שטעטעלע קרית יואל - תשל"ח

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אינטערן טיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
x 424

שטעטעלע קרית יואל - תשל"ח

פאוסט דורך אינטערן טיש »

שטעטעלע קרית יואל - תשל״ח


טייערע חברים, איך זיץ דא חול המועד פסח אויפן פארטש קעגן דעם הערליכן "קוויקוועי לעיק". אין א דריי און זיבעציג פערענהייט וועטער, די זון פארגייט מיט א געוואלדיגע פראכט וואס נאר דער באשעפער קען מאלן, אבער דאס הארץ ציט עפעס צוריק צפון צו.

שוין פיר יאר וואס איך וואוין דא אינעם שטעטל קרית יואל, מאנרא, און איך פיל אז איך מוז ארויסברענגען דעם אנדערן זייט מטבע דאס וואס מען זעט נישט אין די גלאנציגע בראשורן. יעצט, ווען מען פרובירט אהערצוברענגען די "דריטע שיפט" פון נאך 150 משפחות, האב איך אפגעמאכט נישט צו שווייגן נאר זאגן וואס ליגט אויפן הארץ, דעם אמת.


איך האף מען וועט מיר נישט פארמעקן; עס טוט מיר וויי אז מיינע ווערטער קענען אפשר שאדן מאכן, אבער איך פיל אז מיר האט מען נישט אלעס פארציילט פון אנהייב, זאלן כאטש אנדערע יא וויסן.


איך בין אויפגעוואקסן אין א קליין געזינדל אין מאנטריאל מיט בלויז צוויי געשוויסטער. ביי מיין חתונה בין איך אריבער קיין בארא פארק, וואו מיין באשערטע איז אויפגעוואקסן.
איך בין א יונגערמאן, איין און דרייסיג, א "ניין טא פייף" ארבעטער וואס לעבט פון פעיטשעק צו פעיטשעק, קעש איז דא, פלאו ממש נישט, און א טאטע פון פיר קינדער, האבן מיר באשלאסן זיך איינצושרייבן אינעם פרישן ישוב "קרית יואל". וואס רידערט ארום. איך האב נישט געהאט צופיל משפחה אין בארא פארק סיי ווי, און מיין אשת חבר האט אויך נישט געהאט צופיל וואס צו זוכן אין בארא פארק, אבער מיר האבן נישט געוואוסט צי מיר וועלן טאקע פארן, אבער מיר האבן געטראכט אז חוץ דעם דעפאזיט האבן מיר גארנישט צו פארלירן. מען וועט זען לויט ווי דער באשעפער וועט אונז פירן, איז געווען דער תירוץ פארוואס מיר האבן זיך נישט געזעצט מאכן א דעסיזשן. מיר האבן דאס נישט פארציילט פאר די עלטערן אין אנהייב, ווייל מיר האבן געוואלט מאכן א באשלוס לויט אונזער פארשטאנד און נישט ווערן געפירט פון זייערע געפילן.


עס איז געווען א רואיגע מיטוואך נאכט וועל איך נישט פארגעסן וואו איך בין דאן געשטאנען ווען איך האב באקומען א רוף אז מיר זענען אנגענומען אינעם ישוב קרית יואל. איך האב שיעור נישט אראפגעפאלן. איך האב זיך אויסגעדרייט צו מיין ווייב און געווארן שטום, נישט קענענדיג ארויסרעדן א ווארט. דריי-פיר מינוט האבן מיר זיך אנגעקוקט איינער דעם אנדערן, נישט וויסנדיג וויאזוי צו נעמען די בשורה ווייטער. יעדע מחשבה האט דורכגעפלויגן מיין קאפ: יעדע זכרון פון מיין משפחה, מיינע קינדערס מוסדות, מיינע חברים, מיין בית המדרש... אלעס. איך האב זיך גענומען וויינען, בשעת מיין ווייב איז נאך געווען ערגעץ ווייט אוועק אין אירע מחשבות.


אריבער איז א שבת און מיר האבן אפגעמאכט אז מיר וועלן אריינגיין צו אונזער לאקאלן רב. נאך א לאנגע שמועס מיט מיין רב איבער די שוועריקייטן פון פרנסה און די מעלות פון א נייעם פלאץ, בין איך ארויס מיט א רואיגקייט אז אויב מיר פארן, וועט עס זיין גוט מיטן הילף פון אויבן.
ווען מיר האבן פארציילט פאר אונזערע עלטערן האבן זיי עס אין אנהייב נישט געגליכן, אבער מיט די צייט האבן זיי זיך בארואיגט און אפילו געהאלפן. אזוי, נאך חדשים פון נעכט וואס מיר האבן געוואלט זיי אנרופן מבטל זיין, ביז נעכט וואס מיר האבן זיך געוואלט הייבן אויף די מינוט עס איז געווען שטארק אנגעצויגן ביז עס איז געקומען די צייט וואס מיר זענען ארויסגעפארן אויפן קורצן אבער לאנגן וועג קיין קרית יואל צוזאמען מיט נאך 165 משפחות.


די ערשטע וואכן האבן זיך געפילט ווי א פרישער "שנה ראשונה" יונגערמאן. עס איז געווען רואיג און געשמאק, א צייט צו קאנעקטן, די וועטער איז געווען הערליך, וואס האט געקענט זיין בעסער? איך האב נאך געארבעט אין מאנהעטען און מיין ווייב האט ארויסגעהאלפן אין א פלעיגרופּ.


דער "לענדינג" איז געווען אביסל פאר סוכות, ווען איך בין צוריק געקומען צום ראלעטעיט, ווען געוויסע פון מיינע שכנים האבן אנגעהויבן רעדן פון פארן צו זייערע עלטערן אויף יום טוב; עס האט מיר שטארק געבאדערט. אלעס צופאלט ווען משפחות הייבן זיך אויף דעם ערשטן יום טוב. איז געווען א טענה מיט וואס זיי האבן נישט געהאט קיין ענפער אויף צוריק, איך דערמאן זיך צוריק אז יענע תקופה האט "פארקאש טליתים" מיט "ראטה קלאדינג " געמוזט ארויסשטעלן מודעות אז מיר בעטן צו שטיצן די שטיצער. זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה און האבן געמוזט פייערן ארבעטער, ווייל די משפחות וואס האבן געפארן צו זייערע עלטערן האבן איינגעקויפט אין שטאט וואו עס איז ביליגער.
אינעם שטעטל האט אנגעהויבן ווערן א שטיקל אנגעצויגנקייט: די משפחות טענה'ן אז דא איז טייער, און די געשעפטן טענה'ן אז "אויב איר האלט עס נישט אויס, וואוינט נישט דא". די חול המועד ריידס וואס מען האט געוואלט אהערברענגען נאך דעם וואס דאס נאענטסטע פלאץ צו גיין איז צוויי שעה אוועק האט מען נישט געקענט ברענגען ווייל עס איז נישט געווען גענוג אן עולם עס זאל זיך לוינען.
בקיצור, עס זענען געווען צייטן אזוי און אזוי און אין אנהייב איז טאקע געווען שווערער דער טויש, אבער מען האט עס דורך געמאכט.
מען האלט שוין דא פיר יאר פונעם עפענונג. איך לויף נישט אריבער יעדן און יעדע געשעעניש וואס איז פארגעקומען, ווייל איר האט דאך סיי ווי מיטגעהאלטן די גרויסע זאכן דא אויפן אשכול, ווי דאס עפענונג פונעם צווייטן מוסד, דעם אנקום פון הרה"ג ר' אונגאר שליט"א מיט זיין שול וואס האט פארמאכט מיין שכינות'דיגע גאראזש-שול, און א שטיקל פאליטיק וואס עס האט געפירט צו, און אזוי ווייטער. די אלע זאכן האט איר דאך אליין געזען דא, און די קליינע טאג-טעגליכע זאכן זענען דאך נישט אינטערעסאנט צו פארציילן.



וואס איך וועל יא שרייבן, איז אין איין ווארט: שטעטל.


אין מיין לעבן האב איך נישט געחלומט אז עס וועט קומען א טאג וואס איך וועל וואוינען אין א שטעטל, אבער אויסגעשטעלט האט זיך עס אזוי.
וואס מיינט דאס? פשוט, קרית יואל איז א שטעטל! עס איז שווער מסביר צו זיין, אבער דאס איז וואס עס איז.

איך וועל נאר געבן א דוגמה: איך האב א חשוב'ן שכן וואס זיין טאכטער איז פשוט נישט געמאכט און זו פיט נישט אריין אונעם קרית יואל מיידל שילע. זי איז נישט ארויסגעווארפן געווארן, זי איז פשוט אליין ארויס ווייל זי פאסט נישט אריין. אבער וואס קען זי טון? עס איז נישטא וואו זי זאל גיין. מען האט זי געוואלט שיקן קיין חב"ד אין מאנסי, אבער זי האלט נאך נישט דארט, און חוץ פון דעם איז נישטא קיין אחריות'דיגע מענטש וואס זאל זי דארט ארייננעמען. דאס מיינט אז זי דרייט זיך אויפן גאס, און די שכנים קענען גארנישט טון חוץ צוקוקן, און עס רייסט דאס הארץ. איך האף אז עס וועט נישט האבן א השפעה אויף מיין טאכטער וואס איז געווען אין די זעלבע קלאס; אין א קלאס פון בלויז אכט מיידלעך, ווען איינע פאלט ארויס, איז די גאנצע קלאס אפגעשוואכט.

ווען מיר וואלטן געוואוינט אין בארא פארק, זענען דא אלע מיני מענטשן און אלע סארטן לעוועלס און "פלעיוואָרס". אבער דא אין קרית יואל האט מען פרובירט צו מאכן יעדן דעם זעלבן ווי ווייט מעגליך; ווען איינער "קאלירט ארויס", שאט עס פיל מער. און דאס איז נישט די איינציגסטע, עס זענען דא נאך צוויי בחורים וואס וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען זיי. מען האט זיי פארשאפט עפעס ארבעט אין בית המדרש, אבער אויב זיי וואלטן געווען אין ניו יארק,סיטי וואלטן זיי געקענט גיין צו אזויפיל ישיבות וואס פאסט פאר זיי. דא אינעם שטעטל זענען זיי "לאַקט אין".


פרעגט איר מיר: איז עס שווערער ווי וויליאמסבורג ? יא. ווייל אין וויליאמסבורג האסטו א רבי'ן אין שטאט; דארט קענען זיין פיל מיני מענטשן ווייל יעדער ווערט ביים שפיץ באהאפטן צום רבי'ן.
אבער אין קרית יואל איז א שטעטל וואו קיינער האט נישט מיט וואס זיך צו קאנעקטן, חוץ דעם וואס מיר זענען ווייט פון די משפחה, באהאפט אונז גארנישט, און עס קלאפט אויס ביי אזוי פיל זאכן. עס איז שווער אראפצולייגן, אבער דאס איז א שטעטל אן די מעלות פון א שטעטל. עס איז נישטא קיין עכטע קהילה וואס זארגט זיך; די קהילה באשטייט פון א פאר עשירים וואס קוקן פון דער ווייטנס פון וויליאמסבורג . אוודאי העלפט דער קהילה , אבער וויפיל קען די קהילה טון? מען קען פארשאפן געלט פאר עסקנים מען קען בעטן קמח דפסחא, אבער יעדער ווייסט פונקטליך צו וועמען דאס געלט גייט...

יא, עס איז נישט גרינג די מציאות פון א קליין שטעטל. מען רעדט פון "אחדות", אבער עס איז א קליינע וועלט. וואו דו גייסט זעסטו די זעלבע פנימ'ער: אין שול, אין גראסערי, ביים שפאצירן. אין בארא פארק האב איך ביים דאווענען געזען איין מענטש, מיינע קינדער אין חדר האבן געזען אנדערע, און ביי שמחות אנדערע. דא, חוץ דעם וואס דער חדר האט א בנין, איז דא "חדר 24/7". לעצטע יאר האט מיין קינד זיך פארענטפערט פאר זיין רבי פארוואס ער האט געטאנצט ביי שלש סעודות; יענער רבי האט עס געזען און שוין ביים ערשטן טאג זיכער געמאכט אז ער וועט "איינזיצן". איך האב געזען א ריזיגן חילוק אויף מיינע קינדער פון ווען זיי האבן אהער געמופט, צו זאגן דאס ווייניגסטע, נישט גיין פארבעסערונג, איך וויל נישט רעדן איבערן סאושל לייף.


וויזוי אין אנדערע שטעטלעך זענען מענטשן יא צופרידן ווייס איך נישט, אבער דערפאר האב איך אין מיין לעבן נישט געוואוינט דארט. אויב דו פאסט נישט אינעם קעסטל, בלייבסטו אינדרויסן אבער פונקט אינמיטן שטעטל. אפילו די עקאנאמיע דא איז נישט קיין גן עדן. די הויז איז אפשר ביליגער, אבער אלעס ארום איז טייער. ווייל מען איז ווייט פון די צענטערן, קאסט פלייש און וואס נישט פיל מער. און וואס טוט מען מיט פרנסה? דאס זוכן א דאלער דא איז א שווערע עבודה. גיין עפענען א געשעפט קען איך נישט וויל עס איז נישט דא גענוג פלייש פאר קאמפעטישן, און פארוואס זאלן אידן פון אינדרויסן האבן דא געשעפטן וואס עס מאכט עס שווער פאר די אקענאמיע צו זיין שטארק, מען מוז זיין קריעטיוו אדער פארן קיין מאנהעטען, ווייל די ארטיגע מארקעט איז באגרעניצט. דו געפינסט זיך אין א קאמף צווישן דעם רואיגן "קרית יואל " אויסזען און דעם שווערן עקאנאמישן דרוק.


נאך א זאך וואס איך שרייב אפן: די מחיצה וואס ווערט געבויט צווישן דיר און דיין משפחה.


ווען עס קומט א שמחה אדער א שבת חנוכה, פילסטו זיך ווי אויף אן אינזל. איך האב קיינמאל נישט געשעצט משפחה אזוי שטארק ווי זינט איך בין אהערגעקומען. ווער קען דיר באמת העלפן אויב נישט דיין משפחה? און ווען דו ביסט ווייט, איז די משפחה אויך ווייט. זיי ווייסן נישט וואס עס טוט זיך מיט דיר, און מען פילט נישט מיט. דיינע קינדער קענען די קאזינס נאר דורך א בילד פון א שמחה וואס זיי האבן פארפאסט. די ווייטקייט איז נישט נאר אין מיילן; עס איז א ווייטקייט אין די נשמה. דו ביסט אליין; אפילו איך וואס האב נישט געהאט צופיל משפחה, נאר אביסל פון מיין ווייב'ס זייט, פיל איך עס.



וועסטו פרעגן: "פארוואס וואוינסטו נאך דארט?" רעב איד, וועקט אייך אויף!
עס איז תשפ"ו ,קרית יואל איז א שטאט פון קרוב צו צען טויזענט משפחות
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 57
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 130

Re: שטעטעלע קרית יואל - תשל"ח

פאוסט דורך זוכער »

א פוליצער ארטיקל.

פופציג יאר זיך איינגעהאלטן. אזויפיל אמת.

פארצייל נאך. לאז דיין פענע גיסן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3440
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11087

Re: שטעטעלע קרית יואל - תשל"ח

פאוסט דורך פופציגער »

סופער!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1044
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1254

Re: שטעטעלע קרית יואל - תשל"ח

פאוסט דורך איד »

אינטערן טיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 1:30 am פרעגט איר מיר: איז עס שווערער ווי וויליאמסבורג ? יא. ווייל אין וויליאמסבורג האסטו א רבי'ן אין שטאט; דארט קענען זיין פיל מיני מענטשן ווייל יעדער ווערט ביים שפיץ באהאפטן צום רבי'ן.
אין קרית יואל נישט?

די הייליגע רבי ז''ל איז נישט קיין רבי?
האט ער נישט אויפגעשטעלט די שטאט?
איז נישט די שטאט געווען זיין אייגענע אויפטוה?
איז נישט יעדע תושב אנהייב געווען באהאפטן מיט דעם אילנא דחיי?
שרייב פאוסט