עמוד התפלה - סדר הנחת טלית ותפילין

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4810

עמוד התפלה - סדר הנחת טלית ותפילין

פאוסט דורך נקודות טובות »

עטיפת הטלית.
אין ספר מצת שמורים פון ר' נתן שפירא ברענגט ער אז דאס זאגן ברכי נפשי בעת בדיקת הציצית איז א תקנה פונעם ר' אליזר בעל הרוקח.
דער אר''י הק' שרייבט, אז מען זאל מפריד זיין די ציצית איינס פון צווייטען וזכר לדבר צ'דיק י'פריד צ'יציותיו ת'מיד.


לשם יחוד.
איך וואלט מיך אפגעשטעלט אויף איין ענין וואס מיר זאגן ביים לשם יחוד פארן עטיפת הטלית.
מיר זאגן אזוי, כשם שאני מתכסה בטלית בעולם הזה, כך אזכה לחלוקא דרבנן ולטלית נאה לעולם הבא בגן עדן.

דער מחבר זאגט אין סימן ט' סיעף ה', אז די שטריק פון די ציצית זאלן זיין די זעלבע קאליר ווי דעם בגד הציצית.
דער רמ''א קריגט אויף דעם, און זאגט אז די מנהג האשכנזים איז אלעמאל צו לייגן דוקא ווייסע ציצית, נישט קיין נפקה מינה וועלכע קאליר דער בגד איז.

קומט דער עטרת זקנים, און זאגט דער טעם פארוואס מען זאל לייגען דוקא ווייסע ציצית איז, וויבאלד מיר טוהן דאך אן א טלית, אזוי ווי משה רבינו האט געזעהן כביכול דעם אויבערשטען אנטוהן א טלית. אזוי ווי די גמרא זאגט, מלמד שנתעטף הקב''ה כש''ץ... און ביים אויבערשטען זעהען מיר אז עס שטייט, לבושיה כתלג חיור, אז זיין טלית איז שניי ווייס. ממילא פארדעם טוהן מיר אויך אן א ווייסע ציצית, און ממילא זאל דער בגד הטלית אויך זיין ווייס.

די מגן אברהם (סימן כ''ד) שרייבט יזהר לעשות טלית נאה משום זה אלי ואנוהו. (ומקורו לכאורה מג' שבת קלג:)

יעצט לעניננו, זענען דא אידן וואס זענען נישט אזוי נזהר אין דעם ענין פון זה קלי ואנוהו ביים טלית. איז כדי צו געדענקען אז מיר בעטן כך אזכה לחלוקא דרבנן ולטלית נאה לעולם הבא בגן עדן. וועלכע מין טלית נאה ווילן מיר האבן לעולם הבא בגן עדן?


עטרה.
אין ספר לקט יושר שרייבט ער אז זיין רבי דער תרומת הדשן האט מקפיד געווען צו האבן אן עטרה אויפן טלית, און עס זאל זיין דוקא תכלת (ווי ער רופט עס אן הימעל בלוא) איינמאל האט זיין ווייב נישט וואוסענדיג פון זיין הקפדה אז עס זאל זיין BLUE און זי האט אים געקויפט א רויטע. האט ער זיך מפני כבודה באנוצט מיט דעם עטרה אפאר טאג, און הערש דערנאך צוריקגענומען זיין בלויער עטרה.

אזוי אויך ברענגט ר' זעליקמאן בינגא (תלמיד המהרי''ל) אז גיין אן עטרה איז רמז לעטרה שהיא למעלה..והמשכיל יבין.

אזוי אויך איז מיר משמע פון תשובות הרמב''ם, ער שרייבט דארט שארף קעגן דאס שרייבן א פסוק אויפן טלית, לכאורה רעדט ער דארט וועגן דאס שרייבן כדי לעשות עטרה, אבער עס איז נישט מוכרח.

דער מגן אברהם ברענגט משם השל''ה, אז דער טעם פון עטרה איז כדי צו מאכן א סימן, וועלכער איז די ציצית פון אויבן, און וועלכע פון אונטען. כדי דאס זאל זיך נישט אויפטוישען. אזוי ווי מען זעהט אז ביי די קרשי המשכן האט מען אזוי געטוהן. און ער שרייבט אז דער עטרה זאל זיין פון משי, זיידן.

אין לחם חמודות שרייבט ער דעם טעם. אז דאס איז ווייל מעלין בקודש ואין מורידין, ממילא לייגט מען א היכר פאר די אויבערשטער חלק פון די טלית.

אין כנסת הגדולה שרייבט ער אז ער כשלעצמו וואלט געזאגט דער טעם, אז וויבאלד ביי די קאפ ווערט די טלית צוגאנגען שנעלער (וויבאלד דארט שוויצט מען מער) , דערפאר האט מען געלייגט אן עקסטערען שטיקעל ביים קאפ, אבער כדי דאס זאל זיין שיין האט מען דאס געמאכט פון זיידן. (לכאורה אזא שטייגער ווי מיר האבן היינט אונטערן טלית) אבער ער פירט דארט אויס, אז די וואס פירן זיך אזוי זענען מער בקי אין מנהגים ווי מיר, ממילא זאגט ער עס נישט.

מצד אחר שרייבט דער לבוש קעגן דעם מנהג, ווייל ווען מען לייגט אן עטרה מאכט מען דאס פאר אן עיקר, און דאן זעהט עס אויס ווי כאילו דער טלית איז א בגד פארן קאפ, אבער באמת איז א טלית דייקא נישט קיין בגד פארן קאפ, נאן פאר די אקסלען און די רוקן.
דער ערוך השלחן זאגט אז דערפאר זענען דא וואס פירן זיך צו לייגן אויך א רוקן עטרה, כדי נישט צו מאכן אויסזעהן ווי דער טלית איז א בגד הראש.

די שווארצע/בלויע שטריכען אויפן טלית, איז משמע פון פרי מגדים (סימן ט' משבצות ו'), אז דאס איז א זכר לתכלת.



להתעטף בציצית.
דער לשון הברכה להתעטף, איז ווייל די עיקר מצוה איז בעטיפה.


מה יקר.
די פסוקים זענען נתקן געווארן צו זאגן ע''פ קבלה.
די עשטער מקור פאר דעם איז אין ספר מצת שימורים, פון ר' נתן שפירא.


טלית בעת התפלה.
דאס אז מען דארף האבן אנגעטוהן א טלית ביי קריאת שמע, איז באקאנט דער זוהר (הובא במגן אברהם) וואס זאגט אז ווער עס ליינט קריאת שמע אן ציצית, איז כמעיד עדות שקר.

אבער אויף דער עצם אנטוהן א טלית האב איך נישט געפונען קיין טעם.
נאר ווי מיר זעהען שוין פון די גמרא, אז דער סדר איז געווען אזוי צו דאווענען, ווי מיר האבן אויבן געברענגט, מלמד שנתעטף הקב''ה כשליח ציבור.
און ווי אויך זאגט דער רמב''ם (הלכות ציצית פרק ג' הל' י''א) א לשון, לעולם ישתדל להיות עטוף בכסות המחוייבת בציצית כדי שיקיים מצוה זו, ובשעת התפלה צריך להזהר ביותר, גנאי גדול הוא לתלמידי חכמים שיתפללו והם אינם עטופים.


עס איז אבער אינטערעסאנט אנצוצייכענען, דאס וואס דער אבן עזרא זאגט אין פרשת שלח.
אז דער סיבה פארוואס מען גייט א טלית ביים דאווענען, איז וויבאלד מען זאל ליינען קריאת שמע מיט א טלית, ווייל מען זאגט די פרשה פון ציצית. אבער ער לייגט צו, אז בעצם וואלט מען ענדערש געדארפט גיין מיט א טלית א גאנצען טאג, און נישט בשעת התפילה. ווייל ציצית איז דאך נאר למען תזכרו ועשיתם, וואס ביים דאווענען דארף מען צו דעם נישט צוקומען, ווייל בשעת התפילה לא יעשה עבירה.


סגולת המצווה.
לשון הרמב''ם. לעולם יהא אדם זהיר במצות ציצית, שהרי הכתוב שקלה ותלה בה כל המצוות כולן, שנ' וראיתם אותו וזכרתם את כל מצוות ד' ועשיתם אותם.

לשון המחבר. גדול עונש המבטל מצות ציצית, ועליו נאמר לאחוז בכנפות הארץ וגו'. והזהיר במצות ציצית זוכה ורואה פני השכינה.



הנחת תפילין.
די מצוה פון הנחת תפילין איז א מצוה פאר זיך, און עס האט נישט קיין שום שייכות צום דאווענען. און ווי אויך ווענדט זיך דאס בכלל נישט אינעם טאג, דהיינו, אז מיטן לייגן תפילין אינדערפרי האט מען נישט יוצא געווען דעם חיוב פארן טאג, נאר די מצוה פון לייגן תפילין איז א מצוה וואס א מענטש איז מצווה אויף דעם יעדע רגע אין טאג אזוי ווי די מצוה פון לימוד התורה וואס איז נישט מוגבל אין קיין זמן. (שיטות רוב ורובם של הראשונים ואחרונים)


חז''ל זאגן אונז אין מסכת ברכות דף י''ד: אמר עולא כל הקורא ק"ש בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו, א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן כאילו הקריב עולה בלא מנחה וזבח בלא נסכים.
ווי אויך זאגן אונז חז''ל דארט, ואמר רבי יוחנן הרוצה שיקבל עליו עול מלכות שמים שלמה יפנה ויטול ידיו ויניח תפילין ויקרא ק"ש ויתפלל וזו היא מלכות שמים שלמה א"ר חייא בר אבא א"ר יוחנן כל הנפנה ונוטל ידיו ומניח תפילין וקורא ק"ש ומתפלל מעלה עליו הכתוב כאלו בנה מזבח והקריב עליו קרבן דכתיב ארחץ בנקיון כפי ואסובבה את מזבחך ד'.


פון די גמרה זעהען מיר צוויי זאכן.
א) אז חוץ פון די עצם מצוה פון הנחת תפילין, איז דא נאך אן ענין, און דאס איז צו זאגן די פרשיות פון קריאת שמע מיט די תפילין. דער ענין איז נישט נאר אן ענין נאר עס גייט אויף אזוי ווייט אז חז''ל דריקען זיך אויס אויף ווער עס טוט דאס נישט, אז ער איז כאילו מעיד עדות שקר בעצמו.
ב) אז כדי א איד זאל קענען זוכה זיין צו מקבל זיין עול מלכות שמים בשלימות פעלט זיך אויס צו דאווענען מיט די תפילין.


מכח דעם קומט דער רמב''ם און הלכות תפילין (פרק ד' הל' כ''ו) און שרייבט בזה הלשון. אע"פ שמצותן ללבשן כל היום ''בשעת תפלה'' יותר מן הכל אמרו חכמים כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאלו מעיד עדות שקר בעצמו.

אין שלחן ערוך (סימן ל''ז) שרייבט דער מחבר, מצותן להיות עליו כל היום. דער מחבר לייגט אבער צו אז בזמננו אלה האט מען מקיל געווען, אבער עכ''פ בתפילה וקריאת שמע נישט.
אבל מפני שצריכים גוף נקי שלא יפיח בהם ושלא יסיח דעתו מהם ואין כל אדם יכול ליזהר בהם נהגו שלא להניחם כל היום ומכל מקום צריך כל אדם ליזהר בהם להיותם עליו בשעת קריאת שמע ותפלה.

במשך הדורות איז געווען הונדערטער יארן וואס דאס לייגן תפילין איז נישט געווען איבריג פאפולער ביי די המון עם, און נאר די גרויסע אידן תלמידי חכמים ואנשי מעשה האבן געלייגט תפילין יעדן טאג, און מיר זעהען ווי די ראשונים כמלאכים האבן געפירט קעגן דעם א גרויסען קאמף כדי צוריק אריינצוברענגען דאס לייגן תפילין ביים המון עם. (כמבואר בתוס', וכן בתשובות ר' שרירא גאון, סמ''ג, ועוד הרבה)



סדר הפרשיות.
ווי באקאנט זענען דא פארשידענע שיטות איבער די סדר הפרשיות אין די תפילין. ביי אונז איז דאס באקאנט אלץ שיטת.
א) רש''י. ב) רבינו תם. ג) שימושא רבא. ד) שיטת הראב''ד.
לשיטת התוספות איז נישט קיין נפקה מינה בסדר הפרשיות פון תפילין דרש''י און שימושא רבא.

(אגב איך גלייב אז דער עולם ווייסט אז שימושא רבא איז א ספר וואס איז נתחבר געווארן דורך איינער פון די ערשטע גאונים, און ווערט כסדר געברענגט אין שלחן ערוך הלכות תפילין.)

אין ספר שו''ת מן השמים (שאלה ג') פרעגט ער אן מיט א שאלת חלום, וואס מען האלט אין הימעל בנוגע די סדר הפרשיות, און אויף דעם איז די תשובה. אלו ואלו דברי אלקים חיים וכמחלוקת למטה כך מחלוקת למעלה הקב''ה אומר הויות באמצע (כשיטת ר''ת) וכל פמליא של מעלה אומרים הויות כסדרן. (כשיטת רש''י)

דרך אגב, די גמרא אין בבא מציעא פארציילט אונז איבער א מחלוקה אין מתיבתא דרקיעא בנוגע שיער לבן קודם לבהרת, הקדוש ברוך הוא אומר טהור, וכולהו מתיבתא דרקיעא אמרי טמא. די גמרא פארציילט דארט אז בשעת וואס רבה בר נחמני האט איבער געלאזט די וועלט האט ער זיך אנגענומען לשיטת הקב''ה.
אבער למעשה אין הלכות טומאת צרעת פסק'נט דער רמב''ם נישט אזוי, און דער כסף משנה שרייבט אז דאס איז וויבאלד דער פסק פון רבה איז שוין געווען בשעת מיתה גייט עס אריין אין כלל פון תורה לא בשמים הוא, ממילא אפילו הקב''ה זאגט טהור און רבה בר נחמני איז מוכיח אזוי ווי כביכול, איז נאך אלץ גילטיג דער כלל פון תורה לא בשמים.

די שיטות זענען אזוי, מימין לשמאל פון דער וואס האט תפילין אויפן קאפ.
שיטת רש''י והיה אם שמוע, שמע, והיה כי יביאך, קדש לי.
שיטת רבינו תם שמע, והיה אם שמוע, והיה כי יביאך, קדש לי.
שימושא רבא קדש לי, והיה כי יביאך, שמע, והיה אם שמוע.
שיטת הראב''ד קדש לי, והיה כי יביאך, והיה אם שמוע, שמע.

די מחלוקה צווישען די ראשונים איז ווי אזוי מען לערנט פשט אין די גמרא (מנחות ל''ד:) ת"ר כיצד סדרן קדש לי והי' כי יביאך מימין שמע והי' אם שמוע משמאל והתניא איפכא אמר אביי ל"ק כאן מימינו של קורא כאן מימינו של מניח והקורא קורא כסדרן. אמר רב חננאל אמר רב החליף פרשיותיה פסולות, וכו' דער גאנצער מחלוקת אביי ורבא.

שיטת רש''י מיינט לאו דוקא רש''י, און ווי אויך שיטת רבינו תם איז לאו דוקא רבינו תם, נאר ביידע האבן פילע אנדערע ראשונים צו זייער זייט.


למעשה אין שלחן ערוך סימן ל''ד נעמט דער מחבר אן ווי רש''י, אבער ער לייגט צו אז א ירא שמים זאל לייגן ביידע אויף איין מאל, אדער עכ''פ זאל ער לייגן קודם תפילין לשיטת רש''י מיט א ברכה, און דערנאך תפילין לשיטת ר''ת אן א ברכה.

אין מעשה רב ווערט געברענגט בשם הגר''א, אז ווער עס וויל יוצא זיין מצות תפילין לויט אלע שיטות דארף לייגען 64 עקסטרע פאר תפילין.


עס איז באקאנט דאס וואס די וועלט פרעגט. וואס האט מען געטוהן ביז דעמאלט, האט מען געלייגט ווי רש''י אדער ווי רבינו תם ? ווי אזוי ווערט נולד אזא מחלוקה שוין נאכן לייגן תפילין פאר טויזענטער יאר?

הגם דא ביי אונז איז עס נישט קיין תירוץ, איז עס עכ''פ ווערד צו דערמאנען די תקנת ר' אבוהו ביי שופר בלאזען ראש השנה צו מאכן א שברים מיט א תרועה אלץ ספק וואס איז א תרועה. ברענגן דארט כמה ראשונים (רא''ש, ר''ן, מגדול עוז על הרמב''ם פ''ג ד') א תשובה פון ר' שרירא ור' האי גאון, אז עס איז בעצם נישט געווען קיין מחלוקה, נאר מימות הנביאים הראשונים איז געווען מר כי אתריה ומר כי אתריה און אלע האבן יוצא געווען, און דאס וואס ר' אבהו האט מתקן געווען איז נאר כדי עס זאל נישט אויסזעהן כאילו עס איז דא א מחלוקת. (אולם הרמב''ם פרק שלשי הל' ב', ורמב''ן דרשה לראש השנה דף רל''ח חולקים על זה)

און אזוי אויך אין תשובות הרמב''ם סימן פ' (מכון ירושלים) ווי דארט איז משמע אז די גאנצע ענין איז שוין געווען פארנעפעלטע אין זיינע צייטן, און ווי אויך יארן פריער, א חלק כלל ישראל האט געטוהן אזוי ווי רש''י, און א חלק ווי רבינו תם. און ער שרייבט דארט אז ער אליינס האט אין אנהויב געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און דערנאך האט ער איינגעזעהן דעם אמת אין יעצט לייגט ער נאר תפילין כשיטת רש''י. (בעצם ווערט שוין אין זוהר הק' געברענגט די שיטות רש''י ורבינו תם)



טעמי המצוה וסגולת המצוה.
איך וויל נישט אריין גיין דא אין אלע טעמי המצוה וסגולת המצוה, נאר מיר וועלן אראפברענגן אפאר נקודות וואס מיר דארפן האבן אויף צו פארשטיין די נוסח הלשם יחוד וואס מיר זאגן פארן לייגן תפילין.

אין פרשת בא אין די פרשה פון קדש לי שטייט, והיה לך לאות על ידך ולזכרון בין עיניך למען תהיה תורת יהוה בפיך כי ביד חזקה הוצאך יהוה ממצרים.

פשט אין די ווערטער איז, אז די זאלסט ארויף בינדען די פרשה פון יציאת מצרים אויף דיין האנט, דהיינו דאס וואס דער אויבערשטער האט דיך ארויסגענומען פון מצרים ביד חזקה, דאס זאלסטו ארויף בינדען אויף דיין האנט און מוח. און דער ציהל דערפון איז כדי דער עצם יציאת מצרים זאל זיין פאר דיר אן אות, און די זאלסט אזוי ארום געדענקן אז די דארפסט אפהיטען די תורה. (רש''י)

אבער די סיבה פארוואס מיר לייגן דאס אויף די האנט האט גארנישט מיט קיין זכר צו די יד חזקה מיט וואס דער אויבערשטער האט אונז ארויסגעצויגען פון מצרים, און ווי אויך איז דאס בכלל נישט קיין נתינת טעם אויף די מצוה פון תפילין, נאר פשוט אז דער יד חזקה איז אונז מחייב צו היטען תורה ומצוות.

אט איז די לשון הרמב''ן וואס ער שרייבט קלאר אזוי פשט אין פסוק.
שיעורו והיה לך לאות על ידך ולזכרון בין עיניך כי ביד חזקה הוציאך ה' ממצרים למען תהיה תורת ה' בפיך ופי' שתכתוב על ידך ועל בין עיניך יציאת מצרים ותזכור אותה תמיד למען שתהיה תורת ה' בפיך לשמור מצותיו ותורותיו כי הוא אדוניך הפודך מבית עבדים.

שפעטער אבער אין די פרשה פון והיה כי יביאך שטייט אין פסוק אביסעל אנדערש. והיה לאות על ידכה ולטוטפת בין עיניך כי בחזק יד הוציאנו יהוה ממצרים.
דא איז שוין נישט שייך צו לערנען פשוט אזוי ווי מיר האבן געלערנט פריער, וויבאלד עס שטייט שוין נישט אין פסוק למען תהיה תורת ד' בפיך. ממילא קען מען נישט זאגן אז דער כי ביד חזקה איז נאר א נתינת טעם אויף די חיוב פון היטען תורה ומצוות. נאר מען מוז זאגן אז דא זאגט דער פסוק אויך אז דאס עצם לייגן תפילין אויף די האנט איז לזכר פון דעם יד החזקה מיט וואס דער אויבערשטער האט אונז ארויסגעצויגען.


אגב איז וויכטיג צו דערמאנען, אז די ב''ח שרייבט (סימן ח' ז') אז ווי אין די תורה עס ווערט דערמאנט א טעם אויף א מצוה, איז דאס א תנאי אין די מצוה, און אויב האט מען נישט מכוון געווען די טעם המצוה האט מען נישט יוצא געווען די מצוה. און וויבאלד דא ביי תפילין שטייט קלאר אין די תורה למען תהיה תורת ד' בפיך, אויב האט מען געלייגט תפילין בלי כוונת הטעם האט מען נישט יוצא געווען. (נישט זיך פארלאזען הלכה למעשה, משום שיש בזה מחלוקת הפוסקים. אבער עכ''פ לכתחילה דארף מען זיכער מכוון זיין, אזוי ווי עס שטייט קלאר אין מחבר,יכוין בהנחתם שצונו הקב''ה...)


סגולה לאריכות ימים.
די גמרא אין מסכת מנחות דף מד. ואמר ר"ל כל המניח תפילין מאריך ימים שנאמר ה' עליהם יחיו ולכל בהן חיי רוחי ותחלימני והחייני.


קבלת עול מלכות שמים.
מיר האבן פריער די גמרא מסכת ברכות, ואמר רבי יוחנן הרוצה שיקבל עליו ''עול מלכות שמים'' שלמה יפנה ויטול ידיו ויניח תפילין ויקרא ק"ש ויתפלל ''וזו היא מלכות שמים שלמה''.

רבינו יונה שרייבט דארט בטעם הסגולה.
טעם הדבר מפני שבתפילין שבראש אדם משעבד לבורא יתברך הנשמה שהיא במוח ובתפילין שבזרוע אדם משעבד גופו ומפני כך צוו להשים אותם כנגד הלב שהלב היא עיקר התאוות והמחשבות ובזה יזכור את הבורא וימעיט הנאותיו ובמזוזה משעבד אדם ממונו אלא שלא הזכירו בכאן המזוזה מפני שמצוותה נעשית בשעה אחרת וכשקורא ק"ש ומתפלל בענין שמשעבד לו נשמתו וגופו זו היא מלכות שמים שלימה ומדאמר ומתפלל משמע שגם בתפלה צריך שיתפלל ותפילין בראשו.


להמצל ממחשבות רעות.
די רמב''ם (פרק ד' הל' כ''ה) שרייבט בזה הלשון.
קדושת תפילין קדושתן גדולה היא שכל זמן שהתפילין בראשו של אדם ועל זרועו הוא עניו וירא שמים ואינו נמשך בשחוק ובשיחה בטילה ואינו מהרהר מחשבות רעות אלא מפנה לבו בדברי האמת והצדק לפיכך צריך אדם להשתדל להיותן עליו כל היום שמצותן כך היא אמרו עליו על רב תלמידו של רבינו הקדוש שכל ימיו לא ראוהו שהלך ארבע אמות בלא תורה או בלא ציצית או בלא תפילין.




טעם הפרשיות.
די טעם פארוואס די תורה האט אונז מחייב געווען צו לייגען דוקא די פיר פרשיות אין די תפילין, שרייבט דער חינוך (מצוה תכ''ב) והעניין בארבע פרשיות אלו יותר מבשאר פרשיותיה של תורה, לפי שיש באלו קבלת עול מלכות שמיים ואחדות השם, ועניין יציאת מצרים שהיא מכריחה אמונת חידוש העולם והשגחת האל בתחתונים. ואלו הן יסודות דת יהודית, ולכן נצטווינו להניח יסודות אלו כל היום בין עינינו ועל לוח ליבנו, כי שני אלה האיברים אמרו חכמי הטבע שהן משכן השכל. ובהניחנו עליהם דברים אלה לזיכרון, נתחזק בהם ונוסיף זכר בדרכי השם יתברך ונזכה לחיי עד.
האבן מיר דא אין חינוך א טעם אויף דריי פרשיות, פרשת שמע, וויבאלד מיט דעם איז מען מקבל אויף זיך עול מלכות שמים, און מיט דעם רופן מיר אויס אחדות ד'. קדש לי און והיה כי יביאך, איז וויבאלד מיר ווילן דערמאנען יציאת מצרים.


די פרשה פון והיה אם שמוע זאגט די רמב''ן (סוף פרשת בא) אז דאס איז צוליב דעם וואס די פרשה פון שמע און ווי אויך די פרשה פון והיה אם שמוע, קומען אונז אנזאגן אויף קבלת עול המצוות, וואס די גאנצע ציהל פון אונזער אמונה איז נאר כדי מיר זאלן היטען תורה ומצוות.
נאך מער זאגט אונז די רמב''ן, אז גאנצע סיבה פון די נסים פון יציאת מצרים איז דאך געווען נאר כדי צו ווייזען איינמאל פאר אלעמאל, אז אין עוד מלבדו ואפס זולתו. און דאס האט אונז דער אויבערשטער געוויזען מיט דעם וואס ער האט משנה געווען כל סדרי מעשה בראשית, און אזוי ארום זאלן מיר גלייבן אז עס איז בעצם נישט קיין טבע בכלל נאר אלעס איז ניסים. וכלשונו הק' ומן הנסים הגדולים המפורסמים אדם מודה בנסים הנסתרים שהם יסוד התורה כלה שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם בין ברבים בין ביחיד אלא אם יעשה המצות יצליחנו שכרו ואם יעבור עליהם יכריתנו ענשו הכל בגזרת עליון.

און ווי אויך לייגט די רמב''ן צו אז פאר די סיבה האט דער אויבערשטער אונז צוגעזאגט אז אויב מיר וועלן היטען תורה ומצוות דאן וועט זיין רעגן און אלע גוטע זאכן בגשמיות, און אויב חלילה נישט דאן וועט אונז באפאלן אלע מיני שלעכטס בגשמיות, כדי צו ווייזען אז די גאנצע בריאה איז נישט אוועקגעשטעלט אויף קיין שום טבע, נאר אלעס ווענדט זיך נאר אין קיום התורה והמצוות.



איך מיין אז יעצט קענען מיר אריבער גיין צום לשם יחוד אין זעהן ווי יעדע ווארט שטימט הערליך שיין.
לְשֵׁם יִחוּד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ בִּדְחִילוּ וּרְחִימוּ, לְיַחֵד שֵׁם י—בו-בְּיִחוּדָא שְׁלִים בְּשֵׁם כָּל יִשְׂרָאֵל, הִנְנִי מְכַוֵּן (ב''ח דצריך כוונה מיוחדת) בַּהֲנָחַת תְּפִלִּין לְקַיֵּם מִצְוַת בּוֹרְאִי,שֶׁצִּוָּנוּ לְהָנִיחַ תְּפִלִּין כַּכָּתוּב בְּתוֹרָתוֹ "וּקְשַׁרְתָּם לְאוֹת עַל יָדֶךָ וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ" וְהֵם אַרְבַּע פַּרְשִׁיּוֹת אֵלּוּ – "שְׁמַע", "וְהָיָה אִם שָׁמֹעַ", "קַדֶּשׁ", "וְהָיָה כִּי יְבִיאֲךָ" – שֶׁיֵּשׁ בָּהֶם יִחוּדוֹ וְאַחְדוּתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ בָּעוֹלָם (פרשת שמע) וְשֶׁנִּזְכֹּר נִסִּים וְנִפְלָאוֹת שֶׁעָשָׂה עִמָּנוּ בְּהוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרָיִם (קדש, והיה כי יביאך) וַאֲשֶׁר לוֹ הַכֹּחַ וְהַמֶּמְשָׁלָה בָּעֶלְיוֹנִים וּבַתַּחְתּוֹנִים לַעֲשׂוֹת בָּהֶם כִּרְצוֹנו (יציאת מצרים, וגם פרשת והיה) וְצִוָּנוּ לְהָנִיחַ עַל הַיָּד לְזִכְרוֹן זְרוֹעַ הַנְּטוּיָה (כי בחוזק יד) וְשֶׁהִיא נֶגֶד הַלֵּב לְשַׁעְבֵּד בָּזֶה תַּאֲוַת וּמַחְשְׁבוֹת לִבֵּנוּ לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ. וְעַל הָרֹאשׁ נֶגֶד הַמֹּחַ, שֶׁהַנְּשָׁמָה שֶׁבְּמֹחִי עִם שְׁאָר חוּשַׁי וְכֹחוֹתַי, כֻּלָּם יִהְיוּ מְשֻׁעְבָּדִים לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ (רבינו יונה) וּמִשֶּׁפַע מִצְוַת תְּפִלִּין יִתְמַשֵּׁךְ עָלַי לִהְיוֹת לִי חַיִּים אֲרֻכִים (גמרא מנחות) וְשֶׁפַע קֹדֶשׁ וּמַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת, בְּלִי הִרְהוּר חֵטְא וְעָוֹן כְּלָל, וְשֶׁלֹּא יְפַתֵּנוּ וְלֹא יִתְגָּרֶה בָּנוּ יֵצֶר הָרָע, וְיַנִיחֵנוּ לַעֲבֹד אֶת יְהֹוָה כַּאֲשֶׁר עִם לְבָבֵנוּ (רמב''ם) וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ, יי אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁתְּהֵא חֲשׁוּבָה מִצְוַת הֲנָחַת תְּפִלִּין לִפְנֵיךָ, כְּאִלּוּ קִיַּמְתִּיהָ בְּכָל פְּרָטֶיהָ וְדִקְדּוּקֶיהָ וְכַוָּנוֹתֶיהָ וְתַרְיַ"ג מִצְוֹת הַתְּלוּיִם בָּהּ, אָמֵן סֶלָה.




הנחת תפילין בשבת וי''ט.
אין סמ''ג (עשה ג') שרייבט ער אז יעדע איד דארף האבן צוויי עדות וואס זענען מעיד אויף אים אז ער איז אן ערליכע איד, און דערפאר האט אונז דער אויבערשטער געגעבן צוויי מצוות וואס ווערן אנגערופען אות, און דאס זענען מילה, תפילין.
לייגט ער אבער צון אז וויבאלד שבת ווערט אויך אנגערופען אות, ממילא איז מען שבת טאקע פטור פון לייגן תפילין. און וויבאלד יו''ט ווערט אין די תורה אויך אנגערופען שבת, ממילא כאפט זיך עס שוין מיט מיטן פטור פון שבת. אזוי זאגט אויך דער אבודרהם, און ווי אויך רבינו בחיי (סוף לך לך)

אין תרומת הדשן (פסקים וכתבים ק''ה) קלערט ער אריין לפי זה, אויב איינער וואס מתו אחיו מחמת מילה וואס ע''פ הלכה איז ער פטור פון מילה, קומט אויס אז אפשר אזא איינער איז יא מחיוב צו לייגן תפילין שבת. (ווי אזוי ער געבט זיך אן עצה א גאנצע וואך ווייס איך נישט)
למעשה בלייבט ער אבער אז די סמ''ג זאגט טאקע א שיינער טעם ע''פ אגדה, אבער נישט צו טוישן אן הלכה מיט דעם. און ווי אויך די פרי מגדים (סימן כ''ט משבצות ב') זאגט אז מען גייט לויט רוב וועלט, ממילא איז ער אויך פטור פון תפילין שבת.


אין רוקח (סימן ל') שטייט אביסעל אנדערש. נישט אז מען דארף האבן צוויי עדות אויף זיך, נאר מען דארף האבן אן אות אויף זיך. מילה זאגט ער אבער איז נישט פאררעכנט פאר אן אות, וויבאלד מיר זוכען נאר אן אות וואס איז זכר ליציאת מצרים, און דאס איז נאר תפילין און שבת.



ומחכמתך קל עליון.
דער ערשטער וואס ברענגט דאס איז דער רמב''ם אלבאז (א קדמון ארום 450 יאר צוריק) און ספר היכל הקודש, און משמו ווערט עס געברענגט אין קיצור השל''ה.
וארשתיך לי לעולם

אין קיצור השל''ה (מסכת חולין עניני תפילין) ברענגט ער דאס בשם ספר מצת שמורים פון ר' נתן שפירא.

דער טעם שרייבט ער אז דאס איז כביכול די קידושין פון דעם הייליגען באשעפער צו אידישע קינדער, און אז מען זאל מאכן דריי כריכת פון די רצועה אויף די פינגער (און נישט מער) אנקענגן די דריי מאל וארשתיך. און ער לייגט דארט צו אז פאר מען טוט אויס דעם של ראש, זאל מען פון פארדעם עפענען די דריי כריכות, כדי מבטל צו זיין די קידושין.



פרשת קדש לי, והיה כי יביאך.
מנהג ישראל תורה איז צו זאגן די פרשיות פון קדש לי און והיה כי יביאך. דער מגן אברהם (סימן כ''ה ס''ק ו') ברענגט בשם הב''ח והשל''ה אז מען דארף דאס זאגן, אבער למעשה ברענגט ער א קלארע ספרי אז עס איז נישט קיין שום חיוב, נאר א שיינער ענין אלץ מצוה פון דערמאנען יציאת מצרים.



ברכה אויף חליצת התפילין.
די גמרא ברענגט אין מסכת נדה (נ''א ב') אז די בני מערבא האבן געמאכט א ברכה ביים חולץ זיין די תפילין. אשר קדשנו במצותיו וצונו לשמור חוקיו.
תוס' איז מסביר אז די בני מערבא האבן ארויס געלערנט פונעם פסוק, ושמרת את החוקה הזאת למועדה מימים ימימה, אז דלילה לאו זמן תפילין. ממילא לשיטתם איז מען מקיים דעם מצוה פון ושמרת ''את החוקה'' ווען מען טוט אויס די תפילין ביים שקיעה.
אין שלחן ערוך סימן כ''ט ווערט גע'פסק'ענט נישט צו זאגן די ברכה, וויבאלד מיר נעמען אן אז לילה איז יא זמן תפילין, נאר דאס וואס מיר לייגן נישט איז אלץ א גזירה אז א מענטש וועט איינשלאפען מיט די תפילין, ממילא איז מען נישט מקיים קיין קלארע מצוה מיטן עס אויסטוהן (אפי' ערב שבת).
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5946
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12844

Re: עמוד התפלה - סדר הנחת טלית ותפילין

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נקודת טובות דו ביסט אן אוצר! גיי אן!

(אגב, ווען איך וויל דיר מענשאנען שטויס איך מיך אן אין די ספעלינג טעות... "נקודות" צ"ל בלשון רבים)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1797
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4810

Re: עמוד התפלה - סדר הנחת טלית ותפילין

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 5:05 pm @נקודת טובות דו ביסט אן אוצר! גיי אן!

(אגב, ווען איך וויל דיר מענשאנען שטויס איך מיך אן אין די ספעלינג טעות... "נקודות" צ"ל בלשון רבים)
פון איין זייט איז טעות לעולם חוזר(ת) אבער מצד אחר שבשתא כיוון דעל על. איך האב געזעהן דעם טעות, אבער איך מיין אז מען קען עס נישט טוישן.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3533
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: עמוד התפלה - סדר הנחת טלית ותפילין

פאוסט דורך וואוילער »

הערליכע ארבעט! יישר כח!

בנוגע די עטרה, איז דא מער אינפא וועגן מנהגים אויף דעם?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 178

Re: עמוד התפלה - סדר הנחת טלית ותפילין

פאוסט דורך קשאנובער »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 5:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 5:05 pm @נקודת טובות דו ביסט אן אוצר! גיי אן!

(אגב, ווען איך וויל דיר מענשאנען שטויס איך מיך אן אין די ספעלינג טעות... "נקודות" צ"ל בלשון רבים)
פון איין זייט איז טעות לעולם חוזר(ת) אבער מצד אחר שבשתא כיוון דעל על. איך האב געזעהן דעם טעות, אבער איך מיין אז מען קען עס נישט טוישן.
אויב ווילט איר יא טוישן קענט איר בעטן פונעם הנהלת הטישל.

שוין מיטגעהאלטן דא ווי זיי טוישן א ניקס נאמען
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2295

Re: עמוד התפלה - סדר הנחת טלית ותפילין

פאוסט דורך מירון »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 7:15 pm הערליכע ארבעט! יישר כח!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3672
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4611

Re: עמוד התפלה - סדר הנחת טלית ותפילין

פאוסט דורך שמח »

@נקודת טובות איך האב נישט קיין ווערטער ארויסצוברענגען די אוצר וואס ליגט אין אייער האנט, גיי אן!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שרייב פאוסט