לאמיר רוקן דעם גארבידזש קען | א זיידענע זונטאג - א' תזריע-טהרה תשפ"ו | #5

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
זיידענע העמדל
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:08 pm
x 67

לאמיר רוקן דעם גארבידזש קען | א זיידענע זונטאג - א' תזריע-טהרה תשפ"ו | #5

פאוסט דורך זיידענע העמדל »

בס"ד
זיידענע העמדל.jpg
זיידענע העמדל.jpg (101.49 KiB) געזען געווארן 32 מאל
בילד
קרעדיט לשר הדעזיין: הרב לבונה שליט"א

א גוט מארגן און א גוט יאר! עס איז נישט צום גלייבן אז נאך וואס אזעלכע שווערע ארבעט זענען אריינגעגאנגען אינעם צוגרייטן דעם יו"ט, האלט מען שוין יעצט מיט א שמוץ אריבער, און דעם גאנצן יו"ט איז אונטערגעלאפן צווישן די פינגער אן קיין פריעדיגע ווארענונג. אבער ב"ה פאר דעם, אזא געלונגענע יו"ט איז געווען א ספעציעילע מתנה פון הקב"ה, און מיר בעהטן א תפילה אז כאשר זכינו לסדר אותו, זאל טאקע זיין כן נזכה לעשותו פאר נאך לאנגע געזונטע יארן באגלייט מיט הויפענעס פון השפעות טובות און אונז זאלן מיר אלע טאקע זוכה זיין צו א גוטע, געזונטע און געשמאקע זוממער מיט אלעס גוטס ברחניות ובגשמיות!

פילע געדאנקען און אינטערעסאנטע אבזעווירונגען זענען אריבערגעלאפן צוויישן מיינע מח קעמערלעך דורכאויס דעם לאנגן יו"ט צו מיט-טיילן מיט די חשובע ליינער אבער פונקט ווי זיי זענען געקומען זענען זיי ווי אויך גאר שנעל אנטלאפן און דאס וואס איז יא געבליבן אין געדאנק, וועלן מיר אייך בעז"ה דאס פארלייגן אויפן היינטיגן קאלום.
*
פון די באקאנטע גליונות וואס נעמן א שיין גרויסע אויבן-אן אין די בתי מדרשים אלוועלטליך, איז די בארימטע 'הליכות החיים' גליון געברענגט דורכן דיין פון שיכון סקווירא יצ"ו - הרב נחום צבי מאיר ראזענפעלד שליט"א וואס איז באקאנט מסוף העולם ועד סופו מיט זיין גאר קלארע און מסודר'דיגע פסקים, וואס ווערן אונגענומען בכל תפוצות ישראל מיט א מורא'דיגע ערנסקייט און הכנעה. געווענליך וועל איך טאקע פרובירן דאס זאל זיין איינס פון די פריאטעטיטן פון מיין עונג שבת ויו"ט און דאס איז טאקע איינס פון די גליונות וואס איך האב ליב דורכצוליינען (ווען איך קום אן).
א ספעציעילע געשמאק צו ליינען איז די מעשיות וואס ווערן צוגעברענגט אין זייטיגע קעסטלעך וואס אין אונזער שטוב וועט מען טאקע אט די מעשיות דערציילן ביי די שבת'דיגע סעודות. ליינער וועלן וויסן צו מעיד זיין אז די מעשיות וואס ווערן ארופגעברענגט פון צווישן די גליונות זענען ממש מעשים חידושים נפלאים און דערציילונגען וואס הייבן די האר פון קאפ.
מיט זייער פסח'דיגע אויפלאגע זענען זיי נישט געווען אנדערש ווי געווענליך און האבן נישט אנטוישט זייערע באשוואוירענע ליינער מיט רייכע תוכן. פאר די וואס האבן שוין געליינט דעם גליון דארפן נישט מיין הסכמה, און פאר דער וואס האבן דאס נאכנישט געליינט, דאן לאמיר דאס ארופברענגענען להנאת הציבור. די ערשטע מעשה וואס זיי ברענגען ארופ אויפן ערשטן בלאט האט מיר אויפגעשוידערט פון אויבן אויף ארופ און מיר אויסגעלערנט א פרישע קוק ווינקל וויאזוי אונצוקוקן די חסדים און ניסים וואס הקב"ה שענקט פאר זיינע אידישע קינדער וואס חיבה יתירה נודעת לנו מיט אט די מעשה.
דעם ערשטן האלב מעשה האב איך שוין געהערט געווארן געצייעלטע טעג נאך וואס די עפיזאד האט פאסירט. עס איז געווען מורא'דיגע מעשי ניסים צו הערן, אבער דעם צווייטן חלק וואס ווערט דא געברענגט דערציילט שווארץ אויף ווייס אז 'הנה לא ינום ולא יישן', נאר זיין גאנצע וועזן איז 'שומר ישראל' ער היט זיינע אידישע קינדער אייביג און אלעמאל און ער פארקוקט נישט קיין איין בליק פון זיינע ליבע קינדער. דברים כהוויתן ברענגט די איד ארופ וואס האט זיך אופגעשפילט אינעם רעבישן הויף אין שיכון סקווירא.
עס איז געווען דעם מוצש"ק פאר א רעבישע שמחת החתונה, די פארשפיל איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אינעם גרויסן ביהמ"ד אין שטעטל. די שמחה איז געווען אויף די העכסטע גראד שייך. וויאזוי דען קען זיין אז נישט?, עס איז דאך נאך אלעם א ספעציעילע פרייד בכל לבבי בית סקווירא. דעם גאנצן הו-הא און פריידיגע מצב איז אונגעקומען צו האסטיגן אופשטעל ווען פון איינער פון די הויעך שטאקעדיגע פארענטשעס איז פאררופן געווארן פאר הצלה אינגעלייגט נאך וואס א אינגל איז פונעם העכסטן שטאק
די שמחה איז אבער געקומען צו א האסטיגן אופשטעל און דעם גאנצן ביהמ"ד איז איינגענומען געווארן אין א טאטאלע שאק צוזעהנדיג ווי פון דעם העכסטע פארענטשע שטאק פאלט דראסטיש ארופ א פינעף יעריג אינגל גראד ארופ מיטן פנים צום ערד אריין פאלענדיג אין א מיסט קאסטן. דעם שרעק און אגנסט צוזעהנדיג אזא מצב איז איבריג צו דערציילן און א שאד די טינט. די געשרייען און בהלה'דיגע קולות וואס זענען פארגעגאנגען ארום און ארום האט אריינגעלייגט דעם באטייליגטן ציבור אין א טאטאלע טראמא. "הצלה, הצלה" האבן זיך געהערט פון אלע עקן.
אבער, געצייעלטע סעקונדעס דערנאך האט זיך אנטפלעקט א וואונדערליכע געשעהניש; נישט מער און נישט וויייניגער די אינגל אין וואס א אונגעפילטע ביהמ"ד איז אויפגעציטערט געווארן פון שרעק, קריכט ארויס פון די גארבידזש קעסטל עפענונג געזונט און שטארק צו די וואונדער פון אלע באטייליגטע. א אפענע נס!, הצלה האט אריינגענומען דעם קינד אין שפיטאל פאר זיכערקייט מוסנומאסן, אבער דעם קומענדיגן צופרי איז די קינד שוין געווען אהיים פון שפיטאל זייענדיג גרייט ארויפצוגיין יענע נאכט ביים שמחת החתונה פון פריש אויפן העכסטן שטאק.
דאס איז דאך א מעשה פלא שאין כדוגמתו! א קינד פאלט ארופ פונעם העכסטן שטאק וואס האט געקענט אריינלייגן דעם קינד'ס נפש אין א טאטאלע סכנה פאלט אריין אין א דערנעבעדיגע מיסט קאסטן, און אזוי ארום ווערט זיין לעבן געראטעוועט בסייעתא דשמיא.
*
ווילט איר דאך אוודאי וויסן יעצט וואס דעם מיסטקאסטן האט געזוכט אונטן פון א פארענטשע, איז אט הערט. לאמיר אייך ברענגען דעם מעשה פונעם צווייטן זייט מטבע, א געשעהניש וואס איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול געצייעלטע מינוטן פאר דעם גרויסן מעמד איז פארגעקומען, דערציילט דורכן בעל המעשה אליין:
אין איינער פון די זייטן שטייען א מספר אידן און זענען אריינגעטון אין פארשידנארטיגע נושאים און דיסקוסירן טעמעס איבער דאס און יענץ. די בעל המעשה דערציילט אבער, אז פאר סיי וועלכע אומפארשטייבארע סיבה האט אים זייער שטארק געשטערט דעם מיסטקאסטן וואס ליגט דא. נישט דווקא אז עס האט געהאט סיי וועלכע שלעכטע ריח אדער א הויפן מ פון אומאנגענעמענע מיסט. פארקערט גאר, עס האט ממש גארנישט אנהאלטן אין זיך, אפאר פלאסטישע פלעשלעך וזהו., אבער עס האט דעם איד שטארק נערוועז געמאכט, און ער האט אונגעהויבן אווערקרוקן דעם גארבידזש קען ווייט אוועק פונעם ארט ווי ער מיט זיינע חבירים האבן געשמועסט.
אלע זיינע חבירים און מיטשמועסער האבן געהויבן ברעמען אויף די מאדנע אויפפירונג פונעם אינגערמאן און וואס עס שטערט אים אזוי שטארק אז עס בלייבט ליגן דארט. אבער די איד האט נישט אויפגעגעבן און דאס אוועקגערוקט טיף אוועק פון זיין ארט, אזוי ווייט ביז נאנט צו די פארענטשעס.
*
געצייעלטע מינוטן שפעטער הערט זיך אומבאנומענע קולות "הצלה, הצלה"!!, עס טוט זיך א געטומל. אידן מיט הצלה זעקלעך אין די הענט לויפן זייער שנעלסטע מעגליך, "א קינד איז ארופגעפאלן פון די פארענטשעס" שרייען פארלוירענע אידן צו די ריכטונג פון די רעטונג-לייט.
די קינד איז געפאלן פונקטליך בהשגחה פרטיות במעשי ניסים ממש שלא על פי דרך הטבע אינעם נארוואס צוגעגרייטן שוץ-פלאץ וואס די איד האט אומוויסנדיג צונוץ געמאכט פאר אט דעם יונגעלע. אייניגע מינוט פאר דעם האט די איד נישט געוואוסט וואספארא משוגעת האט אינערליך געברענט אין אים אוועקצונעמן דעם מיסטקאסטן פון זיין ארט. יעצט אבער, צוזעהנדיג די יד השם וואס היט אויף זיינע אידישע קינדערליך שטענדיג, איז שוין זייער קלאר געווארן פאר אים און פאר זיינע ארומיגע וואס זענען געשטאנען און פארברענגט צוזאמען מיט אים.
נישט קיין משוגעת און נישט גארנישט אנדערש. א פשוט'ע טאטע וואס זארגט זיך פאר זיינע ליבע קינדער, און אלץ א באשעפער וואס נעמט נישט ארופ קיין בליק פון אונז, היט ער אונז אייביג און דאס מאל איז בכלל נישט געווען אנדערש. א איד רוקט אוועק א מיסטקאסטן וואס איז בכלל נישט געווען קיין שמוציגע, ער האט עס גערוקט נישט קיין מילימעטער צוריק אדער א מילימעטער פאראויס. דעם איינציגסטן און פונקטליכן פלאץ ווי די אינגל גייט ארופלאנדענען אין יענע קומענדיגע מינוטן, דארטן האט ער עס אוועקגעשטעלט כדי פאראויס צו ראטעווען דעם קינד פון אלעם בייזן און ארויסגיין אינגאנצן געזונט אן קיין שום פראבלעמען און געזונט קאמפלעקאציעס.
דאס איז ניסים וואס קען מען נישט באהאלטן פון די אויגן, עס איז גלוי וידוע אז די רבונו של עולם שטייט העכער אונז לא ינום ולא יישן, נישט ער שלאפט און אפי' א דרימעל כאפט ער נישט. פון בריאת העולם שטייט ער און היט זיינע אידישע קינדער פון אלעם בייזן, און ווען עס איז אין ערלויבעניש פאר א בשר ודם צו קענען זעהן די חסדים, קען עס די ריכטיגע לעקציע אז שטענדיג איז דא די יד השם וואס היט אונז פון אלעם בייזן, ווי מיר זאגן יעדן טאג "ועל ניסיך שבכל יום עמנו", שטענדיג ווערן אונז געפירט דורך העכערע ניסים וואס הקב"ה טוט מיט אונז, און מיר בעטן ווייטער אז "הראינו השם חסדך" מען זאל שטענדיג זעהן די גוטס, עס זאל נישט זיין נאר אלץ א אמונה פראוו, נאר מיר זאלן דאס זעהן מיט די אייגענע אויגן, און בקרוב זאל מען שוין זעהן די אמת'ע חסדים ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו און אונז אלע אויסלייזן וואס דאס וועט שוין זיין אלץ א 'הראינו השם חסדך' לדורות מיט אלעס גוטס בכלל ובפרט.

-
באמת וואלטן מיר געוואלט שרייבן אזוי ווי אלע וואכן ביז אהער, פילע ארטיקלען מיט דריי רייכע פונקטן אייך מהנה צו זיין. דאס וואך אבער, האלטענדיג נאך די פסח טעג און זייענדיג אביסל אסאך פארנומען, וועט דאס זיין פאר היינט, און מיר האפן בעז"ה נעקסטע וואך צו זיין צוריק פיל בעסער און גרעסער בסייעתא דשמיא.
שרייב פאוסט