הייליגע רבי שמעון...

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
ערשטע מאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 6:41 am
x 132

הייליגע רבי שמעון...

פאוסט דורך ערשטע מאל »

אוי הייליגע רבי שמעון,
אזוי אונטערברימען,
דאס הארץ צו דיר גייט אויס.
אוי הייליגע רבי שמעון,
הלואי! צו דיר קומען,
א געשריי גייט ארויס,

אוי הייליגע רבי שמעון,
דאס הארץ ווערט צונומען,
אויף פיץ פיצלעך.
אוי הייליגע רבי שמעון,
ווען איך קען ווען קומען,
מיט מיינע קוויטלעך.

א געשריי ממעמקים, מיט בענקשאפט און געגועים.
אוי א געשריי ממעמקים, מיט בענקשאפט און געגועים.

ס'איז שוין שפעט ביינאכט,
די אויגן נישט פארמאכט,
ווער קען שלאפן אין אזא טאג.
אוי הייליגע רבי שמעון,
באווייז א סימן,
אז דו הערסט צו וואס איך זאג.

איך בין טאקע אזוי ווייט,
אבער אין דער זעלבע צייט,
אזא נאנטקייט איך שפיר.
דא פון מיין דירה,
זינג איך שירה,
און אזוי קלאפן אויף דיין טיר.

פאר אידן איבעראל, אזויפיל בקשות ישראל.
אוי פאר אידן איבעראל, אזויפיל בקשות ישראל.

מיט דיין ליכטיגן אור,
פארן גאנצע דור,
אין ל"ג בעומר עס פארשפרייט.
אין יעדן ווינקל,
עס איז נישט טינקל,
באלויכטן מיט א ליכטיגקייט.

פון דיין חצר און מערה,
שיק א רוח טהרה,
און גוטע ישועת פועל.
אין אלע חצרות,
זאל זיין יבטל הגזירות,
ווייל רבי שמעון איז דאך לכל.

בעטן מיר אזוי, בזכות אדונינו בר יוחאי.
אוי בעטן מיר אזוי, בזכות אדונינו בר יוחאי.


אוי הייליגע רבי שמעון,
אזוי איבערגענומען.
פון די אויגן ס'גיסט זיך א קוואל.
כאטש כ'בין נישט געקומען,
האב איך יא גענומען,
השפעות פארן גאנצן כלל.

זאל מגין זיין דיין זכות,
פאר יעדער וואו נאר ער איז,
אין אזא גרויסע שעה.
אוי הייליגע רבי שמעון,
לעכטיגע רבי שמעון,
נפשי חולת אהבתך.
או בצל כנפיך יחסיון ירוין מדשן ביתך....
שרייב פאוסט