דארף מען עס דען איבערזאגן נאכאמאל?
דער וועלט זעט היינט אויס ווי א שפיטאל
קראנקע און צעדרייטע — ממש אן א צאל
פאר יעדן חכם פאלט עפעס אנדערש איין
פון דאן און ווייטער מוז שוין גענוי אזוי זיין
און אז נישט — וועט קומען א פרישן פלאן

טעגליך זעט מען עס אויף אן אנדער אופן
ס'פאסירן כסדר משונה'דיגע זאכן א הויפן
כ'פרוביר פארשטיין, כ'טאפ אבער א דופן
מיר ווייסן אז יעצט איז עקבתא דמשיחא'ן
מיר זענען גרייט (?) יעדן טאג, הנני מוכן
אינצווישן מ'קענען בלויז דאווענען און זוכן

אצינד האלטן מיר נאכן דריטן אטענטאט
צום דריטן מאל שרייט מען שוין: "כמעט"
פרעצעדענטלאז אן קיין שום פשוט פשט
ווידער מען דערמאנט אונז פון אלע זייטן
אז מיר לעבן אין גאר היסטארישע צייטן
מיט איין רואיגער אינזל — אונזער טאטן.
דער וועלט זעט היינט אויס ווי א שפיטאל
קראנקע און צעדרייטע — ממש אן א צאל
פאר יעדן חכם פאלט עפעס אנדערש איין
פון דאן און ווייטער מוז שוין גענוי אזוי זיין
און אז נישט — וועט קומען א פרישן פלאן
טעגליך זעט מען עס אויף אן אנדער אופן
ס'פאסירן כסדר משונה'דיגע זאכן א הויפן
כ'פרוביר פארשטיין, כ'טאפ אבער א דופן
מיר ווייסן אז יעצט איז עקבתא דמשיחא'ן
מיר זענען גרייט (?) יעדן טאג, הנני מוכן
אינצווישן מ'קענען בלויז דאווענען און זוכן
אצינד האלטן מיר נאכן דריטן אטענטאט
צום דריטן מאל שרייט מען שוין: "כמעט"
פרעצעדענטלאז אן קיין שום פשוט פשט
ווידער מען דערמאנט אונז פון אלע זייטן
אז מיר לעבן אין גאר היסטארישע צייטן
מיט איין רואיגער אינזל — אונזער טאטן.