אונז לעב מיר היינט אין א וועלט פון כל מיני TYH מאוומענט"ס, וואס די צד השוה שבהן איז איין זאך, הער אויף טיילן מוסר, הער אויף הייסן וואס צו טוהן, איך דארף נישט מיין בעקיטשע, און זיכער נישט דיין, די עיקור איז אז איך בין קאננעקטע"ד מיט די אייבערשטער, איך פארשטיי מיך מיט איהם, און ער פארשטייט זיך מיט מיר.
עס איז אבער דא איין טאג א יאר, ווען אט די געדאנקן גאנג קומט טאקע יא אריין, און נישט נאר עס קומט אריין נאר דאס איז די גאנצע מהות פון די גאנצע טאג.
---
עס ווערט מבואר אין חסידישע ספרים אז די ענין פון טרינקען און זיך שיכור'ן אין פורים, איז כדאי צו מבטל זיין די דעת פארן הייליגער באשעפער.
[אין ווי עס ווערט מבואר בעיקור בספרי חב"ד, איז די ענין וויבאלד די גאנצע נס פורים איז העכער ווי דעת היות די יודן זענען בעצם נישט געוועהן ראוי פאר די נס, נאר די אייבערשטער האט זיי געראטעוועט בלי טעם, אין דאס ווערט מבואר אין די נאמען פונם יום טוב – פורים, על שם הפור = גורל, וואס א גורל איז נאר שייך ווען מען האט צוויי גלייכע זאכן און מצד הדעת איז נישטא קיין שום נפק"מ צווישן זיי, אם אין דעת הבדלה מנין, אין מט דעם אלעם איז מען בוחר אין איינס פון זיי בלי שום טעם ודעת. איז ממילא אין פורים זענען אונז מבטל אונזער דעת.]
---
שמערל געהערט צו קולט [פלוני] ווי מען פרעדיגט – פארשטייט זיך – א גאנצע טאג אז די עיקור איז צו מבטל זיין די דעת פאר'ן מנהיג.
איין טאג מאכט שמערל אפ אז ער איז נאך נישט גענוג בטל, און ער מוז עפעס טוהן זיך גענצליך צו מבטל זיין, איז ער אויפגעקומן מיט א געניאלן געדאנק, אז ער ווייסט ממש נישט פארוואס ער האט נישט געטראכט דערפון ביז יעצט, ער גייט זיך פשוט אינגאנצן אנטרונקן, און אזוי וועט ער באמת מבטל זיין - זיין דעת - מכל וכל.
נא, פון מחשבה צו מעשה, גלייך נאך שחרית נעמט ער אפאר גלעזליך בראנפען, און די בראנפען פארשטייט זיך האט געטוהן זיין ארבעט בנאמנות.
קומט ביינאכט באקומט ער א מודעה אז די 'מנהיג' רופט איהם, און אז דער מנהיג רופט גייט מען, ווי נאר ער קומט אריין צום מנהיג, הייבט איהם די מנהיג גלייך אן צו באזידלען, אויף אלע זאכן וואס ער האט זיך נישט געפירט היינט דורכן טאג לויט די תקנת הקהילה/קולט.
שמערל הייבט זיך גלייך אן צו פארענטפערן אז וואס זאל ער טוהן, עס איז דאך נישט געוועהן זיין שולד, ער האט פשוט געוואלט אנקומען צום תכלית הביטול, האט ער געטרונקן אביסל, און פון דארט און ווייטער האט ער שוין נישט געהאט קיין אהנונג וואס ער טוט.
די מנהיג האט דאס בכלל נישט אנגענומען, פארקערט גאר ער איז נאך געווארן סאך מער אויפגערעגט, די געדאנק פון זיין בטל - האט ער מסביר געוועהן פאר שמערל - איז נישט אז מען איז מפקיר די דעת, פונקט פארקערט די גאנצע נקודה איז אז מען האט דעת, נאר מען נוצט די דעת נאר אויף די אופן וואס איך האב דיר אויסגעלערנט.
---
עס קען זיין אז איך האב צו לאנג מאריך געוועהן מיט די משל, אבער די קשיא שרייט ארויס פון זיך אליין, וואס איז די ענין פון מפקיר זיין די דעת אויף פורים, אויף אזוי ווייט אז מען איז להלכה פטור פון תפלה, פטור פון הלכות מזיק.
אויב די נקודה איז צו מבטל זיין די דעת צום באשעפער, וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט, אז אויף פורים רורט מען זיך נישט אוועק קיין קוצו של יוד פון די שו"ע, מען טראכט נאר וואס מען מעג אא"וו.
---
חז"ל זאגן אונז אז הדר קבלוה בימי אחשוורוש – אז כאטש אפילו בשעת מתן תורה האבן די יודן נאר מקבל געוועהן די תורה בכפייה, אבער בשעת די נס פורים האבן זיי עס מקבל געוועהן באהבה.
דארף מען אריין טראכטן וואס איז טאקע געשעהן בימי מרדכי ואסתר אז די יודן זענען צוגעקומן צו אזא מדריגה נאך מער ווי די דור המדבר, די דור דעה?
---
נאר פשט ווי עס ווערט מבואר אין די ספרים איז אזוי, די יודן בימי מרדכי ואסתר זענען געוועהן אויף גאר א שוואכע מדריגה, אויף אזוי ווייט אז די גמרא זאגט אז זיי זענען געוועהן מחיוב כלייה ה"י.
די איינציגסטע סיבה פארוואס די אייבערשטער האט זיי געראטעוועט איז געוועהן וויבאלד די אייבערשטער האט אריין געקוקט אין זייער הארץ, אין דארטן האט ער כביכול געזעהן אז די יודן באמת האבן איהם זייער ליב. יא, גערעכט טאקע אז זיי פירן זיך נישט אויף אזוי, אבער דאך בפנימיות לבבם האבן זיי איהם זייער ליב.
און אט פון דעם פלאץ, נישט העכער פון דעת, נאר דייקא אן די דעת, דורכ'ן אוועק רוקן די דעת פאר א מינוט אין אריין קוקן גלייך אין זייער הארץ, דארטן ווי עס ברענט אהבת ה', דורך דעם איז נתעורר געווארן די ישועה.
---
א שיכור איז טאקע נישט בעה"ב אויף זיך און אויף זיין דעת, אבער עס איז דא איין זאך וואס דארט איז ער דוקא שטערקער פון א ניכטערע, און דאס איז זיין הארץ, זיינע געפילן, דאס קומט ארויס מיט די גאנצע שטארקייט ביים שיכור, טאקע וויבאלד ער איז מפקיר זיין דעת.
---
בימי מרדכי ואסתר זענען די יודן - מריבוי האהבה פון די גרויסע חסדים פונם באשעפער - אנגעקומען צו א מצב פון שכורת ולא מיין, צו אזא איבער פלוס פון געפילן אז די מח האט שוין בכלל נישט געארבעט, און די הארץ איז געוועהן פולקאם בעה"ב.
און טאקע וועגן דעם האבן דוקא זיי מקבל געוועהן די תורה פון דאס ניי באהבה, ווייל ווען די מח ארבעט און מען נוצט די דעת, אזוי ווי די דור המדבר, וואס זענען געוועהן די דור דעה, איז טאקע א פחד צו זיך אונטערנעמן אלע רמ"ח עשין ושס"ה לא תעשה.
משא"כ די יודן אין שושן וואס האבן אפערירט אינגאנצען נאר מיט די הארץ, און זיי זענען געוועהן איבערגענומען פון אהבת ה', ביי זיי איז אלעס מעגליך.
---
איז ווען עס קומט אט די גרויסע טאג פון פורים, איז אונזער עבודה צו נאכאמאל צוקומען צו דעם זעלבע איבערפלוס פון געפילן, ארויס צו שרייען טאטי איי לאוו יו! היינט האב איך נישט קיין דעת איך בין אפילו אפשר פטור פון אלע מצוות, אבער איין זאך האב איך יא, איך בין קאננעקטי"ד מיט'ן באשעפער! איך האב איהם ליב! מיין הארץ איז אפן.
היינט איז נישט קיין חילוק ווי אזוי מען גייט אנגעטוהן, ווי אזוי מען זעהט אויס פון אינדערויסן, פארקערט גאר איך פארשטעל מיך ווי אגוי אפילו, וועגן היינט איז די איין טאג א יאר וואס אלל דעט מעטטערס איז אונזער קאננעקשין.
---
איז לאמיר אלע מאכן א לחיים, און אויסשרייען צוזאמען:
THANK YOU HASHEM!
אבא אני אוהב אותך!
לאמיר אלע שרייען צוזאמען Thank You Hashem!
- יענץ מבין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 231
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
- Location: brooklyn
- x 1173
לאמיר אלע שרייען צוזאמען Thank You Hashem!
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2615
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 9212
Re: לאמיר אלע שרייען צוזאמען Thank You Hashem!
וואף! גאר גוט! נישט גארנישט אזא @יענץ מבין..
געדענק עס נאר ארויף צו ברענגען קומענדיגע יאר.
געדענק עס נאר ארויף צו ברענגען קומענדיגע יאר.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
- שלא לשמה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 81
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: חיפה
- x 249
Re: לאמיר אלע שרייען צוזאמען Thank You Hashem!
איך גיי מער פאר די אאא"א מאוומענ"ט ווי פאר די TYH מאוומענ"ט
צוליב די קלייענטעל, שפראך, און קולטור...
צוליב די קלייענטעל, שפראך, און קולטור...
Re: לאמיר אלע שרייען צוזאמען Thank You Hashem!
וואס איז די אאאא?
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- יענץ מבין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 231
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
- Location: brooklyn
- x 1173
Re: לאמיר אלע שרייען צוזאמען Thank You Hashem!
לכאורה מיינט ער 'אבא, אני אוהב אותך' מאוומענט.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
- שלא לשמה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 81
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 05, 2026 3:14 pm
- Location: חיפה
- x 249