ערשטע מאל אין מירון

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
ערשטע מאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 6:41 am
x 132

ערשטע מאל אין מירון

פאוסט דורך ערשטע מאל »

ל"ג בעומר תשע"א

פופצן יאר איז טאקע נישט אזא לאנגע צייט צוריק, אבער ווען די טעמע איז ל"ג בעומר אין מירון הערט זיך עס ווי פון אן אנדערע עפאכע.. אין יענע יארן האט מירון נאכנישט געמיינט לאנגע שעות קלעטערן אויף די בערג און איבערשפרינגען פאליצייאישע בלאקאדעס... אויך האט עס נישט געמיינט איינצעלע לעצט פארבליבענע באס טיקעטס פינעף אזייגער פארטאגס פון רכסים... אדער גאר באר שבע...
אין די פארצייטישע באגריפן פון יענע יארן איז מען ארויף קיין מירון מיט א פשוטע קאר אדער פובליק טראנספארטאציע. מען האט זיך ארויפגעזעצט אויפן באס, ווען מ'האט געוואלט... וואו מ'האט געוואלט... און געפארן! נאך א נסיעה פון אומגעפער דריי - פיר שעה האט זיך דער באס אפגעשטעלט... אין מירון! הארט ביים טויער וואס פירט צום דרך מהדרין... יא! נישט צו גלייבן! אבער אזוי איז דאן געווען....

.....

ל"ג בעומר, אין די פריע פארמיטאג שעה'ן האב איך גענומען דעם האפפמאן באס פון ירושלים קיין מירון, מיט שטורעמישע געפילן וואס כ'האב פשוט נישט באוויזן צו קאנטראלירן..
א קליינעקייט?! מ'גייט זיין ל"ג בעומר אין מירון!!! צום ערשטן מאל!!
באלד ביים אנהייב פונעם נסיעה האט זיך שוין גוט געשפירט דאס היימישע ברודערליכע געפיל ווי א פאראייניגטע פאמיליע פארט צוזאמען אויף א משפחה שמחה. יעדער האט עפעס אנדערש געהאט צו טיילן פארן ציבור, דער נעמט ארויס צולאזטע אייסעס... א צווייטע טיילט אויס טרינקען וואס האט אמאל געזאלט זיין קאלט.. א דריטע מאכט א לחיים מיט היימישע לעקעך און געבעקסן און דער אנדערע שלעפט ארויס ניסלעך און פאפקארן...
נאך א נסיעה פון בערך דריי און האלב שעה הייבט מען אן צו זעען די מירונער אומגעגנט... די באס שלעפט זיך ארויף די געדרייטע שמאלע שאסייען אויף די בערג צווישן צפת און מירון ווען א הילכיגע געזאנג האט אויסגעבראכן און אין א בליץ סעקונדע איינגענומען אלע רייזענדע אויפן באס... די צוויי ווערטער וואס קומען לכאורה דא אריין זענען: ספאנטאניש! ענטוזיאסטיש!
'אוי בר יוחאי נמשחת אשריך...'
די פרייליכע טענער פון יונג און אלט האבן אפגעדונערט שאפענדיג א זעלטן הארמאנישע געפיל, ווארעם... הארציג... עפעס אזוי ברודערליך! ממש שלא מעלמא הדין!
נאר א בליק אויף די מיטרייזענדע אויפן באס און עס האט זיך שוין געשפירט דעם קיבוץ גליות'דיגע געפיל... מענטשן פון אלע לענדער, קרייזן און יארגענג.. אלע, אבער אלע, האבן זיך מיטאמאל פאראייניגט מיטן התלהבות'דיגע פלאקער אין א געמיינזאמע ליד..
'אוי בר יוחאי שמן משחת קודש...'

....

די באס שטעלט זיך אפ, און צוזאמען דערמיט מיין הארץ... עס פארפעלט א קלאפ... יא איך בין דא! אין מירון! ל"ג בעומר! דאס ערשטע מאל!
מ'שטייגט אראפ פון באס גראד אריין אין א ים פון מענטשן... אומצאליגע טישלעך, אלע סארטן ספרים און קונטרסים... ברסלב'ער, חבד'סקער, ספרד'ישע... פילע טישן וואס פארטיילן עסן און טרינקען בשפע. צו מיין מזל האב איך זיך אפגעשטעלט ביי א טישל פון אן עלטערע אידל וואס האט זיך געבעטן ביי מיר איך זאל פון אים נעמען א נאסע, הייסע, ראגעלע... איך האב נישט געוויסט וואס ערווארט מיר און עס גענומען בלויז אויף צו געוואר ווערן אז ס'איז... טאקע... נאס... און הייס..
גלייבט מיר אבער, ס'האט געהאט אלע טעמ'ען! וואס הייסט?! א מירונער שטיקל מזונות!
פון גרויס התרגשות האב איך ווייזט אויס נישט אזוי געקוקט וואו איך גיי, און כ'האב זיך בטעות אנגעשטויסן אין א קליין שטיינדל אויפן ערד, און אזוי אן קיין פריערדיגע מעלדונג זיך געטראפן ליגן אויסגעשטרעקט... ס'איז געווען א געזונטע קלאפ און נישט ממש די בעסטע קבלת פנים וואס כ'האב ערווארטעט פאר מיין ערשט מאליגע מירון...
פארבייגייענדיגע אידן האבן מיר צוגעפירט צו א דערנעבענדיגע הצלה בודקעלע וואו די הצלה וואלאונטירן האבן מיר געטריי באהאנדעלט און באנדאזשירט. אויב איז מוצאי ל"ג בעומר ארויס ציפערן פון די לייכט פארוואונדערע אין מירון, דאן בין איך געווען איינס פון זיי...
זיך באדאנקט פאר די הצלה לייט און ארויס, ס'נישטא קיין צייט, ל"ג בעומר אין מירון! יעדער מינוט איז א שאד! פארזיכטיגערהייט שפאן איך ארויף דעם בארג כ'וויל נישט נעמען נאך א שאנס, ווען עטליכע גער'ער בחורים שטעלן מיר אפ מיט אן אנגעפילטער גלאז, עפעס וואס קוקט אויס אזוי ווי גרעיפ דזשאוס?! אהה.. חי רוטל! יא, דאס איז נאך געווען אין די צייטן ווען חי רוטל האט געמיינט הייסע גרעיפ דזשאוס...
ענדליך קום איך אן אין חצר, דער אמת'ן כ'האב נישט געפלאנט צו טאנצן, צום ערשט האב איך געוואלט אריינגיין אין מערה, אבער קיינער האט מיר נישט געפרעגט... איך טרעף זיך מיטאמאל טיף טיף פארכאפט אין א פייערליכע רינג... א געפלאכטענע רינג וואס רינגלט זיך אריין אין א צווייטע רינג און פון דארט אין א דריטע...טויזענטע מענטשן כאפן זיך אן אינאיינעם, האנט ביי האנט, אקסל צו אקסל, און מ'הייבט זיך אין די לופטן!
פון א זייטיגע צימערל גיסט זיך ארויס טעלערס קוגל און גלעזער פעפסי... ווען דער שיריים דערפון האב איך געשפירט אויף מיין הויזן... אבער וועם גייט דאס אן?! קיינער קוקט נישט, טראכט נישט, פרעגט נישט.. אלעס טאנצט! איך קוק אויף מיין רעכטע זייט און דאן לינקס, נישטא קיין צוויי מענטשן וואס גייען די זעלבע טראגע, אלעס איז אנדערש פון די הוט ביז די זאקן... ועד בכלל... אבער וועם אינטערעסירט עס בכלל?! אזוי אנדערש.. אבער אזוי פאראייניגט! א געמיש פון אלע סארטן שפראכן ווערן דא צוזאמגעפלאכטן אויף א פאראייניגטע הארץ-שפראך;

'לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי...'

די אויגן אויף ארויף, די הענט אויף די אקסלען און אלעס דרייט זיך... שנעלער... שנעלער. א כוואליע פון מענטשן דרייען זיך ארום און ארום ווי א דרייער מאשין אנגעצינדן אויפן העכסטן גראד... אין צענטער שטייט א הדרת פנימ'דיגע איד און טאנצט א קאדאטשקע מיטן זילבערנע שטעקעלע אין די הייעך, דערנעבן איז דער איד אויפן לייטער וואס קאנטראלירט די טענץ און איז מיטאמאל מחליט אז אלע רינגען דארפן טוישן ריכטונגען... און אלעס הייבט אן פליען... מענטשן, קאפלעך, גלעזער און היטן... אלעס פליט! בלויז א נס איז די איינציגסטע הסבר וויאזוי די ב'חנ'טע חאלאקע קינדערלעך האבן דאס איבערגעלעבט.. אויף די אקסלען פון זייער פאטער זיצן זיי ווי פרינצן מיט די זיסע לאקן וואס שאקלען זיך אזוי האסטיג צום ריטעם פון די ליסטיגע טענץ...
דער ברסלב'ער קלארינעט שפילער גיבט ארויס טענער וואס דערגרייכט גראד צו די סטרונעס פון מיין הארץ, 'כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז א לעבעדיגע ניגון קען זיין אזוי הארציג...' ווען צוזאמען גייט דאס מיטן ירושלימער-מירונער איד מיטן קאפטן וואס שרייט אריין אינעם מייק און ווערט קיינמאל נישט הייזעריג... ער האט מלכתחילה אזוי אנגעהויבן צו זינגן...

'פרישער... פרישער... אמר רבי עקיבא, אמר רבי עקיבא, אשריכם ישראל...'
'אמר רבי עקיבא, אמר רבי עקיבא, אשריכם ישראל...'
און דאן איז עס געקומען... ווייטער מיטן זעלבן טאן נאר מיט אנדערע ווערטער..
'הצלה ביי די ווייבער... הצלה ביי די ווייבער... אוי הצלה ביי די וויייבער...' אזוי נאטירליך אריינגעפלאכטן אזש כ'האב זיך באמת געוואונדערט צו די ווייבער דארפן טאקע הצלה אדער איז דאס שוין געווארן א טייל פונעם ניגון...?!
ערגעץ וואו איז געווען א פאל ווען א קליין קינד האט זיך פארלוירן דער פאטער האט אים ארומגעזוכט און אלעס שטעלט זיך אפ... די ארומיגע ווערן פאראייניגט אינעם געמיינזאמע רעטונגס מיסיע ביז דאס קינד וועטר אפגעפונען ב"ה געזונט און שטארק. מענטשן וואס האבן גארנישט איינער מיטן צווייטן זענען דא אזוי פאראייניגט... מיר זענען דאך אלע באטייליגטע ביים זעלבן חתונה!

....

נאכן טאנצן א גוטע צוואנציג מינוט הייב איך אן גיין צום ריכטונג פונעם מערה ס'נישט לייכט און דער איינציגסטע אויסוועג איז, אז מ'טאנץ מיט מיטן רינג ביז מ'קומט אן... פלוצלונג האב איך זיך געטראפן ביים אריינגאנג צום מערה אין א געדרענג וואס קוקט אויס אוממעגליך דורכצומאכן.. מיין פלאן איז אז כ'וועל זיך אריינרוקן אינעם געדיכטן מענטשליכע שטופעניש און אזוי זיך לאזן מיטפליען מיט די מאסן... וכך הווה. נאך עטליכע מינוטן האב איך זיך געטראפן אינעווייניג אינעם מקום קדוש, וויאזוי כ'האב דאס געמאכט ווייס איך נישט, איך ווייס אבער יא אז די קנעפלעך האבן דאס נישט באוויזן... אלע מיינע קנעפלעך זענען פשוט געבליבן אינדרויסן..
דער לופט אינעם מערה איז אזוי הייליג! לויטער! ריין! דערהויבן! די לופט איז געדיכט מיט טויזענטע תפילות ישראל וואס שוועבן דא אין אט דעם הייליגן צימער. די הערצער זענען אפען... די אויגן ווי א קוואל... אלעס איז אפען, נאטירליך, קיינער פרובירט ניטאמאל צו באדעקן די קראנען פון טרערן וואס פליסן אן אויפהער. איך טראכט צו מיר אז אויב זענען די געדרייטע טענץ אינדרויסן ווי א דרייער מאשין דאן איז דא אינעווייניג דער וואש מאשין און נישט די צוליב די דיקע טראפענעס שווייס וואס קומען אומאויפהערליך פונעם שטערן.. דאס האב איך ניטאמאל געשפירט... נאר די טייכן טרערן וואס גיסט זיך ווי וואסער און וואשט אויס די הערצער אזוי ציכטיג ריין.
דא און דארט קומען ארויס הארצרייסענדע יללות פון אידן וואס גיסן זיך אויס דאס הארץ, יעדער פאר מינוט הערט זיך א צווייטע הארץ געשריי וואס שניידט דורך די לופטן;

'א-ב-א'!! 'א-ב-א'!!!

אדער;

'ר-ב-י ש-מ-ע-ו-ן'!! די געשריי ווערט העכער און שטערקער; 'ר-ב-י ש-מ-ע-ו-ן'!!!

נאך אומערמידליכע כוחות האב איך דערגריייכט דעם ציון אבער בלויז פאר עטליכע סעקונדעס איך בין געשטאנען דארט ווען פון גרויס התרגשות האב איך נישט געוויסט וואס צו בעטן.. מיינע ליפן האבן געשעפשעט א קורצע תפילה כ'זאל קענען אהיימברענגען אנגעפילטע זעק מיט ישועות!
איך האב געפונען א ווינקל ביים זייט פון רבי אלעזר וואו כ'האב זיך אוועקגעשטעלט, אויף א שטח פון בלויז עטליכע סענטימעטער... כ'האב געוואלט אנהייבן זאגן תהילים ווען איך כאפ זיך אז כ'האב נישט קיין תהילים מיט מיר.. איך באמערק א תהילים ליגן אויף א שאפע עטליכע פוס ווייט, נו, וואו קומט מען אן אהין?!
איך פרוביר אויסצושטרעקן מיין האנט אבער ניין, די נס פון בתיה האט נישט פאסירט. א איד וואס איז געשטאנען דערנעבן האט באמערקט און עס אזוי אריבערגעשיקט ווען איינער גיבט דאס איבער צום אנדערן ביז עס האט דערגרייכט מיינע הענט און צוזאמען דערמיט איז מיטגעקומען עפעס אזא סארט געפיל וואס נעמט מיר ארום... כ'ווייס נישט וואס דאס איז.. וויאזוי דאס אידענטיפיצירן.. ס'נעמט א מינוט און איך כאפ.. דאס איז א געפיל פון אחדות... עפעס אזא ווארעמע ברודערליכע אחדות'שאפט...
די תהילים עפענט זיך און מ'הייבט אן זאגן, אדער בעסער געזאגט זיך אויסגיסן דאס הארץ... ס'נישט געווען אין פלאן אויסצוזאגן גאנץ תהלים, אבער דאס האט פאסירט... דאס ערשטע מאל וואס כ'זאג אויס גאנץ תהלים אונטער אזעלכע אומשטענדן... ס'איז ענג און הייס אבער אזוי הייליג, לויטער און דערהויבן! עס גייט אריבער צוויי שעה מען ענדיגט תהילים און אט דא קומט אריין דעם אויסדרוק: 'זיך געשפירט ווי א נייע מענטש...'
מיטן תהילים אין האנט הייב איך אן מיין וועג ארויס, ווען איך זעה ווי איינער זוכט א תהלים, איך האב דאך שוין געענדיגט קען איך אים געבן מיינס, יענער איז היפש ווייט אין ס'האט זיך פארלאנגט א שטיקל אנשטערנגונג פון מיין זייט, אבער צום סוף האט יענער דאס באקומען און ווידעראמאל... דאס זעלבע אחדות'דיגע געפיל נעמט מיר ארום.. גענוי אזוי ווי פריער... זעט אויס אז דאס אחדות'דיגע געפיל איז נישט נאר ווען מ'באקומט נאר אויך ווען מ'גיבט...
דורכגעווייקט נאס טרעף איך זיך אינדרויסן פונעם מערה גראד אריין אינעם שטח פון תולדות אהרן וואס איז שוין איבערגעפילט מיט טויזענטער מענטשן וואס שטייען קעפ אויף קעפ און מ'גרייט זיך צום גרויסארטיגן מעמד הדלקה. אזוי ווי דער גאנצע טאג פארט היינט, האב איך אויך אין דעם פאל נישט געפלאנט דאס מיטצוהאלטן אבער אז כ'בין שוין דא... נו, וועל איך פארבלייבן..
די גאנצע שטח איז שוין איבערגעפילט, איך שטופ זיך אריין מיט אלע כוחות און אט הייבט זיך אן די הארציגע קלאנגען וואס שניידט אזוי דורך די לופט 'אוי אני מאמין... אני מאמין... אאאאני מאאאמין... אוי באמונה שלימה....' אוי ווי דאס הארץ צוגייט... פיץ פיצלעך!
טויזענטע מענטשן שטייען צוזאמען צוגעדריקט און די שטופערייען ווערן נאר שטערקער און שווערער, נאך אלעם האב איך דאך איין האנט וואס כ'קען שווער באוועגן צוליב די קלאפ וואס כ'האב פריער געכאפט. איינער גיבט א שטופ און דער גאנצע עולם פליט אהין... דאן קומט דער צווייטע און שטופט אהער און דער עולם פליעט אהער... וחוזר חלילה...
פלוצלונג שפיר איך ווי א שרעקליכע דארשט נעמט מיר ארום. מיין ליפן זענען אויסגעטרינקט און איך כאפ זיך אז כ'האב אייגנטליך נישט געטרינקן שוין פאר א לענגערע צייט. ס'איז שרעקליך הייס, מיין מויל איז טרינקן, און כ'הייב אן צו טראכטן ווער ווייסט צו איך וועל גאר נישט זיין איינער פון די הצלה געשרייען צוליב א פאר'חלש'טן...
מיטאמאל זעה איך ווי א איד שטופט זיך אדורך די מויער פון מענטשן און אין זיין האנט האלט ער... פלעשלעך וואסער... איך נעם פון אים א באטל און דאס זעלבע געפיל נעמט מיר ווידעראמאל ארום... דאס אנגענעמע ווארעם-הארציגע געפיל פון אחדות!
איך נעם איבער די אלע פלעשער וואסער און כ'זאג פאר דעם טיילער אז ער קען גיין ברענגען נאך... 'איך וועל שוין פארטיילן די וואסער דא אין מיין אומגעגענט'... ס'נישט לייכט נאכדערצו אין אזא געדרענג אבער איך ווייס דאך שוין גאנץ גוט ווי שטארק עס פעלט אויס.. איך טייל אויס די פלעשער וואסער און מענטשן זענען זיך מחיה דערמיט... און יא, די געשמאקע אחדות'דיגע געפיל האלט ווייטער אן.. ווידעראמאל ווער איך איבערגעצייגט אז שפירן אחדות'דיג איז נישט בלויז ביים נעמען, נאר אויך, און אפשר גאר פיל מער, ביים טיילן...
די זון הייבט אן אונטערגיין, עס איז שקיעה צייט, און די גאנצע בריאה שטייט איינגעהילט. די מוזיק שטעלט זיך אפ א מינוט און איך שפיר ווי כ'בין אין אן אנדערע פלאנעט. אין מיינע אויערן שפילט זיך איבער די ניגון פון משה גאלדמאן ווי דער יונגעל דארט אויפן קאסעטע ציט ארויף מיטן זיסע קוויטשעדיגע שטומע;

'אוי פתח לנו שער.. בעת נעילת שער... כי פנה יום.. כי פנה יום...'
די מינוט פון די הדלקה איז אנגעקומען! די גאנצע לופט ווערט מיטאמאל עלעקטערזירט און טראצדעם וואס מ'ווארט שוין דערויף א לענגערע צייט איז אבער די קלימאקס אנגעקומען גענצליך אומערווארטעט...
איינס, צוויי, דריי, און פיר;

'לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי... לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי...'
דאס העלישער פאקל הייבט זיך אין די לופטן און מיט דעם די פילע טויזענטע אידן.. נישט בלויז די פיס טאנצן נאר די הערצער! עס שפירט זיך ווי די גאנצע שטח הייבט זיך אין די לופטן, העכער... העכער... אט דערגרייכן מיר באלד ביזן הימל... ביזן כסא הכבוד.... עס שטעלט זיך נישט אפ...

'לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי...'

....

דא וועלן מיר זיך מוזן אפשטעלן ווייל ווייטער איז פשוט אוממעגליך צו שילדערן... מ'קען שילדערן סצענעס אבער נישט געפילן... ווען נאך א גאנצע טאג אנגעהויבן מיט די פייערליכע ריקודים אינעם חצר המערה, די השתפכות הנפש'דיגע געבעט אויפן ציון הרשב"י, התעוררות'דגע הימל-שפאלטענעם תהילים אינעם מערה און דערנאך די התרגשות'דיגע ניגוני הכנה צום הדלקה... דאס אלעס נעמט זיך צונויף אויף איין מאל און שרייט ארויס אין אט די הייליגע נעילה'דיגע מאמענטן איינגעהילט אין א העלישע פלאם פייער:

'לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי...'


ל"ג בעומר תשפ"ו

ס'איז מאנטאג אינדערפרי, היינט נאכט איז ל"ג בעומר! די זון שיינט אויף, די זעלבע זון וואס איז דעמאלס אונטערגעגאנגען אין מירון...
די הארץ איז פיל מיט בענקשאפט און געגועים, די טענץ אין חצר, די מערה, די הדלקות, די הכנסת אורחים און וואס נישט... און דאן דערמאן איך זיך איבער אט די ווארעמ-הארציגע געפיל פון אחדות וואס באגלייט יעדע ריר דורכאויס דעם גרויסן טאג...
איך קוק אויף די מענטשן אין גאס און אין שול, און איך טראכט צו מיר 'דאס זענען די זעלבע מענטשן מיט וועם מיר וואלטן זיך צוזאמען געשטופט אין מירון... מיט זיי וואלט איך צוזאמען געטאנצן האנט ביי האנט און אקסל צו אקסל... ביי די מענטשן וואלט איך זיך געבעטן זיי זאלן נעמען פון מיר א גלאז קאלטע וואסער... און מיט די אידן וואלט איך זיך געטיילט מיין שטיקל קוגל...
אויב איז עס ווען אין מירון...
נאר וואס?! דא איז נישט מירון!
אבער איין מינוט, ווער זאגט?! די מענטשן זענען די זעלבע... דער טאג איז די זעלבע... איז ווער ווייסט, אפשר קען מען שפירן די זעלבע סארט אחדות'דיגע געפיל אויך נישט אין מירון...?!
ווער ווייסט?! ס'קען זיין אז דאס האט נאר מיט די העכערע מירונער אטמאספער, און ס'קען זיין אז נישט אויב מ'וועט דאס נישט אויספרובירן וועט מען נישט וויסן...
און אוודאי געוויס... דער געפיל איז נישט נאר ווען מ'באקומט, נאר אויך ווען מ'גיבט...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3659
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12314

Re: ערשטע מאל אין מירון

פאוסט דורך פופציגער »

🔥
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
שרייב פאוסט