ל"ג בעומר אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1192

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

איינער ווייסט וועגן באסעס פון בלומינגראוו?
אוועיטער
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 158

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך מלך בייוואז »

מעקעלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 5:41 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 5:37 pm
מעקעלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 5:32 pm
וויאזוי קען זיין אז לעמל גייט אנפירן די טרעפיק?
אז מען הייערט אים
יא יא אבער ער דארף זיין און וויליאמסבורג ניין?
מארגן נעמט ער קער פון וויליאמסבורג (ער גייט סייווי אין קרית יואל צום הדלקה)
מאך אידטיש שטארק נאכאמאל!
!Make Yidtish Great Again
!Hacer Excelene Yidtish Nuevamente
אוועיטער
מעקעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2026 8:03 pm
Location: brooklyn
x 36

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך מעקעלע »

מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 5:43 pm
מעקעלע האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 5:41 pm
מלך בייוואז האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 5:37 pm

אז מען הייערט אים
יא יא אבער ער דארף זיין און וויליאמסבורג ניין?
מארגן נעמט ער קער פון וויליאמסבורג (ער גייט סייווי אין קרית יואל צום הדלקה)
שטימט!
היימישע קרעמל 605-313-8655
heimishekreimil@gmail.com
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3636
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12110

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 5:32 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 5:04 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מאנטאג מאי 04, 2026 4:51 pm איך פארשטיי אז עס שטערט פאר אסאך אידן, אבער דאס האט מיט קיין אידישקייט נישט צו טוהן.

נישט אז איך בארעכטיג עס, אבער דאס וואס עס באדערט פאר אסאך אידן כמעט לאו דוקא פון א גוט פלאץ.

און איך בין מחולק מיט @פופציגער , מיר זענען נישט ר' שמעון, אבער דארפן מיר נישט מקיים זיין דעם הדבק במידותיו?
ניין. מיר מעגן האבן אונזערע סטאנדארטן, און מיר דארפן נישט אקצעפטירן יענעמ'ס הפקירות.

מיר מעגן אקצעפטירן אלע מינע אידן, אבער נישט אז א געוויסע סארט איד זאל קומען פארוואנדלען אונזער הדלקה אין א קלאב.
סאו ווילסטו אויסקוקן ווי מיין שכן עטליכע יאר צוריק וואס האט זיך גענומען שרייען גייט'ס ענק פון דא? סארי, פארוואנדל נישט מיין הדלקה אין א העיט מאומענט.
איז אלעס אין דיין בליק שווארץ און ווייס?

איך וויל נישט אויסקוקן ווי דיין שכן, עס שטערט מיר אבער די וועג וויאזוי זיי פירן זיך אויף.

אגב, אז קרית יואל פארמאגט א כאפטע לש"ש טעראריסטן וואס זענען צו יעדע צייט גרייט צו באוואשן היימישע אידן פאר יעדע קלייניגקייט, לאמיר כאטש ארויסנעמען די בענעפיט, און יעצט זאלן זיי קעיר נעמען פון דעם פראבלעם..
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 310
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 527

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך רעאליסטיש »

עצה טובה, ארויסצופארן פון שטעטל נאך די הדלקה, פאר צו עיקערס מאך א לינקס צו 105, די ערשטע רעכטס קיין ראוזלען, אראפ ביזן 32 מאך א רעכטס, און פאר ביזן טראוועי,
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3084
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12230

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

נייס, קודאס פאר דער וואס האט געהאט די קאפ אויפן פלאץ און געקויפט חאלאטן פאר די ליטאים 👍
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
דער אויבערהאר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:17 pm
Location: קר''י
x 223

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דער אויבערהאר »

מ'האט אוועקגעשלעפט מיין קאר פון ווען ביורען, איינער ווייסט ווי איך קען עס אויפפיקן?
פנחס דוד לעבאוויטש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 416
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
x 1192

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פנחס דוד לעבאוויטש »

איך האב די ערשטע מאל אויפגעכאפט די אבינו מלכנו, חמול עלינו . סאיז א אלטע צאמשטעל שוין?
פעפערלעך
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 06, 2026 6:19 am
Location: NY
x 14

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פעפערלעך »

דער אויבערהאר האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 1:02 am מ'האט אוועקגעשלעפט מיין קאר פון ווען ביורען, איינער ווייסט ווי איך קען עס אויפפיקן?
ווייסט ווער ס'האט עס אוועק געשלעפט? קום אריין מיט דעטאלן.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3084
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12230

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 1:52 am איך האב די ערשטע מאל אויפגעכאפט די אבינו מלכנו, חמול עלינו . סאיז א אלטע צאמשטעל שוין?
אויך די ערשטע מאל אויפגעכאפט, איינער ווייסט?
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3084
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12230

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

IMG_20260505_015218_371.jpg
IMG_20260505_015218_371.jpg (218.3 KiB) געזען געווארן 542 מאל
IMG_20260505_015237_044.jpg
IMG_20260505_015237_044.jpg (371.12 KiB) געזען געווארן 542 מאל
IMG_20260505_015301_700.jpg
IMG_20260505_015301_700.jpg (328.23 KiB) געזען געווארן 542 מאל
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
פינטל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:55 pm
x 250

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך פינטל »

אהן קיין לאנגע באריכטן
פארדרייען ניגונים גייט אויף די נערווען און שטערט פון טאנצן און ביי שטאטע צו מצמצם זיין די מח נארמאל
אז א ניגון איז גוט לאז געמאכט. און אז נישט זינג א צווייטע. סאיז דא גענוג גוטע
אהן קיין דוגמאות
גמח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 292

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך גמח »

מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:41 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 2:00 am IMG_20260505_015218_371.jpgIMG_20260505_015237_044.jpgIMG_20260505_015301_700.jpg
וויפיל מענטשן איז דעיס?
485 בערך
גמח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 292

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך גמח »

מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:41 am
מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:41 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 2:00 am IMG_20260505_015218_371.jpgIMG_20260505_015237_044.jpgIMG_20260505_015301_700.jpg
וויפיל מענטשן איז דעיס?
ווייניגער פון לעצטע יאר?
בערך 15 ווייניגער
גמח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 292

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך גמח »

מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:43 am
מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:41 am
מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:41 am
וויפיל מענטשן איז דעיס?
ווייניגער פון לעצטע יאר?
מען זעהט טאקע א חילוק וועגן האדמור מסאטמאר מהרי'י פראוועט אויכעט?
יא א גרויסע חילוק
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 127
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 491

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך אוטובאס »

גמח האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 10:31 am
מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:41 am
בודקע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 2:00 am IMG_20260505_015218_371.jpgIMG_20260505_015237_044.jpgIMG_20260505_015301_700.jpg
וויפיל מענטשן איז דעיס?
485 בערך
:lol: :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :roll: :roll:
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3084
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 12230

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

גמח האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 10:32 am
מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:43 am
מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:41 am
ווייניגער פון לעצטע יאר?
מען זעהט טאקע א חילוק וועגן האדמור מסאטמאר מהרי'י פראוועט אויכעט?
יא א גרויסע חילוק
איך האב נישט געזען און געפילט קיין חילוק, אויב עפעס איז געווען אביסל מער צישטיפט.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1723
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4199

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דעת קדשי »

גמח האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 10:32 am
מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:43 am
מעקעלע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 3:41 am
ווייניגער פון לעצטע יאר?
מען זעהט טאקע א חילוק וועגן האדמור מסאטמאר מהרי'י פראוועט אויכעט?
יא א גרויסע חילוק
געווען אסאך מער ווי פריעדיגע יארן
נישט קיין ספק אין דעם
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2429
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 8004

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שינאווער »

בודקע האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 1:59 am
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 1:52 am איך האב די ערשטע מאל אויפגעכאפט די אבינו מלכנו, חמול עלינו . סאיז א אלטע צאמשטעל שוין?
אויך די ערשטע מאל אויפגעכאפט, איינער ווייסט?
ס'איז די ערשטע מאל וואס מען האט עס געזונגען ביים הדלקה.

אין אן אינטערוויו אין די "גלאוב" האט עמרם אקער פאריגע וואך געזאגט אז דאס וועט זיין די חידוש ניגון היי יאר.

בכלליות האט ער געזאגט אז ער וויל נישט מאכן דאס יאר קיין גרויסע חידושים אדער טוישונגען, נאר ער האפט אז אלעס וועט זיין ממש אזויווי פארגאנגענעם יאר, וויבאלד דאן איז אלעס געווען געוואלדיג.

כ'מיין אז ס'איז געווען פי כמה ווי פארגאנגענעם יאר.

דער עולם איז געווען עפעס פיל פיל מער, א ריזן עולם וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען.
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1723
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4199

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך דעת קדשי »

סאונד איז געווען קנאקעדיג שוין לאנג נישט געווען אזוי גוט
אזוי שיין געווען ווי רבבות אידן זינגען מיטן פידל רבי ר' מיכעלעס ניגון מ'האט געקענט אויסגיין פון מתיקות און ווארימקייט
א שאד אז מ'האט נישט געלאזט דער עולם זינגען די גאנצע ניגון געהעריג
די הצלה סיינס מיט די נומבערס פון די סעקשאנס איז פאריאר געווען בעסער
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2429
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 8004

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך שינאווער »

כ'הער אז אין וומ"ס האט זיך נישט אזוי אויסגעארבעט די נייע הצלה האנט-סיגנאל.

אין קרית יואל האט עס גאר גוט געקלאפט.

איך האב נישט געזען קיין הצלה קאלס אבער כ'האב געהערט פון אפאר וואס האבן געזען די אויפגעהויבענע האנט.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1536
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2494

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:03 pm
א שאד אז מ'האט נישט געלאזט דער עולם זינגען די גאנצע ניגון געהעריג
יאפ, וואס איז פשט פון געבן איין לעק פון די אייסעס? אדער א נארמאלע בייס אדער גארנישט.

עס געדויערט אפאר סקונדעס ביז די עולם כאפט די טאן און הייבט אן זינגען, און בומס, שפיי אויס די אייסעס... און מען טוט עס נאך איבער אראפ מאל... א שאד די ספיקער סיסטעם אויסשאלטערונג איז נישט געווען בשעת די נגינה התעוררות אנשטאט אינמיטן ואמרתם.
ברלנד
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2306
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7681

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך נקודות טובות »

פון מיין קוק ווינקל איבער די ליטווישע טאנצערייען ביים הדלקה, אביסל בקצרה. ס'איז טאקע א שטיקל אריכות ווייל ס'איז אסאך נקודות. יעדע נקודה פאר זיך איז בקצרה.

אין לי עסק בנסתרות, איך האב נישט קיין השגות. איך פארשטיי נישט צו קיין נפשות ישראל, און אודאי נישט צו קיין נשמות הצדיקים. אבער דאס וואס מען זעהט ביים הייליגן תנא, איז נישט קיין פשוט פשט. ווען דער בית אהרן שרייבט אז רבי שמעון לכל פונקט ווי הקב"ה, איז דאס נישט קיין גוזמא. דאס זעהט יעדער איינער מיט די אויגן.


עני בלויע מיטוואך, ווען מירון ווערט נישט אקופירט דורך סיי וועלכע ספעציפשע קהלה, איז לא ימלט אז מען זאל נישט דארט אנטרעפן "יעדע" סארט איד. אנגעהויבן פון פארווארפענע נשמות נעבעך וואס עסן בלעטער און רייכערן געווירצן. דערנאך די מאדנע געוויקסן וואס שרייען נאאחמאאאןןן.... סתם עמך אידן ספרדים און אשכנזים צוגלייך. חסידים ופרושים וואס זענען מובדל מעולם הזה, וואס זענען עוסק בסתרי תורה. און אזוי אויך דער בעל הבית'שער אמעריקאנער גביר וואס קומט אין באגלייטונג פון אן ארץ ישראלדיגער וואס דינט די טעג אלץ זיין עבד המכונה דרייווער. אלע אלע סארטן אידן געפינען זיך דארט צו יעדע צייט. יעדער פאר די זעלבע סיבה. דאס הארץ ציעט צו רשב"י. רבי שמעון לכל שרייט ארויס פון זיך אליינס. צדיק יסוד העולם!



מירון איז א מקום ווי יעדע איד כפי דרגה דיליה האט זיך זיין שייכות. די וואס זענען עוסק בסתרי תורה קומען זיך מקשר זיין מיט רשב"י לויט זייערע השגות. אידן וואס האבן שוין בחזקה פאר 40 יאר -טייל מאל נאך פון די עלטערן- צו קומען קיין מירון יעדע מיטוואך אויף א תפילת מנחה, און דאס האלט זיי פאר רבי שמעון אידן א גאנצע וואך. צובראכענע נשמות וואס דרייען זיך ארום דארט ווי די ראטן ביי די וויליאמסבורגע גארבידזשעס, זיי ווייסן אליינס נישט פארוואס זיי זענען דארט. אדער סתם אידן וואס קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ, און האפן אהיים צו גיין מיט ישועות. די מציאות איז אז יעדע אידיש הארץ געפונט זיין מקום ביים ציון הקדוש אין מירון. יעדער כפי דרגה דיליה, אבער די התקשרות איז דא ביי יעדען. צדיק יסוד העולם!



המקרא הזה אומר דרשוני. ס'איז נישט דא קיין לאגישע ענטפער אויף דעם, ווייל ס'האט מיט מיט לאגיק גארנישט. די התקשרות וואס נשמות ישראל האבן מיט רשב"י איז אסאך אסאך העכער ווי די לאגיק קען בכלל דערגרייכן. משה רבינו עליו השלום איז געווען דער רואה נאמן פון כלל ישראל, ער איז געווען א נשמה כוללת פון אלע זעקס הונדערט טויזענט נשמות ישראל. זעקס הונדערט טויזענט איז פשט אז דאס איז זעקס הונדערט טויזענט אייגענארטיגע נשמות וואס איינס איז נישט דומה צון צווייטן. אלע האבן אבער יונק געווען פון זעלבען מקור, און דאס איז געווען משה רבינו. צדיק יסוד העולם!



איך פארשטיי אליינס נישט וואס איך שרייבן דא, אבער אויף אזוי פיל ווייס איך וואס מיר געפינען אין די הייליגע ספרים אז רשב"י איז א בחינה פון משה רבינו. די נשמה פון משה רבינו און די נשמה פון רשב"י איז תלוי הא בהא. קיין בית המקדש האבן מיר נישט היינט ליידער, דער קבר פון משה רבינו איז אונז נישט באקאנט וואו דאס געפינט זיך. די איינציגסטע מקום וואס איז מאחד כלל ישראל בזמן הזה, איז אן קיין ספק די קבר רשב"י וואס איז די נשמה כוללת פון גאנץ כלל ישראל. צדיק יסוד העולם!



איין מאל א יאר איז דא א טאג וואס דאס איז רבי שמעונס טאג, און דאס איז ל"ג בעומר. איך ווייס נישט וואס ל"ג בעומר מיינט, אבער אין זהר הק' זעהען מיר אז עפעס גאר גרויסע זאכן טוט זיך.

רבי שמעון האט געוואלט אז מען זאל זיך פרייען מיט אים ל"ג בעומר, זיך פרייען מיינט נישט טאנצן. נאר פרייען מיינט אן אמת'ע שמחה. וואס איז די שמחה? מיט וואס פרייט מען זיך? איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט. און איך גלייב אז קיינער קען דאס נישט מסביר זיין ע"פ פשטות. אבער די מציאות איז אז אידן די בכל אתר ואתר פרייען זיך מיט די טאג מיט די שמחה פון רשב"י. ס'איז מבהיל הרעיון וואס איז געווארן פון דעם טאג אין אמעריקע די לעצטע 10-15 יאר. צדיק יסוד העולם!


נעמטס א דוגמא ענקער רבי מהר"א. עס איז דאך באקאנט אז בתחילת דרכו איז ער געווען גאר שארף קעגן דאס צינדן הדלקות ל"ג בעומר, ער האט געהאלטן אז דאס איז אן ארץ ישראלדיגער יו"ט וואס האט נישט קיין שייכות מיט אמעריקע. די אפציעלע תירוץ איז אז ער האט געזעהן אז דער עולם דארף כשר'ע אינטערטעימענט (נאכדעם וואס אין ישיבה איז עס געווען ארויס פון קאנטראל), האט ער געטוישט זיין מיינונג כאטש וואס אין די וועלט איז די דרשה איינס פון די מערסט באקאנטע דרשות וואס יעדער איינער ווייסט צו זאגן. די ניגון פון קליינע רבי קליינע פייער גרויסע רבי גרויסע פייער.... עד לב השמים, איז די לצנות וואס יעדע לץ וועט ניצן ווען ער וויל אראפרייסן מהר"א.



לעניית דעתי איז לא מינהו ולא מקצתיה. די סיבה פארוואס מהר"א מאכט היינט אן הדלקה האט גארנישט מיט כשר'ע אינטערטעימענט, דאס איז נישט קיין פטר חמור. די הדלקה ל"ג בעומר איז מיטן גרעסטן דחילו ורחימו. אפילו ווען מהר"א זאל וויסן קלאר אז די אלע צענליגע טויזענטער אידן וואס נעמען א טייל ביים הדלקה גייען אנשטאט זיין ביים הדלקה לערנען א שעה משניות, וועט ער דאס נישט אויפגעבן. דאס האט מיט אינטערטעימענט גארנישט. דאס איז אן התקשרות אין רשב"י וואס ער האט אמאל נישט געהאט, וואס ער האט היינט יא. נישט ווייל ער איז עלטער און קלוגער געווארן, נאר אמאל האט מען דאס טאקע נישט געדארפט אזוי שטארק, און היינט דארף מען דאס יא. נישט אלץ אינטערטעימענט, נאר לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז מיט די הדלקה קומען אראפ אורות אזוי ווי ביי די חנוכה ליכט. צדיק יסוד העולם!



און דאס איז לאו דוקא מהר"א, נאר מיט יעדע יאר וואס גייט פארביי איז די התקשרות ברשב"י ביים המון עם שטערקער ווי א יאר פריער. עס לאזט זיך זאגן אז אונזער גאנצע אידישקייט היינט איז נאר בזכות רשב"י וואס איז געגאנגן מיט זיין שיטה פון כי לא תשכח מפי זרעו. אנדערע תנאים האבן נישט געקענט פאראויס זאגן און נעמען אויף זיך אז אין תשפ"ו זאל אידישקייט וואקסן און בליען. זיי האבן נישט געקענט פאראויס זעהן ווי אזוי אידישקייט זאל זיך בכלל קענען האלטן אין אזעלכע שווערע צייטן, רשב"י האט דאס גענומען אויף זיך. צדיק יסוד העולם!



די יו"ט פון ל"ג בעומר איז נישט קיין יום עצמאות פון א ספעציפישע קהלה. ס'איז נישט קיין כ"א כסלו, און נישט קיין כ"ו אב. ס'איז א יו"ט כלליות. פאר גאנץ כלל ישראל. פונקט ווי חנוכה וואס איז געגעבן געווארן פאר אונז זיך צו דערהאלטן אינעם טונקעלן גלות, איז ל"ג בעומר אויך. ס'איז א יו"ט וואס האט אמאל נישט אויסגעפעלט ווייל די חשכות איז נישט געווען אזוי שטארק, אבער היינט האט אונז דער אויבערשטער געגעבן נאך א יו"ט, ווייל דער גלות איז טונקלער. חנוכה האבן חכמינו ז"ל מתקן געווען, אבער היינט אזוי ווי מיר האבן נישט קיין סנהדרין וואס זאלן קענען מתקן זיין א יו"ט האט די השגחה העליונה צוגעפירט אז דאס זאל פון זיך אליינס פארוואנדעלט ווערן אין א יו"ט. כלל ישראל דארף ל"ג בעומר מער ווי לופט צום אטעמען. קיינער קען נישט אנצייגן וואס גענוי האט פארוואנדעלט ל"ג בעומר אין אן אמעריקאנער יו"ט, אבער ס'איז קלאר קוקנדיג אויף צוריק אז דאס איז ממש אן השגחה עליונה. צדיק יסוד העולם!



עס מאכט זיך אמאל וואס א קינד ווערט פארלוירן אין וואלד, און עס נעמען זיך צוזאמען אידישע קינדער די בכל אתר ואתר פאר א רעטונג אקציע. די באקאנסטע בילדער איז אלעמאל די פייערדיגע חסדי השם טאנץ נאכן זוכן פאר 12 שעה און אפגעפינען דאס קינד אין א גוטע צושטאנד. קיינעם אינטערעסירט נישט דאן ווי אזוי די שכן גייט אנגעטוהן, ווייל די שמחה איז בשלימות. דאס הארץ איז גאנץ. יעדער האט געזארגט פארן וואוילזיין פונעם קינד, און ווען די מעשה ענדיגט זיך גוט איז די שמחה אויפן העכסטן שטאפל. ווען די הארץ איז גאנץ, איז נישט שייך קיין פירוד. עס קען טאנצען דער בני יואלער מיטן פייוו טאונס איד האנט ביי האנט מיטן גרעסטן שמחה.



אט אזוי וועט אויסקוקן ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו. קיינעם וועט נישט אינטערעסירן ווי אזוי די חבר וואס ער כאפט אן קוקט אויס, נישט ווייל דער אויבערשטער דארף נישט דיין בעקיטשע, נאר ווייל די הארץ וועט זיין אזוי גאנץ, די שמחה וועט זיין מיט אזא שלימות אז עס וועט ניטאמאל זיין א מקום פאר פירוד.



לעניית דעתי, איינער וואס קען בכלל קוקן ל"ג בעומר בשעת'ן טאנצן ווער עס גייט יא אדער נישט מיט א רעקל, איז מיססינג די האול פוינט פון ל"ג בעומר. ער פריידט זיך נישט מיט די הילולא דרשב"י. זיין הארץ איז נישט גאנץ. ער איז נישט דא פאר רשב"י, ער איז דא פאר זיין קהילה פראפעגאנדע. און פאר די אימעדזש.



פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז מען דארף צולאזן אז נשים זאלן קומען שלא בצניעות אדער תערובות, אבער דאס אז עס קומען בחורים וואס ביי זיי האט מען נישט געלייגט אזא דגוש אויפן לבוש, ווי ביי חסידישע אידן, און מען מאכט דערפון אן עסק ווייזט דאס אז די שמחה איז נישט בשלימות. מאך דיר צו די אויגן און זיי דיך מקשר מיט רשב"י, און פריי דיך מיט זיין הילולא. עס וועט דיר ניטאמאל אינטערעסירן ווער די שכן וואס דו כאפסט אן איז. ביי זיי גייט מען נישט אויפן גאס מיט רעקלעך, אפילו ביי מנחה מעריב דאווענען א גרויס חלק פון זיי בלויז מיט די העמד. רבי שמעון לכל. צדיק יסוד העולם!
פיגער עס אויס!
אוועיטער
בחינה 25
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 229

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך בחינה 25 »

דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:03 pm סאונד איז געווען קנאקעדיג שוין לאנג נישט געווען אזוי גוט
אזוי שיין געווען ווי רבבות אידן אידן זינגען מיטן פידל רבי ר' מיכעלעס ניגון מ'האט געקענט אויסגיין פון מתיקות און ווארימקייט
א שאד אז מ'האט נישט געלאזט דער עולם זינגען די גאנצע ניגון געהעריג
אויך א שאד אז די פידל און קלארינעט האבן נישט באקומען מער ווי 6 סעקונדעס ביי רבי ר' מיכעלעס ניגון...

ניגונים אן ווערטער, באלאנגען פאר די אינסטרומענטן. א זינגער געט גארנישט צו.
אויך ביי די אנדערע ניגונים, מוזיק איז פאוערפול. ס'מאכט פרייליך און עמאציאנעל ווי א זינגער קען נישט באווייזן. א זינגער נעמט מען ווען מ'דארף זאגן ווערטער

שוין, א שאד
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 488

Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל

פאוסט דורך אגד »

תורה ויראה האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 9:06 pm
אגד האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 9:05 pm
נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 8:41 pm

נומער פונעם אקטיווער נביא ביטע?
עס איז נישט אזא שווערע מעטה.

מען הייבט אן ביים רעכנען וויפיל מענער העכער 4-5 עס איז דא אין גרעיטער קרית יואל, וויפיל פראצענט בערך קומט, ווייניגער פרויען קומען ווי מענער, וויפיל אידן קומען לכאורה פון אנדערע פלעצער, חסידי מהר"א און אנדערע, און אזוי ווייטער.


-------

דאס יאר קען זיין אביסל ווייניגער מענטשן, אויב גענוג חסידיי מהרי"י פארן אריין.
נא וויפיל?
למעשה זענען צוגעקומען אסאך אסאך מער אנדערע חסידות'ן מיט ליטאים, אזוי אז סאטמארער טאטאל איז אפשר געווען ווייניגער ווי פאראיאר, אבער אידן אין טאטאל איז געווען א שווערע רעקאָרד פון צענדליגער צענדליגער טויזנטער.


איינער וואס איז גוט מיט דזשעמיניי און זייערע חברים קען זיי שיקן בילדער און קליפס אנצופרעגן פונקטליך וויפיל, איך גלייב אז עס וועט זיין "אסאך" מער ווי מען מיינט.

---------

@נקודות טובות קומט אריין געפערליך קלאר
שרייב פאוסט