באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמארע נייעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:47 pm כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארהערן די הונדערטער תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדות קרית יואל, אויף מסכת קידושין, היינט נאכמיטאג אין די זאל בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am
פיילס
IMG-20230927-WA0036.jpg
IMG-20230927-WA0037.jpg
IMG-20230927-WA0034.jpg
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמארע נייעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:48 pm
סאטמארע נייעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:47 pm כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארהערן די הונדערטער תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה במוסדות קרית יואל, אויף מסכת קידושין, היינט נאכמיטאג אין די זאל בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am
פיילס
IMG-20230927-WA0032.jpg
IMG-20230927-WA0035.jpg
IMG-20230927-WA0033.jpg
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
Satmar
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:21 am
x 23

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך Satmar »

~סאטמאר מהר"יי~
צווישען דו צענדליגע אדמורים ורבנים וראשי ישיבת שליט"א וואס האבן גערופן זיך ווינטשען פאר יום כיפור האט זיך אנגעזען הרב חיים הערש מייזליש ר"י מהרי"ט-ב"ב
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1464

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

סאטמארע נייעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:35 pm סאטמאר מהר''א
*כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו*

*יום הקדוש תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו*

► Show Spoiler
viewtopic.php?p=24167#p24167
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1464

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

צדיק נסתר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:25 pm
סאטמארע נייעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:35 pm סאטמאר מהר''א
*כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו*

*יום הקדוש תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו*

► Show Spoiler
@סאטמארע נייעס ליינענדיג כסדר ענקערע באריכטן און פון בצל הקודש זעה איך אז סאטמאר'ע נייעס איז סאך מער פראפעשינאל און ערוואקסן ווי טיטלען אד"ג אבער לדעתי מאכט נישט קיין סענס מ'זאל איבער לייגן יעדע זאך נאכאמאל און נאכאמאל.
אפשר זאלן ענק זיך גיבן א שאקל און זיין אפטודעיט...
בכלל נישט קיין קונץ צו נעמען א פארטיגע באריכט און צולייגן און טוישן טיטלען וכדו. איינער וואס שרייבט אראפ אזא באריכט פון א יו"ט וואס גייט אריין שווערע כוחות דאס איז א קונץ
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
צדיק נסתר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 166
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 8:20 pm
x 188

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך צדיק נסתר »

דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:41 am
צדיק נסתר האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 8:25 pm
סאטמארע נייעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:35 pm סאטמאר מהר''א
*כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו*

*יום הקדוש תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו*

► Show Spoiler
@סאטמארע נייעס ליינענדיג כסדר ענקערע באריכטן און פון בצל הקודש זעה איך אז סאטמאר'ע נייעס איז סאך מער פראפעשינאל און ערוואקסן ווי טיטלען אד"ג אבער לדעתי מאכט נישט קיין סענס מ'זאל איבער לייגן יעדע זאך נאכאמאל און נאכאמאל.
אפשר זאלן ענק זיך גיבן א שאקל און זיין אפטודעיט...
בכלל נישט קיין קונץ צו נעמען א פארטיגע באריכט און צולייגן און טוישן טיטלען וכדו. איינער וואס שרייבט אראפ אזא באריכט פון א יו"ט וואס גייט אריין שווערע כוחות דאס איז א קונץ
אמת עס קומט פאר בצל הקודש גאר אסאך קרעדיט שכרכם הרבה מאוד! אבער עס נעמט גאר אסאך אוועק אויב טיטלען איז נישט גוט. אפי' ביי נעמען זעהט מען כסדר גראבע טעותים. און אסאך מאל פעלט הערליכע אנעקדאטן צום באריכט און נאך און נאך...
דו ווייסט ווי שיין עס וואלט געווען ווען ביידע ארבעטן האנט ביי האנט און קומען צוזאמען ארויס מיט רייכע באריכטן, יעדער מיט זיינע טאלאנטן. (און ביי די בילדער זאל מען זיין פעסטע קאמפעטישאנס...)
עס איז נישט קיין קונץ צו זיין שנעל אויב ס'איז נישט בשלימות און סאיז נישט קיין קונץ צו קאפי פעיסטן יענעם'ס באריכטן...
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 435
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 947

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך איטשע »

שידוך שליסן בחצר הקודש סקווירא

החתן פרע"ח פינחס צבי הערש ני"ו בן הרב יעקב יוסף שליט"א בן הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק שליט"א
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אלעזר יונה גינזבורג שליט"א (רב קהילת סוואליווע בווילימסבורג) בן האדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן האדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1955
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2337

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שבת קודש »

איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 12:00 pm שידוך שליסן בחצר הקודש סקווירא

החתן פרע"ח פינחס צבי הערש ני"ו בן הרב יעקב יוסף שליט"א בן הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק שליט"א
עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אלעזר יונה גינזבורג שליט"א (רב קהילת סוואליווע בווילימסבורג) בן האדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן האדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש
האט זיך ב''ה אנגעהויבען אין סקווירא די שידוך שליסן פון די אור איינקלעך איינס נאכן צווייטען בליעה''ר
דאס מיינט אז אין די קומענדיגע יארן גייט א יעדע פאר וואכן זיין א פרישע רבי'שע חתונה אין סקווער כ''י.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1955
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2337

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שבת קודש »

אמשינוב

נעכטן מיטוואך אין די פארטאגס שעות האט כ''ק אדמו''ר מאמשינוב שליט''א געמאכט הבדלה אין אויסגעפאסט נאך קרוב צו זעכציג שעה פונעם תענית יום הכיפורים,
ביינאכט אום 11:00 איז די רבי אריינגעקומען צום טיש פון מוצאי יום טוב.
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי

דינסטאג און מיטוואך פרשת וזאת הברכה



דינסטאג פרשת וזאת הברכה

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר
בן הרה״ח ר׳ ראובן יוסף משה גרינפעלד הי״ו
ובן הרה״ח ר׳ יואל שטארק הי״ו
דער רבי איז אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית אום 8:15

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו און געגעבען במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו
ארום 10:45 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש

אום 4 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען און ביהמ״ד זלאטשוב
צום ברית מילה לבן הנולד אצל הרב יואל שפיטץ שליט״א זוהן פון גיסו אדמו״ר מ׳סערעט-וויזניץ לעיקוואד שליט״א און א איידעם ביי האדמו״ר מ׳זלאטשוב שליט״א
דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים פארטיילט שריים און אנגעוויטשען ברכת קדשו פאר די בעל שמחה און די זיידעס

אום 7 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הב׳ יהושע העשיל זופניק ני״ו
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז שפעט אויפדערנאכט
ביים זמן רבינו תם איז דער רבי ארויסגעקומען פארנט פון ביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה דערנאך אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו
דערנאך האט דער רבי ווייטער געזעגענט בין הנכנסים איז אריין צום רבין הרה״ג ר׳ חיים קלמן גוטמאן שליט״א דומ״ץ בית מדרשינו ׳אוהל פיגא׳ סאוט 8
ווי ער האט איבערגעגעבען פארן רבין זיין ניי איבערגעדריקטען ספר ׳חיים לחג׳ און דער רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו.


מיטוואך פרשת וזאת הברכה

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה
בן הרה״ח ר׳ יואל מייזעלס הי״ו פון מאנסי
בן הרה״ח ר׳ חיים וואלף יאקאבאוויטש הי״ו פון קרית יואל
ובן הרה״ח ר׳ יואל זיכערמאן הי״ו
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען און היכל ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית
בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו
אום 7 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו
אום 8:30 איז געווען זמני כניסה ביז 10:30 אויפדערנאכט
בין הנכנסים זענען אריין אל הקודש פנימה א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת באבוב און בני ברק
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש און אנגעווינטשען ברכת קדשו
אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרב חיים הערש ראזענבערגער שליט״א נכד רבינו
דערנאך האט מען ווייטער געזעגענט

נאכן געזעגענען האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפ וועג צום בית החיים וויזניץ און מאנסי בחצות הלילה איז דער רבי ארויף אינאיינעם מיט די בני המשפחה פוקד זיין דעם ציון פונעם שווער הגה״צ אבד״ק ביסטריץ זצ״ל וואס די יארצייט געפאלט היינט י״ג תשרי
דער רבי האט געצינדען ליכט און געזאגט די מזמורי תהילים
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש.

~🌴🌴~
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמאר מהר"א


*דינסטאג פרשת וזאת הברכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר יקותיאל יודא זופניק הי"ו.
ב"ר יעקב לייב כהן הי"ו.
ב"ר ליפא הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב אהרן עקשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שאול ב"ר מרדכי מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

פארמיטאג האט רבינו שליט"א געלייגט די סכך אין די סוכה בביתו נאוה קודש און געזאגט לשם מצוות צל סוכה, און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות וויזוי צו פארענדיגן די איבעריגע חלקי הסוכה, און זיך באדאנקט פאר די בחורים העוסקים במלאכת הקודש וואס בויען די סוכה.

נאכמיטאג ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יחזקאל פערל הי"ו - ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

*מיטוואך וזאת הברכה*

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הפדיון הבן בן הנולד אצל נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים מאיר טייטלבוים הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר דאנא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געלייגט תפילין דר"ת.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת פדיון הבן אין היכל הביהמ"ד, נאכן זיך וואשן איז פארגעקומען דער פדיון, אלץ כהן האט געדינט נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן: דער אבי הבן שליט"א, און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א.

נאך די פלייש האט רבינו האט משמיע געווען דב"ק, ווי דער רבי האט משלב געווען מצוות פדיון הבן צו מצוות סוכה, און פארציילט א סיפור פונעם שינאווא רב ז"ל בנוגע פדיון הבן, און מסיים געווען בברכת הקודש.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הכהן. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

און די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, אויף מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך ווארים אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מרביצי תורה, און אלע בחורים.

נאכמיטאג ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו - ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
בצל התומר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:32 am
x 239

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך בצל התומר »

🌴בצל התומר🌴
סאטמאר מהר״יי


דאנערשטאג און פרייטאג פרשת וזאת הברכה



דאנערשטאג פרשת וזאת הברכה

אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען און היכל ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית
בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ הערשל לויפער שליט״א
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן מיט
פתיחה: מו״ה משה קובטשיק הי״ו
כהן: הרה״ג ר׳ יחזקאל שרגא גליק שליט״א
לוי: הרה״ח ר׳ ישעי קרויס הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שלישי
הגבה: מו״ה שלמה שטוהל הי״ו
גלילה: מו״ה משולם איסר קאהן הי״ו
מ׳האט פארענדיגט ארום 9:30

און די פארמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען צום סוכה הגדולה בחצר בנין הת״ת ויואל משה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט און דערנאך אנגעווינטשען ברכת קדשו פאר די הנהלת הקהלה און די עסקני ׳בצל התומר׳
און די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת מארמארשטיין וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח ר׳ יושע מארמארשטיין ז״ל
אום 7 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה שלום דוב טענענבוים הי״ו
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ חיים זאפיר ני״ו

פרייטאג ערב יו״ט סוכות


דער רבי איז אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צו תפילת שחרית אום 8:15
בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
און די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען אויפן טעלעפאון
הרה״ח ר׳ עוזיאל פליישמאן הי״ו וואס זיצט שבעה ע״פ בנו
און הרה״ח ר׳ יושע הענדלער הי״ו וואס זיצט שבעה ע״פ אחיו.
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

סאטמאר מהר''א

*ימים הראשונים של יו"ט סוכות זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א*

ערב יו"ט נאכמיטאג האט רבינו שליט"א געבינדן דעם לולב און געזאגט דעם יהי"ר כנהוג.

פארנאכטס ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. מערבית איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:30, נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן גוט שבת גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור און געזאגט 'דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען מקיים זיין מצוות סוכה כהלכתו', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ביים אנקומען לביתו נאוה קודש האט מען געעפנט דעם שלאק אינעם רבי'נס סוכה, און דער רבי איז תיכף אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דאברהם', און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט דעם סדר האושפיזין, און די תפילה לליל ראשון, און זיך אראפגעזעצט ביי תיבו תיבו, כנהוג.

נאך די פיש האט זיך רבינו שליט''א אויסגעדריקט ברגש קודש 'נישטא קיין ווערטער צו קענען דאנקן דעם הייליגן באשעפער אז מען קען זיצן און עסן און די סוכה'.
דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען די זמירות שבת.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והשענו תחת העץ' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט אריינגעשיינט א כח אין די וועלט דורך מאכן די גרים אויף ביז היינטיגן טאג, אזוי אויך ווען מען זיצט אין די סוכה אפילו עס איז נאר אויף 7 טעג שיינט עס אריין אויפ'ן גאנצן יאר.

די בעלי אושפיזין האבן געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.
ברכהמ"ז: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק המגיד מקאזניץ זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען ערב סוכות.

מען האט געזינגען קה רבון עלם, און פון די פירות האט דער רבי געטיילט פאר די בעלי אושפיזין. מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. אז ביום השביעי: ר' אליעזר דוד הכהן גליק הי''ו מען האט געענדיגט ארום 11:15.

*שב''ק דעם ערשטן טאג יו''ט*

ארום 10:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי''ו. צו שחרית והלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען בהשתפכות הנפש. נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט דעם סדר הושענות לשבת פסוק בפסוק.

פתיחת הארון: הרה''ח ר' יושע נחמן שרייבער הי''ו (לאנדאן), הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה''ג ר' יואל שטיין שליט''א מו''ץ בקהלתינו וחבר הביד"ץ דהתאחדות הקהילות החרדית בלאנדאן.

עליות. כהן: הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי''ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו. חמישי: הרה''ח ר' ישכר בער הירש הי''ו. שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל.
ר' קלמן אליעזר בר''י סאאל הי''ו.
ר' אליעזר סופר הי''ו.
ר' יעקב פרענקל הי''ו.
ר' משה אורי לעבאוויטש הי''ו.

שביעי: ר' יוסף יצחק שטיינבערג הי''ו (וומסב''ג) - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולדה למז''ט. הגבה דעם ערשטן ספר: נכד רבינו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' משה קאפל הי''ו (לאנדאן).
מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו. הגבה דעם צווייטן ספר: הרה''ח ר' דוד פריינד הי''ו (לאנדאן). גלילה: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' מיכל פריעדמאן שליט''א (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 1:55.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען צו זינגען די זמירות.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והושענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט אראפגעברענגט אלע נשמת הגרים העתידים און די נשמה פון רבי עקיבא וואס לשיטתו איז דא מים טהורים זיך מטהר צו זיין און קענען אריינגיין אין די סוכה.
ברכהמ"ז: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

*רעוא דרעווין*

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 6:45. מנחה: הר''ר יצחק פייערשטיין שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי שעהר הי''ו (לאנדאן), כהן: הרה''ח ר' יצחק פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' מאיר הערש גרינבוים שליט''א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' אברהם יעקב פריעד הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א איז אריבער צו של''ש אין די סוכה הגדולה.
די תורה איז געווען אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט געמאכט גרים און דורך זיי איז געווארן אלע גרים שפעטער ובתוכם נשמת רבי מאיר וואס זיין שיטה איז אז אידן זענען בנים למקום און עס העלפט תשובה אזוי קען מען אריינגיין אין די הייליגע סוכה.

ידיד נפש: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטווערפן, קל מסתתר: הרה''ח ר'אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן).
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 8:15.


*ליל ב' דיו"ט*

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט''א, נאכן דאווענען איז דער עולם איז אריבערגעגאנגען וואונטשן גוט יו"ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום ערשה"ט 'אושפיזא דיצחק' בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול און געזאגט דעם סדר האושפיזין.
הגבהת הכוס לקידוש: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.

פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.

רבינו שליט"א האט מכבד געווען צו זונגען דעם פיוט הרה"ג ר' לוי יצחק בארזסקי שליט''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלוקים מטל השמים' און געטייטשט אז יצחק אבינו האט אריינגעברענגט דעם כח פון שמחה של מצוה און דורכדעם ווערט נתכפר אויך דער חשבון פון די צייט פון די עבירה.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' יצחק בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

נאכן בענטשן האט מען געזינגען דעם נייעם הקפה ניגון און דער רבי האט מעודד געווען לכבוד שמחת בית השואבה.

פארן ארויסגיין האט רבינו שליט''א געזאגט אפאר ווערטער מען דארף געבן א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער אז מען האט געקענט זיצן און עסן אין די סוכה און אפילו שלאפן, מען האט זיך געהאט דערשראקן ערב יו''ט מען איז שוין אפילו געזיצן ערב יו''ט אויף די הלכות, אבער ב"ה מען האט געהאט א אמת'ע שמחת יו''ט, דער אייבערשטער זאל העלפן שטענדיג שמחות, מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בנגוני הודאה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

*יום ב' דיו''ט*

אינדערפרי נאך די מקוה האט רבינו שליט"א מקיים געווען בדחילו ורחימו די מצוות נטילת ד' מינים אינעם סוכה בביתו נאוה קודש, און עקסטער מייחד געווען א סעט ד' מינים פאר די בחורים געסט פון אויסלאנד.

ארום 9:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען, פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית והלל און געדאווענט בהשתפכות הנפש, און מאריך געווען בעבודת הקודש פון די נענועים בדביקת וברגש קודש, נאך הלל האט רבינו שליט"א פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב און ארום געגאנגען די בימה אין ביהמ"ד.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ''ד בית שמואל בנימין, און נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית מנחם זאב. פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.

עליות. כהן: הרה''ח ר' נחמן כהנא הי''ו. לוי: הרה''ג ר' משה בער לאנדא שליט''א. שלישי: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו. רביעי: הרה''ח ר' בנציון קליין הי''ו. חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה דעם ערשטע ספר: הרה''ח ר' זלמן לייב קאפל הי''ו. גלילה: הרה''ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן).
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. הגבה דעם צווייטן ספר: הרה''ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי''ו. גלילה: ר' משה דוד פריעדמאן הי''ו.

מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שלמה מאיר שניצער.
לבן הנולד אצל ר' יוסף בר''ע געשטעטנער הי''ו ת
מען האט געענדיגט ארום 2:15.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מכבד געווען מיט ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

נאכמיטאג ארום 7:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הרה''ג ר' איתמר מייזליש שליט"א. ביים זמן ר''ת האט מען זיך געשטעלט מעריב. פארן עמוד האט געדאווענט הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.

נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריין אין די סוכה הגדולה און געמאכט הבדלה. און דערנאך איז מען אריבער וואונטשן א גוט'ן מועד. מען האט געענדיגט ארום 8:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

*בשעה שהחכם יושב ודורש*

אין די יעצטיגע מינוטען האט כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א אנגעהויבן די דרשת שבת שובה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.
מען קען מיטהאלטן די הוקאפ אויף קול סאטמאר בעקאפ נאמבער
3518887117

*לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה*

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אהיימגייענדיג פון ביהמ''ד נאך תפילת שחרית.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am
פיילס
1000169206.jpg
1000169207.jpg
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
סאטמארע נייעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:19 pm
x 153

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך סאטמארע נייעס »

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די עבודת הקודש ביי די נענועים היינט א' דחוה''מ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am

צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
וואטסעפפ טעלעגראם

צו באקומען''בחצרות סאטמאר אימעילס'' דריקט דא

פאר ''קרית יואל היימשטאט'' דרוקט דא
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 251

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)

שיעור יום שלישי אחה"צ ע"י הרב הגאון ר' ישראל מילער שליט"א, דומ"ץ וחבר הבד"ץ קרית וויזנ'ץ בני ברק

.
8 (3).jpg
8 (3).jpg (526.1 KiB) געזען געווארן 1003 מאל
IMG_5259.JPG
IMG_5259.JPG (367.14 KiB) געזען געווארן 1003 מאל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 251

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)

שיעור היום יום רביעי לפנה"צ ע"י הרב הגאון ידען נפלא פה מפיק מרגליות, הרב ר' אהרן קאהן שליט"א, בענין "קו התאריך"
.
4 (4).jpg
4 (4).jpg (523.23 KiB) געזען געווארן 953 מאל
IMG_5262.JPG
IMG_5262.JPG (168.75 KiB) געזען געווארן 953 מאל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 251

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)

*זוֹבְחֵי הַזֶּבַח אִם שׁוֹר אִם שֶׂה וְנָתַן לַכֹּהֵן הַזְּרֹעַ וְהַלְּחָיַיִם וְהַקֵּבָה*

מערכת שיעורי תורה שעל ידי *קהל יטב לב דסאטמאר בני ברק* האט היינט נאכט ליל אושפיזא דיוסף אפגעראכטן אן הערליכן מעמד *שחיטת כבש* און דערצו די מצוה נדירה פון *נתינת מתנות כהונה.*

דער מעמד איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול ויואל משה אין שיכון קרית יואל בני ברק בהשתתפות הונדערטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים, ועל צבאם *מורינו הגה”צ ראש ישיבתינו שליט"א.*

צוליב דעם ריבוי העם, האט מען אויכט געפענט דעם עזרת נשים פאר אברכי ובחורי אנ"ש, צו קענען מיטהאלטן די גרויסן מעמד

דער מעמד איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת על ידי *יו"ר שיעורי תורה דקהלתינו הרה"ג ר' חיים דוב בלאשטיין שליט"א* וואס האט במיטב כשרונותיו געפירט דעם מעמד מיט א געוואלדיגן סוקסעס, נאכן זיך איבער געבן א גאנצע יאר פאר אלע שיעורי תורה בכלל אין די וואך פאר אלע שיעורי חול המועד בפרט.

צום ערשט האט אופגעטרויטן הגה"צ די ראש ישיבה שליט"א בדברי פתיחה איבער די מצוה נדירה פון נתינת מתנות כהונה, וואס איז געפסקנ'ט אין שולחן ערוך אז ס'איז א חיוב גמור, אבער אין בית השחיטה איז נישטא קיין חיוב ווייל ס'געהערט נאכנישט פאר קיין איד, נאר יעצט אז מ'וועט אפקויפן בשותפות די בהמה בחייה, און אויב ס'וועט זיין גלאט כשר וועט מען צוזאמען קענען מקיים זיין די *מצוה רבתי פון מתנות כהונה*, אזוי אויך האט די ראש ישיבה שליט"א דערמאנט אז די חתם סופר זי"ע האט מקפיד געווען יעדן ערב יו"ט אפקויפן א בהמה צו געבן מתנות כהונה.

די ראש ישיבה האט אויך פארגעלערנט די חלק ההלכות איבער מתנות כהונה, ווי צב"ש אז כהנים אדער איידימער פון כהנים אדער לויים קענען נישט האבן א חלק אין די מצוה, און אזוי ווייטער די אנדערע הלכות.

דערנאך האט מען פארקויפט זכות פון רוב הבהמה, וואס איז אפגעקופיט געווארן דורך *הרה"ח ר' נח קליין שליט"א חבר הנהלת קהלתינו,* אזוי אויך האט יעדער איינער געקענט האבן די זכיה זיך צו משתתף זיין אין קניית הבהמה.

ר' נח שליט"א איז מכובד געווארן בשליחות הציבור מיט קנין *הגבהת הבהמה,* און דערצו האט מען אויך געמאכט *קנין כסף* דורכ'ן געבן געלט פארן מוכר, און אויך *קנין חליפין* על ידי הגה"צ ראש הישיבה שליט"א.

דאן איז ארויפגעקומען דער חשובער שוחט, *הרה"ג ר' ישעי' שטערן מחשובי אנשי שלומינו דירושלים עיר הקודש,* שוחט ובודק רבות בשנים בשחיטה המהודרת שעל ידי *בית דין צדק העדה החרדית,* און מסביר געווען בטוב טעם ודעת ובלשון לימודים אלע פרטים איבער די בהמה, און פארוואס מ'האט נישט געברענגט א כבש א זכר, מחשש בכור, וואס קען זיין א שאלה פון שחיטת קדשים בחוץ, און דערפאר האט מען געברענגט א ציג א נקבה.

נאכן מסביר זיין אלע חלקי הבהמה פון אינדערויסן איז מען צוגעגאנגען צו בדיקת הסכינים, דאן האט *הבודק המומחה הרה"ח ר' מתתיהו גאלדבערגער שליט"א,* געטראפן א חשש קל פון א שאלה אינעם סכין, און מ'האט ארויסגעברענגט א צווייטן מעסער וואס איז אויך איבערגעקוקט געווארן דורך הגה"צ די ראש ישיבה שליט"א, און נאכן זעהן אז סאיז *חלק ומהודר* בתכלית השלימות, איז מען צוגעטרויטן צו די ברכת השחיטה ומלאכת השחיטה.

תיכף נאכן שחיטה איז דער חשובער שוחט שליט"א, אריבער אבר אבר פונעם בהמה, און מסביר געוועהן אלע שאלות וואס קען נאר זיין, די שוחט האט מיטגעברענגט פונדערהיים חלקי בהמה וואס זענען געוועהן מיט ספיקות און שאלות צו ווייזן פארן ציבור וועלעכע שאלות קען זיך טרעפן אינעם בהמה, די אלע ערקלערונגען האט ארויס געברענגט א שטארקן קלארקייט פאר אנשי שלומינו אין בעיקר פאר *לומדי מסגרת תורתך שעשועי* וואס לערנען יעצט *מסכת חולין* מיט די פארצווייגטע הלכות השחיטה וסימני הטריפה.

גראד ווען די שוחט שליט"א האט איבער געקוקט די לונגען און אויסגערופן *גלאט כשר* איז די ציבור ספאנטאנישט ארויס און א געזאנג, *טוב להודות להשם,* אז מ'גייט מקיים זיין די מצוה נדירה פון מתנות כהונה.

נאכן אריבער גיין אלע חלקי הבהמה ושאלותיה, איז מען אריבער צום גרויסן מעמד פון *נתינת מתנות כהונה*, וואס איז צוטיילט געווארן פאר 4 חשובע כהנים [זרוע, 2 לחיים, והקיבה]: *הרה"ג ר' משה הערש כהן שליט"א, הרה"ח ר' יואל כהן שליט"א חתנו פון ר' נח קליין רוכש זכות הבהמה, הרה"ג ר' יצחק הכהן סאנדער שליט"א, און הרה"ח ר' יוסף חיים הכהן וויינפעלד שליט"א חבר הנהלת הקהילה.*

בשעת ווען די שוחט האט געוויזן אלע חלקי הבהמה וואס מ'דארף ארויף לייגן אויפן מזבח ביי די קרבנות איז ארויס פון יעדן'ס הארץ די תפלה *והשב כהנים לעבודתם ולויים לשירם ולזמרם והשב ישראל לנויהם במהרה בימינו אמן*
.
IMG-20231004-WA0137.jpg
IMG-20231004-WA0137.jpg (174.17 KiB) געזען געווארן 870 מאל
IMG-20231004-WA0154.jpg
IMG-20231004-WA0154.jpg (201.68 KiB) געזען געווארן 870 מאל
IMG-20231004-WA0153.jpg
IMG-20231004-WA0153.jpg (173.9 KiB) געזען געווארן 870 מאל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 251

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

IMG-20231004-WA0145.jpg
IMG-20231004-WA0145.jpg (157.43 KiB) געזען געווארן 870 מאל
IMG-20231004-WA0151.jpg
IMG-20231004-WA0151.jpg (167.52 KiB) געזען געווארן 870 מאל
IMG-20231004-WA0144.jpg
IMG-20231004-WA0144.jpg (173.33 KiB) געזען געווארן 870 מאל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 251

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

IMG-20231004-WA0142.jpg
IMG-20231004-WA0142.jpg (193.51 KiB) געזען געווארן 869 מאל
IMG-20231004-WA0147.jpg
IMG-20231004-WA0147.jpg (244.39 KiB) געזען געווארן 869 מאל
IMG-20231004-WA0148.jpg
IMG-20231004-WA0148.jpg (233.83 KiB) געזען געווארן 869 מאל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 251

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

IMG-20231004-WA0143.jpg
IMG-20231004-WA0143.jpg (188.97 KiB) געזען געווארן 869 מאל
IMG-20231004-WA0138.jpg
IMG-20231004-WA0138.jpg (225.48 KiB) געזען געווארן 869 מאל
IMG-20231004-WA0139.jpg
IMG-20231004-WA0139.jpg (235 KiB) געזען געווארן 869 מאל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 251

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

סאטמאר בני ברק (הגרח"צ מייזליש)

זמנים לצווייטע טעג.
.
IMG-20230928-WA0080.jpg
IMG-20230928-WA0080.jpg (196.56 KiB) געזען געווארן 778 מאל
.
IMG-20230928-WA0072.jpg
IMG-20230928-WA0072.jpg (216.1 KiB) געזען געווארן 778 מאל
IMG-20230928-WA0071.jpg
IMG-20230928-WA0071.jpg (258.86 KiB) געזען געווארן 778 מאל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 251

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

IMG-20230928-WA0070.jpg
IMG-20230928-WA0070.jpg (370.13 KiB) געזען געווארן 1472 מאל
IMG-20230928-WA0068.jpg
IMG-20230928-WA0068.jpg (365.49 KiB) געזען געווארן 1472 מאל
שמעון בן דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
x 80

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שמעון בן דוד »

סאטמאר מהרי״י
פיילס
13FDA1BE-698C-426F-B5FD-B6D2F250744A.jpeg
DD36D6B0-E3AC-495C-8607-8F7FC89224E9.jpeg
שרייב פאוסט