הדרן עלך ודעתן עלך | א זיידענע זונטאג - א' צו תשפ"ו | #3

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
זיידענע העמדל
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 3:08 pm
x 65

הדרן עלך ודעתן עלך | א זיידענע זונטאג - א' צו תשפ"ו | #3

פאוסט דורך זיידענע העמדל »

בס"ד

א גוט מארגן און א גוט יאר! מיר האפן אז אייער שבת איז געווען אן אויסנאם פון א געלונגענע, אט האט איר באגלייט די פרישע 'א זיידענע זונטאג' באריכט - פר' צו תשפ"ו וואס מיט דעם צייכענען מיר אופ חזקה אויפן פראיעקט האלטנדיג ביים דריטן וואך ב"ה. עס ווערט אריינגעלייט ב"ה פיל כוחות אייך צו ברענגען א דבר השלום מיט דעם בלעטל. האלט אייך נישט צוריק פון לאזן אייער ווארימע קאמפלימענטן אין אונזער אישי קעסטל און עס וועט זיין א עקסטרע פארגעניגן צו פארשענערן און פארבעסערן דעם געמשאקן סטאנציע.
-
1.
כלל ישראל האבן לעצטע וואך דינסטאג אויסגעשריגן כולם כאגודה אחת "מזל טוב לומדי עמוד היומי", "מזל טוב לומדי מסכת פסחים", לעצטע וואך דינסטאג האבן אידן וגם אני בתוכם ב"ה זוכה געווען צום גרויסן און געהויבענעם מאמענט ווען מען האט צוזאמען פארענדיגט מיט גרויס פרייד און שמחה גמרא מסכת פסחים. עס איז א הייליגע און רירענדיגע מאמענט פארן יעדע לומד באזונדער ווען ב"ה נאך אזויפיל טעג נישט נאכגעבן און פרובירן די מערסטע שייך אז מען זאל בסייעתא דשמיא מיטהאלטן יעדע שיעור פון א' ביז ת' און זיין קלאר אין די סוגיות, האט מען זוכה געווען צו קענען אויסרופן דעם "הדרן עלך ודעתן עלך".
די מסכתא האט פון זיך אליינס געברענגט אזא שטארקע רושם ב"ה, אז פון זיך אליינס האט זיך טאג-טעגליך געמאָנט מאכענדיג זיכער אז מען פארפאסט נישט די היינטיגע שיעור. אויב עס איז נישט געלונגען היינט צו צוהערן דעם שיעור, וועט מען מארגן צוהערן צוויי, און אויב נישט מארגן וועט זיין א דריטע טאג, אלץ אבי צו מאכן זיכער אז די מסכתא זאל געלערנט ווערן פון דעקל צו דעקל ב"ה.
די אונטערנעמונג איז נישט גרינג, און יעדן טאג א עמוד איז אויך נישט גרינג, אבער נאכן ב"ה אופצייכענען סיומים פון צוויי פילע מסכתות אין די ראמען פון עמוד היומי, סיי מסכת עירובין און סיי מסכת פסחים (און ב"ה מ'האלט שוין אינמיטן מסכת שקלים), קען מען זאגן בפה מלא אז עס האט זיך געלוינט אלע שווערע הארוואניע, ארבעט און קאמפליצירטע טעג, אלעס אבי כדי צו קענען אונקומען צום סיום המסכתא און ארויסשרייען ווי פון זיך אליינס "הדרן עלך ודעתן עלך", ארומנעמנדיג דעם גמרא און ווי זיך צוזאגן מיטן מסכתא איינער פארן צווייטן "לא נתנשי מינך ולא תתנשי מנן לא בעלמא הדין ולא בעלמא דאתי". די געפיהל פון דעם לוינט זיך פאר כל הון דעלמא, און עס א שמחה שאין לה קץ וגבול.
*
אז מען קוקט צוריק ווי סאך די עמוד הימי פראיעקט האט אלץ אויפגעטון אין די לעצטע צייט אופשניט, וועט זיך באווייזן אן אומגלויבליך בילד, אידן נעמן אן דעם לימוד מיט ביידע הענט נאך וואס אז די עצם געדאנק אז מען האט גענומען דעם דף היומי געדאנק און דאס געטייעלט אויף האלב, איז גאר א גרויסע און שטארקע פאטענציעל וואס האט ארויפגעשטופט די הצלחה פונעם מסגרת אויף גאר הויעכע שטאפלען. לערנען א דף יעדן טאג איז נישט קיין גרינגע מלאכה. אמאל שווערע בלעטער און אמאל לענגערע עמודים, און דאס אלעס איז פיל מאל זייער לאנג און עס נעמט אוועק די אפעטיט פון אונהאלטן מיטן מסגרת.
אנדערש אבער איז געווארן ווען די דרשו שטאב האבן אויפגעפענט דעם עמוד היומי מסגרת וואס דאס טרעפט א לייכטקייט פאר א גרויסע חלק אידן, און ברענגט זיי א עריבות התורה זיך צו זעצן צום גמרא און אדורכלערנען די טעגליכע עמוד. עס איז בלויז א קליינע שיעור א טאג און ברענגט אריין א ליכטיגקייט אינעם טאג מיטן זיין א שותף בהשם ובתורתו.
*
מיין פרעזענליכע קשר וואס האט זיך געשאפט צווישן עמוד היומי און אני הקטן, איז געווען ווען מען האט מסיים געווען מסכת שבת למזל טוב, און מען האט געלאזט מעלדן אז עמוד היומי רוקט זיך צום נעקסטן מסכתא - ווארשיינליך מסכת עירובין, און דא איז געקומען דעם חידוש. ווי באקאנט איז אז די מארקעטינג און דעזיין פאר אלע דרשו פראיעקטן ווערט געמאכט דורכן מייסטער ארטיסט און מארקעטינג אגענט הרב דוד קויפמאן צוזאמען מיט זיין קריעטיווע שטאב - דעם בארימטן 'דארט מידיע' וואס איז שוין באקאנט מיט זייער ארבעט פאר לאנגע יארן, האבענדיג אונטער זיך א רייע פון גאר סוקסעספולע ביזנעסער און קאמפיינען דורכאויס די לעצטערע יארן ווי ב"ה זענען די סוקסעס ראטן אויף גאר שטארקע און הויעכע שטאפלען.
זייערע עדס און ברענדיג זענען חידושים וואס זענען נאך קיינמאל נישט געזעהן געווארן אויפן מארקעט פארן אונקום פונעם דארט מידיע, און זייערע ארבעט איינס ביי איינס איז מיט א שמוץ אריבער אויפן געלונגענעם זייט פונעם וואגשאהל, אזש, אז מען קען פיל מאל אינגאנצן ארויסגיין פון התפעלות צוצוקוקן די וואונדער ווערק וואס ווערן געשאפן דורך זייערע רייכע מוחות.
והוא הדין ביים דרשו קאמפיין פארן התחלת המסכתא. ווי באקאנט, יעדע מאל פאר מען גרייט זיך אריבערצוגיין צו א נייע מסכתא אינערהאלב עמוד היומי לייגט מען ארויס ווארעמע עדס צו דערמאנען דעם ציבור אז די באן איז אפען ארויפצונעמן נאך אידן אויפן גאלדענעם נסיעה. פאר מסכת עירובין איז נישט געווען אנדערש, און א ריינע עד איז ארויסגעקומען צו דערמאנען דעם ציבור. אנדערש ווי אלעמאל האט די עד גערעדט פאר מיר פרעזענליך מער ווי פון אלע אנדערע.
די עד איז געווארן אויסגעשטעלט ווי די מסכתא אליין שרייבט אויס א בריוו פאר אחינו בני ישראל זיך בעהטנדיג ביי אונז אונצוהייבן זיין מסכתא מיט דעם אלעם וואס זיין מסכתא איז ווייט פון א גרינגע, אבער יעצט ווען בכח הרבים גייט מען ארויף דעם שווערן בארג זאל מען זיך נעמן דעם שטעקן און זיך זעצן אדורך צו אקערן דעם מסכתא. און מיט אזעלכע ווארעמע געשמאקע ווערטער האט מיר עס נישט געלאזט אוועקמישן פונעם בלעטל אן אופמאכן אז די קומענדיגע פלאץ ווי זיך צו נעמן וועט בסייעתא דשמיא זיין ביי דעם מסכתא.
*
איך קוק מיר אן און עס גלייבט זיך צו זאגן ב"ה אז מיר האבן שוין אזויפיל דעגרייכט און השי"ת זאל געבן די ווייטערדיגע כח צו קענען ווייטער לערנען מיט עריבות התורה און חשקת התורה. און אין א מסכתא ווי מען האלט - מסכת שקלים איז דאך אלעס הלכות בזמן שבית המקדש, זאל הקב"ה העלפן אז עס זאל שוין זיין הלכות נוגע לעניניו און די בית שלישי זאל שוין בקרוב צוריק אויפגעבויט ווערן און מיר זאלן קענען מקיים זיין דעם "ושקל אשא בבית נכון ונשא ונקדישך קדוש קל רם ונשא" צוזאמען מיט משיח צדקנו במהרה בימינו.

2.
די ניין אזייגער מנין האט יעצט אריינגעטרויטן שמונה עשרה און נאך קורצע מינוטן איז די בהלה געלאזט געווארן אין גאנג. וואס איז געשעהן?, שטייט איין איד ארומגעוויקלט אינעם טלית און האלט אינמיטן זיך אויסבעהטן פאר זיין היינטיגע טאג, און זיין טעלעפאון ליגט אים צווישן דעם טלית בייטל און דעם טיש (ווי דען זאל א מענטש עס לייגן?..), און זיין חברותא פונעם אנדערן זייט טרייבל אינמיטן זיך צוגרייטן גייענדיג צום ארבעט, רופט אים אריין פרעגן זיין סקעדזשול פארן היינטיגן טאג און ווען דעם חברותא שאפט וועט זיך פירן אויפן נייעם גערוקטן זייגער, אבער ווען ער זאל וואל ווען וויסן וואס פאסירט אין א ביהמ"ד אויף א צושטופטע טישל אינצווישן השיבינו און סלח לנו וואלט ער דאס ניטאמאל געטראכט צו טון.
שטייט ער דארט און זיין טעלעפאון געט זיך אים א צוקלינג, אבער נאך פאר עס לאט זיך אים פון ווילן טראכטן וואס פאסירט ווערט די גאנצע שול איבערגענומען אין א כולו כאחד פאראייניגונג צו שטיל מאכן די קלאנגען נישט קיין חילוק וואס עס וועט זיין. די שול הויבט אן צו ווערן צעטיילט, און די מיסיעיס ווערן איבערגעגעבן פאר יעדן איינעם א אנדערע טייל. א פלאטע פון אידן הייבן אן צו זעצן אויף די טישן און לאזן נישט נאך, ווען אנדערע טוען אין דער זעלבע צייט שרייען מיט דעם העכסטן מאס אייפער "נא, שא!", ווען אנדערע וועלן טון גאר אנדערע פעולות צו אביזוירן דעם טעלעפאון געקלינגטע איד, אלס אבי צו לאזן וויסן אויף וואס זיי צילן יעצט און זיי האלטן נישט ביים רוען ביז דעם טעלעפאון וועט ווערן אינגאנצן פארשטילט און פארזעצט.
אלזא, צו אייך טייערע מתפלל וואס האט נאכנישט אויפגעגעבן און זעצט און זעצט אויפן טיש מיטן שטערקסטן כח וואס איר האט נאר, וויל איך אייך פרעגן א פרעזענליכע שאלה, איך וואלט גאר שטארק הנאה געהאט פון אייער ענטפער, אלזא, וואס האלט איר וועט אלץ פאסירן מכח ווען איר זעצט אזוי, צו האלט איר טאקע באמת אז מיט דעם זעץ אדער מיט די ווילדע "נא, אה!" באשרייאונגען במלא כעס וחמה וועט טאקע ארויסהעלפן מיטן שטיל מאכן דעם קלינג?!, טאקע דורך דעם וועט די טעלעפאון קלינג ווערן שטיל, איך האב אייך א מורא'דיגע סוד; "דער וואס זיין טעלעפאון קלינגט יעצט ווייסט אויך וועגן דעם"!, קענסט גלייבן?!, יא, ער ווייסט און ער וויל אויך נישט ענהאלטן זיין טאץ בושות, און ער וויל אויך טון זיינע פעולות שטיל צו מאכן דעם טעלעפאון, ער פרובירט אויך יעצט ארויסצונעמן דעם טעלעפאון און דאס לייגן אויף 'סיילענט', און אפי' "אן" אייערע ווארעמע פעולות צו דערשטיקן דעם קול וועט אויך ווערן פארמאכט דעם טעלעפאון, קענט איר גלייבן דעם נפלואת הבורא?!, מה רבו משיך השם!

3.
שרייבנדיג די שורות געצייעלטע שעה נאך וואס די שבת איז ארויסגעגאנגען, קומט אריין די שרעקליכע בשורה פון עיר ואם בישראל מאנסי אז א לעכטיג מיידל איז אריינגעפירט געווארן שבת נאכמיטאג אין שפיטאל נאכן ליידן פון א עקסידענט אויף פרענסיס פלעיס, ווי הצלה פראמעדיקס פון מאנסי האבן אריינגעפירט דעם קינד אין 'וועסטשעסטער' שפיטאל ווי מען האםט צו הערן ווי פריער גוטע רעאקציעס פונעם קינד.
קיין פרטים ופרטי פרטים ארום די שוידערליכע מעשה זענען דערווייל נאכנישט קלאר פארן ציבור - בעסער געזאגט; פאר מיר זיכער נישט, און מען קען זיך נאר מצטרף זיין מיטן רוף צו מתפלל זיין פאר הילדה החשובה אסתר בת חי' לאה צו געהייעלט ווערן בקרוב במהרה בתוך שאר חולי ישראל און עס זאל שוין זיין סוף וקץ לכל צרותינו.
אבער אונזער ווינקל - א זיידענע זונטאג איז נישט געבויט געווארן פאר א פשוט'ע בולעטין ווינקל ווי צו מעלדן איבער אלע נייעס ארום און ארום. נאר די סיבה פארוואס מען ברענגט ארויף די טעמע איז נאר צוליב א מורא'דיגע נקודה וואס איז גאר א שטארקע לעקציע מכאן ולהלן פאר יעדן טאג - יעדע רגע פונעם טאג און יעדע רגע פונעם לעבן.
*
שטייט אויף א איד צופרי און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען, גיין לערנען אין כולל אדער גיין ארבעטן. מען קישט די מזוזה און דא הויבט זיך אן עפעס וואס מען פארנעכלעסטיגט וואס באמת דארף דאס פיל מער אטענציע און אידן כאפן זיך נישט און מען געט נישט קיין שום עקסטערע באמערקונג פאר דעם.
א שאקירנדע מעשה פון א מיידל וואס איז געווען אינדרויסן און נעבעך געליטן וואונדן פון א קאר עקסידענט, און די מעשה האט קיינער נישט געטראכט און געוואוסט פארדעם, און ניטאמאל געהאט א הוא אמינא פון אזא מעשה זאל געשעהן. מען גייט ארויס פון הויז און פלוצלינג געשעהנט אזא אומ-פאראויס-געזעהנע פאסירונג וואס רייסט די הארץ.
מיר כאפן ניטאמאל אז יעדע מאל וואס מיר גייען ארויס פון הויז געזונט און שטארק און מיר קומען אהיים אומגעשעדיגט און אינגאנצן געזונט ליגט אויף אונז א קריאה של חיבה אופצודאנקען השי"ת על כל רחמיו וחסדיו אז עס האט זיך נישט געענדיגט מיט קיין שעדליכע פאסירונגען און הצלה מיטגלידער אויפן סצענע. מען האט געגאנגען און אהיימגעקומען אויפן בעסטן אופן און אלעס איז געגאנגען רואיג און געלאסן.
יעדע מאל וואס מיר קומען אהיים און אלעס איז בסדר דארפן מיר נעמן א מינוט און געבן א כאפ דעם תהלים'ל און אופדאנקען השי"ת צו מיט א מזמור לתודה אדער מיט סיי וואסערע אנדערע קאפיטל. און אפי' נישט מיט א קאפיטל תהלים נאר אפי' אין אידיש מיט אפאר ווארעמע ווערטער וואס נעמן איין און אהאלב סעקונדע אויפן זייגער "שכוח באשעפער אז מען האט ב"ה געגאנגען און אהיימגעקומען געזונטערהייט און מיט שמירה", און אפי' בלויז מיט מחשבה, מען דאנקט און מען בעהט אויף ווייטער און דורכדעם האלט זיך א אידיש נשמה נאנט מיט הקב"ה.
מען געדענקט שטענדיג אז יעדע ינוט איז א מתנת שמים און נאר ווייל הקב"ה וויל וועגן דעם האט מען זוכה געווען צו גיין אין ביהמ"ד און אהיימקומען פון ביהמ"ד געזונטערהייט און ב"ה אז מען האט נישט אריינגעזעצט אין מיר. דאס זענען חסדים ווסא מען לייגט כמעט קיינמאל נישט צו קיין קאפ, אבער די חסדים וואס עס נעמט אלץ אריין אין זיך אין גאר דעטאלירט.
אז מען טראכט אמאל אריין, קען מען ניטאמאל אבער אונהויבן צו משיג זיין וואס גייט דא פאר, און מען זאל בסייעתא דשמיא קיינמאל נישט דארפן משיג זיין די חסדים. אבער עס איז שטענדיג כדאי צו געדענקן און צו חזר'ן מיט זיך אליין אז מיטן דאנקען און בעהטן אויף ווייטער, אין דעם זכות זענען מיר ב"ה זוכה צו דעם שמירה מעילה וואס מען דארף אלץ האבן. און מיר דארפן אייביג וויסן און געדענקן אז מיר האבן א באליבטע פאטער אויבן אין הימל וואס זיין איינציגסטע ציל איז צו פרייליך מאכן זיינע קינדער און זיי האלטן מיט שמירה, רואיג און צופרידן.
מיר דארםן דאס שעצן יעדע מאל וואס מיר גייען און קומען און יעדע מינוט און רגע. הקב"ה איז דרכו להיטיב און אין דעם זכות פון אונזערע הודאות און תפילות זאלן מיר שטענדיג זיין אופגעהיטן פון כל מיני שלעכטס, און מען זאל שטענדיג וויסן פון גוטע צייטן און גוטע מאמענטן, און מען זאל זוכה זיין צו שוין זעהן די חסדים ורחמים רבים בעיני בשר און מען זאל שוין קענען זעהן די אמת'ע גוטס וואס אחכה לו בכל יום שיבא אויפן משיח צדקינו וגואלינו במהרה בימינינו.

א יישר כח פארן ליינען, מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט!
א זיידענע זונטאג און א געבענטשטע וואך!
ווי עס וואונטשט, זיידענע העמדל
שרייב פאוסט