אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער שפאנישער אויסערן מיניסטער מעלדט אז שפאניע, סלאוועניע און אירלאנד האבן פארלאנגט פונעם אייראפעאישן פאראיין אפצוהאלטן א דעבאטע איבער'ן אפשטעלן דעם פאראיין'ס קאאפעראציע אפמאך מיט מדינת ישראל.
פיילס
IMG_20260421_064913_384.jpg
IMG_20260421_064913_384.jpg (82.05 KiB) געזען געווארן 462 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער פרעזידענט באגריסט אייך מיט א ווארעמע גוט מארגן.
פיילס
IMG_20260421_071520_546.jpg
IMG_20260421_071520_546.jpg (44.06 KiB) געזען געווארן 456 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

די פענטאגאן האט געמאלדן אז אמעריקאנער כוחות האבן געלייגט א האנט אויף נאך א שיף מיט פארבינדונגען צו איראן אינעם אינדא-פאסיפיק ראיאן. דאס קומט אלס טייל פון די פארשטארקערטע אמעריקאנער בלאקאדע צו שניידן די איראנער האנדל-ליניעס, איבערהויפט די וואס פירן סחורה צווישן כינע און טעהראן.
פיילס
IMG_20260421_072022_024.jpg
IMG_20260421_072022_024.jpg (71.61 KiB) געזען געווארן 449 מאל
IMG_20260421_072022_170.jpg
IMG_20260421_072022_170.jpg (87.5 KiB) געזען געווארן 449 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 7:21 am די פענטאגאן האט געמאלדן אז אמעריקאנער כוחות האבן געלייגט א האנט אויף נאך א שיף מיט פארבינדונגען צו איראן אינעם אינדא-פאסיפיק ראיאן. דאס קומט אלס טייל פון די פארשטארקערטע אמעריקאנער בלאקאדע צו שניידן די איראנער האנדל-ליניעס, איבערהויפט די וואס פירן סחורה צווישן כינע און טעהראן.
פענטאגאן: אמעריקאנער כוחות האבן איינגענומען דעם טאנקער שיף וואס האט געהאלפן איראן

אמעריקאנער מיליטערישע כוחות האבן נעכטן נאכט איינגענומען דעם טאנקער שיף "טיפאני" אין דער אינדא-פאציפישער ראיאן, וואס איז געפארן אן א פאן און ווערט פארדעכטיגט אין העלפן איראן'ס שמוגלערייען נעצן. די פענטאגאן האט קלאר געמאכט: "אינטערנאציאנאלע וואסערן זענען נישט קיין ארט פאר שיפן אונטער סאנקציעס."
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

די "וואל סטריט דזשורנאל" באריכטעט אז פאקיסטאן האט געהעכערט די זיכערהייט אין איסלאמאבאד, אבער צוליב די אומקלארקייט צי איראן וועט זיך באטייליגן ביי די געשפרעכן, איז די שטאט נאכנישט אפגעשלאסן און דאס לעבן פירט זיך דערווייל נארמאל.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

באאמטע האבן איבערגעגעבן פאר "עי-פי" אז דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט דזשעי-די ווענס און דער איראנער ספיקער קאליבאף וועלן אנקומען קיין איסלאמאבאד מארגן מיטוואך פארטאגס פאר די פארהאנדלונגען.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער פארזיצער פון די אמעריקאנער גענעראל שטאב גענעראל דאן קעין: 'די יונייטעד סטעיטס איז גרייט צו באנייען די מיליטערישע אקציעס אויף א גרויסן פארנעם קעגן איראן אין איין אויגנבליק'.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ אין אן אינטערוויו פאר CNBC: 'מיר באמערקן אז איראן ריקט אירע מיסילס — מיר האבן יעצט פיל מער אויסריכטונגן (מיליטערישע כוחות) ווי מיר האבן געהאט מיט עטליכע וואכן צוריק'.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

נאך פון טראמפ: 'אויב מיר וועלן יעצט אויפהערן, וועט עס נעמען פאר איראן 20 יאר זיך צוריק אויפצובויען. זיי קענען נישט ארויסנעמען דעם בארייכערטן אוראניום צוליב די רעזולטאטן פון אפעראציע Midnight Hammer'.
פיילס
Screenshot_20260421_091419_Telegram.jpg
Screenshot_20260421_091419_Telegram.jpg (256.09 KiB) געזען געווארן 374 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ איבער איראן: 'דאס איז א רעזשים-טויש (Regime Change), נישט קיין חילוק וויאזוי דו ווילסט עס רופן; דאס איז נישט עפעס וואס איך האב געזאגט אז איך גיי טאן, אבער איך האב עס געטאן — אומדירעקט אפשר, אבער איך האב עס געטאן'.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ זאגט אז דורכאויס דעם פייער-אפשטעל האבן סיי איראן און סיי די יונייטעד סטעיטס 'אנגעפילט די רעזערוון' (restocking), און אמעריקע האט 'געכאפט' א שיף מיט א מעגליכע 'מתנה' פון כינע קיין איראן אויף דעם.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ: "די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן (UAE) זענען אונזערע גוטע אליאירטע. מיר האבן געמיינט אז איראן וועט נאר שיסן מיסילס אויף מדינת ישראל, אבער זיי האבן אויך אטאקירט די עמיראטן און זיי שווער באטראפן. אויב איך קען זיי העלפן פינאנציעל, וועל איך דאס טאן. די גאלף-לענדער און מדינת ישראל זענען געווען אויסגעצייכנט. מדינת ישראל איז א פאנטאסטישער אליאירטער; מיר זענען דער 'עלטערער ברודער' און זיי זענען דער 'אינגערער ברודער', אבער זיי זענען געווען א וואונדערבארער אינגערער ברודער פאר אונז."
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ: "צום סוף וועט זיין אן אויסגעצייכנטע דיעל מיט איראן, מיר געפינען זיך אין א שטארקער פאזיציע אין די פארהאנדלונגען." - "עס איז נישט געבליבן קיין סך צייט ביז דעם סוף פונעם פייער-אפשטעל, און איך וויל עס נישט פארלענגערן."
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

די ווארטזאגערין פון די איראנער רעגירונג, פאטימה מהרג'אני:
"מיר האבן צוויי מהלכים: מלחמה און דיפלאמאטיע. ביידע ארבעטן צו היטן אונזער הויפט ציל — די נאציאנאלע שלימות און דער נאציאנאלער כבוד פון איראן. יעדע באשלוס וואס וועט געמאכט ווערן אין ענדע, מוז דאס היטן. עס איז קלאר אז אויב מען וועט אונז זאגן אז מיר מוזן זיך אונטערגעבן צו עפעס, איז דאס אן אומלאגישע זאך וואס מען קען נישט בארעכטיגן פארן ציבור."
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

טראמפ בעט פון איראן נאך פארן אנהייב פון די געשפרעכן: באפרייט די 8 פרויען וואס איר האט פלאנירט אומצוברענגן. עס וואלט געווען א גוטע התחלה.
פיילס
IMG_20260421_093204_553.jpg
IMG_20260421_093204_553.jpg (40.63 KiB) געזען געווארן 328 מאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2768
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6727

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך הדסים »

מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 9:34 am טראמפ בעט פון איראן נאך פארן אנהייב פון די געשפרעכן: באפרייט די 8 פרויען וואס איר האט פלאנירט אומצוברענגן. עס וואלט געווען א גוטע התחלה.
שלום עליכם @מאירוואלף!

___
כ'האב מורא אז דאס קען זיין זיין וועג אראפ פון בוים. לפחות לפנים.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

באריכט:

א הויפט מחלוקת וואס האלט צוריק איראן פון זיך זעצן צום פארהאנדלונגס-טיש איז די שיף וואס אמעריקע האט פארכאפט. טעהראן שטעלט א תנאי אז מען מוז זי ערשט באפרייען, בשעת פאקיסטאן דינט אלס פארמיטלער צווישן די צדדים צו לעזן די קריזיס.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

לבנון: מדינת ישראל האט דורכגעפירט אן אטאקע אין דעם "וואדי אל-הודזשייר" געגנט אין דרום לבנון.
פיילס
20260421_094943.jpg
20260421_094943.jpg (330.43 KiB) געזען געווארן 268 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

די ריזיגע שיפינג פירמע "Maersk" ווארנט: "מען זאל אויסמיידן פון דורכפארן דעם הארמוז דורכגאס (Strait)".
פיילס
IMG_20260421_102317_931.jpg
IMG_20260421_102317_931.jpg (124.36 KiB) געזען געווארן 217 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער האיוטי פירער עבד על מאליך על האיוטי ווארנט אין א רעדע אז די יעצטיגע רואיגקייט צווישן איראן און אמעריקע איז אומסטאביל און וואקלדיג און די שאנסן פאר א פרישע עסקאלאציע זענען זייער הויך. ער האט קלארגעשטעלט אז זיין גרופע איז נישט נייטראל און וועט ממשיך זיין צו קעמפן קעגן מדינת ישראל און אמעריקע מיט א סטראשע אז אויב די שפאנונגן וועלן זיך צוריק הייבן וועלן די האיוטיס רעאגירן מיט פולער קראפט.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער פאקיסטאנער אינפארמאציע מיניסטער מעלדט אז זיי ווארטן נאך אויף אן אפיציעלע ענטפער פון די איראנער זייט איבער דעם באשטעטיגונג פון א דעלעגאציע וואס זאל אנטיילנעמען אין די שלום-געשפרעכן אין איסלאמאבאד.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1889
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 6554

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך Think and Thank »

מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 6:30 am איראנער מידיע יעצט אינדערפרי: קיין שום דעלעגאציע פון איראן האט זיך נאכנישט געהויבן קיין פאקיסטאן.

-

אפילו אויב צום סוף וועט זיך דער איראנער רעזשים יא באווייזן אין פאקיסטאן, זעהט אויס אז דאס וואס זיי דרייען מיט אן אומקלארקייט איבער זייער באטייליגונג איז געצילט, טיילווייז, צו שפילן מיט די מארקעטס. סך הכל רעדט מען דא פון א קנאפע דריי-שעה'דיגע פלייט פון טעהראן קיין איסלאמאבאד.
דאס אליין וואס טעהראן סטראשעט בכלל נישט צו קומען – נאך וואס אין די פארגאנגענהייט האבן זיי קיינמאל נישט פארפעלט זיך צו באטייליגן ביי פארהאנדלונגען כדי צו געווינען צייט – ווייזט אויף א שטארקע זעלבסטזיכערקייט אינערהאלב דעם רעזשים. זיי שפירן אז זיי האלטן ביים געווינען און אז די צייט ארבעט לטובתם, טראץ די אלע עקאנאמישע דרוק פון די בלאקאדעס.

או יאמר, אז דאס ווייזט אז זיי ווייסן אז סתם ציען צייט דורך פארהאנדלען איינמאל און נאכאמאל ארבעט מער נישט, און היות איראנ'ס 'פארהאנדלונגען' האט מעולם ועד עולם געהאט בלויז די איין ציל צו ציען צייט ווייל זיי זענען קיינמאל נישט געקומען צו סיי וועלכע פארהאנדלונגען מיט'ן פלאן אויפצוגעבן עפעס, האט פשוט נישט קיין פשט צו גיין נאכאמאל פארהאנדלען.

לדעתי איז נישטא קיין וועג צו טראכטן - אפילו פאר די איראנער קעפ - אז וויאזוי זאכן זענען יעצט ארבעט צייט לטובת איראן.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

דער פארשטייער פונעם איראנער פירער אין די IRGC זאגט אז דערווייל קומען נישט פאר קיין שום פארהאנדלונגען און איראן וועט נאר פארהאנדלען אויב דער פיינט וועט אננעמען זייערע באדינגונגען. ער האט באטאנט אז דער פיינט מוז אנערקענען אז איראן געפינט זיך אין די פאזיציע פון דעם געווינער בשעת דער פיינט איז דער פארלירער.
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:51 am דער פארשטייער פונעם איראנער פירער אין די IRGC זאגט אז דערווייל קומען נישט פאר קיין שום פארהאנדלונגען און איראן וועט נאר פארהאנדלען אויב דער פיינט וועט אננעמען זייערע באדינגונגען. ער האט באטאנט אז דער פיינט מוז אנערקענען אז איראן געפינט זיך אין די פאזיציע פון דעם געווינער בשעת דער פיינט איז דער פארלירער.
נאך ציטאטן אויף איראנער טעלעוויזיע.
פיילס
Screenshot_20260421_105254_X.jpg
Screenshot_20260421_105254_X.jpg (190.87 KiB) געזען געווארן 182 מאל
מאירוואלף
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1164
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
Location: א אינזל
x 7978

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך מאירוואלף »

סי ען ען:

עס איז דערווייל אומקלאר ווען וויצע פרעזידענט דזשעי-די ווענס וועט אפפליען קיין פאקיסטאן, נאכדעם וואס ער איז פארבליבן אין וואשינגטאן אנטיילצונעמען אין דרינגענדע זיצונגען אינעם ווייסן הויז איבער די ווייטערדיגע פאליסיס. טראץ דעם וואס ער האט געזאלט אפפליען היינט דינסטאג אינדערפרי, הערשט נאך אלס א גרויסע אומזיכערקייט צי די איראנער דעלעגאציע וועט בכלל אנטיילנעמען אין דעם צווייטן רונדע פארהאנדלונגען, וויבאלד איראן האט ביז יעצט נאכנישט באשטעטיגט אז זי שיקט אירע פארשטייער קיין איסלאמאבאד.
שרייב פאוסט