וואס דער BQE וחביריו לערענען אונז

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
ווילסאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:09 pm
x 109

וואס דער BQE וחביריו לערענען אונז

פאוסט דורך ווילסאן »

זייענדיג אן אפטער רייזענדער אויפן היימישן ברוקלין קווינס עקספרעסוועי, איז מיר שמער געדאכט אויסגעקומען גאר אסאך מאל צו זיצן אין טרעפיק צווישן עטליכע צענדליגע באבלאזענע דרייווערס, וואס אלע ווי איינס זוכן דעם וועג ארויס פון דעם מדבר שממה, ווי א בעקעלע ערב יו"כ אויפן בימה שטייט מען אויסגעשורה'ט איינס ביי איינס, און מווארט אויף דער נישט אנקומענדע רחמנות.

איז פאלגענד עטוואס אבזערוואציעס וואס אני הקטן @ווילסאן האט מצליח געוועהן אבזערצעווירן, וואס קאן זיין אינטערסאנט פארן ציבור.

ערשטענס, א מוראדיגע כלל, נישט יעדער וואס פארט שנעל יאגט זיך, און נישט יעדער וואס יאגט זיך פארט שנעל.

די זעלבע זאך, נישט יעדער וואס פארט שטייט איז א קאר סערוויס, און נישט יעדער וואס פארט אויפן שאלדער איז א אינגערמאן מיט א קאר רענטאל.

אין יעדע קאר זיצט א דרייווער וואס איז נערוועז, נישט נאר אין דיינס. וואטש נישט צו נערווירן דעם אנדערער שוין נערוועזער דרייווער, ווייל סקען ווערן א ריבו אחר ריבו, און אויפן Bqe א ריבו אחר ריבו איז שווערליך געוואונטשן

נישט יעדעס מיניווען איז א איד, און נישט יעדע איד קען די וועג קיין בארא פארק אן קיין מעפס הילף.

ווען איינער פייפט אויף דיר, האסטו שוין נישט וואס מורא צו האבן, ווייל ער קען שוין גארנישט טון, זיין ווייטס גרייכענסדע וואפן, דער פייפער, האט ער שוין אויסגעשאסן.

ווייל איך האב מיר אריינגעשטיפט די נאז גלייך פארן שאלדער אנהייב, מיינט נישט אז איך מוז אריינלאזן יעדע שלימזל'תדיגער דרייווער - וואס טרעפט זיך אומאריינגעלאזט ווען די ליין איז שוין גאנץ - אינפראנט פון מיר.

נישט יעדעס מאל די קאר טאנצט מיימט אז מ'איז אויף די עף די אר.

נישטא קיין לעין וואס פארט די שנעלסטע, בדוק ומנוסה!

ווען איינער טוישט לעינס אינפראנט פון דיין קאר וואקסט אים יעצט נישט קיין הערנער.
און ווען דו גייסט דיר נעמען בלינקן מיט דיינע העד לייטס, גיי איך נישט צוריק טוישן לעינס, פארגעס דערפון.

נישט יעדער וואס פארט אין די לינקע לעין שטייטער ווי דו ווילסט יעצט פארן, מיינט אז ער וויל דיר אויפהאלטן, סקען זיין אז ער קלאצט פלעין, גארנישט מיט רשעות.

טאנצן פון איין לעין צו די צווייטע יעדע פאר מינוט איז די בעסטע מהלך צו פארלירן אסאך צייט ביים פארן.

און צום לעצט, וואס טוען דעי אלע קארן וואס פליען ארום און קאטן דעם ציבור מיט אזוי פיל איבריג צייט?

וכל המוסיף מוסיפין לו...
שרייב פאוסט