עמוד התפלה - פיוט אדון עולם

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3731

עמוד התפלה - פיוט אדון עולם

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער פיוט איז פון די שענסטע און שטערקסטע פיוטים וואס כלל ישראל פארמאגט, עס איז אבער נישט קלאר ווער עס איז דער מחבר דערפון, און עס זענען דא אין דעם פארשידענע שאצונגען בנוגע דעם מחבר, אבער לאו דוקה אז אפי' איינער פון די שאצונגען זענען קראנט.
  • 1) רבי יוחנן בן זכאי, אזוי ברענגט דער לקוטי מהרי''ח אז ער האט געזעהן אין ספר התחיה (דאס איז א טעות פונעם בעל לקוטי מהרי''ח, וויבאלד אין ספר התחיה שאצט ער אז דער מחבר איז געווען ר' שלמה גבירול ווי ערווענט שפעטער).
    2) רבינו האי גאון, אזוי ווערט געברענגט אין ספר אמרי פנחס פון ר' פנחס קאריצער.
    3) ר' שלמה גבירול, אזוי שאצט דער ספר התחיה.

די פיוט איז ארגינעל געמאכט געווארן צו זאגן ביינאכט פארן גיין שלאפן, דאס זעהען מיר פון דעם וואס נאכן ארום רעדן פון גדלות הבורא ענדיגט ער צו מיט דעם פסוק בידו אפקיד רוחי בעת אישן ואעירה.

דער טעם פארוואס מען זאגט דאס פארן דאווענען שטייט אין ספר מטה משה בשם ר' יהודה החסיד, ר' האי גאון, און ר' שרירא גאון. אז ווער עס איז מכוון אין די ווערטער פון אדון עולם, וועט אפילו דער שטן זיין מיט אים בשלום און פארדעם זאגט מען דאס פארן דאווענען (און לכאורה צוליב דעם איז איינגעפירט אז מען זינגט עס ר''ה ויו''כ פארן דאווענען ווען מען זוכט עקסטער זכותים).
וז''ל, ערב אני בדבר שתפילתו נשמעת ואין שטן מקטרג על תפלתו ואין לו שטן ופגע רע בר''ה וביוה''כ בתפלתו, ואויביו נופלים לפניו וי''א אף יצר הרע משלים אתו....ואפשר שמזה נתפשט המנהג שאומרים אותו קודם כל ברכה ותהילה.

און ספר אמרי פנחס, זאגט ער דער טעם פארוואס מיר זאגן אדון עולם פארן דאווענען, ווייל די גמרא אין ברכות כח: זאגט ר' אליעזר, וכשאתם מתפללים דעו לפני מי אתם עומדים. און אזוי ווי דער פיוט איז מבוסס אויף גדלות הבורא, דערפאר איז געווארן איינגעפירט דאס צו זאגן פארן דאווענען.

דעם פיוט האט דער מחבר אויסגעשטעלט על סדר יתד ושתי תניעות, און ווי באקאנט איז דונש בן לברט געווען דער ערשטער אידישער פייטן וואס האט מחבר געווען פיוטים על סדר יתדות ותנועות. דונש האט גענומען די חכמה פון יתידות ותנועות פון די בני ישמעאל וואס זיי זענען געווען גרויסע מומחים אין שירים. וואס דאס מאכט כמעט אומ-מעגליך צו זאגען אז דער פיוט איז נתחבר געווארן פאר די תקופות ר' האי ור' שרירא, וויבאלד דונש האט געלעבט ממש אין יענע צייט. וואס לויט דעם איז גאר אינטערעסאנט דאס וואס דער מטה משה שרייבט בשם ר' האי ור' שרירא ווי שטארק זיי האבן אויסגעלויבט א פיוט וואס איז געשריבען געווארן דורך איינער וואס האט געלעבט בזמנם. (שפעטער ווי דעם איז דאך נישט שייך צו זאגן אז דאס איז געמאכט געווארן)

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן דעם פיוט אויך נאכן דאווענען, און דער טעם דערפון זאגט דער מטה משה אז אזוי ווי ביי א סיום ווען מען ענדיגט א מסכת הייבט מען אן נאכאמאל די ערשטער משנה, אדער ביי תהילים איז איינגעפירט אז ווען מען ענדיגט זאגט מען נאכאמאל אשרי האיש. און דאס איז כדי נישט צו לאזן א מקום פארן שטן לקטרג. אזוי אויך ביי סיום התפלה הייבט מען תיכף צוריק אן אדון עולם.

א בקאנטער קאצקער ווארט איז דא אויף דעם, אז ווען א איד ענדיגט דאווענען זאל ער וויסען אז מיט זיין גאנצער עבודה וואס ער האט אראפגעלייגט ביים דאווענען, דאך האלט ער נאך ביי אדון עולם.

אין סדורי פראג, איז די נוסח ביי אדון עולם 'לבדו "הוא" ימלך נורא. וואס דאס שטומט נישט מיט'ן סדר פון יתד ושתי תנועות, און דאס איז א טעות וואס איז אריינגעדריקט אין געוויסע סידורים, און אזוי איז דער נוסח אין בבאבוב. אבער ווי געזאגט איז דאס לכאורה א טעות.

אין טייל ספרדישע סידורים איז געדריקט אן אנדערע נוסח, ווי זייער שטייגער איז צוצולייגען מדעתם אייגענע שטיקלעך וואס האט מיטן פייטן גארנישט.
וְהוּא אֶחָד וְאֵין שֵׁנִי לְהַמְשִׁילוֹ וּלְהַחְבִּירָה בְּלִי רֵאשִׁית בְּלִי תַכְלִית וְלוֹ הָעֹז וְהַמִּשְׂרָה בְּלִי עֵרֶךְ בְּלִי דִמְיוֹן בְּלִי שִׁנּוּי וּתְמוּרָה בְּלִי חִבּוּר בְּלִי פֵרוּד גְּדָל כֹּחַ וּגְבוּרָה. וְהוּא אֵלִי וְחַי גּוֹאֲלִי וְצוּר חֶבְלִי בְּיוֹם צָרָה וְהוּא נִסִּי וּמָנוּסִי מְנָת כּוֹסִי בְּיוֹם אֶקְרָא וְהוּא רוֹפֵא וְהוּא מַרְפֵּא וְהוּא צוֹפֶה וְהוּא עֶזְרָה בְּיָדוֹ אַפְקִיד רוּחִי בְּעֵת אִישַׁן וְאָעִירָה וְעִם רוּחִי גְּוִיָּתִי אֲדֹנָי לִי וְלֹא אִירָא בְּמִקְדָשׁוֹ תָּגֵל נַפְשִׁי מְשִׁיחֵנוּ יִשְׁלַח מְהֵרָה וְאָז נָשִׁיר בְּבֵית קָדְשִׁי אָמֵן אָמֵן שֵׁם הַנּוֹרָא.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: עמוד התפלה - פיוט אדון עולם

פאוסט דורך וואוילער »

שיינע @נקודות
די דאווענען באקומט גאר אן אנדער טעם!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
אלכסנדר נחמן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
x 116

Re: עמוד התפלה - פיוט אדון עולם

פאוסט דורך אלכסנדר נחמן »

הרב @נקודת טובות וואס מיינט "על סדר יתד ושתי תניעות"?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: עמוד התפלה - פיוט אדון עולם

פאוסט דורך וואוילער »

אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 5:31 pm הרב @נקודת טובות וואס מיינט "על סדר יתד ושתי תניעות"?
וואלט גראדע געוועהן א שיינע נושא צו אויסשמועסן, נאכדערצו יעצט בזמן שמחתינו ווען נגינה נעמט אויף דעם אויבן אן.
ווער קען?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3731

Re: עמוד התפלה - פיוט אדון עולם

פאוסט דורך נקודות טובות »

אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 5:31 pm הרב @נקודת טובות וואס מיינט "על סדר יתד ושתי תניעות"?
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 5:43 pm
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 5:31 pm הרב @נקודת טובות וואס מיינט "על סדר יתד ושתי תניעות"?
וואלט גראדע געוועהן א שיינע נושא צו אויסשמועסן, נאכדערצו יעצט בזמן שמחתינו ווען נגינה נעמט אויף דעם אויבן אן.
ווער קען?
זאגטס מיר אויב דאס איז גענוג קלאר.
viewtopic.php?p=25531#p25531
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: עמוד התפלה - פיוט אדון עולם

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 7:19 pm
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 5:31 pm הרב @נקודת טובות וואס מיינט "על סדר יתד ושתי תניעות"?
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 5:43 pm
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 5:31 pm הרב @נקודת טובות וואס מיינט "על סדר יתד ושתי תניעות"?
וואלט גראדע געוועהן א שיינע נושא צו אויסשמועסן, נאכדערצו יעצט בזמן שמחתינו ווען נגינה נעמט אויף דעם אויבן אן.
ווער קען?
זאגטס מיר אויב דאס איז גענוג קלאר.
viewtopic.php?p=25531#p25531
קוקט אויס שיין, כ'דארף נאר נעמען די פאר מינוט צו אדורך ליינען מיט ישוב הדעת
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שרייב פאוסט