Think and Thank האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 8:04 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 7:34 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 27, 2026 7:24 pm
וואס האט עס מיט די אידן?
די שיסערייען? אז עס קען חס וחלילה פאלן די קויל אין קאפ פון א איד
און הפלא ופלא, כאטש אידן וואוינען שוין דארט און אויף די ארומיגע גאסן יארן לאנג, האט נאך קיין איין איד נישט געכאפט קיין קויל אין קאפ.
ברוך השם, נישט מאכן קיין עין הרע עין עוד מלבדו, אבער דאס אז סאיז א גאר שלעכטע געגענט איז קלאר , און אז מענטשן זאלן באצאלן דערפאר מיליאנען אויף הויעכע שטאקן , איז נישט מעגליך א בר דעת צו קענען פארשטיין ,
אבער זיך פארלאזן אויף ניסים איז אויך בכלל נישט אויסעגעהאלטען , נאכדערצו ווען מען רעדט פון פיקוח נפש,
אבער שיעור א קויל אין קאפ פון אידן און קינדער איז שוין געווען גאר אסאך, רוב אינצידענטען הערסטו ניטאמאל דערפון, אינקלודינג די קויל אין בית המדרש אריין, וואס האט גראדע יא געמאכט העדליינס ,סאיז דא גענוג און נאך וואס נישט ,אבער צו זען איבער שיסערייען אין יענע געגענט ,קענסטו מאכן א גרינגע גוגעל סערטש ,
א גרויסע באקאנטע דיין אין וויליאמסבורג וואס האט געזיכט א דירה פאר זיין טאכטער ממש עטליכע וואכן פאר די חתונה, האט מיר געזאגט אז ער האלט נישט ביים שיקן זיין טאכטער דארט וואינען ,אפילו דארט איז געווען א ביליגע דירה ,
סיי אלס רוחניות און סיי אלס גשמיות