הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

לכבוד די 81'סטע יארצייט פון דעם גאון וקדוש גיי איך פתיחה אויפן אשכול.

הרה"ק ר' חנה הלברשטאם מקאלאשיץ זי"ע איז געבוירן ו' תמוז תרמ"ד צו זיין פאטער הרה"ק ר' מנחם מענדל הלברשטאם אבד"ק פריסטיק אן זוהן פון הרה"ק ר' ארי לייבוש הלברשטאם אבד"ק פריסטיק א זוהן פון הרה"ק ר' דוד'ל קשאנובער די צווייטע זוהן פונעם הייליגן צאנזער רב פריסטיקע רב איז געוועהן אן איידעם ביי זיין עלטער פעטער די הייליגע שינאווער רב זי"ע - זיוויג שלישי.

ער האט געהייסן חנה (מיט א קמץ) נאך זיין באבע חנה רחל זיין זיידע די שינאווער רב האט געזאגט אז מ'זאל איהם גיבן דעם נאמען וויבאלד זי איז געוועהן א געהויבענע פרוי.

ער איז אומגעקומען על קידוש ה' די צווייטע טאג חוה"מ סוכות ח"י תשרי שנת תש"ג די צדיק האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין דורות נאכדעם וואס קיינער פון זיין משפחה האט נישט איבער געלעבט דעם קריג.

זיינע חסידים די אדמור"י בית פשעווארסק הרה"ק ר' איציק'ל וחתנו ר' יענקעלע זי"ע האבן נישט געוויסט נאכן קריג ווען די יארצייט איז האבן זיי עס באשטימט ביז זיי האבן אויסגעפינען די ריכטיגע יארצייט אויף ב' שבט די יארצייט פונעם ר"ר זושא זי"ע צוליב זיין אהבת ישראל אין וואס דער ר"ר זושא איז געוועהן אויסגעקאכט.

איך האף נאך צו פאלגן מיט א לענגערע באשרייבונג.
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 175

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך קשאנובער »

שיין געשריבן. שכח שכח..
אביסלע צולייגן..

די קאלשיצער רב איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי משה מבארדיוב זוהן פון הרה"ק מגארליץ און איידעם פון הרה"ק מקרייז קומט אויס ער איז געווען פיר מאל א צאנזער אייניקל!!

זיין זיידע די שינאווער רב האט געזאגט אויף אים אז פון הימל איז פארזיכערט אז חנהלע וועט זיין א צדיק!

ווען די קאלשיצער רב איז געווען דריי יאר אלט האט ער געזעהן ווי זיין זיידע די שינאווער רב גייט מיטן קיטל פאר תקיעת שופר האט ער זיך אנגערופן אז "זיידי גייט עסן כרפס" האט די שינאווער רב געזאגט אז חנהלע האט גוט געזאגט ווייל ע"פ סוד איז היינו טעמא דשופר היינו טעמא דכרפס און סאיז א סימן אז ער וועט נאך זיין א גברא רבה!!

שינאווער רב האט אים אמאל געבעטן פאר סוכות ער זאל מתפלל זיין אז סזאל נישט רעגענען וכך הוה יענעס יאר האט נישט גערעגנט! (וואס כידוע אין פולין געגענט כמעט אייביג סוכות צייט!!)

נאכן חתונה האט ער געזעצן ביים זיידע די גארליצער רב וואס האט אים גאר שטארק מחשיב געווען עד כדי כך אז ער פלעגט אויפשטיין ווען די אייניקל איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד!! און אזוי אויך אויב האט ער אויסגעטרויטן נאך שמו"ע פארן קאלשיצער רב האט ער געהייסן די בעל תפלה צו ווארטן ביז ער ענדיגט!!

צוענדיגן וועלעך ארויסצוברענגן זיין שארפקייט און זיין מקנא קנאות ה' צבקות מיט א שטארקן ממרא פון קאלשיצער רב וואס האט מיר גאר שטארק געפאלן..
ווען אגדיסטים האבן אים געזאגט אז סאיז א מצוה צו מקיים זיין ישוב ארץ ישראל האט ער פאר זיי געענפערט "סאיז טאקע א גרויסע מצוה אבער עס איז נישט דוחה כל התורה כולה!!!!"

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 175

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך קשאנובער »

בניו הקדושים הי"ד

רבי משה אהרן הי"ד חתן רבי דוד דוב מייזליש מאוהעל זי"ע

רבי דוד לייבוש הי"ד חתן דודו רבי אביגדור האלברשטאם זי"ע

רבי ברוך הי"ד חתן רבי חיים ברוך רובין מווישניצא זי"ע

רבי שלום הי"ד חתן דודו רבי חיים ברוך האלברשטאם מפריסטיק זי"ע

הכלה שרה הי"ד (געווען א כלה צו החתן חיים הי"ד בן רבי יעקב צבי האלברשטאם מסוכא זי"ע הי"ד)

הכלה מרים ברכה הי"ד (געווען א כלה צו החתן יחזקאל שרגא בן דודה רבי אפרים דוד האלברשטאם מיאשליסק זי"ע)

החתן יקותיאל יהודה הי"ד (געווען א חתן צו הכלה בת דודו רבי יחזקאל מדוקלא הי"ד)

נקום נקמת דם עבדיך השפוך
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

קשאנובער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:34 pm בניו הקדושים הי"ד

וואס איז פשט אז די קאלאשיצער רב האט געהאט אין שטוב צוויי כלות מיט איין חתן אויף איינמאל?

דאכצעך אז ר' דוד לייבוש האט געלעבט די לענגסטע ביז סוף קריג.
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 175

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך קשאנובער »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 6:20 pm

קודם כל ביי די רבישע אייניקלעך איז מען א חתן געווארן ביי די דרייצן וכדו' און חתונה געהאט אפאר יאר שפעטער.. איז גרינג צו האבן דריי חתנים אויף איין מאל...
אדער גאר וועגן די מלחמה.. עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מהאט פראבירט חתונה מאכן די קינדער וויפיל מעגליך...
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 175

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך קשאנובער »

פריער געהערט ווי איינער פארציילט ספורי צדיקים פונעם קאלשיצער רב זי"ע.
האט ער פארציילט אז איין יאר סוכות ווען קאלשיצער רב איז אריינגעקומען אין סוכה האט ער זיך אנגערופן צום זוהן רבי יקותיאל יהודה וועלכע איז געזעצן אין א ווינקל "יקותיאל האסט נישט געמאכט קיין 'לישב'." [און ערז גערעכט געווען.]
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

קשאנובער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 9:38 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 6:20 pm
קשאנובער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:34 pm בניו הקדושים הי"ד

רבי משה אהרן הי"ד חתן רבי דוד דוב מייזליש מאוהעל זי"ע

רבי דוד לייבוש הי"ד חתן דודו רבי אביגדור האלברשטאם זי"ע

רבי ברוך הי"ד חתן רבי חיים ברוך רובין מווישניצא זי"ע

רבי שלום הי"ד חתן דודו רבי חיים ברוך האלברשטאם מפריסטיק זי"ע

הכלה שרה הי"ד (געווען א כלה צו החתן חיים הי"ד בן רבי יעקב צבי האלברשטאם מסוכא זי"ע הי"ד)

הכלה מרים ברכה הי"ד (געווען א כלה צו החתן יחזקאל שרגא בן דודה רבי אפרים דוד האלברשטאם מיאשליסק זי"ע)

החתן יקותיאל יהודה הי"ד (געווען א חתן צו הכלה בת דודו רבי יחזקאל מדוקלא הי"ד)

נקום נקמת דם עבדיך השפוך
וואס איז פשט אז די קאלאשיצער רב האט געהאט אין שטוב צוויי כלות מיט איין חתן אויף איינמאל?
קודם כל ביי די רבישע אייניקלעך איז מען א חתן געווארן ביי די דרייצן וכדו' און חתונה געהאט אפאר יאר שפעטער.. איז גרינג צו האבן דריי חתנים אויף איין מאל...
אדער גאר וועגן די מלחמה.. עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מהאט פראבירט חתונה מאכן די קינדער וויפיל מעגליך...
צוליב די מלחמה?
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

.
פיילס
קאלאשיץ.jpg
קאלאשיץ.jpg (56.63 KiB) געזען געווארן 387 מאל
מכתב קאלאשיץ.jpg
מכתב קאלאשיץ.jpg (274.39 KiB) געזען געווארן 387 מאל
''ק מקאלאשיץ זי''ע.jpg
''ק מקאלאשיץ זי''ע.jpg (15.59 KiB) געזען געווארן 387 מאל
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

הגה"ק מקאלשיץ זי"ע הי"ד בעת ביקורו בישיבת "דרכי תשובה" מונקאטש, לאחר הסתלקותו של הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל. לימינו נראה אדמו"ר ממונקאטש דאז, הג"מ רבי ברוכ'ל זצ"ל, חתנא דבי נשיאה בעל מנחת אלעזר זצ"ל
פיילס
קאלאשיץ 1.jpg
קאלאשיץ 1.jpg (46.3 KiB) געזען געווארן 387 מאל
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

הרה"ק מקאלאשיץ זי"ע הי"ד ביים ארויסגיין פין ישיבה, באגלייט דורך הגאון ר' ברוכ'ל חתן הגה"ק ממונקאטש זי"ע.
פיילס
קאלאשיץ-מונקאטש.jpg
קאלאשיץ-מונקאטש.jpg (14.15 KiB) געזען געווארן 387 מאל
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 175

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך קשאנובער »

ווי ליגט ער? אויב געדענק איך גוט ליגט ער אין א גוישע בית הקברות.
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

קשאנובער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 2:50 pm ווי ליגט ער? אויב געדענק איך גוט ליגט ער אין א גוישע בית הקברות.
ער ליגט אין א מאסן קבר אין א וואלד אין יאסלא.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%90%D7%9D
א עם ארצ'ישע טעות ער האט געהייסן חנה און נישט אלחנן!
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך ענותן »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 6:30 pm https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%90%D7%9D
א עם ארצ'ישע טעות ער האט געהייסן חנה און נישט אלחנן!
נאך זיין מאמע וואס איז אוועק בשעת'ן געבוירן אדער אין יענע טעג נאכדעם.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ענותן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 7:13 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 6:30 pm https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%90%D7%9D
א עם ארצ'ישע טעות ער האט געהייסן חנה און נישט אלחנן!
נאך זיין מאמע וואס איז אוועק בשעת'ן געבוירן אדער אין יענע טעג נאכדעם.
ליין איבער די דריטע פאראגראף פון מיין ערשטע תגובה
א פשוט'ער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
x 102

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך א פשוט'ער אידל »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:50 pm הגה"ק מקאלשיץ זי"ע הי"ד בעת ביקורו בישיבת "דרכי תשובה" מונקאטש, לאחר הסתלקותו של הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל. לימינו נראה אדמו"ר ממונקאטש דאז, הג"מ רבי ברוכ'ל זצ"ל, חתנא דבי נשיאה בעל מנחת אלעזר זצ"ל
דאס איז די הויז פון דעם מנחת אלעזר, נישט ישיבה דרכי תשובה.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

א פשוט'ער אידל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 12:17 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:50 pm הגה"ק מקאלשיץ זי"ע הי"ד בעת ביקורו בישיבת "דרכי תשובה" מונקאטש, לאחר הסתלקותו של הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל. לימינו נראה אדמו"ר ממונקאטש דאז, הג"מ רבי ברוכ'ל זצ"ל, חתנא דבי נשיאה בעל מנחת אלעזר זצ"ל
דאס איז די הויז פון דעם מנחת אלעזר, נישט ישיבה דרכי תשובה.
ליין איבער וואס איך האב געשריבן.
א פשוט'ער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
x 102

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך א פשוט'ער אידל »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 1:37 pm
א פשוט'ער אידל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 12:17 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:50 pm הגה"ק מקאלשיץ זי"ע הי"ד בעת ביקורו בישיבת "דרכי תשובה" מונקאטש, לאחר הסתלקותו של הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל. לימינו נראה אדמו"ר ממונקאטש דאז, הג"מ רבי ברוכ'ל זצ"ל, חתנא דבי נשיאה בעל מנחת אלעזר זצ"ל
דאס איז די הויז פון דעם מנחת אלעזר, נישט ישיבה דרכי תשובה.
ליין איבער וואס איך האב געשריבן.
קלאר געליינט, וזה לשונך הקאקאש: הגה"ק מקאלשיץ זי"ע הי"ד בעת ביקורו בישיבת "דרכי תשובה" מונקאטש, לאחר הסתלקותו של הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל, אויף דעם האב איך מגיב געווען, עס איז נישט געווען קיין ביקור בישיבת דרכי תשובה, נאר א ביקור ביים דעמאלטסדיגן רב, ר' ברוכל, וואס האט איהם אויף גענומען אין ספרים שטוב פון שווער.

כ'האף עס איז נישט צו שווער צו פארשטיין.
א פשוט'ער אידל
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:11 am
x 102

Re: הגה"ק ר' חנה מקאלאשיץ הי"ד - ח"י תשרי תש"ג

פאוסט דורך א פשוט'ער אידל »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:51 pm הרה"ק מקאלאשיץ זי"ע הי"ד ביים ארויסגיין פין ישיבה, באגלייט דורך הגאון ר' ברוכ'ל חתן הגה"ק ממונקאטש זי"ע.
דא שרייבסטו דאס נאך אמאל איבער, "ביים ארויסגיין פין ישיבה"

גם כאן, איז דאס נישט ריכטיג, בהצלחה.
שרייב פאוסט