א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
פון אינמיטן חודש אלול הייבט שוין אן צו ארויסשפראצן די קערענדלעך פון די פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגן יו''ט סוכות, דא זעט מען שוין איינער זיך שלעפן מיט א ברעט אויף זיין פלייצע און א צווייטער פארט ארום אין שטאט מיט סכך העכער זיין אוטא. די צייטונגען זענען שוין איבערגעפילט מיט אנאנסן וועלכע פראקלאמירן הימלשרייענדע סעילס וואס מען קען אלץ אריינכאפן אויף מען איז נאר א זריז, און די לוח הציבור ווערט שוין דיקער.
די קלוגע שוכרים לייגן שוין אויס זייער פלאסטיק טישן איבער די גאסן כדאי זיך צו פארזיכערן מיט א גוטע לאקאציע ווי צו פארקויפן זייערע אתרוגים.
אלץ נענטער מען ריקט זיך צום זמן שמחתנו זעט זיך אן מער און מער אקטיוויטעטן, די זאלן וועלכע דינען א גאנץ יאר אלץ א צענטער פאר שחמות ווערן אין די טעג פארוואנדלט אין ד' מינים צענטערן און עס ווירבלט שוין מיט צענדליגע קונדן וועלכע לאקערן אויף א פרי עץ הדר, יעדער וויל טרעפן די שענסטע וואס איז נאר דא. די געשעפטן ווערן נאר פילער און פילער, און נישט דוקא די עסן געשעפטן, די קלינערס, זילבער סטאר, קליידער געשעפטן, צירינג געשעפטן, הארדווער סטארס, פיש געשעפטן, און פארשטייט זיך די ''בוטשערס'' זענען אלע גלייכע מחותנים.
מוצאי יו''כ.
נאך שוואך פון פאסטן און די ווייסע קיטל איז נאך נישט אוועקגעלייגט שטייען שוין אידן אויף די לייטערס מיט האמער און נאגל און פאררען זיך מיט די סוכה, אבער אפי' אויף צו אנקומען ביז דעם שטאפל האט מען שוין אויכעט געברויכט שווער ארבעטן, נאך איידער ראש השנה האט מען שוין ארויסגעשלעפט די אלטע סוכה ברעטער פון דעם פארשטויבטן קעלער, עס גוט אפגערייניגט און אנגעגרייט צו קענען אויפבויען ווען די צייט וועט קומען. די מער מאדערענע אידן האבן שוין א שיינע לייטער'ס סוכה אדער פון סיכה דיפאו וועלכע נעמט טאקע נישט אזוי לאנג צו אהערשטעלן אבער דאך, יעדער וויל זיין פארנומען מיט דעם הייליגן יו''ט.
עלטערע אידן ווי קינדער צוגלייך, יעדער נעמט א חלק און דעם הייליגן יו''ט. אויף איינער פון די גאסן קען מען זען אן עלטערע איד מיט א גרייז גרויער בארד וועלכע שטייט נאך מיט א פעסטקייט און בויעט זיך זיין סוכה'לה פונקט ווי ער פלעגט טון אין די איסט סייד, 'עלטער' איז נישט קיין פאקטאר וואס וועט אים אפשטעלן פון בויען זיין ביידל, צו זיין זייט שטייט א אייניקל זיינער וועלכע העלפט ארויס דעם זיידן מיט וואס ער ברויך נאר, צו זאל עס זיין א נאגל צו סיי וועלכע אנדערע כלי, אבי די זיידע זאל נישט דארפן לויפן אהער און אהין.
אפי' די גראסערי'ס וועלכע זענען א דורכאויס די יאר לער פון איינקויפער זענען אין די טעג איבערגעפילט מיט מענטשן, מאמע'ס קומען מיט זייער וועגלעך און די עלטערע שוועסטער נעמט ארויס די קליינע קינדער צו איינקויפן כדאי אז די מאמע זאל קענען טון די היים ארבעט מיט א רואיגקייט. אין די גרויסע געשעפטן טוט זיך א מהפחת סדום ועמורה, די גאנצע געשעפט איז ממש איין שטיק איבערקערעניש, ס'איז נישט מעגליך אדורכצוגיין דעם געשעפט מיט די וואגאן אן דעם וואס מ'זאל אריינקלאפן און אלע קאלעגע איינקויפער, אפגערעדט פון די לאנגע ליניע וואס ווארטן צו באצאלן, מען קען רואיגערהייט ווארטן א שעה צייט, די קלוגע איינקויפער ווייסן שוין אז גלייך ווען מען קומט אין געשעפט אריין שטעלט מען זיך גלייך אין די שורה צו באצאלן, און פון דארט פילט מען אן די וואגאן מכול טיב וטוב.
כאפנדיג א שפאציר אויף דרייצנטע עוועניו קען זיך דאכטן אז מען געפינט זיך אין די בארימטע לייפציגער יריד, הונדערטער טישן פון אלע מאסן און קאלירן נעמען איין די גאסן וועלכע זענען אין געווענדליכע אומשטענדן דעזעגנירט פאר די פיסגייער, איצטער אבער איז אלעס איין גרויסע מארק, איינער פארקויפט אתרוגים ווידעראום דער צווייטער פארקויפט ממש אלע ד' מינים אזוי ווי עס שטייט אויף די גרויסע צעטיל אונפארענט פון זיין טישל ''ד' מינים צענטער', ''מאנסי ערבות מאנסי ערבות'' שרייעט אויס איינער פון די פארקויפער מיט זיין שוין הייזעריגע שטומע, עס איז קענטיג אז ער מוטשעט זיך דאס ארויסצוזאגן אויף א חסידישע הברה זייענדיג פון א ספר'דישע אפשטאם, קעגנאיבער שטייט א טישל מיט אלע מינע נוי סוכה'ס וואס זענען נאר פארהאן, גרויסע פלאקאטן פון די שבעת הרועים, בלויע שטריקן און ברוכים הבאים סיינס צוגלייך, און אלץ איז למכירה פאר שפאט ביליג, פון אלעם קען מען קויפן אויפן 'סיידוואלק'.
די גערידער אויף די גאסן קענען אויפוועקן די טויטע, גאנץ בארא פארק קוקט אויס ווי איין גרויסע פארקינג לאט, איך ווייס נאר נישט פארוואס יעדער פייפט ס'טוט מילא גארנישט אויף, נו שוין, א קשיה אויף א מעשה. די גאסן זענען אין א טאטאלער גרידלאק. עס איז שוין שנעלער צו קריכן אויף אלע פיר ווי צו פארן (זיצן) מיט א קאר און די בארא פארקער דשונגעל, אבער סיי ווי סיי איז שוין יעצט צו שפעט צו צוריקצוהן, עס איז נישט דא ווי צו פארקן דעם קאר, פרוביר אפי' נישט, פארוואס? ווייל דאס ביסל מקומות וועלכע זענען גע'אייגנט צו פארקן זענען יעצט אקופירט דורך די פראוועזארישע אתרוג געשעפטן וועלכע זענען קוואטירט אין גרויסע טרעילערס וואס מען האט אהער געבראכט ספיציעל פאר די טעג. די גאנץ יעריגע דרייוון געזעצן זענען כמו שאינו און קיינער קימערט זיך נישט צו אפי' פראבירן צו איינהאלטן דעם דינה דמלכותא, אזוי איז עס, מנהג המקום איז וויכטיגער.
מיינט נישט אז וואקן איז יא גרינג, ווי מען גייט און ווי מען שטייט קלאפט מען זיך אן אין עפעס אנדערש, צו זאל עס זיין א סוכה וואס איר בעל הבית איז דוקא מקפיד אויף א סוכה גזולה און ער שטעקט אריין די האלצערנע ברעטער אין דער רשות הרבים אריין, צו א סוכה פון א בית מדרש וועלכע פראבירט כאטש צו צושטעלן א אלטערנאטיווער וועג, צו איינער פון די הונדערטער טישן וועלכע ליגן אויסגעשפרייט אין יעדער ווינקל. אבער וועמען גייט עס דען אן? יעדער איז אין א פרייליכע שטימונג זיך גרייטנדיג אויף דעם ליכטיגן יו''ט.
עס ווערט שוין נענעטער די יו''ט און אפי' דער פוילער האט זיך שוין ערוועקט פון זיין שלאף און ער בויעט שוין אויף זיין סיכה. די מער בעל בית'ישע אידן האבן די זכיה אז מלאכתן נעשית ע''י אחרים; עטליכע בחורים וועלכע זענען יעצט אינמיטן בין הזמנים זענען גרייט פאר אפאר גראשן צו אויפבויען די סוכה פאר אייך, דו דארפסט אבער זיין גרייט צו סובל זיין די גערוך פון די עלאקטראנישע ציגערעטלעך צו וועלכע זיי זענען ממש אדיקטעד.
ווען איך האב מיר פארטראכט אויף מיין הייליגע סוכה וועלכע שטייט שוין מיט פראכט האט דאס מיר געגעבן א שפיר ווי גלות וואנדערן, דאס אז מען דייט ארויס פון די באקוועמע היים און מען זעצט זיך אריין אין אזעלעכע שוואך געבויטע ביידעלעך, באדעקט מיט רינדיכיגע באמבא שטעקעלעך אנשטאט צו זיצן אין מיין ווארימע היים, אבער קען זיין אז דייקא דאס וויל די רבוש''ע אונז דערמאנען, ר' איד די ביזט אין גלות, די ביזט נישט אין דיין דירת קבע נו, זאל דער רבשו''ע אונז שוין טאקע ארויסנעמען פון דעם דירת עראי אין וועלכע מיר געפינען זיך און אונז טראגן אויף ירושלים, דעם דירת קבע.
במהרה בימנו אמן…

Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.

Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
סתם א שאד, יעדער וואס איז דא איז אויך דארט

איך בין טאקע א בעלזער אבער איך פארטרעט נישט בעלזא
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5947
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12845
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
איך - למשל - בין נאר דא.
וועגן אנדערע קען איך נישט רעדן.
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
אט אזוי... אזוי ברויך צו זיין.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:04 pmאיך - למשל - בין נאר דא.
וועגן אנדערע קען איך נישט רעדן.
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
די ביסט מסתם די איינציגסטער. עכ''פ פון די איינציגסטער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:04 pmאיך - למשל - בין נאר דא.
וועגן אנדערע קען איך נישט רעדן.
בד''וו פארוואס טאקע ביסטו אראפ פון דארט?
איך בין טאקע א בעלזער אבער איך פארטרעט נישט בעלזא
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5947
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12845
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
צום ענין, @העלדיש זייער שיין געשריבן!!!
איך מיין אז די נקודה פון דירת עראי שטייט אין ספה"ק.

- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1797
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4810
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
איך בין כמעט מער נישט דארט, איך בין אריין געפאלן דארט צוויי דריי מאל מיין איך זייטן עפענען מיין ניק דא.בעלזא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:06 pmדי ביסט מסתם די איינציגסטער. עכ''פ פון די איינציגסטער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:04 pmאיך - למשל - בין נאר דא.
וועגן אנדערע קען איך נישט רעדן.
בד''וו פארוואס טאקע ביסטו אראפ פון דארט?
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
דעמאלט שטיי מיר גאנץ גוט...נקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:28 pmאיך בין כמעט מער נישט דארט, איך בין אריין געפאלן דארט צוויי דריי מאל מיין איך זייטן עפענען מיין ניק דא.בעלזא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:06 pmדי ביסט מסתם די איינציגסטער. עכ''פ פון די איינציגסטער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:04 pm
איך - למשל - בין נאר דא.
וועגן אנדערע קען איך נישט רעדן.
בד''וו פארוואס טאקע ביסטו אראפ פון דארט?
(סתם אזוי, האף איך אז דו פארשטייסט פארוואס איינער זאל ענדערש לייגן עפעס דארט ווי דא, יעדער שרייבער וויל באקומען רעקעגנישאן פאר זיין ווערק)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5947
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12845
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
איינער קוקט דען נאך ווער עס לייגט א זאך נאך ערגעץ? מצדי לייג עס אויף אוצר החכמה פארום אויך... איך מיין אז די הנהלה האט נישט קיין תקנות איבער דעם...
אבער פארוואס מענטשן קוקן נאר דא, איז דא פארשידענע סיבות. ביי מיר פערזענליך איז עס דריי סיבות. 1) ס'קאסט צופיל צייט דורכצוגיין הונדערטער תגובות אין יעדע פיצי נושא. 2) די אוידיענס שרייבער [נישט ליינער] זענען אין מערהייט נעגאטיוו צו אלעם און פארטרעטן נישט זייער אמת'ע פראצענט פון די מענטשהייט. 3) ווייל אז מ'ליינט וויל מען רעאגירן, און אז מען רעאגירט צו נארמאל איז מען אויסגעשטעלט צו סאנקציעס.

- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 943
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1286
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
גא”מנקודת טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:28 pmאיך בין כמעט מער נישט דארט, איך בין אריין געפאלן דארט צוויי דריי מאל מיין איך זייטן עפענען מיין ניק דא.בעלזא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:06 pmדי ביסט מסתם די איינציגסטער. עכ''פ פון די איינציגסטער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:04 pm
איך - למשל - בין נאר דא.
וועגן אנדערע קען איך נישט רעדן.
בד''וו פארוואס טאקע ביסטו אראפ פון דארט?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1797
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4810
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
ודאי פארשטיי איך מיין ציהל איז נישט געווען צו צווינגען דעם פותח אויף עני טינג עקסלוסיוו.
עס זענען דא מענטשען וואס גלייכען צו דאווענען אין גרויסע בתי מדרשים, וכן להיפך. און עס סענען דא אנדערע וואס דאווענען אלע שחרית אין גרויסען בית המדרש. קבלת שבת, שלש סעודות, אין קלענערע בית המדרש.
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
איך בין אויך נאר דא,בעלזא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:06 pmדי ביסט מסתם די איינציגסטער. עכ''פ פון די איינציגסטער.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:04 pmאיך - למשל - בין נאר דא.
וועגן אנדערע קען איך נישט רעדן.
בד''וו פארוואס טאקע ביסטו אראפ פון דארט?
איך קען נישט קאווערן ביידע. (בד"וו איז דא אסאך וואס האבן א לעוול גדר פילטער וואס איז נאר דא אפן)
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1797
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4810
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות.
ביי מיר מאכט נאכאלץ דזשענטעק פראבלעמען. איך האב אסאך מאל וואס איך דארף זיי בעטן עקסעס, משא''כ אנדערע פארומס.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5947
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12845
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
זאגט מיר איינער אז מ'זאגט נאך פון רבי נחמן זצ"ל אז ערב סוכות מוז מען זיין נערוועז, און אויב איינער זעט אז ס'גייט אים נישט, זאל ער זיך מאכן נערוועז בידים, אפילו במילי דשטותא.
נאר א ווערטל שטייצעך.
נאר א ווערטל שטייצעך.
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
הונדערט פראצענט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:51 pm איינער קוקט דען נאך ווער עס לייגט א זאך נאך ערגעץ? מצדי לייג עס אויף אוצר החכמה פארום אויך... איך מיין אז די הנהלה האט נישט קיין תקנות איבער דעם...
אבער פארוואס מענטשן קוקן נאר דא, איז דא פארשידענע סיבות. ביי מיר פערזענליך איז עס דריי סיבות. 1) ס'קאסט צופיל צייט דורכצוגיין הונדערטער תגובות אין יעדע פיצי נושא. 2) די אוידיענס שרייבער [נישט ליינער] זענען אין מערהייט נעגאטיוו צו אלעם און פארטרעטן נישט זייער אמת'ע פראצענט פון די מענטשהייט. 3) ווייל אז מ'ליינט וויל מען רעאגירן, און אז מען רעאגירט צו נארמאל איז מען אויסגעשטעלט צו סאנקציעס.
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
גא"מ לכל דברי הנ"ל! זייער גוט געזאגט!דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 3:51 pm איינער קוקט דען נאך ווער עס לייגט א זאך נאך ערגעץ? מצדי לייג עס אויף אוצר החכמה פארום אויך... איך מיין אז די הנהלה האט נישט קיין תקנות איבער דעם...
אבער פארוואס מענטשן קוקן נאר דא, איז דא פארשידענע סיבות. ביי מיר פערזענליך איז עס דריי סיבות. 1) ס'קאסט צופיל צייט דורכצוגיין הונדערטער תגובות אין יעדע פיצי נושא. 2) די אוידיענס שרייבער [נישט ליינער] זענען אין מערהייט נעגאטיוו צו אלעם און פארטרעטן נישט זייער אמת'ע פראצענט פון די מענטשהייט. 3) ווייל אז מ'ליינט וויל מען רעאגירן, און אז מען רעאגירט צו נארמאל איז מען אויסגעשטעלט צו סאנקציעס.
אין אני אלא פה!
פשוט ווייל הונדערטער ניקס זיצן און שרייבן אויף יעדעס נייעסל וואס סאיז נאר דא אויפן וועלטל און ווען הונדערטער שרייבן ע"פ רוב געשעהט אזא בראוקען טעלעפאון... איינער לייגט צו א קליינעם קנייטש וואס קומט נישט אריין און א רגע שפעטער איז די שמועס א גאנצע אנדערע נושא.....
משא"כ דא ווען א נייעסל קומט ארויף אויפן טישל איז די מצב אסאך מער אויף א רוהיגער פארנעם און מווערט נישט אוועקגעפירט אזוי שטארק... ע"כ לדעתי איז אסאך מער באטעמט דא צו זיצן....
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2295
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
רב העלדיש, א הערליכע ארטיקל האסטו דא אונז אהערגעשטעלט. שרייב נאך, גייט מיר נישט אז איר לייגט עס אויך אויף איי-וועלט. זייטס אונז ווייטער מהנה. איר האט א גוטן פעדער.
כה לח!
אני הקטן האט געשריבן באלד עשרת אלפים תגובות/הערות אויף איי-וועלט (מיט עטליכע ניקס). איך שוין לאנג נישט געשריבן דארט צוליב די מעקרייען התנהגות דארט, אבער איך ליין נאך דארט פון צייט צו צייט. מיינע זאכן וואס איך דערווייל געשריבן דא איז אף גם אחד נישט דארט.
כה לח!
אני הקטן האט געשריבן באלד עשרת אלפים תגובות/הערות אויף איי-וועלט (מיט עטליכע ניקס). איך שוין לאנג נישט געשריבן דארט צוליב די מעקרייען התנהגות דארט, אבער איך ליין נאך דארט פון צייט צו צייט. מיינע זאכן וואס איך דערווייל געשריבן דא איז אף גם אחד נישט דארט.
Re: א שפאציר אין בארא פארק, ערב סוכות
זייער שיין @העלדיש !
האסט א רייכן פעדער!
שרייב שרייב. דיינע ווערק הייבן דעם ניווא פון אונזער טישל!

פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.