קריטישע קאמפיין! האלטן די פענסטער'ס פארמאכט אין ביהמ"ד - אלערדזשי סעזאן

געזונטע שמועסן און ידיעות
פרייליכע נאטור
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:41 pm
x 58

קריטישע קאמפיין! האלטן די פענסטער'ס פארמאכט אין ביהמ"ד - אלערדזשי סעזאן

פאוסט דורך פרייליכע נאטור »

ר' איד דער וואס זיצט נעבן דיר, קען קוים אטעמען!


יעדע יאר ווען מען שטייט נאך א לאנגע ווינטער, און בפרט נאך די היי יעריגען ווינטער ווי אידן האבן זיך אפגעמוטשעט מיט שטארקע פרעסטן, קוקט מען גאר שטארק ארויס אויף די יעצטיגע געשמאקע סעזאן ווען ס'ווערט שוין ווארימער און ס'איז נאכנישט צו הייס,
נאטירליכערהייט האבן אידן ליב אין דעם וועטער ארויסצוגיין שפאצירן, זיך ארויסזעצן אויפ'ן פארטש, עפענען די פענסטערס, אא"ו, אלעס פיין און וואיל, מה טוב ומה נעים,

אבער מ'מוז מעורר זיין זייער א ווייטאגליכע ענין וואס אסאך מענטשען כאפן פשוט נישט,
אין דעם יעצטיגען סעזאן זענען דא טויזענטער היימישע אידן וואס ליידן גאר שטארק אויף אלערדזשי"ס פון די ביימער וואס וואקסען ארויס, און זיי מאכן מיט צרות יגון ואנחה אויף זייער א שווערע פארנעם איינער מער איינער ווייניגער, ס'איז פארהאן אפילו אזעלעכע וואס גייען קוים ארויס אינדרויסן, און אפילו צו גיין דאווענען אין א דערנעבענדיגען שוהל וועלן זיי גיין מיט א קאר סערוויס, אבער וואס עס געשעהט איז אז ווען ער קומט אריין אין ביהמ"ד דאווענען, האט איינער אין זיין מנין וואס איז זייער פרייליך מיט די וועטער אינדרויסן מחליט געוועהן צו עפענען די פענסטער(ס,) נישט וויסענדיג אז ס'איז דא אין זיין מנין עטליכע אידן וואס גייען וועגן דעם אפענע פענסטער מיטמאכן אויסטערלישע צער וואס מ'קען נישט מסביר זיין אויפ'ן פאפיר, און ווי פארשטענדליך איז מען נישט אזוי באקוועם צוריק צו פארמאכען די פענסטער,
און זייער אסאך מאל איז דא איינער וואס נעמט יא די קוראזש אין מאכט צו די פענסטער, קען ער באקומען עדיטאד בליקן פון עטליכע אנדערע אידן וועלעכע מאכן אים פילן ווי ער טוט א אומרעכט מיט'ן צומאכן פענסטערס אין א הערליכע וועטער,
ממילא טייערע אידן, ביטע זיך רעכענען מיט א צווייטן און 'עפענט נישט אויף קיין פענסטערס ווען איר זענט אין פאבליק'!
און גלייבט מיר ס'איז נישט מעגליך פאר אייך צו פארשטיין די עגמת נפש וואס דאס ברענגט צו פאר אנדערע אומשילדיגע אידן וועלעכע האבן שוין פרובירט און פרובירן ווייטער אלע עצות פטור צו ווערן דערפון, אבער וואס איז זיכער איז זיכער אז בלייבן indoor איז נאכאלץ די וויכטיגסטע זאך פאר זיי, און ווען די עפענט'ס אויף א פענסטער האסטו מיט דעם זיי ממש חרוב געלייגט,

די אייבערשטער זאל העלפן אז די זאלסט קיינמאל נישט דארפן פילן די עגמת נפש וואס אנדערע אידן האבן אין דעם יעצטיגען סעזאן,
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3628
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4466

Re: קריטישע קאמפיין! האלטן די פענסטער'ס פארמאכט אין ביהמ"ד - אלערדזשי סעזאן

פאוסט דורך אנדערער »

יישר כח @פרייליכע נאטור פאר די דברי התעוררות
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
מלך בייוואז
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
x 46

Re: קריטישע קאמפיין! האלטן די פענסטער'ס פארמאכט אין ביהמ"ד - אלערדזשי סעזאן

פאוסט דורך מלך בייוואז »

@פרייליכע נאטור ווען א מענטש איז הייס טראכט ער נישט פון ינעמס עלערדזשיס פינקט ווי איינער וואס האט עלערדזשיס טראכט נישט פון א מענטש וואס איז הייס
אייבג זיין פריילעך

נאר מיט א שמייכעלע

זיי צפרידן מיט וואס די האסט וועסטו נישט האבן קיין פראבלעמען
;) :lol: :P
צבי וחמיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 124

Re: קריטישע קאמפיין! האלטן די פענסטער'ס פארמאכט אין ביהמ"ד - אלערדזשי סעזאן

פאוסט דורך צבי וחמיד »

מיין עקספיריענס איז אז א אפענע פענסטער מאכט נישט ערגער.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3628
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4466

Re: קריטישע קאמפיין! האלטן די פענסטער'ס פארמאכט אין ביהמ"ד - אלערדזשי סעזאן

פאוסט דורך אנדערער »

צבי וחמיד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 22, 2026 3:40 pm מיין עקספיריענס איז אז א אפענע פענסטער מאכט נישט ערגער.
דו ליידסט פון אלערדזשיס?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט