איז דיין איצטיגע דירה/פרנסה/עתיד אוועקגעשטעלט?

נייעס אין אונזער קווארטאל

איז דיין איצטיגע דירה/פרנסה/עתיד אוועקגעשטעלט?

וואלן זענען אפן ביז מיטוואך מאי 20, 2026 1:19 am

יא איך בין מסודר מיט א דירה
9
15%
ניין איך בין נישט מסודר מיט א דירה
13
22%
יא איך בין מסודר מיט פרנסה (וואס דעקט מיר בריווח אלע הוצאות)
9
15%
ניין איך בין נישט מסודר מיט פרנסה
11
18%
יא איך בין רואיג פאר מיין עתיד אז מיינע קינדער וועלן דא האבן בריווח כל הנ"ל
5
8%
ניין אפילו אויב איך האב כל הנ"ל אבער איך בין נישט רואיג אויפן עתיד פון מיינע קינדער
13
22%
 
Total votes: 60

totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 924

איז דיין איצטיגע דירה/פרנסה/עתיד אוועקגעשטעלט?

פאוסט דורך totty »

שטייענדיג אין א תקופה ווען די קבוצת אנ"ש אריזאנא איז אין פולן שוואנג מצד אחד און די הכנות ביי לעיקפראנט פאר תשפ"ז רוקט זיך אויך פארויס

איז דא נאך אלס דער נערטיוו ביי אסאך אז סאיז אומריכטיגע שריט צי גיין אזוי ווייט ווייל וואס פעלט אויס די טירחא ווען דא פארט אלעס על מי מנוחות וכו'

איז מיין שאלה צום עולם לאמיר זעהן די פארצענטן

זענט איר מסודר מיט א דירה מיט פרנסה און אויב שוין יא שפירט איר אז איר זענט רואיג פאר אייער עתיד אז אייערע קינדער וועלן טרעפן רידות און פרנסות אויף דעם יעצטיגן לעבנסשטייגער אין ניו יארק?
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2718
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6509

Re: איז דיין איצטיגע דירה/פרנסה/עתיד אוועקגעשטעלט?

פאוסט דורך הדסים »

איז דא איינער וואס קען מיר מסביר זיין פאר א גוט יאר, וואס איז דא אין אריזאנע מער ווי אין בלומינגראוו/בלומינגבורג/מאנטיסעלא/דזשערזי סיטי/לינדען/לעיקוואד/טאמס ריווער/מאנטעבעלא?

לאמיר זאגן אז די הייזער זענען אביסל ביליגער און טעקס איז אביסל ביליגער, מאכט עס סענס וועגן דעם צו גיין וואוינען בארץ לא זרועה, ווייט ווייט פון די משפחה, חברים, באקאנטע, חסידות און אלעס היימיש?

ס'קומט ימים טובים, פורים, ימים נוראים, פון אלעם וואס איז איינגעגעסן אין קאפ אלס טייל פונ'ם יו"ט וועט בלייבן וואלקנס פון נאסטאלגיע, זאל עס זיין לעבעדיגע פורים גאסן, טישן, בתי מדרשים מיט פילצאליגע מתפללים, הדלקות ל"ג בעומר (להנוהגים..), שלעכטע טראנספארטאציע... אלעס.


שוין נישט רעכענענדיג געלט פאר טיקעטס הין און צוריק כסדר, טייערערע גראסעריס און הייסע זומערס אין אריזאנע און שטיקיגע וועטערס רוב יאר אין לעיקפראנט.


איך צאל טייער פאר מיין דירה? ממש נישט. איך צאל פאר מנינים 24 שעה א טאג, פאר געשעפטן לאקאל, פאר משפחה שמחות, פאר א מקוה אין אדד זמנים, פאר גרויסע סופערמארקעטס מיט אלעם גוטן, פאר'ן ביהמ"ד וואס איך גלייך, פאר'ן אנדערן ביהמ"ד ווען כ'האב נישט קיין נערוון צום ערשטן ביהמ"ד, פאר אן אויסוואל פון חברים און מענטשן מיט וועמען צו פארברענגען, פאר הוט, שיך, קלאודינג, דזשולערי און ספרים געשעפטן לאקאל מיט קאנקורענץ, פאר די מוסדות, ישיבות, בוטשערס און פיל מער.



דאונט געט מי ראנג, איך פארשטיי דאס געפיל פון וועלן זיין א פיאנער, אבער ס'מאכט מיר נערוועז ווי מ'הערט נישט אויף האקן מיט ביליגע דירות און נאך ביליגערע דירות, איי מיען, כ'קען גיין וואוינען אין אמאזאן דזשונגל בחינם. מ'איז נישט געקומען אויף דער וועלט צו קויפן די ביליגסטע דירה...

נישט אלעס איז ביליגע דירות, דאס אז דיין ב"ב העט נישט האבן וואס צו טון, דיינע קינדער וועלן זיך בענקען צו זייערע חברים, דו וועסט פארלירן אלע באקאנטע בין ליל, און דער מצב מיט קליינטשיגע מוסדות און צעטיילטע קהילות איז אויך ווערד אפאר טאלער.

סארי אז כ'האב מיך דא אויסגעגעבן, כ'וויל נישט גיין אין די אפיציעלע אריזאנע טעמעס אראפרייסן, און דאס מאכן אן עסק כאילו אין גאנץ ניו יארק וניו דזשערזי איז נישטא וואו צו וואוינען מאכט מיר נערוועז, און בעיקר: ס'איז א פערטל נאך צוויי ביינאכט...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 924

Re: איז דיין איצטיגע דירה/פרנסה/עתיד אוועקגעשטעלט?

פאוסט דורך totty »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 2:15 am איז דא איינער וואס קען מיר מסביר זיין פאר א גוט יאר, וואס איז דא אין אריזאנע מער ווי אין בלומינגראוו/בלומינגבורג/מאנטיסעלא?

לאמיר זאגן אז די הייזער זענען אביסל ביליגער און טעקס איז אביסל ביליגער, מאכט עס סענס וועגן דעם צו גיין וואוינען בארץ לא זרועה, ווייט ווייט פון די משפחה, חברים, באקאנטע, חסידות און אלעס היימיש?

שוין נישט רעכענענדיג געלט פאר טיקעטס הין און צוריק כסדר, טייערערע גראסעריס און הייסע זומערס אין אריזאנע און שטיקיגע וועטערס רוב יאר אין לעיקפראנט.


דאונט געט מי ראנג, איך פארשטיי דאס געפיל פון וועלן זיין א פיאנער, אבער ס'מאכט מיר נערוועז ווי מ'הערט נישט אויף האקן מיט ביליגע דירות און נאך ביליגערע דירות, איי מיען, כ'קען גיין וואוינען אין אמאזאן דזשונגל בחינם. מ'איז נישט געקומען אויף דער וועלט צו קויפן די ביליגסטע דירה...

נישט אלעס איז ביליגע דירות, דאס אז דיין ב"ב העט נישט האבן וואס צו טון, דיינע קינדער וועלן זיך בענקען צו זייערע חברים, דו וועסט פארלירן אלע באקאנטע בין ליל, און דער מצב מיט קליינטשיגע מוסדות איז אויך ווערד אפאר טאלער.

סארי אז כ'האב מיך דא אויסגעגעבן, כ'וויל נישט גיין אין די אפיציעלע אריזאנע טעמעס אראפרייסן, און דאס מאכן אן עסק כאילו אין גאנץ ניו יארק וניו דזשערזי איז נישטא וואו צו וואוינען מאכט מיר נערוועז, און בעיקר: ס'איז א פערטל נאך צוויי ביינאכט...
דערווייל איז די נושא טאקע דאס אז אין אריזאנא איז דערווייל די איינציגע פלאץ וואס די גאנצע לעבנסשטייגער ווערט געקאט אין אינטער האלב
חוץ וואס די דירות זענען נישט 200 א סקווער פיס נאר ניטאמאל 150 נאר צומאל אפילו אינטער 100 א סקווער פיס
אלע הוצאות זענען האלב אדער ווייניגער און די פעיראל אין די גאס איז הויעך
דאס מיינט אז נאר דארט שטימט בכלל די חשבון פון הוצאות והכנסות פאר א איד וואס דא ליידער שטימט עס נישט ביי רוב מענטשן

ווי אויך היות מקען האבן א דירה מיט בלויז 15 טויזנט דאון פעימענט מיינט דאס אז איר דארפט נישט זארגן פאר אייערע קינדער ווייל תיכף נאכן חתונה קענען זיי אליין קויפן א דאך איבערן קאפ און צאלן ביליגער מארגעטס נאך אלע טעקסעס ביליגער ווי די רענט אין ניו יארק

גראסערי איז בערך די זעלבע
די איינציגע הוצאה איז די טריפ פאר א שמחה אדער יום טוב... וואס אגב ווען מווייסט גענוג צייטליך קען מען בוקן א טיקעט פאר אינטער 100 טאלער
און שטיקיגע וועטערס רוב יאר מישט איר אויס מיט פלארידא
דארט אין אריזאנא איז ממש גן עדן לופט אריבער 9 חדשים א יאר

פאר מער וועט איר מוזן ליינען אדער הערן די פאנעל מיט ר' הערשל פריעדמאן און ר' שמעון ראלניצקי און ר' יושע רובין

חלק א


חלק ב
שרייב פאוסט