אנצוקומען צו דריי %, ווייל אזויפיל מאכט זייער מארקעט קאפ אויס צווישן די 500 גרעסטע קאמפאניס!" און וואס געשעט? זיי פאלגן! זיי נעמען ארויס געלט וואס זיי האבן פון אינוועסטערס, אדער אויב א קאמפאני איז יעצט געפאלן וואס יעצט מאכט זיין מארקעט קאפ אויס ווייניגער גייט ער און פארקויפט סטאקס וואס ער האט פון יענע קאמפאני, און מיט די געלט קויפט ער פרישע % אין נווידיע. (פארשטייט זיך ס'איז נישט ממש אזוי, ווייל ווען נווידיע גייט ארויף גייט די סטאקס וואס די ETF האט אין נווידיע אויך ארויף אויטאמאטיש).
סאו ווען איך לייג אריין געלט אין די S&P, גיי איך צו א קאמפאני, ער איז אזוי ווי א פאנד (Fund). איך לייג אריין געלט אין דעי פאנד, און ער גייט טון די שווערע ארבעט פאר מיר.
יעצט לאמיר כאפן א שטיקל בליק אויף דעי קאמפאניס וואס טוען עס פאר דיר. די דריי הויפט קאמפאניס וואס טוען דאס איז:
SPY: די ערשטע – ווייניגער באקאנט, מער געמאכט פאר גרעסערע אינוועסטערס – איז SPY. זייער מעלה איז אז זיי האבן אסאך ליקווידיטי. זיי האבן מיליאנען קויפן און פארקויפנס א טאג. סאו דאס מאכט גרעסערע אינוועסטערס און העדזש פאנד קאמפאניס אהינגיין.
VOO: די צווייטע מער באקאנט איז VOO, פון די קאמפאני Vanguard.
IVV: נאכדעם איז דא IVV פון די קאמפאני BlackRock.
די דריי זענען די דריי הויפט פאר די S&P. יעצט נישט אויסמישן מיט QQQ וואס זיי זענען אויך א ETF, אבער פאר די נעסדעק אינדעקס, נישט פאר די S&P.
דאס איז אויפן שפיץ גאפל די סטאק מארקעט און די S&P אינדעקס. כ'האב אויסגעלאזט די וועלט פון Options, Put, Call, Panni market, Index Futures, Day Trading ועוד. אי"ה עוד חזון למועד.
אינפלאציע (CPI, PCE, PPI) און היסטארישע S&P 500 ציפערן
יעצט וויל איך אריבערגיין צו נאמבערס פונעם S&P פון די לעצטע דעקאדע יארן פון 2016 ביז 2026. וויפיל איז די S&P געוואקסן יאר ביי יאר, און די עווערידזש.
איז קודם מוז מען מאכן א שטיקל הקדמה. א יעדע יאר איז דא "אינפלאציע", וואס איז דייקא א גוטע זאך. דאס מיינט די עקאנאמיע וואקסט. אויב ס'איז נישט דא קיין אינפלאציע מיינט עס אז די עקאנאמיע איז אין א רעסעסיע. אבער כדי ס'זאל וואקסן נארמאל און נישט ווערן איבערגעהיצט, מוז עס זיין אין קאנטראל, 2% און ארום א יאר איז געזונט. איז ווען מ'רעדט אז די S&P האט געמאכט יענע יאר אזויפיל און אזויפיל %, מוז מען קודם אראפנעמען די אינפלאציע, און נאכדעם זען וויפיל פראצענט ס'האט עכט געמאכט.
איז ווען ס'קומט צו מעסטן אינפלאציע איז דא דריי הויפט מעסטערס, ס'איז דא די: CPI, PCE, PPI.
וואס זענען דעי דריי מעסטערס? איז לאמיר אנהייבן מיט CPI.
CPI: מיינט די ביורא אף לעיבאר דעפארטמענט (Bureau of Labor Department) מאכט א סטאטיסטיק: זיי נעמען עסן וואס כמעט יעדע הויזגעזונד האט, ווי אייער, מילך, אויל, און נאך. מיט רענט פרייזן און ענערגיע פרייזן ווי געז און עלעקטריק מיט טעלעפאן סערוויס וכו'. און זיי שיקן ארויס מענטשן צו די סטארס צו גיין זען וויפיל דעי זאכן קאסטן אין די סטארס. אויב איז עס מיט 3% מער ווי א חודש צוריק, גייט די אינפלאציע באריכט פאר יענע חודש זיין 3%.
די פראבלעם איז אז מ'קוקט נישט אויף יעדע פון די אלע זאכן וואס אונז האמיר אויסגערעכנט דא עקסטער, נאר מ'נעמט צוזאם אלע זאכן און מען מאכט אן עווערידזש. סאו דאס מיינט א חודש ווי אפריל ווי די געז פרייזן זענען ארויף וועגן די מלחמה גייט די CPI באריכט זיין זייער הויך אפילו ס'נישט דא קיין עכטע אינפלאציע.
Core CPI: דא קומט אריין Core CPI. דאס מיינט, נעם ארויס עסן און ענערגיע פרייזן פון די בעסקעט, און רעכן נאר רענט מיט די אנדערע זאכן. מ'קען טאקע זען אז די CPI באריכט פאר מאי 2026 שטייט ביי 3.3% און CORE CPI שטייט ביי 2.6%.
PCE: נאכדעם איז דא PCE. דאס מיינט אשטאטס צו קוקן נאר וויפיל די פרייזן זענען ארויף אויף די שעלווס, גייט מען צו ביזנעסער זיי זאלן ארויסגעבן די דאטא וואס מענטשן האבן אלץ געקויפט און מיט וויפיל איז עס געווען טייערער פון לעצטע חודש. די פעדערעל רעזערוו ווען זיי ווילן וויסן צו מ'זאל מאכן אן אינטערעסט רעיט קאט אדער פארקערט קוקן זיי בעיקר אויף דעם. ווייל אויב בהמה פלייש איז ארויף, און מענטשן גייען קויפן יעצט הינדל פלייש, גייט CPI ווייזן א העכערע אינפלאציע, אבער PCE גייט נישט ווייזן קיין העכערע אינפלאציע ווייל למעשה האבן זיך מענטשן אפגעהאלטן פון קויפן בהמה פלייש, דאס מיינט אז מענטשן האבן למעשה נישט ארויסגענומען מער געלט פון טאש.
PPI: נאכדעם איז דא PPI דאס איז די זעלבע זאך ווי CPI נאר אין האלסעיל (Wholesale) פרייזן.
סאו כ'גיי אראפברענגען די נאמבערס פון די S&P יאר ביי יאר פון 2016 ביז היצטערט, און די CPI אינפלאציע נאמבער פאר יענע יאר:
2016: זיך געעפענט ביי 2,038, זיך צוגעמאכט ביי 2,238. דאס מיינט א +9.8%. CPI איז געווען ביי 2.1%.
2017: זיך געעפענט ביי 2,251, זיך צוגעמאכט ביי 2,673. דאס מיינט א +18.7%. CPI איז געווען אומגעטוישט ביי 2.1%.
2018: זיך געעפענט ביי 2,683, צוגעמאכט ביי 2,506. געענדיגט ביי א -6.6% (שוואכע יאר). CPI ביי 1.9%.
2019: געעפענט ביי 2,476, צוגעמאכט ביי 3,230. דאס מיינט א +30.4%. CPI איז געווען 2.3%.
2020: געעפענט ביי 3,244, צוגעמאכט ביי 3,756. דאס מיינט א +15.7%. אינפלאציע CPI ביי 1.4%. (דאס איז געווען די קאוויד יאר).
2021: געעפענט ביי 3,764, צוגעמאכט ביי 4,766. דאס מיינט +26.6%. אינפלאציע CPI ביי 7.0% (היסטאריש הויך).
2022: געעפענט ביי 4,778, צוגעמאכט ביי 3,839. דאס מיינט -19.6%. אינפלאציע CPI ביי 6.5% (הויך).
2023: געעפענט ביי 3,853, צוגעמאכט ביי 4,769. דאס מיינט א +23.8%. אינפלאציע CPI ביי 3.4% (בעסער).
2024: געעפענט ביי 4,745, צוגעמאכט ביי 5,881. דאס מיינט א +23.9%. אינפלאציע CPI ביי 2.9%.
2025: געעפענט ביי 5,882, צוגעמאכט ביי 6,845. דאס מיינט א +16.3%. אינפלאציע CPI ביי 2.7%.
2026: געעפענט ביי 6,858, זיך צוגעמאכט דעי פרייטאג אפריל 24 ביי 7,165. א +4.4% דזשאמפ. CPI ביזדערווייל ביי 3.3%.
און דא איז וואו אונז שטיי מיר! איז לאמיר זען וויפיל פראצענט ס'האט געמאכט אלעס צוזאמען פון די לעצטע 10 יאר:
ווי גערעדט, האט זיך די S&P געעפענט אין 2016 ביי 2,038 פוינטס. יעצט איז עס 7,165 פוינטס. דאס מיינט א געין פון 5,127 פוינטס! דאס איז א וואוקס פון 251.6% אין 10 יאר. אינפלאציע פון דעי אלע יארן צוזאמען איז 38.5%. דאס מיינט אז די עכטע רעאלע וואוקס איז 213.1%.
ווען מען מאכט אן עווערידזש פער יאר, קומט עס אויס ביי +21.3%.
די סטאק מארקעט אויף איין פיס
- יענץ מבין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 250
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
- Location: brooklyn
- x 1251
Re: די סטאק מארקעט אויף איין פיס
@פול פלעטש זייער אינטערסאנט!
אבער במחילת כבודך, איר האט געשריבן אביסל צו סאך און צו צושטיפט, און עס ליינט זיך גאנץ שווער.
לתועלת הליינער'ס האב איך איבערגעמאכט די אויסשעטל פון די ערשטע העלפט פון אייער פאוסט.
איך בין שוין אויפן סטאק מארקעט קע"ה א גוטע 7 יאר מיט בעסערע טעג און ערגערע טעג אופס און דאונס די עיקר איז אבער אז מענדיגט מיט א סורפלוס , איז אלץ איינער וואס דרייט זיך אויפן סטאק מארקעט וואלט איך געוואלט באשרייבן די סטאק מארקעט פון א ביז ת מיט א גרונטליכקייט איז אנהייב וויל איך מאכן א recap פון די סטאק מארקעט און אז די עולם וועט זיין אינטערסירט וועל איך באשרייבן נאך איבער די מארקעטס ווען אריינצולייגן און אריינגיין טיפער און יעדע דיטעל פון די סטאק מארקעט. איז לאמיר אנהייבן.
וואס איז די סטאק מארקעט און אן עקסשעינזש?
פאר מ'גייט קויפן סטאקס דארף מען וויסן וואו מ'קויפט עס.
איז דא א זאך וואס הייסט א "סטאק עקסטשעינזש".
וואס מיינט אן עקסטשעינזש?
אן עקסטשעינזש מיינט א פלאץ וואו אלע סטאקס ווערן געקויפט און פארקויפט. לאמיר זיך פארשטעלן אזוי ווי אין א גראסערי ווערט געקויפט און פארקויפט מילך און אייער, אין אן עקסטשעינזש ווערט געקויפט און פארקויפט סטאקס.
אין אמעריקע איז דא צוויי הויפט עקסטשעינזשעס וואס ביידע געפינען זיך נישט ווייט פון אונז דא אין מאנהעטן:
וויאזוי קויפט מען א סטאק אין פראקטיק? (בראוקערס און טרעידינג שעה'ן)
איז וויאזוי ארבעט עס אין פראקטיק?
מ'קען נישט אנקאלן נווידיע: "פארקויף מיך א סטאק". ברויך מען גיין צו א בראוקער וואס ער איז דער שדכן צווישן די קאמפאני מיטן קאסטומער. אדער לאמיר זאגן כ'האב שוין א סטאק יעצט און כ'וויל עס פארקויפן, דארף איך האבן א בראוקער צווישן דעם קויפער (Buyer) און דעם פארקויפער (Seller).
אין אמאליגע צייטן פלעגט זיין עקטשועל סטאק בראוקערס, אבער היינט גייט שוין אלעס אויטאמאטיש און עלעקטראניש מיט א צאל בראוקערעדזש פלאטפארמעס ווי Robinhood, Fidelity און נאך, וואס יעדער האט זיך זיינע מעלות און חסרונות ועוד חזון למועד.
יעצט, די פלאטפארמעס שיקן א מעסעדזש צום עקסטשעינזש אז כ'וויל קויפן א סטאק, זוכן זיי אויף א מענטש וואס האט געשיקט א מעסעדזש אז ער וויל פארקויפן, און אין ספליט-סעקונדעס איז די סטאק געקויפט אדער פארקויפט אן דעם וואס איך זאל מיטהאלטן וואס דא איז פארגעקומען אונטער די קוליסן.
יעצט, די סטאק עקסטשעינזש עפנט זיך 9:30 אינדערפרי און ס'מאכט זיך צו 4 אזייגער נאכמיטאג. איינמאל ס'האט זיך פארמאכט קען א פשוט'ער מענטש שוין נישט קויפן אדער פארקויפן.
ס'איז דא אבער וואס קענען יא, אבער פארדעם דארף מען האבן "Extended Hours Trading" וואס מ'קען עס אנשטעלן אויף די פלאטפארמעס. נארמאל גייט עס:
After Hours Trading: פון 4 אזייגער נאכמיטאג ביז 8 אזייגער ביינאכט.
Pre-Market: פון 4 אזייגער פארטאגס ביז 7 אדער 9:30 אינדערפרי.
וויאזוי ארבעט דאס?
דאס גייט נישט דורך די סטאק עקסטשעינזש געהעריג, נאר א קאמפיוטער סיסטעם וואס הייסט ECN (Electronic Communication Network) וואס טוט אלעס אויטאמאטיש אן דעם וואס די עקסטשעינזשעס זאלן אפילו זיין פארמישט.
וואס איז א סטאק? (שעירס און ספליטס)
ווייסן מיר שוין וואס מיינט אן עקסטשעינזש – א פלאץ וואו סטאקס ווערן געקויפט און פארקויפט.
סאו וואס איז א סטאק אליינס? וואס איז די דעפיניציע פון דעם?
איז לאמיר מאכן א משל: איך האב א קאמפאני וואס איז ווערט $1,000,000. כ'דארף יעצט גיין און איינקויפן פרישע אינווענטארי סחורה, כ'האב אבער נישט קיין קעש.
וואס טו איך? אדער קען איך גיין צו די באנק און בעטן א לאון פון $100,000 און כ'וועל עס אפצאלן די קומענדיגע 10 יאר מיט אינטערעסט.
אדער גיי איך צו א פאר אינוועסטערס וואס זוכן צו אינוועסטירן זייער געלט ס'זאל זיי ברענגען רווחים, און כ'זאג זיי: "הערטס מיך אויס, איך נויטיג מיך אין $100,000, איך בין גרייט דיר צו געבן א צענטל פון מיין קאמפאני צו זיין א שותף, און פארשטייט זיך א צענטל פון די פראפיט פון די ביזנעס גייט גיין פאר דיר."
די פראבלעם איז אז נישט אייביג האט איין אינוועסטער די גאנצע $100,000. דעמאלטס גיי איך צו א גרופע פון אינוועסטערס – לויט וויפיל געלט דו גיבסט פון די $100,000, אזויפיל פראצענט באקומסטו אין דעם צענטל פון די ביזנעס.
די זעלבע זאך גייט פאר מיט א קאמפאני וואס איז אויפן סטאק מארקעט. ער דארף געלט צו אינוועסטירן, שטעלט ער ארויס א געוויסע פראצענט וואס ער איז גרייט צו געבן פאר געלט-שותפים.
לאמיר מאכן א משל די קאמפאני גיט ארויס א צענטל פון די ביזנעס פאר געלט-שותפים.
די פראבלעם איז אז א צענטל פון אזא גרויסע קאמפאני קען זיין א ריזיגע נאמבער וואס סתם מענטשן האבן נישט.
גייט די קאמפאני און ער נעמט דעם צענטל און ער "ספליט" עס, לאמיר זאגן אין 10.
סאו יעצט איז יעדע שטיקל ווערט נאר $10,000 וואס מער מענטשן קענען זיך ערלויבן. דאס הייסט א שעיר, א סטאק.
יעצט לאמיר פרעגן אן אינטערעסאנטע פראגע: מ'קען אסאך מאל זען א קאמפאני וואס איז ריזיג אבער יעדע סטאק פאר זיך קאסט נאר $100. פון די אנדערע זייט קען מען זען א קלענערע קאמפאני וואס איז נישט אזוי גרויס אבער יעדע סטאק פאר זיך קאסט $500, מער ווי די גרויסע קאמפאני. סאו וואס גייט דא פאר?
די ענטפער אויף דעם ליגט אין וויאזוי די קאמפאני האט געספליט זייערע שעירס.
לאמיר מאכן א משל:
קאמפאני א איז ווערט 2 מיליאן, זיי שטעלן ארויס א פינפטל צו פארקויפן. וויפיל איז עס? $100,000.
אבער קאמפאני א נעמט די $100,000 און צוטיילט עס אין 20 חלקים. איז וויפיל גייט קאסטן יעדע שעיר/סטאק? $5,000.
קאמפאני ב איז ווערט $1,000,000, זיי שטעלן ארויס א צענטל פון זייער ביזנעס צו פארקויפן פאר אינוועסטערס. דאס איז אויך $100,000! אבער קאמפאני ב גייט און נעמט די צענטל און צוטיילט עס נאר אין 10 שטיקלעך. וויפיל גייט איין שעיר/סטאק קאסטן? $10,000!
סאו די סיקרעט ליגט נישט אין וויפיל די קאמפאני איז ווערט, נאר ליבערשט וויאזוי ער האט געספליט זיינע שעירס.
ביד (Bid) און אסק (Ask): וויאזוי א סטאק פארט ארויף אדער אראפ
ווייסן מיר שוין וואס א סטאק מיינט. אבער ווען מ'קויפט א סטאק איז די פלאן אז די סטאק וואס איך קויף יעצט פאר $100 זאל זיין ווערט איין טאג $200.
איז וויאזוי גייט א סטאק ארויף אדער אראפ?
כדי דאס צו פארשטיין מוז מען גיין אביסל טיפער. ס'איז דא א זאך וואס הייסט א "Bid" און א "Ask".
וואס מיינט עס? לאמיר מאכן א משל לאמיר זאגן א מענטש וויל קויפן א בענקל. איז ס'דא אסאך סעלערס וואס פארקויפן בענקלעך, יעדער האט זיך זיינע פרייזן וויפיל זיי טשארדזשן פאר א בענקל. איז לאמיר רופן די ביליגסטע פרייז וואס איז דא צו באקומען אויפן מארקעט פאר א בענקל מיטן נאמען "Ask", דאס מיינט דאס איז די בעסטע פרייז (וואס דער סעלער בעט).
לאמיר א מינוט איבערלאזן דעם סעלער מיט זיינע פרייזן, און לאמיר אריבערגיין פאר א מינוט צום קונה. דער קונה האט צוויי וועגן וויאזוי ער קען קויפן:
די זעלבע זאך קומט פאר אויפן סטאק מארקעט צווישן דעם קונה און דעם מוכר.
דער פארקויפער שטעלט ארויס א פרייז פאר וויפיל ער איז גרייט צו פארקויפן (לאמיר זאגן ער שטעלט ארויס $110). יעצט מ'נעמט צוזאם אלע מענטשן וואס האבן ארויסגעשטעלט קויף-פרייזן, די העכסטע פרייז דאס איז די Bid (מיינט אז די העכסטע וואס א מענטש איז יעצט גרייט צו צאלן איז $100).
און לאמיר נעמען די נידריגסטע וואס א מענטש האט ארויסגעלייגט אז ער איז גרייט צו פארקויפן זיין סטאק, דאס איז א Ask. אויב ס'איז די זעלבע נאמבער געשעט דער שידוך זייער שנעל, אויב אבער די נאמבערס איז נישט די זעלבע ווי ביי אונזער פאל, דאן ווערט עס א Bid-Ask Spread.
אויב א מענטש וועלט אויס Market Order און ער האט געקויפט די סטאק פאר די Ask פרייז און נאכדעם באשליסט ער אז ער וויל עס פארקויפן, וועט ער עס אדער דארפן פארקויפן פאר Bid פרייז וואס איז $10 ווייניגער, אדער ווארטן ביז אן אנדערע קונה זאל אויסוועלן Buy Market.
יעצט, די שאנס אז ס'זאל זיין א Bid-Ask Spread ביי א קאמפאני ווי נווידיע אדער אנדערע גרויסע קאמפאניס איז 0.001 פון א %, אבער ביי א קליינע קאמפאני קען די % זיין 2% אדער מער. פארשטייט זיך After Hours, היות ס'איז נישט דא אזויפיל טרעידערס, איז די שאנס פאר א Bid-Ask Spread פילפאכיג מער.
יעצט ווען מ'זעט אז נווידיע איז ווערט $190, מיינט עס "Last Price" – אזויפיל האט זיך פארקויפט א סטאק פון זיי מיט א סעקונדע צוריק.
יעצט וואס איז למעשה דער גורם אז א סטאק זאל ארויפארן אדער אראפפארן? די ענטפער אויף דעם איז פשוט: סופליי ענד דימענד (Supply and Demand).
ווען דו קומסט אריין אין א גראסערי, ס'איז דא 10 עפלעך, יעדע איינס איז ווערט $1. אויב ס'איז דא 10 קויפערס בלייבט עס ביי $1. אויב קומען אריין 20 מענטשן וואס ווילן קויפן די 10 עפלעך, וועט מען מוזן ארויפריקן די פרייז.
די זעלבע זאך קומט פאר אויפן סטאק עקסטשעינזש. אויב קומען אריין 100 מענטשן וואס ווילן קויפן סטאקס פון נווידיע און 100 מענטשן וואס ווילן פארקויפן זייערע סטאקס, בלייבט די פרייז פונעם סטאק אומגעטוישט. אויב קומען אבער אריין אינעם סטאק עקסטשעינזש 100 מענטשן וואס ווילן קויפן, אבער נאר 90 מענטשן ווילן פארקויפן, דעמאלטס וועט די פרייז זיך אויטאמאטיש הייבן. און די זעלבע זאך פארקערט.
יעצט, א קאמפאני וואס שטעלט ארויס גוטע נאמבערס פון די ביזנעס, ווילן מענטשן קויפן דארט, און ס'מאכט אז מענטשן זאלן ווייניגער פארקויפן. דאס טרייבט ארויף די פרייזן (און די זעלבע זאך אויך פארקערט). דאס איז בעיקר אויפן שפיץ גאפל וויאזוי די מארקעט ארבעט.
אינוועסטירן לאנג-טערם: וואוקס (Growth) קעגן דיווידענד (Dividend)
יעצט לאמיר גיין אביסל טיפער. ווען ס'קומט למעשה צו קויפן אין א קאמפאני, אויב קויפט מען עס שארט-טערם פאר א טאג צוויי, ווייל ס'איז דא א באבל אויף די קאמפאני, איז נישט דא עכט וואס מסביר צו זיין אויף וואס מ'דארף קוקן, און ס'איז א מסוכנ'דיגע שפיל אויך. ס'רופט זיך Day Trading אדער מער באקאנט אלס Short Time Trading.
אבער אויב איינער זוכט לאנג-טערם אינוועסטמענטס, אויף וואס דארף ער קוקן? פארשטייט זיך די ערשטע זאך וואס ער דארף קוקן איז אויף א סטאבילע קאמפאני. אבער אין א סטאבילע קאמפאני איז דא צוויי מינים: ס'איז דא Growth קאמפאניס, און Dividend קאמפאניס.
די בעסטע משל אויף דעם איז נווידיע און קאקא-קאלע. איז לאמיר גיין שטאטליך, וואס מיינט דיווידענדס? א מענטש האט א קאמפאני, לאמיר זאגן זיין קאמפאני איז א C Corporation. דאס מיינט אז ס'איז דא א קאמפאני וואס ער איז איינגעשטעלט אין די קאמפאני, ער באקומט באצאלט פון די קאמפאני אויף א W2 אדער א 1099, און די איבעריגע פראפיט פון די ביזנעס לאזט ער אינעווייניג. אזוי שפארט ער Self-Employment טעקס און צאלט נאר 21 פראצענט קארפארעיט טעקסעס. יעצט למעשה איז ער דער בעל הבית אויף די קאמפאני, קען ער באשליסן אז די פראפיט פון די קאמפאני זאל בלייבן אין די קאמפאני צו רי-אינוועסטירן אויף ווייטער, אדער ארויסנעמען פאר זיך. דאס הייסט א דיווידענד (Dividend), ער נעמט ארויס די געלט פון די ביזנעס פאר זיך.
די זעלבע זאך איז מיט די קאמפאניס אויפן סטאק מארקעט. כמעט יעדע קאמפאני אויפן סטאק מארקעט גיט א דיווידענד פאר שעירהאלדערס. די שאלה איז נאר וויפיל? דאס מאכט די Board of Directors פון די קאמפאני אפ וויפיל צו געבן.
ביי נווידיע איז די Yield נאר 0.02% און די Payout Ratio איז 0.81%.
ביי קאקא-קאלע איז די Yield ביי 2.83% און די Payout Ratio איז 66.97%.
זעט מען גלייך אז ס'איז דא א ריזיגע חילוק צווישן די צוויי קאמפאניס.
איז וואס מיינט Yield און וואס מיינט Payout Ratio?
וויכטיגע מעסטערס: P/E Ratio און Volume
נאכדעם איז דא נאך א זאך וואס מ'קוקט ווען מ'וויל אריינלייגן אין א קאמפאני: P/E Ratio.
דאס איז מסתמא די וויכטיגסטע זאך וואס מ'קוקט ווען מ'אינוועסטירט אין סטאקס פון א קאמפאני.
איז וואס מיינט P/E Ratio?
איז אזוי, די פינאנציעלע יאר איז צוטיילט אין 4, יעדע שטיקל הייסט קווארטאל (Quarter), וואס איז צוזאמגעשטעלט פון 3 חדשים יעדע איינע. יעדע קווארטאל דארפן די קאמפאניס ארויסגעבן א באריכט (רעפארט) פון א קווארטאל פריער, דאס רופט זיך Earnings. די קאמפאניס גיבן עס ארויס נאך 4 אזייגער ס'זאל נישט ווערן קיין כאאס אין די מארקעטס.
די רעפארט גיט ארויס וויפיל רעוועניו זיי האבן געמאכט, וויפיל נעט-פראפיט זיי האבן געמאכט. נאכדעם נעמט מען די פראפיט נאמבער און מ'נעמט צוזאם אלע שעירס וואס די קאמפאני האט, און מ'נעמט די פראפיט און מ'צוטיילט עס לויט וויפיל סטאקס ס'איז דא, יעדע סטאק באקומט א חלק. דאס רופט זיך EPS (שטייט פאר Earnings Per Share). דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר אינוועסטערס ביי די Earnings Report.
יעצט נאכדעם נעמט מען צוזאם די EPS פון די לעצטע 4 מאל. לאמיר זאגן ס'קומט אויס $6 א סטאק. יעצט לאמיר אויך זאגן אז די סטאק איז יעצט ווערט אויפן מארקעט $100. יעצט לאמיר צוטיילן 100 אויף זעקס, וויפיל גייט עס אויסקומען? 16.6! דאס איז די P/E Ratio פון דעי סטאק. פארשטייט זיך ס'טוישט זיך כסדר לויט וויפיל די סטאק איז ווערט. (ביים S&P איז די עווערידזש P/E Ratio צווישן 21 און 24).
איז אזוי, ווען מ'זעט א P/E Ratio פון 15 איז פשט אז אינוועסטערס זענען גרייט צו צאלן $15 פאר די סטאק פאר יעדע דאלער פראפיט וואס די סטאק האט אין זיך.
אין קורצן, דאס איז א מעסטער וואס פרעגט דיך: איז די געלט וואס איך צאל אויף דעי סטאק בארעכטיגט אדער נישט? במילא אז מ'זעט א הויכע P/E Ratio איז פשט אז אינוועסטערס קוקן מער אויף די פיוטשער, זיי האלטן אז די פראפיט פון די קאמפאני גייט זיך פארטאפלען. אבער אויב ס'גייט זיך נישט פארטאפלען, דעמאלטס וועט די סטאק פאלן זייער שנעל. וועגן דעם ברויך מען שטארק קוקן אויף די Ratio.
יעצט א קאמפאני ווי קאקא-קאלע האט א P/E Ratio פון 25.2. נווידיע האט א P/E Ratio פון 42.7. פארשטייט זיך די נאמבערס טוישן זיך שטענדיג לויט וויפיל די סטאק איז ווערט. אבער וואס מ'קען זען איז אז קאקא-קאלע איז מער א סטאבילע קאמפאני ווי נווידיע, וואס מענטשן זענען גרייט צו צאלן 42.7 דאלער פאר יעדע דאלער פראפיט פער שעיר (Per Share). דאס מיינט אז אינוועסטערס קוקן מער אויף די פיוטשער פון די קאמפאני ווי די קאמפאני זעלבסט ווי ס'שטייט יעצט, במילא האבן זיי נישט קיין פראבלעם צו צאלן אזוי סאך פער שעיר.
האמיר שוין געדעקט צוויי וויכטיגע זאכן וואס מ'דארף קוקן פאר מ'אינוועסטירט אין א קאמפאני.
איז אבער דא נאך צוויי וויכטיגע זאכן וואס מ'ברויך כאפן א בליק פאר מ'לייגט געלט:
די ערשטע זאך איז Volume. וויפיל סטאקס ס'האט זיך פארקויפט היינט. אויב איז עס הויך, איז פשט ס'געווען א High Volume טאג, וואס קען מיינען ס'איז געווען א גוטע טאג אדער א שלעכטע טאג, אבער נישט קיין נארמאלע טאג. אויב די Volume איז קלענער, דאס מיינט ווייניגער סטאקס האט זיך פארקויפט, מיינט עס די אינוועסטערס זענען אויף סטענד-ביי (Standby), זיי קענען עס באשטיין צו האלטן די סטאקס פאר זיך פאר אינוועסטמענטס.
אבער במחילת כבודך, איר האט געשריבן אביסל צו סאך און צו צושטיפט, און עס ליינט זיך גאנץ שווער.
לתועלת הליינער'ס האב איך איבערגעמאכט די אויסשעטל פון די ערשטע העלפט פון אייער פאוסט.
איך בין שוין אויפן סטאק מארקעט קע"ה א גוטע 7 יאר מיט בעסערע טעג און ערגערע טעג אופס און דאונס די עיקר איז אבער אז מענדיגט מיט א סורפלוס , איז אלץ איינער וואס דרייט זיך אויפן סטאק מארקעט וואלט איך געוואלט באשרייבן די סטאק מארקעט פון א ביז ת מיט א גרונטליכקייט איז אנהייב וויל איך מאכן א recap פון די סטאק מארקעט און אז די עולם וועט זיין אינטערסירט וועל איך באשרייבן נאך איבער די מארקעטס ווען אריינצולייגן און אריינגיין טיפער און יעדע דיטעל פון די סטאק מארקעט. איז לאמיר אנהייבן.
וואס איז די סטאק מארקעט און אן עקסשעינזש?
פאר מ'גייט קויפן סטאקס דארף מען וויסן וואו מ'קויפט עס.
איז דא א זאך וואס הייסט א "סטאק עקסטשעינזש".
וואס מיינט אן עקסטשעינזש?
אן עקסטשעינזש מיינט א פלאץ וואו אלע סטאקס ווערן געקויפט און פארקויפט. לאמיר זיך פארשטעלן אזוי ווי אין א גראסערי ווערט געקויפט און פארקויפט מילך און אייער, אין אן עקסטשעינזש ווערט געקויפט און פארקויפט סטאקס.
אין אמעריקע איז דא צוויי הויפט עקסטשעינזשעס וואס ביידע געפינען זיך נישט ווייט פון אונז דא אין מאנהעטן:
- NYSE: די ערשטע איז די NYSE וואס שטייט פאר New York Stock Exchange, וואס איז גראדע די גרעסטע סטאק עקסטשעינזש אין די וועלט מיט די מערסטע קאמפאניס איינגעשריבן דארט, וואס געפינט זיך אויף די באקאנטע Wall Street גאס.
- NASDAQ: נאכדעם איז דא די NASDAQ סטאק עקסטשעינזש, וואס איז די צווייט גרעסטע סטאק עקסטשעינזש נאך Wall Street. דא ווערט געליסטעט די גרעסטע טעכנאלאגיע קאמפאניס, ווי די "Magnificent Seven" – אזוי הייסט די זיבן גרעסטע אמעריקאנע קאמפאניס: עפל, נווידיע, מייקראסאפט, מעטא-פעיסבוק, טעסלא, אמאזאן, און אלפאבעט-גוגל.
וויאזוי קויפט מען א סטאק אין פראקטיק? (בראוקערס און טרעידינג שעה'ן)
איז וויאזוי ארבעט עס אין פראקטיק?
מ'קען נישט אנקאלן נווידיע: "פארקויף מיך א סטאק". ברויך מען גיין צו א בראוקער וואס ער איז דער שדכן צווישן די קאמפאני מיטן קאסטומער. אדער לאמיר זאגן כ'האב שוין א סטאק יעצט און כ'וויל עס פארקויפן, דארף איך האבן א בראוקער צווישן דעם קויפער (Buyer) און דעם פארקויפער (Seller).
אין אמאליגע צייטן פלעגט זיין עקטשועל סטאק בראוקערס, אבער היינט גייט שוין אלעס אויטאמאטיש און עלעקטראניש מיט א צאל בראוקערעדזש פלאטפארמעס ווי Robinhood, Fidelity און נאך, וואס יעדער האט זיך זיינע מעלות און חסרונות ועוד חזון למועד.
יעצט, די פלאטפארמעס שיקן א מעסעדזש צום עקסטשעינזש אז כ'וויל קויפן א סטאק, זוכן זיי אויף א מענטש וואס האט געשיקט א מעסעדזש אז ער וויל פארקויפן, און אין ספליט-סעקונדעס איז די סטאק געקויפט אדער פארקויפט אן דעם וואס איך זאל מיטהאלטן וואס דא איז פארגעקומען אונטער די קוליסן.
יעצט, די סטאק עקסטשעינזש עפנט זיך 9:30 אינדערפרי און ס'מאכט זיך צו 4 אזייגער נאכמיטאג. איינמאל ס'האט זיך פארמאכט קען א פשוט'ער מענטש שוין נישט קויפן אדער פארקויפן.
ס'איז דא אבער וואס קענען יא, אבער פארדעם דארף מען האבן "Extended Hours Trading" וואס מ'קען עס אנשטעלן אויף די פלאטפארמעס. נארמאל גייט עס:
After Hours Trading: פון 4 אזייגער נאכמיטאג ביז 8 אזייגער ביינאכט.
Pre-Market: פון 4 אזייגער פארטאגס ביז 7 אדער 9:30 אינדערפרי.
וויאזוי ארבעט דאס?
דאס גייט נישט דורך די סטאק עקסטשעינזש געהעריג, נאר א קאמפיוטער סיסטעם וואס הייסט ECN (Electronic Communication Network) וואס טוט אלעס אויטאמאטיש אן דעם וואס די עקסטשעינזשעס זאלן אפילו זיין פארמישט.
וואס איז א סטאק? (שעירס און ספליטס)
ווייסן מיר שוין וואס מיינט אן עקסטשעינזש – א פלאץ וואו סטאקס ווערן געקויפט און פארקויפט.
סאו וואס איז א סטאק אליינס? וואס איז די דעפיניציע פון דעם?
איז לאמיר מאכן א משל: איך האב א קאמפאני וואס איז ווערט $1,000,000. כ'דארף יעצט גיין און איינקויפן פרישע אינווענטארי סחורה, כ'האב אבער נישט קיין קעש.
וואס טו איך? אדער קען איך גיין צו די באנק און בעטן א לאון פון $100,000 און כ'וועל עס אפצאלן די קומענדיגע 10 יאר מיט אינטערעסט.
אדער גיי איך צו א פאר אינוועסטערס וואס זוכן צו אינוועסטירן זייער געלט ס'זאל זיי ברענגען רווחים, און כ'זאג זיי: "הערטס מיך אויס, איך נויטיג מיך אין $100,000, איך בין גרייט דיר צו געבן א צענטל פון מיין קאמפאני צו זיין א שותף, און פארשטייט זיך א צענטל פון די פראפיט פון די ביזנעס גייט גיין פאר דיר."
די פראבלעם איז אז נישט אייביג האט איין אינוועסטער די גאנצע $100,000. דעמאלטס גיי איך צו א גרופע פון אינוועסטערס – לויט וויפיל געלט דו גיבסט פון די $100,000, אזויפיל פראצענט באקומסטו אין דעם צענטל פון די ביזנעס.
די זעלבע זאך גייט פאר מיט א קאמפאני וואס איז אויפן סטאק מארקעט. ער דארף געלט צו אינוועסטירן, שטעלט ער ארויס א געוויסע פראצענט וואס ער איז גרייט צו געבן פאר געלט-שותפים.
לאמיר מאכן א משל די קאמפאני גיט ארויס א צענטל פון די ביזנעס פאר געלט-שותפים.
די פראבלעם איז אז א צענטל פון אזא גרויסע קאמפאני קען זיין א ריזיגע נאמבער וואס סתם מענטשן האבן נישט.
גייט די קאמפאני און ער נעמט דעם צענטל און ער "ספליט" עס, לאמיר זאגן אין 10.
סאו יעצט איז יעדע שטיקל ווערט נאר $10,000 וואס מער מענטשן קענען זיך ערלויבן. דאס הייסט א שעיר, א סטאק.
יעצט לאמיר פרעגן אן אינטערעסאנטע פראגע: מ'קען אסאך מאל זען א קאמפאני וואס איז ריזיג אבער יעדע סטאק פאר זיך קאסט נאר $100. פון די אנדערע זייט קען מען זען א קלענערע קאמפאני וואס איז נישט אזוי גרויס אבער יעדע סטאק פאר זיך קאסט $500, מער ווי די גרויסע קאמפאני. סאו וואס גייט דא פאר?
די ענטפער אויף דעם ליגט אין וויאזוי די קאמפאני האט געספליט זייערע שעירס.
לאמיר מאכן א משל:
קאמפאני א איז ווערט 2 מיליאן, זיי שטעלן ארויס א פינפטל צו פארקויפן. וויפיל איז עס? $100,000.
אבער קאמפאני א נעמט די $100,000 און צוטיילט עס אין 20 חלקים. איז וויפיל גייט קאסטן יעדע שעיר/סטאק? $5,000.
קאמפאני ב איז ווערט $1,000,000, זיי שטעלן ארויס א צענטל פון זייער ביזנעס צו פארקויפן פאר אינוועסטערס. דאס איז אויך $100,000! אבער קאמפאני ב גייט און נעמט די צענטל און צוטיילט עס נאר אין 10 שטיקלעך. וויפיל גייט איין שעיר/סטאק קאסטן? $10,000!
סאו די סיקרעט ליגט נישט אין וויפיל די קאמפאני איז ווערט, נאר ליבערשט וויאזוי ער האט געספליט זיינע שעירס.
ביד (Bid) און אסק (Ask): וויאזוי א סטאק פארט ארויף אדער אראפ
ווייסן מיר שוין וואס א סטאק מיינט. אבער ווען מ'קויפט א סטאק איז די פלאן אז די סטאק וואס איך קויף יעצט פאר $100 זאל זיין ווערט איין טאג $200.
איז וויאזוי גייט א סטאק ארויף אדער אראפ?
כדי דאס צו פארשטיין מוז מען גיין אביסל טיפער. ס'איז דא א זאך וואס הייסט א "Bid" און א "Ask".
וואס מיינט עס? לאמיר מאכן א משל לאמיר זאגן א מענטש וויל קויפן א בענקל. איז ס'דא אסאך סעלערס וואס פארקויפן בענקלעך, יעדער האט זיך זיינע פרייזן וויפיל זיי טשארדזשן פאר א בענקל. איז לאמיר רופן די ביליגסטע פרייז וואס איז דא צו באקומען אויפן מארקעט פאר א בענקל מיטן נאמען "Ask", דאס מיינט דאס איז די בעסטע פרייז (וואס דער סעלער בעט).
לאמיר א מינוט איבערלאזן דעם סעלער מיט זיינע פרייזן, און לאמיר אריבערגיין פאר א מינוט צום קונה. דער קונה האט צוויי וועגן וויאזוי ער קען קויפן:
- Market Order: אדער זאגט ער, "יא, גיב מיר די מארקעט פרייז!" דאס מיינט די Ask פרייז, וואס איז די ביליגסטע וואס ער קען באקומען א בענקל יעצט. (די עקסטשעינזש זוכט אויף די Ask פרייז וואס איז די ביליגסטע פרייז וואס א סעלער איז גרייט צו פארקויפן זיין סטאק, און די ארדער איז קאמפליט. ער האט באצאלט אסק פרייז).
- Limit Order: אדער מאכט ער א פרייז, אז "איך בין גרייט צו צאלן כך וכך פאר א בענקל!" דאס מיינט א Bid. (דער קויפער שטעלט ארויס א פרייז וויפיל ער איז גרייט צו צאלן פאר דעם עפל סטאק, לאמיר זאגן ער שטעלט ארויס אז ער איז גרייט צו קויפן פאר $100).
די זעלבע זאך קומט פאר אויפן סטאק מארקעט צווישן דעם קונה און דעם מוכר.
דער פארקויפער שטעלט ארויס א פרייז פאר וויפיל ער איז גרייט צו פארקויפן (לאמיר זאגן ער שטעלט ארויס $110). יעצט מ'נעמט צוזאם אלע מענטשן וואס האבן ארויסגעשטעלט קויף-פרייזן, די העכסטע פרייז דאס איז די Bid (מיינט אז די העכסטע וואס א מענטש איז יעצט גרייט צו צאלן איז $100).
און לאמיר נעמען די נידריגסטע וואס א מענטש האט ארויסגעלייגט אז ער איז גרייט צו פארקויפן זיין סטאק, דאס איז א Ask. אויב ס'איז די זעלבע נאמבער געשעט דער שידוך זייער שנעל, אויב אבער די נאמבערס איז נישט די זעלבע ווי ביי אונזער פאל, דאן ווערט עס א Bid-Ask Spread.
אויב א מענטש וועלט אויס Market Order און ער האט געקויפט די סטאק פאר די Ask פרייז און נאכדעם באשליסט ער אז ער וויל עס פארקויפן, וועט ער עס אדער דארפן פארקויפן פאר Bid פרייז וואס איז $10 ווייניגער, אדער ווארטן ביז אן אנדערע קונה זאל אויסוועלן Buy Market.
יעצט, די שאנס אז ס'זאל זיין א Bid-Ask Spread ביי א קאמפאני ווי נווידיע אדער אנדערע גרויסע קאמפאניס איז 0.001 פון א %, אבער ביי א קליינע קאמפאני קען די % זיין 2% אדער מער. פארשטייט זיך After Hours, היות ס'איז נישט דא אזויפיל טרעידערס, איז די שאנס פאר א Bid-Ask Spread פילפאכיג מער.
יעצט ווען מ'זעט אז נווידיע איז ווערט $190, מיינט עס "Last Price" – אזויפיל האט זיך פארקויפט א סטאק פון זיי מיט א סעקונדע צוריק.
יעצט וואס איז למעשה דער גורם אז א סטאק זאל ארויפארן אדער אראפפארן? די ענטפער אויף דעם איז פשוט: סופליי ענד דימענד (Supply and Demand).
ווען דו קומסט אריין אין א גראסערי, ס'איז דא 10 עפלעך, יעדע איינס איז ווערט $1. אויב ס'איז דא 10 קויפערס בלייבט עס ביי $1. אויב קומען אריין 20 מענטשן וואס ווילן קויפן די 10 עפלעך, וועט מען מוזן ארויפריקן די פרייז.
די זעלבע זאך קומט פאר אויפן סטאק עקסטשעינזש. אויב קומען אריין 100 מענטשן וואס ווילן קויפן סטאקס פון נווידיע און 100 מענטשן וואס ווילן פארקויפן זייערע סטאקס, בלייבט די פרייז פונעם סטאק אומגעטוישט. אויב קומען אבער אריין אינעם סטאק עקסטשעינזש 100 מענטשן וואס ווילן קויפן, אבער נאר 90 מענטשן ווילן פארקויפן, דעמאלטס וועט די פרייז זיך אויטאמאטיש הייבן. און די זעלבע זאך פארקערט.
יעצט, א קאמפאני וואס שטעלט ארויס גוטע נאמבערס פון די ביזנעס, ווילן מענטשן קויפן דארט, און ס'מאכט אז מענטשן זאלן ווייניגער פארקויפן. דאס טרייבט ארויף די פרייזן (און די זעלבע זאך אויך פארקערט). דאס איז בעיקר אויפן שפיץ גאפל וויאזוי די מארקעט ארבעט.
אינוועסטירן לאנג-טערם: וואוקס (Growth) קעגן דיווידענד (Dividend)
יעצט לאמיר גיין אביסל טיפער. ווען ס'קומט למעשה צו קויפן אין א קאמפאני, אויב קויפט מען עס שארט-טערם פאר א טאג צוויי, ווייל ס'איז דא א באבל אויף די קאמפאני, איז נישט דא עכט וואס מסביר צו זיין אויף וואס מ'דארף קוקן, און ס'איז א מסוכנ'דיגע שפיל אויך. ס'רופט זיך Day Trading אדער מער באקאנט אלס Short Time Trading.
אבער אויב איינער זוכט לאנג-טערם אינוועסטמענטס, אויף וואס דארף ער קוקן? פארשטייט זיך די ערשטע זאך וואס ער דארף קוקן איז אויף א סטאבילע קאמפאני. אבער אין א סטאבילע קאמפאני איז דא צוויי מינים: ס'איז דא Growth קאמפאניס, און Dividend קאמפאניס.
די בעסטע משל אויף דעם איז נווידיע און קאקא-קאלע. איז לאמיר גיין שטאטליך, וואס מיינט דיווידענדס? א מענטש האט א קאמפאני, לאמיר זאגן זיין קאמפאני איז א C Corporation. דאס מיינט אז ס'איז דא א קאמפאני וואס ער איז איינגעשטעלט אין די קאמפאני, ער באקומט באצאלט פון די קאמפאני אויף א W2 אדער א 1099, און די איבעריגע פראפיט פון די ביזנעס לאזט ער אינעווייניג. אזוי שפארט ער Self-Employment טעקס און צאלט נאר 21 פראצענט קארפארעיט טעקסעס. יעצט למעשה איז ער דער בעל הבית אויף די קאמפאני, קען ער באשליסן אז די פראפיט פון די קאמפאני זאל בלייבן אין די קאמפאני צו רי-אינוועסטירן אויף ווייטער, אדער ארויסנעמען פאר זיך. דאס הייסט א דיווידענד (Dividend), ער נעמט ארויס די געלט פון די ביזנעס פאר זיך.
די זעלבע זאך איז מיט די קאמפאניס אויפן סטאק מארקעט. כמעט יעדע קאמפאני אויפן סטאק מארקעט גיט א דיווידענד פאר שעירהאלדערס. די שאלה איז נאר וויפיל? דאס מאכט די Board of Directors פון די קאמפאני אפ וויפיל צו געבן.
- Growth קאמפאניס (ווי נווידיע): גיבן זייער קליינע נאמבערס פאר זייערע שעירהאלדערס ווייל זיי נוצן די געלט צו רי-אינוועסטירן אין נייע טשיפס, דאטא סענטערס, און נאך.
- Dividend קאמפאניס (ווי קאקא קאלע): איז פונקט פארקערט, זיי גיבן גרויסע דיווידענדס פאר שעירהאלדערס ווייל זיי וואקסן שוין נישט אזוי שנעל, ס'איז מער ווייניגער סטעיבל.
ביי נווידיע איז די Yield נאר 0.02% און די Payout Ratio איז 0.81%.
ביי קאקא-קאלע איז די Yield ביי 2.83% און די Payout Ratio איז 66.97%.
זעט מען גלייך אז ס'איז דא א ריזיגע חילוק צווישן די צוויי קאמפאניס.
איז וואס מיינט Yield און וואס מיינט Payout Ratio?
- Yield: מיינט, וויפיל פון דיינע אינוועסטמענט וואס דו לייגסט אריין, וויפיל באקומסטו צוריק אויף דיווידענד. דאס לאמיר געבן א משל מיט נווידיע, דארט שטייט עס ביי 0.02%.
דאס מיינט אויב דו לייגסט אריין א דאלער, באקומסטו צוריק 0.02% פון די דאלער. דאס איז 2% פון א סענט אין דיווידענדס!
דאס איז ממש גארנישט, א דזשאוק.
לאמיר אבער כאפן א בליק ביי קאקא-קאלע, לייגסט אריין א דאלער, באקומסטו צוריק אין דיווידענדס 2.63% וואס איז 2.63 סענט. וואס אין גרעסערע נאמבערס קען עס זיין גאנץ אסאך געלט.
- Payout Ratio: דאס מיינט וויפיל % פון די ביזנעס פראפיטס גייט פאר דיווידענדס.
ביי נווידיע איז עס ווייניגער פון א %! ביי קאקא-קאלע איז עס מער פון האלב פון זייערע פראפיטס.
דאס ברענגט ארויס שטארק וואסערע מין קאמפאני ס'איז. צו ס'איז א Cash Flow קאמפאני ווי קאקא-קאלע, אדער מער א קאמפאני וואס אינוועסטירט און האופפוּלי זאל די קאמפאני ווערן מער ווערט דורך די אינוועסטמענטס און די סטאק זאל ארויפגיין. (וואס ווייניגער דיווידענדס קען זיין דייקא א מעלה ווייל דאס מיינט אז די קאמפאני וואקסט נאך, וואס דאס מאכט דיין סטאק מער ווערט. דאס איז וועגן דיווידענדס).
וויכטיגע מעסטערס: P/E Ratio און Volume
נאכדעם איז דא נאך א זאך וואס מ'קוקט ווען מ'וויל אריינלייגן אין א קאמפאני: P/E Ratio.
דאס איז מסתמא די וויכטיגסטע זאך וואס מ'קוקט ווען מ'אינוועסטירט אין סטאקס פון א קאמפאני.
איז וואס מיינט P/E Ratio?
איז אזוי, די פינאנציעלע יאר איז צוטיילט אין 4, יעדע שטיקל הייסט קווארטאל (Quarter), וואס איז צוזאמגעשטעלט פון 3 חדשים יעדע איינע. יעדע קווארטאל דארפן די קאמפאניס ארויסגעבן א באריכט (רעפארט) פון א קווארטאל פריער, דאס רופט זיך Earnings. די קאמפאניס גיבן עס ארויס נאך 4 אזייגער ס'זאל נישט ווערן קיין כאאס אין די מארקעטס.
די רעפארט גיט ארויס וויפיל רעוועניו זיי האבן געמאכט, וויפיל נעט-פראפיט זיי האבן געמאכט. נאכדעם נעמט מען די פראפיט נאמבער און מ'נעמט צוזאם אלע שעירס וואס די קאמפאני האט, און מ'נעמט די פראפיט און מ'צוטיילט עס לויט וויפיל סטאקס ס'איז דא, יעדע סטאק באקומט א חלק. דאס רופט זיך EPS (שטייט פאר Earnings Per Share). דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר אינוועסטערס ביי די Earnings Report.
יעצט נאכדעם נעמט מען צוזאם די EPS פון די לעצטע 4 מאל. לאמיר זאגן ס'קומט אויס $6 א סטאק. יעצט לאמיר אויך זאגן אז די סטאק איז יעצט ווערט אויפן מארקעט $100. יעצט לאמיר צוטיילן 100 אויף זעקס, וויפיל גייט עס אויסקומען? 16.6! דאס איז די P/E Ratio פון דעי סטאק. פארשטייט זיך ס'טוישט זיך כסדר לויט וויפיל די סטאק איז ווערט. (ביים S&P איז די עווערידזש P/E Ratio צווישן 21 און 24).
- Trailing P/E Ratio: דאס מיינט מ'קוקט אויף די EPS פון די פארגאנגענע 4 קווארטאלן און לויט דעם בויעסטו וויפיל פראפיט ס'ליגט אין א סטאק, און צוטיילסט די פרייז פון די סטאק לויט דעם.
- Forward P/E Ratio: דאס מיינט מ'נעמט די EPS פון יעצט און די Forecasting פון די קומענדיגע דריי קווארטאלן, וויפיל די EPS גייט זיין, און לויט דעם מאכט מען די P/E Ratio.
דאס איז א וויכטיגערע מעסטער ווייל מ'אינוועסטירט אויף די פיוטשער, דארף מען וויסן וויפיל די P/E Ratio גייט זיין די קומענדיגע שטיק צייט. אבער מצד שני איז עס נאר א פאורקעסט (Forecast), ס'איז נישט קיין רעאלע דאטא נאמבערס.
איז אזוי, ווען מ'זעט א P/E Ratio פון 15 איז פשט אז אינוועסטערס זענען גרייט צו צאלן $15 פאר די סטאק פאר יעדע דאלער פראפיט וואס די סטאק האט אין זיך.
אין קורצן, דאס איז א מעסטער וואס פרעגט דיך: איז די געלט וואס איך צאל אויף דעי סטאק בארעכטיגט אדער נישט? במילא אז מ'זעט א הויכע P/E Ratio איז פשט אז אינוועסטערס קוקן מער אויף די פיוטשער, זיי האלטן אז די פראפיט פון די קאמפאני גייט זיך פארטאפלען. אבער אויב ס'גייט זיך נישט פארטאפלען, דעמאלטס וועט די סטאק פאלן זייער שנעל. וועגן דעם ברויך מען שטארק קוקן אויף די Ratio.
יעצט א קאמפאני ווי קאקא-קאלע האט א P/E Ratio פון 25.2. נווידיע האט א P/E Ratio פון 42.7. פארשטייט זיך די נאמבערס טוישן זיך שטענדיג לויט וויפיל די סטאק איז ווערט. אבער וואס מ'קען זען איז אז קאקא-קאלע איז מער א סטאבילע קאמפאני ווי נווידיע, וואס מענטשן זענען גרייט צו צאלן 42.7 דאלער פאר יעדע דאלער פראפיט פער שעיר (Per Share). דאס מיינט אז אינוועסטערס קוקן מער אויף די פיוטשער פון די קאמפאני ווי די קאמפאני זעלבסט ווי ס'שטייט יעצט, במילא האבן זיי נישט קיין פראבלעם צו צאלן אזוי סאך פער שעיר.
האמיר שוין געדעקט צוויי וויכטיגע זאכן וואס מ'דארף קוקן פאר מ'אינוועסטירט אין א קאמפאני.
איז אבער דא נאך צוויי וויכטיגע זאכן וואס מ'ברויך כאפן א בליק פאר מ'לייגט געלט:
די ערשטע זאך איז Volume. וויפיל סטאקס ס'האט זיך פארקויפט היינט. אויב איז עס הויך, איז פשט ס'געווען א High Volume טאג, וואס קען מיינען ס'איז געווען א גוטע טאג אדער א שלעכטע טאג, אבער נישט קיין נארמאלע טאג. אויב די Volume איז קלענער, דאס מיינט ווייניגער סטאקס האט זיך פארקויפט, מיינט עס די אינוועסטערס זענען אויף סטענד-ביי (Standby), זיי קענען עס באשטיין צו האלטן די סטאקס פאר זיך פאר אינוועסטמענטס.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
-
פול פלעטש
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 12
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 95
Re: די סטאק מארקעט אויף איין פיס
ישר כח @ יענץ מבין
- יענץ מבין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 250
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
- Location: brooklyn
- x 1251
Re: די סטאק מארקעט אויף איין פיס
די גאנצע ארטיקל אין א PDF דורך ChatGPT.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
-
פול פלעטש
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 12
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 9:09 pm
- Location: Monroe
- x 95
Re: די סטאק מארקעט אויף איין פיס
רבותי סאיז נאך דא אזויפל צו שרייבן וועגן די סטאק מארקעט כהאב עס קוים אנגערירט אויפן שפיץ גאפל אויב עטץ דארפסט נאך לאזט ענק הערן