דו טראכסט ער זאגט.
בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2524
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8660
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.

צום שאלה, ניין.אורך ימים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 11:04 pmהייסט עס ער מעג באשמוצן און אראפרייסן דעם טאטנ'ס פשט ביים סדר, פרומע יודן, אפגעהיטענע יודן ברבים, און מען מעג אים ניטאמאל פארהאלטן ברבים?בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 10, 2026 9:38 pmדאונט געט מי ראנג, איך האלט אז זיך פארענטפערן און צוריק אראפ רייסן איז אביסל קטנות, אבער לענין, ס'איז געווען זייער נישט אידישליך וויאזוי מ'האט אים באשמוצט דארט.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 10, 2026 9:35 pm
יוש, כ'טרעף עס נישט, אפשר האביך נאר געוואלט שרייבן?האועווער, זיין ארטיקל אז ער פארשטייט נישט די העץ קעגן סמארטפאן'ס, זיין ארטיקל קעגן כאניאק'ס, וכו' און ווער רעדט נאך פון בין פרן. יא איך גלייך זיין שפראך, ניין איך גלייך גראדע נישט זיינע לאנגע לאנגע עסן ווידיאו'ס וואס ענדיגן זיך נישט אבער ס'איז געווען ערווארטעט א בעקלעש. און אז ער קען נישט פארנעמען אפאר אנאנימע העצער זאך ער איינפאקן.
גיי כאפ א בליק
#דיסקרעמענאציע
יעצט, מ'מעג פארהאלטן, מ'מעג מחולק זיין, ביי אונז אידן איז דא א וועג וויאזוי מדרוקט אויס ווייטאג, (עקטשולי, אזוי וואלט געדארפט זיין.).
מיטן באשמוצן א איד ברבים, ווייזטו מיך נישט אז סבאדערט דיך וואס יענער זאגט, ס'ווייזט מיך אז איר האט א זעקל מיסט ביי אייך, און ב"ה איר האט געטראפן ווי עס אויס צו גיסן.
אײנער וואס האט עכט א פראבלעם מיט זיינע זאכן, וואלט עס נישט געשריבן אויף אזא מהלך, חוץ מזה וואלט ער עס נישט געלייגט אויף אייוועלט אדער אידטיש, דער איד איז א מענטש , אז דו האסט א פראבלעם מיט וואס ער טוט, קאנטעקט אים.
נ. ב. כ'מיין נישט דיך, איך מיין די וואס האבן געשריבן אויף אייוועלט.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
איך טראכט אסאך זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געזאגט אין פובליק. אבער וואס ווייסטו וואס איך טראכט עניוועי? איך טראכט גראדע נישט וואס ער האט דא געזאגט. א סדר נאכט איז הייליג און טייער, נישט עפעס צו נוצן פאר א לויז צינגל צו ווייזן ווי קיוט און רייסעריש מ'קען זיין
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2524
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8660
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
ער האט אראפגעריסן די סדר, אדער די זיידעס תורה ביים סדר?יושע זאב האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 11:35 pm איך טראכט אסאך זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט געזאגט אין פובליק. אבער וואס ווייסטו וואס איך טראכט עניוועי? איך טראכט גראדע נישט וואס ער האט דא געזאגט. א סדר נאכט איז הייליג און טייער, נישט עפעס צו נוצן פאר א לויז צינגל צו ווייזן ווי קיוט און רייסעריש מ'קען זיין
א ריזיגע חילוק.
עניוועי, ביייי.
נ. ב. שפיכת דמים איז הארבער פון חוזק מאכן פונעם סדר, און דא ענדיג איך.
אה, ניין, איין זאך נאר, זייט וויסן, פאר אידיש בלוט צאלט מען א "גרויסע" פרייז.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
זיידעס תורה ביים סדר, איז די סדר! איך גלייב נישט אז דו ביזט ערנסט. שיינסט מיר ווי א טראול.
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
זאג מיר דעם אמת אבער ביטע נאר די אמת...וואס באדערט דיך מיר אז ער האט אראפ געריסען בראך אדער די הכשר פון די בלאט ?בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 11:33 pmצום שאלה, ניין.
יעצט, מ'מעג פארהאלטן, מ'מעג מחולק זיין, ביי אונז אידן איז דא א וועג וויאזוי מדרוקט אויס ווייטאג, (עקטשולי, אזוי וואלט געדארפט זיין.).
מיטן באשמוצן א איד ברבים, ווייזטו מיך נישט אז סבאדערט דיך וואס יענער זאגט, ס'ווייזט מיך אז איר האט א זעקל מיסט ביי אייך, און ב"ה איר האט געטראפן ווי עס אויס צו גיסן.
אײנער וואס האט עכט א פראבלעם מיט זיינע זאכן, וואלט עס נישט געשריבן אויף אזא מהלך, חוץ מזה וואלט ער עס נישט געלייגט אויף אייוועלט אדער אידטיש, דער איד איז א מענטש , אז דו האסט א פראבלעם מיט וואס ער טוט, קאנטעקט אים.
נ. ב. כ'מיין נישט דיך, איך מיין די וואס האבן געשריבן אויף אייוועלט.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2524
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8660
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
למעשה האב איך נאכנישט געענדיגט..ויצא האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 11:53 pmזאג מיר דעם אמת אבער ביטע נאר די אמת...וואס באדערט דיך מיר אז ער האט אראפ געריסען בראך אדער די הכשר פון די בלאט ?בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 11, 2026 11:33 pmצום שאלה, ניין.
יעצט, מ'מעג פארהאלטן, מ'מעג מחולק זיין, ביי אונז אידן איז דא א וועג וויאזוי מדרוקט אויס ווייטאג, (עקטשולי, אזוי וואלט געדארפט זיין.).
מיטן באשמוצן א איד ברבים, ווייזטו מיך נישט אז סבאדערט דיך וואס יענער זאגט, ס'ווייזט מיך אז איר האט א זעקל מיסט ביי אייך, און ב"ה איר האט געטראפן ווי עס אויס צו גיסן.
אײנער וואס האט עכט א פראבלעם מיט זיינע זאכן, וואלט עס נישט געשריבן אויף אזא מהלך, חוץ מזה וואלט ער עס נישט געלייגט אויף אייוועלט אדער אידטיש, דער איד איז א מענטש , אז דו האסט א פראבלעם מיט וואס ער טוט, קאנטעקט אים.
נ. ב. כ'מיין נישט דיך, איך מיין די וואס האבן געשריבן אויף אייוועלט.
וואס זאל איך טוען, די כח המעצר איז לאו..
יוסי בראך.
די הכשר פון די בלאט קענסטו טוען וואס דו ווילסט, ווילאנג ס'איז נישט קיינעם'ס נאמען פערזענליך.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2524
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8660
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
אה, זעהסט, ס'איז דא ביי וועם נישט.
ס'איז דא אידן וואס האבן נישט קיין נערוון דערצו, ס'איז בכלל נישט קיין כפירה במלכות שמים..
העפענס טו בי, איך האב זייער ליב תורות ביים סדר, אבער כ'קען זייער אסאך וואס האבן נישט.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2524
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 8660
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
עניוועי, פארוואס פארטיידיג איך אים דא?
כ'האב געזאגט מיין דעת תורה (?), און שוין.
כ'האב געזאגט מיין דעת תורה (?), און שוין.
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
איינער שיקט מיר לינקס פון אייוועלט...
מיין זון האט אויסגעהערט די פורים אפטיילונג נעבן מיר...

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
מ'רעדט פון דעם לכאורה
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2935
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9139
Re: בֵּין פָּארָן וּבֵין תֹּפֶל וְלָבָן פאדקעסט - יוסי בראך
איך האב געשריבן א שארפס וואו עס קומט זיך פאר איינער וואס זאגט אזוינע סארט ווערטער במזיד ובדעת צלולה. - אבער אונז זענען דן לכף זכות אז די ווערטער זענען געזאגט געווארן בתורת פליטת פה מיינענדיג אז עס איז א זאפטיגע ווערטל, אבער זיך נישט כאפנדיג די ביטערע טעות פון אזא סארט ווערטל.
דעריבער לאמיר עס צולייגן אביסל אין געציילטע ווערטער, אז די וועלכע פארשטייען נישט עומק הדברים, זאלן אביסל פארשטיין וואס דא גייט פאר, און חלילה עס נישט איבערזאגן אדער חלילה אקצעפטירן און געבן א שאנס פאר ביטערע חרבנות ה"י.
1. חוזק מאכן פון אונזערע זיידעס מיט זייער ערליכקייט איז א סתירה מיט אמונה, אונזער אמונה קומט טאקע ווייל דער זיידע האט מקבל געווען פון זיין זיידע ביזן בארג סיני אין יציאת מצרים אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און אז עס איז דא א תורה. די זיידע אין וועם די געזאגטע ווערטער טוען גרינגשעצן, דער זיידע האט אונז אויסגעלערנט אז די תורה עקזעסטירט און אז אונז זענען אידן.
חוזק מאכן אין די זיידעס, ברענגט לייקענונג אין אונזער גאנצער אידענטיטעט אלס אידן, און אונזער גאנצער תורה.
אויב זענען אונזערע זיידעס א ציל ברעט צו אפשפעטן פון זייער השפעה, אפלאכן פון זייער הדרכה דאן זענען אונז נישט קיין אידן.
קומט אויס אז ווען די ווערטער ווערן געזאגט פון א מזיד און א קלוגער מענטש אויסגערעכנטערהייט, דאן ווערט יענער באטיטלט אלס כופר און משכיל.
אין אונזער פאל טוען מיר דאן זיין לכף זכות אז די ווערטער זענען געזאגט געווארן בשוגג ובאונס זיך נישט כאפנדיג די טיפקייט פון אזא סארט פליטת פה.
2. אויב זאלן אזעלכע סארט ווערטער אריינקומען אין אונזער לעקסיקאן, דער שפראך פון אראפקוקן און גרינגשעצן דעם עלטערן דור מיט זייער ערליכקייט, יראת שמים און תמימות, דאן וואס האבן אונז צו ערווארטן פון אונזערע קינדער??? אין כאן מקומו ופנאי להאריך אבער עכט קומט א לאנגס און א ברייטס איבער יעקב אבינו וואס קוקט ארויף דעם זיידן און איז מקבל פון עלטערן דור אם ראשונים כמלאכים אנו כבני אדם וכו' לעומת עשיו הרשע וואס אלס א דור פאראויס אלס מער אנטוויקלט און פארגעשריטן, אז מען גייט מיט דעם שפראך וואס האבן אונז צו ערווארטן פון אונזערע קינדער? אויב זענען אונזערע עלטערן אין די עידזש אין די מצב פון אריינלייגן אין מוזיעם, דאן וועלן אונזערע קינדער עס טון מיט אונז אסאך פריער... סיי ברוחניות אז אונז ווילן אז אונזערע קינדער זאלן לכה"פ נישט זיין שוואכער ווי אונז, און אפילו בגשמיות ערווארטן אונז רעספעקט און פאלגזאמקייט פון אונזערע קינדער ווי איידער זיי זאלן פון אונז אפשפעטן אלס פאלנע אפגעוועטשע נאראנים, און טון מיט אונז ככל העולה על רוחם הבהמיות.
3. גאנץ פסח דרייעט זיך ארום מסורת אבות, יעדע משפחה האט זיינע מנהגים, זיינע טייטשן וואס גייען שוין אריבער מדור דור צו זאגן ביים סדר די יסודות אין אידישקייט, ווי דער בעל הגדה זאגט זעלבסט אפילו כולנו חכמים כולנו נבונים וכו'
4. כל יום יהיו בעינך כחדשים טאקע מיט א פרישקייט ווי דאס ערשטע מאל! דאס איז א יסוד היסודות אין אידישקייט! אידישקייט איז נישט קיין רוטין!!! בכל יום יצרו של אדם מתגבר עליו און מען דארף פרישקייט יעדן טאג און יעדע מינוט! אוועקמאכן דעם יסוד איז א פראסטע לייקענונג אין דעם יסוד און ליצנות מאכן דערפון האבן שוין די רעפארמער און מהרסים געטון אין אלע דורות, און אונז ווילן נישט גיין אין זייערע פיסטריט חלילה.
5. זיכער זענען דא אמת'דיגע נקודות אין די געזאגטע ווערטער אויכעט, אבער נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן, און אויב איז ממש דא א נחיצות ארויסצוברענגען א האקעלע נקודה ארויסצוברענגען למען תיקון העולם ווערט עס ארויסגעברענגט מיט די גרעסטע מאס סענסיטיוועטי ובדרך כבוד, מיט די גרעסטע פחד אז עס זאל נישט ארויסקומען דאס פארקערטע פון וואס מען וויל ארויסברענגען. נישט באופן ליצנות און דזשאוק.
עס איז נאך דא אסאך מאריך צו זיין דערין. אבער אונז וועלן דערווייל אננעמען אז די געזאגטע ווערטער זענען געזאגט געווארן אן די ריכטיגע התבוננות בעומק הדברים, און ווען דער באטרעפנדער און די וועלכע קוקן עס נישט אן אזוי שלעכט וועלן אריינטראכטן טיפער, וועלן זיי אנערקענען דעם ווארהייט, צורוקציען פון זייערע רייד, און זיין מער זהיר בעתיד בס"ד.
היות די ווערטער זענען געזאגט געווארן ברבים, דעריבער איז קיין פעלער צו רעאגירן ברבים, ווי די באקאנטע מעשה מיטן שיניאווער רב מיטן ישועות יעקב. מיין אישי איז אפן אויב איז דא איינער וואס וויל זיך מתווכח זיין מיט מיינע רייד מיטן ציל צו קומען צום אמת - לאפיקו פאר טראל און לקנטר צו וואס איך בין נישט גרייט דערויף.