יושע זאב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 16, 2026 1:14 pm איך האב געהאט 24 פונט בראדוועי קיין איין דיקע מצה. יא געהאט אביסל פארברענטע און דאס איז נישט גוט. רוב איז געווען ראזעווע, אפשר ביי די געהעריגע מאכט זיך יא מער דיקע מצות?
אנדערע זאגן אז אחר פורים קען זיך מאכן מער דיקע מצות. מ'דארף זייער קערפולי קויפן בראדוועי. ס'איז טריקי
ראזעווע איז נישט דינער, אבער עס צוברעקלט זיך גרינגער און איז דעריבער גרינגער צו קייען.
בכלל מיין איך אז טייל מישן דא צווישן דיק און הארט. אז בראדוועי איז דיקער ווי רוב אנדערע מצות דארף מען זיין בלינד צו לייקענען. (ס'דא רבנים זאגן אפיציעל ביי די שבת הגדול דרשה אז פאר א קליינע שיעור כזית דארף מען א פערטל בראדוועי מצה אדער א דריטל פון אנדערע בעקערייען.) נאר וואס, אמאל האט די דיקקייט שווער געמאכט דאס קייען, משא"כ היינט מיט די פלעסטיק וואס עס בלייבט קריספי.
(איך האב דעם פסח יא באגעגנט איינס-צוויי הארטע מצות, אבער על פי רוב זענען די מצות געווען קריספי און האבן זיך גרינג צוקייט.)
אגב, אויב איינער טרעפט זיך אן מיט א הארטע מצה איז דא א פראקטישע וועג עס צו מאכן צוריק פריש, בא'טעמ'ט און ברעקלדיג: עס לייגן אין אויוון פאר עטליכע מינוט.