רב הכולל האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 10:55 am
איך וויל נישט אריינגיין אין די טענות דא (ד"א עס איז דא א ספר דברי יואל פון קירלהאזער רב ז"ל, אויך ליגט מיר אין קאפ אז עס איז דא א ספר ויואל משה פון א קדמון, א ווערטל, אנהויב סימן ש"ח אין ש"ע איז דא א מחלוקות פון רבינו יואל און די אגודה, די רבי זי"ע האט נאכגעמאכט די זעלבע זאך

, נאך א ווערטל, יעצט ארויס געקומען ספר ברך משה על מועדים, נישט נאר די נאמען נאר די גאנצע ספר איז נאכגעמאכט פון וואס איז געדרוקט געווארן אפאר יאר צוריק

)
איך וויל מיך נאר באציען צו דא וואס ווארפן אריין וואס מ' האט אמאל געטון פאר קלויזענבארג, איך זע אז מ' מעקט עס נישט האף איך אז מ' קען זאגן די אנדערע צד, בקיצור
די מחלוקות האט זיך אנגעהויבן משום קנאת סופרים, ביידע צדדים האבן (עטליסט) די זעלבע חלק ביז עס איז געווען כל דאלים גבר וד"ל
גיין איינרעדן אז סאטמאר האט "אנגעהויבן" די רדיפות איז שקר וואס ווערט פארשפרייט היינט אויך אין סאטמאר דורך אזעלעכע וואס פילן שלעכט אויף עפעס וואס האט נישט פאסירט וד"ל
א. האביך הנאה צו זעהן אז דו וויסט נישט אריינגיין אבער דאך גייסט יא אריינגיין, אנטקעגן דיינע רצון, ווי מהאט אונז אלעמאל מחנך "ווען א חסיד וויל נישט עפעס א זאך, טוט עס דווקא יא, כדי צוצוברעכן דעם יצר".
ב. דברי יואל עס איז פון די סארט נעמען "אמרי פלוני" "דברי פלוני" "חידושי פלוני" וואס די נאמען האט קיין משמעות און ספצייעלקייט נישט, די נאמען איז נאר "די ספר רעכנט אריין די חידושים פון די מחבר וואס הייסט פלוני". גאר נישט מער. (כאטש רביה"ק פרעזענדליך האט יא געמיינט די פסוק אנהייב נביא יואל, אבער דאך די נאמען "דברי פלוני" איז א פלענע נאמען).
שרייב ביטע אין אוצר החכמה די ווארט "דברי", וועסט טרעפן
אונדערדטע (!) ספרים מיט די נאמען "דברי משה/יחזקאל/חיים/דוד/וכו". אזוי ווי "אמרי פלוני" "תורת פלוני" "חידושי פלוני".
אבער "שפע פלוני" איז נישטא נאר איין איינציגער! שפע חיים! (וואס אגב די משמעות איז נישט אז די מחבר הייסט חיים).
(ס'דא איינער "שפע טל", נאר ער הייסט נישט "טל", ער הייסט "שפעטיל", און מ'האט צטיילט זיין נאמען: שפע - טל).
ג. "ווער האט אנגעהויבן" האט נישט קיין שייכות. יא, טאמער וואלט געקומען אצינד א קלויזנבורגר חסיד און ארויסדרוקן א ספר חידושים פון חתם סופר מיטן נאמען "ויואל משה", וואלט עס געווען (לכה"פ ביי מיר) די זעלבע פרעכקייט.