https://drive.google.com/drive/folders/ ... p=sharingשדבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 02, 2023 7:13 pm *אושפיזין דמשה רעיא מהימנא אין בית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק*
*הונדערטע אנ"ש מיט פייערדיגע טענץ ביים מעמד שמחת בית השואבה בבית מדרשינו, היינט נאכט - אושפיזין דמשה רעיא מהימנא*
.IMG-20231002-WA0098.jpg
IMG-20231002-WA0099.jpg
IMG-20231002-WA0100.jpg
סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
- דבוק אין צדיק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
- Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
- x 223
Re: באריכטן און בילדער פון סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)
- סאטמאר בני ברק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 163
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:54 pm
- x 489

זוֹבְחֵי הַזֶּבַח אִם שׁוֹר אִם שֶׂה וְנָתַן לַכֹּהֵן הַזְּרֹעַ וְהַלְּחָיַיִם וְהַקֵּבָה
מערכת שיעורי תורה שעל ידי קהל יטב לב דסאטמאר בני ברק האט היינט נאכט ליל אושפיזא דיוסף אפגעראכטן אן הערליכן מעמד שחיטת כבש און דערצו די מצוה נדירה פון נתינת מתנות כהונה.
דער מעמד איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול ויואל משה אין שיכון קרית יואל בני ברק בהשתתפות הונדערטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים, ועל צבאם מורינו הגה”צ ראש ישיבתינו שליט"א.
צוליב דעם ריבוי העם, האט מען אויכט געפענט דעם עזרת נשים פאר אברכי ובחורי אנ"ש, צו קענען מיטהאלטן די גרויסן מעמד
דער מעמד איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת על ידי יו"ר שיעורי תורה דקהלתינו הרה"ג ר' חיים דוב בלאשטיין שליט"א וואס האט במיטב כשרונותיו געפירט דעם מעמד מיט א געוואלדיגן סוקסעס, נאכן זיך איבער געבן א גאנצע יאר פאר אלע שיעורי תורה בכלל אין די וואך פאר אלע שיעורי חול המועד בפרט.
צום ערשט האט אופגעטרויטן הגה"צ די ראש ישיבה שליט"א בדברי פתיחה איבער די מצוה נדירה פון נתינת מתנות כהונה, וואס איז געפסקנ'ט אין שולחן ערוך אז ס'איז א חיוב גמור, אבער אין בית השחיטה איז נישטא קיין חיוב ווייל ס'געהערט נאכנישט פאר קיין איד, נאר יעצט אז מ'וועט אפקויפן בשותפות די בהמה בחייה, און אויב ס'וועט זיין גלאט כשר וועט מען צוזאמען קענען מקיים זיין די מצוה רבתי פון מתנות כהונה, אזוי אויך האט די ראש ישיבה שליט"א דערמאנט אז די חתם סופר זי"ע האט מקפיד געווען יעדן ערב יו"ט אפקויפן א בהמה צו געבן מתנות כהונה.
די ראש ישיבה האט אויך פארגעלערנט די חלק ההלכות איבער מתנות כהונה, ווי צב"ש אז כהנים אדער איידימער פון כהנים אדער לויים קענען נישט האבן א חלק אין די מצוה, און אזוי ווייטער די אנדערע הלכות.
דערנאך האט מען פארקויפט זכות פון רוב הבהמה, וואס איז אפגעקופיט געווארן דורך הרה"ח ר' נח קליין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו, אזוי אויך האט יעדער איינער געקענט האבן די זכיה זיך צו משתתף זיין אין קניית הבהמה.
ר' נח שליט"א איז מכובד געווארן בשליחות הציבור מיט קנין הגבהת הבהמה, און דערצו האט מען אויך געמאכט קנין כסף דורכ'ן געבן געלט פארן מוכר, און אויך קנין חליפין על ידי הגה"צ ראש הישיבה שליט"א.
דאן איז ארויפגעקומען דער חשובער שוחט, הרה"ג ר' ישעי' שטערן שליט"א מחשובי אנשי שלומינו דירושלים עיר הקודש, שוחט ובודק רבות בשנים בשחיטה המהודרת שעל ידי בית דין צדק העדה החרדית, און מסביר געווען בטוב טעם ודעת ובלשון לימודים אלע פרטים איבער די בהמה, און פארוואס מ'האט נישט געברענגט א כבש א זכר, מחשש בכור, וואס קען זיין א שאלה פון שחיטת קדשים בחוץ, און דערפאר האט מען געברענגט א ציג א נקבה.
נאכן מסביר זיין אלע חלקי הבהמה פון אינדערויסן איז מען צוגעגאנגען צו בדיקת הסכינים, דאן האט הבודק המומחה הרה"ח ר' מתתיהו גאלדבערגער שליט"א, געטראפן א חשש קל פון א שאלה אינעם סכין, און מ'האט ארויסגעברענגט א צווייטן מעסער וואס איז אויך איבערגעקוקט געווארן דורך הגה"צ די ראש ישיבה שליט"א, און נאכן זעהן אז סאיז חלק ומהודר בתכלית השלימות, איז מען צוגעטרויטן צו די ברכת השחיטה ומלאכת השחיטה.
תיכף נאכן שחיטה איז דער חשובער שוחט שליט"א, אריבער אבר אבר פונעם בהמה, און מסביר געוועהן אלע שאלות וואס קען נאר זיין, די שוחט האט מיטגעברענגט פונדערהיים חלקי בהמה וואס זענען געוועהן מיט ספיקות און שאלות צו ווייזן פארן ציבור וועלעכע שאלות קען זיך טרעפן אינעם בהמה, די אלע ערקלערונגען האט ארויס געברענגט א שטארקן קלארקייט פאר אנשי שלומינו אין בעיקר פאר לומדי מסגרת תורתך שעשועי וואס לערנען יעצט מסכת חולין מיט די פארצווייגטע הלכות השחיטה וסימני הטריפה.
גראד ווען די שוחט שליט"א האט איבער געקוקט די לונגען און אויסגערופן גלאט כשר איז די ציבור ספאנטאנישט ארויס און א געזאנג, טוב להודות להשם, אז מ'גייט מקיים זיין די מצוה נדירה פון מתנות כהונה.
נאכן אריבער גיין אלע חלקי הבהמה ושאלותיה, איז מען אריבער צום גרויסן מעמד פון נתינת מתנות כהונה, וואס איז צוטיילט געווארן פאר 4 חשובע כהנים [זרוע, 2 לחיים, והקיבה]: הרה"ג ר' משה הערש כהן שליט"א, הרה"ח ר' יואל כהן שליט"א חתנו פון ר' נח קליין רוכש זכות הבהמה, הרה"ג ר' יצחק הכהן סאנדער שליט"א, און הרה"ח ר' יוסף חיים הכהן וויינפעלד שליט"א חבר הנהלת הקהילה.
בשעת ווען די שוחט האט געוויזן אלע חלקי הבהמה וואס מ'דארף ארויף לייגן אויפן מזבח ביי די קרבנות איז ארויס פון יעדן'ס הארץ די תפלה והשב כהנים לעבודתם ולויים לשירם ולזמרם והשב ישראל לנויהם במהרה בימינו אמן

הרחיבי מקום אהלך
אין אזעלעכע שווערע טעג ווען די איינציגסטע שמירה אין ארץ הקודש איז נאר די געוואלדיגע כח התורה וואס ווערט געלערנט בקדושה וטהרה על טהרת הקודש מתוך הדחק בדרך המסורה לנו מרבוה"ק, איז כולל עצי חיים לצדקת רמבעה"נ פארברייטערט געווארן און אריבער צו א ברייטן פלאץ.
ביים פתיחת הזמן ומסיבת לחיים האט אויפגעטרויטן מורינו הגה"צ ראש ישיבתינו שליט"א, וואס האט מייסד געווען דעם כולל פאר ארום דרייסיג יאר צוריק בשליחות זיין גרויסן זיידן כ"ק רבינו בעל ברך משה זי"ע, און ארויסגעברענגט בדבריו, אז די קהילה שטייט נאר אויף די כולל יונגעלייט, זייער כח און זכות איז מגין אויף אונז אלע, און ארום גערעדט באריכות די אחריות און תפקיד פון א יונגערמאן וואס זיצב באוהלה של תורה, און באזונדער איבער די ריכטיגע דרך הלימוד וויאזוי מ'זאל קונה זיין מקצועות התורה בשלימות.
ועל בשורות טובות
אומר ברוך הטוב והמטיב
א געוואלדיגע שמחה האט ארומגענומען יעדן איינעם פון די קהילה בכלל, און די אברכי לומדי ורבני הכולל בפרט, מיטן הערן די בשורה אז הגה"צ די ראש ישיבה שליט"א האט אויפגענומען א חשובן ראש הכולל, הגאון האדיר רבי אברהם צבי הכהן שליט"א, גאב"ד בית הדין 'הוראה כהלכה' און רב קהל חסידים שיכון ה' אין בני ברק, דער גרויסער רב וואס איז פקיע שמיה אין תורה והוראה, זייענדיג א תלמיד מובהק פון פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זי"ע, און ווי באקאנט זענען הונדערטער מורי הוראה אין שטאט בני ברק תלמידים הקרויין בנים וואס האבן געלערנט די דרכי ההוראה ביים חשובן דיין דער ראש הכולל שליט"א.
די בשורה טובה האט געהויבן די גייסט און חשק ביי די טייערע יונגעלייט, און אריינגעברענגט א געפיהל פון שמחה און פרייד, און האבן באקומען א השתוקקות צו שטייגן ווייטער, גיין מחיל אל חיל, און דערגרייכן ביזן וויסן אלע הלכות על בוריין להורות את דבר ה' לדעת את המעשה אשר יעשון, אזוי אויך די גאנצע קהילה איז איינגעהילט אין א התרגשות און שמחה שפירנדיג ווי די כח התורה אין די קהילה ווערט גרעסער בכמות ובאיכות, און אוודאי די זכות התורה וועט מגין זיין און ברענגען בשורות טובות ישועות ונחמות פאר אלע אידן ובפרט פאר תושבי ארצינו הקדושה.
שישו ושמחו בשמחת תורה

שיעורי התורה חול המועד סוכות תשפ"ד ע"י התאחדות אברכים דקהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל - בני ברק
====
הרה"ג דומ"ץ קהילתינו שליט"א ====
הרה"ג ר' מאיר שמעון אולמאן שליט"א
מו"ץ דהעדה החרדית - ומרבני ק"ק דושינסקיא בית שמש ====
הרה"ג ר' יחזקאל דערבארמדיגער שליט"א
דומ"ץ דחסידי באיאן ב"ב
====
הרה"ג דומ"ץ קהילתינו שליט"א ====
הרה"ג ר' מאיר שמעון אולמאן שליט"א
מו"ץ דהעדה החרדית - ומרבני ק"ק דושינסקיא בית שמש ====
הרה"ג ר' יחזקאל דערבארמדיגער שליט"א
דומ"ץ דחסידי באיאן ב"ב
- סאטמאר בני ברק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 163
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:54 pm
- x 489
Re: באריכטן און בילדער פון סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)
הרה"ג ר' ישראל מילער שליט"א
חבר הבד"ץ קרית וויזני'ץ ב"ב ====
הרה"ג ר' מרדכי לייב ווייס שליט"א
אב"י בעיר וויען עסטרייך יצ"ו ====
הרה"ג ר' אברהם שרגא שטיגליץ שליט"א
רב דק"ק 'צאנז' ביתר, וחבר הביד"צ בעיר ביתר

הרה"ג ר' אהרן קאהן שליט"א
מגיד מישרים וידען נפלא ====
הרה"ג ר' יוסף מענדל בערקאוויטש שליט"א
דומ"ץ בביד"צ זכרון מאיר ב"ב ====
הרה"ג ר' משה רעטמאן שליט"א
חבר ועד הפיקוח ההלכתי של הבד"ץ דהעדה החרדית

נעכטן נאכט באזוכט ביי האדמו"ר מסקווירא שליט"א
- דבוק אין צדיק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
- Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
- x 223
Re: באריכטן און בילדער פון סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)
לויטן פלאן וועט דער ראש ישיבה שליט”א שוין זיין צוריק אין ארץ ישראל דעמאלטס