זכרונות פון תלמוד תורה בני יואל דסאטמאר

אונזער היסטאריע
קלמי קאהן
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:00 pm
x 48

זכרונות פון תלמוד תורה בני יואל דסאטמאר

פאוסט דורך קלמי קאהן »

אי"ה לכבוד חול המועד וועל איך אי"ה ארויפשטעלן זכרונות און בילדער פון תלמיד תורה בני יואל דסאטמאר אין קרית יואל להנאת הציבור.

אז איינער האט בילדער דאקומענטן אדער זכרונות פון די תלמיד תורה, קען ער עס אריינשיקן צו kalmykohnhq@gmail.com און איך וועל עס אי"ה ארויפשטעלן מיט די צייט.
פיילס
56255.jpeg
56255.jpeg (172.21 KiB) געזען געווארן 465 מאל
קלמי קאהן
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:00 pm
x 48

Re: זכרונות פון תלמוד תורה בני יואל דסאטמאר

פאוסט דורך קלמי קאהן »

פאר די וואס האבן נישט געלערנט אין בני יואל וועלן קיינמאל נישט פארשטיין די היימישע מצב וואס האט זיך געטון אין די חדר.

עס איז געווען א קלענערע עולם קינדער, יעדע כתה האט געהאט 2 קלאסן כתה ט' איינס, שפעטער צוויי, און אמאל איז געווען 3 פון א קלאס, היינטיגע צייטן ווייס איך נישט,

די מלמדים זענען געווען פון איין קיגל, מען האט זיך פארשטאנען איינער דעם צווייטן און זיך משדך געווען איינער דעם צווייטן, אויב האסטו דורך שפאצירט די מלמדים שטיבל און זוכה געווען אז עס איז געווען אפען האסטו אלעס געקענט פארשטיין, אויף איין וואנט איז געווען הענגערס מיט בעגס פון יעדע מלמדס צדה לדרך, דערנאך א טישל מיט א הייס וואסער קאכער, די סארט וואס מען קוועטשט די קנעפל פון אינטען און עס פאפט ביים פערטיג ווערן...

דארט איז אויך געווען א באנק וואס רבי בעריש לויפער ז"ל פלעגט ניצען, קיכלעך און קאצקע ציקער האט זיך געווארן דארט, און בעיקר די טאוסטער דאס איז געווען א לוקסעס וואס נאר די מלמדים האבן געהאט, זיי פלעגן אזוי הנאה האבן פון דעם לוקסעס אז זיי פלעגן צימאל שטעלן בראטען א ברויט און ארויסגיין כאפן א מלמדים קופקע אינדרויסען, און פליצלינג פלעגט זיך נעמען קלינגען די פייער אלארעם, די קינדער פלעגן פרייליך ווערן, ווייל מען מיז ארויס פון בנין ...

אין די ציגל בילדינג פלעגט זיין די מלמדים צימער ביי די ווינקל, גלייך ביים אריינקומען איז געווען די פאבליק פאון, און מען האט געדארפט פרעגן רשות עס צו ניצען.
געווען איז אמאל רבי יעקב דוב היללער איז געווען פריש אלץ פרישטאג משגיח, און געוואגטע קינדער האבן זיך אריינגעכאפט אינעם מלמדים שטיבל און געקלינגען די בני יואל אפיס נומער.
פאר ווער עס געדענקט פלעגט עס אויפהייבן בערך אזוי: בני יואל דסאטמאר... מיט אזא נוסח.. דערנאך פלעגט עס גיין: די אפיס איז יעצט פארשפארט... אזא קדמא ואזלא ניגון..
און אויב אויב איז געווען נייעס פלעגט עס זאגן די נייעס, און דערנאך פלעגט עס אויספירען: "צו איבערהערן נאכאמאל דריקט 9"... און מען פלעגט דריקען 9 און איבערהערן אזוי טויזענט מאל..
די קינדער דארט אין מלמדים שטיבל האבן געדריקט און געדריקט 9, און זיי האבן געלאכט הויעך, רבי יעקב דוב היללער איז אריינגעלאפן און יעדן פארשיקט, און ער הייבט אויף די טעלעפאון און ער הערט: צו איבערהערן נאכאמאל דריקט 9.. ער ווייסט נישט פון קיין מעשיות ער דריקט.. די קינדער האבן עס מיטגעהאלטן, עס איז געווען די דזשאוק אף טאון....

סא איך פארקריך, די מוסד האט געהאט אזא משפחה היימישקייט, עס האט געקענט אריינקומען סיי ווער און געהאט א היימישקייט, רבי נפתלי טענענבוים פלעגט ברענגען רבי ליפא וואלנער אין חדר, און ער פלעגט נעמען יעדן טאג פרישטאג, עס איז געווען אריינגעלייגט אין אזאלעכע לאנגע ווייסע פאום בעקעלעך...
רבי אברהם משה ברוין פלעגט דארט זיך אסאך דרייען און מהנה זיין די קינדער מיט זיין וויסענשאפט,
ביי לאנטש פלעגן אלע מלמדים ריכטען זייערע טריט צום ציגעל בילדינג אדער צו די ווייסע בילדינג, און נאכדעם צוריקומען פרייליכערהייט, און ארויפגעלייגט פאר נאכמיטאג, וואס זיי האבן דארט געטון איז געווען א מיסטעריע...
די קינדער פלעגן פראבירען אינטערצוהערן מלמדים גייענדיג אדער רעדנדיג אויף די טעלעפאון, אפשר קומט א טריפ .. אדער א סעודה...

די קינדער האבן דארט פיין פארברענגט, די חדר האט געקויפט אראנדזשע שניי שאוולעך צו שפילען, פאר אלע קינדער, און ביי לאנטש האט דער עולם געשארט...

פעלדער:

די גאנצע פעלדער איידיע וואס עס איז דארט פארגעגאנגען האסטו נישט געהאט אין ערגעץ,
אנגעהויבן האט זיך עס אז מען האט געטיילט פראפערטיס פאר יעדע מלמד, וואס ער האט דאס צוטיילט צווישען די קינדער.
די מלמד פלעגט גיין מיט זיין כתה צום פראפערטי און ווייזען אלע אויסוואלן דערנאך פלעגט מען צוזאמשטעלן קינדער פאר א פעלד געוויסע האבן געוואלט אליינס און געוויסע מיט אנדערע.

איינמאל מען האט מסדר געווען יעדנס פעלד האט זיך אנגעהויבן א קויפעריי, מען האט געברענגט פון דערהיים זאמד, שטעקענעס און בענדל פאר די צוים, גראב כלים, וואסער כלים, זומען, פלענטס, און אלע סארטן כלים און פלאנצונגען, געוויסע טאטעס פלעגן אנקומען ביי לאנטש מיט א גאנצע ארדער, די חדר פלעגט דעמאלטס לעבן אויף אלע באקן, מען האט איינגעזייט, געבויט געמאכט, באוואסערט, אנפאנג פלעגט מען ברענגען וואסער פון די בנין,
שפעטער האט מען געמאכט דריי סינקס אויף די גאס דערפאר, די רביס פלעגן באוואונדערן די קינדערס פעלדער און געוויקסען, געגעבן עצות און חיזוק, שפעטער האט זיך אנגעהויבן די רייפע פרוכטן, די שמחה וואס מען האט געהאט, ווען די טאמעטאס, פאפריקעס, רעטעך, איגערקעס, סאן פלאער, מעלוינע, קארן, זכר בונדלעך! סתם בונדלעך, מיט סיי וואס פלעגן ארויסוואקסן און פערטיג ווערן איז אימשרייבאר, מען פלעגט זיצן אויפן באס מיט די פרוכטן אין די האנט ווי א אוצר און מיט שמחה דאס אהיימטראגן.
געדענק איך א אינגל האט געהאט א רייפע איגערקע און ברוב טובו האט ער דאס געשאנקן פאר רבי אח"ד פאלקאוויטש אלץ מתנה... רבי אברהם חיים דוד האט זיך ממש באדאנקט און געזאגט ער וועט עס געבן די רעבעצען...
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 387

Re: זכרונות פון תלמוד תורה בני יואל דסאטמאר

פאוסט דורך דאפלטער »

קלמי קאהן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 01, 2023 10:02 pm אי"ה לכבוד חול המועד וועל איך אי"ה ארויפשטעלן זכרונות און בילדער פון תלמיד תורה בני יואל דסאטמאר אין קרית יואל להנאת הציבור.

אז איינער האט בילדער דאקומענטן אדער זכרונות פון די תלמיד תורה, קען ער עס אריינשיקן צו kalmykohnhq@gmail.com און איך וועל עס אי"ה ארויפשטעלן מיט די צייט.
למעשה זעמיר שטיין געבליבן פאר א סיבה?
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
קלמי קאהן
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:00 pm
x 48

Re: זכרונות פון תלמוד תורה בני יואל דסאטמאר

פאוסט דורך קלמי קאהן »

דאפלטער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:20 pm
קלמי קאהן האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 01, 2023 10:02 pm אי"ה לכבוד חול המועד וועל איך אי"ה ארויפשטעלן זכרונות און בילדער פון תלמיד תורה בני יואל דסאטמאר אין קרית יואל להנאת הציבור.

אז איינער האט בילדער דאקומענטן אדער זכרונות פון די תלמיד תורה, קען ער עס אריינשיקן צו kalmykohnhq@gmail.com און איך וועל עס אי"ה ארויפשטעלן מיט די צייט.
למעשה זעמיר שטיין געבליבן פאר א סיבה?
איך האף צו ממשיך זיין בקרוב! דיין חתימה מיינט מיר אויך...
שרייב פאוסט