נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3581
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4345

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 27, 2026 2:07 am
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 27, 2026 12:41 am
הימל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2026 12:51 pm וויכטיג פאר די וואס פלאנען אהין צו מופן....
IMG_6955.jpeg
עכט?
צי ס'איז עכט וויכטיג..? חלמתי האט עס אויך באריכטעט אין די נייעס היינט.
די עירפארט האט עכט ארויסגעלייגט די צעטל?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
קטן בקטנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:14 pm
Location: monroe
x 53

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

פאוסט דורך קטן בקטנים »

עס קומט אן א שיינע און הייליגע צייט אינערהאלב דעם בליענדן קהילות אהבת השם אין טעמפא פלארידע, ווי מען גרייט זיך מיט התרגשות לקראת דעם גרויסן יו״ט פסח הבעל"ט.
אי״ה וועט פארקומען א הערליכע חלוקה, וואו מען וועט פארטיילן ברייטהארציג עסן און אלע נויטיגע זאכן פאר די יום טוב׳דיגע טעג, כדי יעדער איינער זאל קענען פייערן דעם יו״ט בכבוד ובשמחה, אן קיין דאגות.
די געוואלדיגע חלוקה איז צושטאנד געקומען דורכן חשובן דומ״ץ ואב״ד הגה"צ הנודע בשערים ר׳ יהושע הערשקאוויטש שליט״א, וועלכער טוט זיך אפגעבן מיט מסירת נפש כפשוטו לטובת הכלל והפרט, מיט א ווארעמקייט און אמת׳ע אחריות בעינא פקיחא ובתבונה ישרה, און מאכט זיכער אז פאר קיינעם זאל גארנישט פעלן.
זיין הנהגה און דאגה פאר יעדן יחיד איז ממש אומבאשרייבליך, אויף וואס יעדער קען מעיד זיין, און איז א לעבעדיגער ביישפיל פון חסד ואהבת ישראל, און דורך זיין השתדלות ווערן אסאך משפחות געשטעלט אויף די פיס און קענען אריינגיין אין דעם הייליגן יו״ט מיט א רואיגקייט און שמחה.
זאל דער אייבערשטער אים באלוינען מיט כל טוב, און ער זאל ווייטער קענען זיין א מקור הברכה והנהגה בדעת בחכמה ובתבונה פאר די גאנצע קהילה, און מיר אלע זאלן זוכה זיין צו א כשר׳ן און פרייליכן פסח!
https://www.dropbox.com/scl/fo/qaxs1drg ... k6jd0&dl=0
א פרייליכער מענטש איז נישט דער וואס 'פארמאגט' אלעס, נאר דער וואס 'דאנקט' אויף אלעס.
שרייב פאוסט