אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
סענאטאר לינזי גרעהם:
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
טראמפ דער ביבי-פאפעט.בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 16, 2026 1:54 pm סאוי טראמפ האט געמאלדן א פייער אפשטעל אן פרעגן פארדעם, די קאבינעט האט נאכנישט אפגעמאכט וואס מ'טוט, אבער טראמפ האט שוין געהאט באשלאסן, טייל זאגן אז דאס קומט צוליב דעם וואס איראן האט קלאר געשטעלט אז זיי ווילן נישט פארהאנדלען ווילאנג ס'איז נישט דא קיין פייער אפשטעל מיט לבנון, און טראמפ האט זיך געבראכן דערפאר, טראץ וואס סיי ער און סיי נתניהו האבן געהאלטן אינאיין זינגען אז איראן מיט לבנון זענען צוויי באזונדערע זאכן.
ווי קאמיש סהערט זיך, דער איינציגסטער צו מעלדן די פייער אפשטעל צווישן צוויי לענדער אין די מיטל מזרח, איז דער אמעריקאנער פרעזידענט..
פילע חברי כנסת זענען ארויס געקומען זייער שארף אויף דעם פאקט אז מדנ''י ווערט אפיציעל געפירט דורך טראמפ, און נישט דורך די ארטיגע רעגירונג, און אז מודעות איבער וויאזוי די לאנד ווערט געפירט, ווערן ארטיגע איינוואוינער אינפארמירט דורך טראמפ.
אל תתן לעובדות לבלבל אותך, זאגט מען דארט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
א שטיקל סך הכל פון די היינטיגע ברעיקינג ניוז.
טראמפ האט געמאלדן נעכטן א פייער שטילשטאנד אין לבנון.
היינט אינדערפרי האט טראמפ געמאלדן אז מ'איז אנגעקומען צו א פארשטענדעניש מיט איראן אין די הארמוז וואסער וועג ווערט אפן מצד איראן, לויט טראמפ האט עס נישט קיין שייכות מיט'ן מצב אין לבנון. ווי אויך האט ער געמאלדן אז די בלאקאדע אויף שיפן וואס פארן פון/צו איראן גייט אן ווי געהעריג.
טראמפ האט אין דער עפנטליכקייט שטרענג פארבאטן פאר מד"י צו אטאקירן לבנון, און געמאלדן אויף וויטערדיגע געשפרעכן. מד"י האט געמאלדן אז די שטחים וואס זיי האבן איינגענומען ביז איצט בלייבט אונטער זייער קאנטראל, און דער עולם קען אהיימגיין.
קורץ דערויף איז געווארן געמאלדן אז מד"י האט דורכגעפירט א געצילטע אטאקע אין דרום לבנון, איינער גע'הרג'עט און עטליכע פארוואונדעט.
אביסל שפעטער האט טראמפ געבראכן די נייעס אז איראן איז מסכים ארויסצוגעבן די בארייכערטע אוראניום. געוויסע מידיא באריכטן אז ס'איז פאר'ן פרייז פון אויפלאזן איראנע נכסים אין ווערד פון 20 ביליאן דאלער, טראמפ האט עס שארף אפגעלייקנט.
טראמפ האט איבערגעגעבן פאר סי-בי-עס אז איראן איז מבטיח (...) אויפצוהערן שטיצן אירע פראקסיס אין מיטל מזרח און מער קיינמאל נישט פארמאכן דעם הארמוז
טראמפ האט אויך געמאלדן אז איראן אינאיינעם מיט אמעריקע רייניגן אויס די וואסערן פון מינעס.
אבער...
איראן טענה'ט אז די ערעפענונג פונ'ם סטרעיט אוו הארמוז איז געבינדן מיט'ן פייער שטילשטאנד אין איראן און אין לבנון, וואס מד"י האט שוין פארלעצט, און אז א ווייטערדיגע בלאקאדע אויפ'ן סטרעיט אוו הארמוז מצד אמעריקע וועט ווערן באטראכט ווי א פארלעצונג אינ'ם אמעריקע-איראן פייער שטילשטאנד.
איראן לייקנט אויך אז זיי האבן אמאל מסכים געווען ארויסצוגעבן די אוראניום פאר סיי וועלכע לאנד.
דערווייל איז דא באריכטן פון עטליכע צענדליג שיפן וואס הייבן אן אריבערפארן דעם הארמוז.
דערמאנונג: די סטאק מארקעט פארמאכט זיך ביז א שעה.
אין גאר דראמאטישע נייעס האבן פראנקרייך, דייטשלאנד און ענגלאנד שטרענג געמאלדן אז איראן מוז עפענען דעם סטרעיט אוו הארמוז, דער דייטשער קאנצלער האט זאגאר געמאלדן אז ער איז מסכים אז די פאראייניגטע שטאטן זאלן נעמען א חלק אין באשיצן דעם הארמוז. עזות פנים איינער.
טראמפ האט געמאלדן נעכטן א פייער שטילשטאנד אין לבנון.
היינט אינדערפרי האט טראמפ געמאלדן אז מ'איז אנגעקומען צו א פארשטענדעניש מיט איראן אין די הארמוז וואסער וועג ווערט אפן מצד איראן, לויט טראמפ האט עס נישט קיין שייכות מיט'ן מצב אין לבנון. ווי אויך האט ער געמאלדן אז די בלאקאדע אויף שיפן וואס פארן פון/צו איראן גייט אן ווי געהעריג.
► Show Spoiler
קורץ דערויף איז געווארן געמאלדן אז מד"י האט דורכגעפירט א געצילטע אטאקע אין דרום לבנון, איינער גע'הרג'עט און עטליכע פארוואונדעט.
אביסל שפעטער האט טראמפ געבראכן די נייעס אז איראן איז מסכים ארויסצוגעבן די בארייכערטע אוראניום. געוויסע מידיא באריכטן אז ס'איז פאר'ן פרייז פון אויפלאזן איראנע נכסים אין ווערד פון 20 ביליאן דאלער, טראמפ האט עס שארף אפגעלייקנט.
► Show Spoiler
► Show Spoiler
► Show Spoiler
אבער...
איראן טענה'ט אז די ערעפענונג פונ'ם סטרעיט אוו הארמוז איז געבינדן מיט'ן פייער שטילשטאנד אין איראן און אין לבנון, וואס מד"י האט שוין פארלעצט, און אז א ווייטערדיגע בלאקאדע אויפ'ן סטרעיט אוו הארמוז מצד אמעריקע וועט ווערן באטראכט ווי א פארלעצונג אינ'ם אמעריקע-איראן פייער שטילשטאנד.
איראן לייקנט אויך אז זיי האבן אמאל מסכים געווען ארויסצוגעבן די אוראניום פאר סיי וועלכע לאנד.
דערווייל איז דא באריכטן פון עטליכע צענדליג שיפן וואס הייבן אן אריבערפארן דעם הארמוז.
דערמאנונג: די סטאק מארקעט פארמאכט זיך ביז א שעה.
אין גאר דראמאטישע נייעס האבן פראנקרייך, דייטשלאנד און ענגלאנד שטרענג געמאלדן אז איראן מוז עפענען דעם סטרעיט אוו הארמוז, דער דייטשער קאנצלער האט זאגאר געמאלדן אז ער איז מסכים אז די פאראייניגטע שטאטן זאלן נעמען א חלק אין באשיצן דעם הארמוז. עזות פנים איינער.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
עהעם...
די רעוואלוציאנערע גווארדיע האט געמאלדן אז די הארמוז בלייבט פארמאכט ביז די בלאקאדע איז אראפגענומען, לויט געוויסע באריכטן האבן זיי באטיטלט דעם אויסערן מיניסטער אלס "אידיאט" פאר'ן עס עפענען.
דער קאליבאף, וואס לויט שמועות איז ער (געווען) אויף טראמפ'ס ליסטע צו פירן איראן אין איר קומענדיגער גלגול, האט געזאגט אז די הארמוז וועט זיין שטארק געצוימט.
איראן האט נאכאמאל געלייקנט אז סיי וועלכע אוראניום זאל האבן געזאלט ווערן ארויסגעפירט פון איראן.
טראמפ זאגט אז ס'איז נישטא קיין רעדע פון אראפנעמען דעם בלאקאדע און אויב איראן עפנט נישט דעם הארמוז גייט מען צוריק צו באמבאדירונגען.
אין גוטע נייעס פאר טאקער/ווענס.
א געלט מעשה לכבוד מוצ"ש, פאר א קנאפע מיליאן דריי הונדערט צוויי און צוואנציג טויזנט ריאל קענט איר זוכה זיין צו א גאנצן אמעריקאנעם טאלער.

טראמפ:
איראן האט נעכטן באשלאסן צו שיסן אויף שיפן אינעם סטרעיט אף הארמוז, און דאס איז א טאטאלע פארלעצונג אין די פייער אפשטעל, דאס איז נישט געווען שיין פון זיי.
מיינע שליחים וועלן מארגן אנקומען קיין פאקיסטאן פאר געשפרעכן.
איראן האט געמאלדן אז זיי פארמאכן צוריק די סטרעיט, ס'איז אונטערנסאנט, ווייל אונזער בלאקאדע האט עס שוין פארמאכט, זיי העלפן אונז אן כאפן אז זיי זענען די וואס האבן שאדן, זיי האבן שאדן 500 מיליאן דאלאר א טאג, אין די צייט וואס אונז פארליר מיר גארנישט, אויב עפעס פארקערט, אסאך שיפן זענען אויפן וועג צו די US אנצונעמען אויל, א דאנק פאר די IRGC פארן אייביג ווילן זיין די טאָף גיי.
אונז אפער מיר זייער א פעיר און פארשטענדליכע דיעל, כ'האף אז זיי וועלן עס נעמען, ווייל אויב נישט, גיימיר אפווישן יעדע איינציגסטע פאוער פלענט, און זייערע אלע ברידזשעס, "נאו מאר מר. נייס גיי", זיי גייען פאלן זייער שנעל און גרינג, אויב זײ נעמען נישט דעם דיעל, ס'וועט מיך זיין א זכי' צו טוען וואס מ'דארף טוען, זאכן וואס וואלט שוין געדארפט געטוען ווערן דורך פריערדיגע פרעזידענטס די לעצטע 47 יאר.
"ס'איז צייט פאר די איראנע מארד מאשין צו קומען צו א ענדע"

ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.

בודקע האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 19, 2026 12:41 pm טראמפ:

די איראנע דעלעגאציע וועט אנקומען קיין פאקיסטאן אויף דינסטאג.
די איראנע גלייבן אז טראמפ וועט צום סוף אויסציען די פייער אפשטעל.
אויב וועט זיין א דיעל, וועלן טראמפ מיטן איראנע פרעזידענט קומען קיין פאקיסטאן זיך צו טרעפן, און ציזאמען אונטער שרייבן דעם אפמאך.
סי. ען. ען.
די איראנע גלייבן אז טראמפ וועט צום סוף אויסציען די פייער אפשטעל.
אויב וועט זיין א דיעל, וועלן טראמפ מיטן איראנע פרעזידענט קומען קיין פאקיסטאן זיך צו טרעפן, און ציזאמען אונטער שרייבן דעם אפמאך.
סי. ען. ען.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
איראן טענה'ט אז דערווייל האט מען נאכנישט אפגעמאכט צו מ'זאל שיקן א דעלעגאציע קיין פאקיסטאן, ווי לאנג די בלאקאדע האלט אן.
עמיחי שטיין.
עמיחי שטיין.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
איראנע פרעזידענט: טראמפ האט נישט די כח פון צוריק האלטן איראן פון אירע נוקלעארע רעכטן.
איראנע דעפיוטי אויסערן מיניסטער: איראן וועט נישט איבער געבן די בארייכערטע אוראניום פאר אמעריקע.
איראנע דעפיוטי אויסערן מיניסטער: איראן וועט נישט איבער געבן די בארייכערטע אוראניום פאר אמעריקע.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
טראמפ מעלדט די פארכאפונג פון א איראנע קארגא שיף, נאכדעם וואס די שיף האט נישט אויסגעפאלגט די בלאקאדע, דער שיף איז שוין לאנג סאנקציאנירט פאר אומלעגאלע אקטיוויטעטן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
-
הבוחר בתורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 704
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
- Location: אין די אייבערשטנ'ס הענט
- x 5597
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
איראנע וויצע פרעזידענט:
אונזער שטעלונג: אדער קען יעדער נוצן די הארמוז וואסער וועג, אדער קיינער!

- פיילס
-
- IMG-20260420-WA0015.jpg (87.98 KiB) געזען געווארן 850 מאל
אמר רבי יהודה, אלמלי הוו ידעין בני נשא רחימותא דרחים קב"ה לישראל, הוו שאגין ככפיריא למרדף אבתריה!
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
טראמפ פארלייקנט די באשולדיגונג אז מדנ''י האט אים אריין געשלעפט אין מלחמה.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
ס'טיט זיך הימל און ערד מיט די בלאקאדע פון די אמעריקאנע ארמיי אויף די סטרעיט און הארמוז. אבער וויאזוי ארבעט א בלאקאדע?
אסאך קען געשריבן ווערן איבער דעם אבער איך וועל בלויז שרייבן איבער ווי אזוי די אמעריקאנע נעווי שיפן אינפארסירן די בלאקאדע.
די נעווי פאלגט א שטרענגע און קלארע סדר וויאזוי צו ווארענען קאמערציאלע שיפן אז זיי מוזן זיך צוריקדרייען און נישט אריינגיין אין די פארבאטענע זאנע. דער פראצעס הייבט זיך אן מיט די הויפט מעטאד וואס איז ראדיא קאמוניקאציע דורך בריק-צו-בריק קאנאלן. (די "בריק" איז די קאמענד סענטער פונעם שיף ווי די קאפיטאן קאנטראלירט די שיף, דאס איז געווענדליך אויפן העכסטן פלאץ פונעם שיף). די נעיווי שיפן הערן כסדר און רעדן אויף VHF טשאנעל 16, וואס איז די אינטערנאציאנאלע קאנאל פאר נוטפעלער און רופן. אן אפיציר ליינט פאר א פארמאלע ווארענונג נוסח וואס זאגט קלאר אז אמעריקע האט פראקלאמירט א בלאקאדע און אלע שיפן ווערן געווארנט אפצושטעלן דעם וועג אדער זיך גרייטן אז מען וועט ארויפקומען אויף די שיף מיט קראפט. אויב די שיף איגנארירט דעם רוף, וועט די נעיווי איר אדרעסירן דירעקט ביי איר נאמען אדער פאזיציע ארויסצוגעבן ספעציפישע באפעלן צו טוישן דעם ריכטונג.
אויב די ראדיא קאמוניקאציע העלפט נישט אדער מען ענטפערט נישט, ניצט די נעיווי וויזועלע און קלאנג סיגנאלן וואס זענען באקאנט איבער די גאנצע וועלט. דאס קען זיין דורך אויפהענגען ספעציעלע סיגנאל פענדלעך וואס מיינען אז מען מוז זיך אפשטעלן תיכף ומיד אדער דורך ניצן הויכע סוירטש לייטס צו בלינקען דירעקט צום בריק פון די אנדערע שיף. אין פעלער וואס די שיפן זענען נאנט איינע צו די אנדערע, ניצט מען גאר הויכע רעדנערס און הילכערס צו שרייען באפעלן וואס מען קען הערן אפילו איבער דעם שטארקן רודער פון די מאטארן.
ווען די ווארענונגען פון דעם וואסער זענען נישט גענוג, וועט די נעיווי ניצן איבערפאלן פון דער לופט דורך עראפלאנען אדער העליקאפטערס. א Seahawk העליקאפטער וועט פליען גאר נידעריג נעבן די קאמערציאלע שיף כדי די מאנשאפט זאל זעהן די מיליטערישע אנוועזנהייט מיט די אייגענע אויגן, און די פילאטן וועלן פרובירן צו רעדן צו די שיף דורך די ראדיא בשעת זיי הענגען העכער זיי. דאס דינט ווי א שטארקע פסיכאלאגישע ווארענונג פאר די קאפיטאן פון די קאמערציאלע שיף אז דאס מיליטער איז ערנסט.
אלס א לעצטע שטאפל פאר מען ניצט פולע קראפט, הייבט זיך אן א סדר פון עסקאלאציע וואס קען צוקומען צו ווארענונג שאסן. א קריגס שיף קען שיסן א שאס איבער די נאז פון די שיף מיט קליינע געווער אדער א קאנאן צו ווייזן אז זיי זענען גרייט צו שיסן מיטן גאנצן קראפט. אויב די שיף דרייט זיך נאך אלץ נישט צוריק, וועט א ספעציעלע טרופע ארויפשטייגן און פיזיש איבערנעמען די קאנטראל פון די שיף. אין דעם ערגסטן פאל, אויב עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה, קען די נעיווי שיסן אויף די רודער אדער די מאטאר צימער כדי אפצושטעלן די שיף מיט געוואלד.

שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
טענקס איראן!
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
טראמפ:
די דיעל וואס אונז מאך מיר מיט איראן איז סאך בעסער ווי אובאמא און סליפי ביידען'ס דיעל, אויב אונז וועל מיר מאכן א דיעל וועט עס פארזיכערן פיעס און סעקיוריטי פאר מדנ''י, מיטל מזרח, יוראפ, און אמעריקע.

פאקיסטאן האט געבעטן טראמפ צו אויסציען די פייער אפשטעל פאר נאך צוויי וואכן.
(קוקט נישט אויס ווי ער האט אין פלאן עס נאכצוגעבן)
דערווייל קוקט נישט אויס ווי איראן פלאנט צו שיקן איינעם קיין פאקיסטאן פאר די געשפרעכן.
(קוקט נישט אויס ווי ער האט אין פלאן עס נאכצוגעבן)
דערווייל קוקט נישט אויס ווי איראן פלאנט צו שיקן איינעם קיין פאקיסטאן פאר די געשפרעכן.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
איראנע פארלימענט ספיקער קאליבאף: נישט דא קיין געשפרעכן אונטערן שאטן פון סטראשערייען.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
-
הבוחר בתורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 704
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
- Location: אין די אייבערשטנ'ס הענט
- x 5597
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
UAE:
מיר האבן צושטערט א איראנע טעראר נעץ וועלכע האט געארבעט צו שטערן די סטאביליטעט און אנדרייען כאאס, זיי האבן געארבעט צו רעקרוטירן איגנטליכע, זאמלען געלט, און נאך אומלעגאלע אקטיוויטעטן.
בייגעלייגט איז בילדער פון 27 חברה פון די איראנע פארבינדעטע גרופע.

- IMG-20260420-WA0146.jpg (141.25 KiB) געזען געווארן 284 מאל
אמר רבי יהודה, אלמלי הוו ידעין בני נשא רחימותא דרחים קב"ה לישראל, הוו שאגין ככפיריא למרדף אבתריה!
-
מיליטערמאן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 178
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
- Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
- x 1224
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
טראמפ: אפעראציע "מיטל-נאכט האמער" איז געווען אזוי סוקסעספול, אז ס'גייט זיין זייער שווער ארויס צו נעמען די בארייכערטע אוראניום.
אהרייט..
אהרייט..
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1063
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6676
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
מערב וועלט מיליטערישע באאמטע האבן געזאגט צו בלומבערג אז מען קען נאר דערגרייכן דעם ווידערעפענונג פון דעם שטראז פון הארמוז דורך אן אינטערנאציאנאלע קאאליציע.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1063
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6676
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
איראנער מידיע יעצט אינדערפרי: קיין שום דעלעגאציע פון איראן האט זיך נאכנישט געהויבן קיין פאקיסטאן.
-
אפילו אויב צום סוף וועט זיך דער איראנער רעזשים יא באווייזן אין פאקיסטאן, זעהט אויס אז דאס וואס זיי דרייען מיט אן אומקלארקייט איבער זייער באטייליגונג איז געצילט, טיילווייז, צו שפילן מיט די מארקעטס. סך הכל רעדט מען דא פון א קנאפע דריי-שעה'דיגע פלייט פון טעהראן קיין איסלאמאבאד.
דאס אליין וואס טעהראן סטראשעט בכלל נישט צו קומען – נאך וואס אין די פארגאנגענהייט האבן זיי קיינמאל נישט פארפעלט זיך צו באטייליגן ביי פארהאנדלונגען כדי צו געווינען צייט – ווייזט אויף א שטארקע זעלבסטזיכערקייט אינערהאלב דעם רעזשים. זיי שפירן אז זיי האלטן ביים געווינען און אז די צייט ארבעט לטובתם, טראץ די אלע עקאנאמישע דרוק פון די בלאקאדעס.
-
אפילו אויב צום סוף וועט זיך דער איראנער רעזשים יא באווייזן אין פאקיסטאן, זעהט אויס אז דאס וואס זיי דרייען מיט אן אומקלארקייט איבער זייער באטייליגונג איז געצילט, טיילווייז, צו שפילן מיט די מארקעטס. סך הכל רעדט מען דא פון א קנאפע דריי-שעה'דיגע פלייט פון טעהראן קיין איסלאמאבאד.
דאס אליין וואס טעהראן סטראשעט בכלל נישט צו קומען – נאך וואס אין די פארגאנגענהייט האבן זיי קיינמאל נישט פארפעלט זיך צו באטייליגן ביי פארהאנדלונגען כדי צו געווינען צייט – ווייזט אויף א שטארקע זעלבסטזיכערקייט אינערהאלב דעם רעזשים. זיי שפירן אז זיי האלטן ביים געווינען און אז די צייט ארבעט לטובתם, טראץ די אלע עקאנאמישע דרוק פון די בלאקאדעס.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1063
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6676
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
עס קוקט אויס ווי דאס איראנער רעזשים גרייט שוין צו דעם עולם אויף די מעגליכקייט פון פרישע אמעריקאנער און מדנ"י אטאקעס. דער הויפט ריכטער גולהאסעין מאהסעני-עדזשעי, וועלכער זיצט אינעם הויכן נאציאנאלן זיכערהייט ראט, האט היינט געזאגט פאר IRIB אז די שאנסן פאר פרישע אטאקעס "זענען בכלל נישט נידריג."
- פיילס
-
- 20260421_063532.jpg (173.83 KiB) געזען געווארן 74 מאל
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1063
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6676
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
דער מדנ"י מוסד הויפט, דוד ברנע, האט זיך היינט אויסגעדריקט ביי א יערליכע אנדענק-צערעמאניע אין די מוסד הויפטקווארטירן, וואו ער האט צום ערשטן מאל אנטפלעקט א זעלטענע אינצידענט איבער א מוסד אגענט וואס איז אומגעקומען אויסער די גרעניצן פון מדינת ישראל.
דער אגענט, וועלכער איז בלויז באקאנט אונטערן נאמען "מ'", איז לויט ברנע'ס ווערטער אומגעקומען אין יאר 2023 דורכאויס די היציגע צוגרייטונגען און אפעראציעס אלס טייל פון די מערכה קעגן איראן. ברנע האט זיך נישט אריינגעלאזט אין קיין דעטאלן איבער וואו אדער וויאזוי דער אגענט איז געפאלן, אבער ער האט אונטערגעשטראכן אז די ארבעט פון "מ'" האט געהאט א "גאר גרויסע השפעה" אויף די הצלחה פון די מלחמה קעגן דעם איראנער רעזשים. אזעלכע אויפדעקונגן זענען גאר זעלטן אין די וועלט פון שפיאנאזש, ספעציעל ווען עס רעדט זיך פון אקטיווע אפעראציעס.
דער אגענט, וועלכער איז בלויז באקאנט אונטערן נאמען "מ'", איז לויט ברנע'ס ווערטער אומגעקומען אין יאר 2023 דורכאויס די היציגע צוגרייטונגען און אפעראציעס אלס טייל פון די מערכה קעגן איראן. ברנע האט זיך נישט אריינגעלאזט אין קיין דעטאלן איבער וואו אדער וויאזוי דער אגענט איז געפאלן, אבער ער האט אונטערגעשטראכן אז די ארבעט פון "מ'" האט געהאט א "גאר גרויסע השפעה" אויף די הצלחה פון די מלחמה קעגן דעם איראנער רעזשים. אזעלכע אויפדעקונגן זענען גאר זעלטן אין די וועלט פון שפיאנאזש, ספעציעל ווען עס רעדט זיך פון אקטיווע אפעראציעס.
-
מאירוואלף
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1063
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 9:50 am
- Location: א אינזל
- x 6676
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
די לבנונישע צייטונג "אל-מודון" באריכטעט אז מדינת ישראל און אמעריקע ארבעטן אינאיינעם ארויפצוצווינגען א פרישע שווערע תנאי אויף לבנון אינמיטן די פארהאנדלונגען. לויט דעם באריכט, פארלאנגען זיי אז לבנון זאל מבטל זיין אלע אירע געזעצן וואס ערקלערן מדינת ישראל אלס א "פיינט", אריינגערעכנט די געזעצן וואס אסר'ן סיי וועלכע קאנטאקט מיט מדנ"י פערזענליכקייטן אדער אינסטאנצן.