ביסט גערעכט, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון דעם אז די רבי האט געוואלט עס זאל זיין א אייגענעם שטעטל אן די השפעה פון די אידישע גאס. בכלל די סאבורבס פון די שטאט איז דאן געווען היבש שיטער באוואוינט, אזש כמעט סיי וואו אינדרויסן פון שטאט וואלט שוין געווען א אייגענע שטעטל. (אדרבה, פארוואס טאקע איז ער נישט געגאנגען נעבן מאנסי וואס איז באשטאנען פון ערליכע אידן?)Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 19, 2026 3:10 pmבן הלוי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 19, 2026 2:33 pmמנין לך? עפעס מקורות?Think and Thank האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 19, 2026 1:19 pm אגב, דער רבי האט נישט געוואלט עס זאל זיין ווייט פון אלע געגנטער, נאר עס האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט. ער האט אפילו נישט געוואלט אזוי ווייט פון שטאט ווי קר"י איז, נאר בלית ברירה איז מען געגאנגען מיט דעם.
איך געדענק נישט אויסגעווייניג קיין מקור, אבער איך האב געליינט צענדליגער שמועסן דורכאויס די יארן (נישט נאר די לעצטע 3-4 יאר) מיט גבאים און אידן וואס זענען געווען אינוואלווד אין דאס זוכן א פלאץ פאר'ן שטעטל. דער רבי האט דוקא געוואלט עס זאל נישט זיין צו ווייט פון די סיטי (אסאך האבן אנגעגעבן אז דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מאקסימום א שעה אוועק פון וויליאמסבורג), און לויט אלע איז די פלאץ קר"י געווען בדיעבד ממש. קיינער, אין גם אחד, האט נישט געשריבן אז דער רבי האט געוואלט דוקא ווייט פון אנדערע היימישע געגנטער, ביז די מערכה מיט וויזניץ אויף וואס די גמרא זאגט שוין אין קידושין אז אפילו אן אמורא איז נישט נאמן לאחר המעשה.
פון די אנדערע זייט האב איך שוין אויך געליינט אסאך אינטערוויוס און מעשיות נאך פאר א איד האט געוואוינט אין בלומינגראוו, איבער דעם אז דער רבי האט דווקא געוואלט אז דווקא ערליכע אידן וואס זענען 100% מיט זיין שיטה איבער ציונות זאל קענען קומען אהער וואוינען. (טאקע נישט דווקא סאטמארע, נאר יעדער איד וואס פירט זיך לויט ווי דער רבי האט פארלאנגט) און די מעשיות אז דער רבי זאל האבן געזאגט פאר אנדערע וואס זענען נישט אין דעם כלל אז זיי קענען קומען אהער וואוינען גילט טאקע די גמרא אין קדושין.