שאלות צו די הנהלה

אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2897
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 10822

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך בודקע »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:07 am @נקודות טובות דארף באקומען דעם טיטל "אידטיש דיטעקטיוו"

:lol: :lol: :lol: שיגענער דו...
אדער קען ער אייביג שרייבן מיט זיין מנהל ניק.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.

קרעדיט: פיני גליק
מנחם קארפינקל
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
x 119

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך מנחם קארפינקל »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 12:46 am
מנחם קארפינקל האט געשריבן: זונטאג מערץ 01, 2026 12:17 pm פארוואס איז די קעפל פון די איראנער מלחמה 'מדינת ישראל (מלחמת שאגת ארי) & אמעריקא' נישט פארקערט?
ווייל דעמאלטס וואלסטו געפרעגט פארקערט.
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר... עניוועי שכח מנהלים פארן מסדר זיין
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2304
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7651

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך נקודות טובות »

בודקע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:08 am
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:07 am @נקודות טובות דארף באקומען דעם טיטל "אידטיש דיטעקטיוו"

:lol: :lol: :lol: שיגענער דו...
אדער קען ער אייביג שרייבן מיט זיין מנהל ניק.
just for the record
נקודות איז נישט קיין מנהל, נישט קיין אחראי, און ניטאמאל אויף קיין הנהלה טשעט. בתוך עמי אנכי יושבת אן קיין שום טיטל אדער מיטל.

עטס קענטס מאכן דזשאוקס אויף מיין חשבון. אבער איך וויל נישט אז איינער זאל זיך איינרעדן אז יש דברים בגו. איך בין א פלעינער ניק.
פיגער עס אויס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5010
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 7041

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך שמח »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:10 pm

גא''מ.

ס'האט מיר אביסל געבאדערט ווען די הנהלה האט געניצט מיין ניק אין די עמערזשענסי טעמע ווי כאילו כ'בין פון די הנהלה, אבער שוין, אונז זעמער אין גלות.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1774

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:10 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:08 am
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:07 am @נקודות טובות דארף באקומען דעם טיטל "אידטיש דיטעקטיוו"

:lol: :lol: :lol: שיגענער דו...
אדער קען ער אייביג שרייבן מיט זיין מנהל ניק.
just for the record
נקודות איז נישט קיין מנהל, נישט קיין אחראי, און ניטאמאל אויף קיין הנהלה טשעט. בתוך עמי אנכי יושבת אן קיין שום טיטל אדער מיטל.

עטס קענטס מאכן דזשאוקס אויף מיין חשבון. אבער איך וויל נישט אז איינער זאל זיך איינרעדן אז יש דברים בגו. איך בין א פלעינער ניק.
קענסט מיר געבן עני סיבה איך זאל דיר גלייבן אויפ'ן ווארט?... איך מיין וואס וואלטסטו געשריבן ווען דו וואלטסט יא געווען אין די הנהלה מיט א צווייטע ניק און דו דארפסט עס אויסבאהאלטן?.... (איך גלייב דיר, זארג נישט)
צבי וחמיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 174

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך צבי וחמיד »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:14 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:10 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:08 am

אדער קען ער אייביג שרייבן מיט זיין מנהל ניק.
just for the record
נקודות איז נישט קיין מנהל, נישט קיין אחראי, און ניטאמאל אויף קיין הנהלה טשעט. בתוך עמי אנכי יושבת אן קיין שום טיטל אדער מיטל.

עטס קענטס מאכן דזשאוקס אויף מיין חשבון. אבער איך וויל נישט אז איינער זאל זיך איינרעדן אז יש דברים בגו. איך בין א פלעינער ניק.
קענסט מיר געבן עני סיבה איך זאל דיר גלייבן אויפ'ן ווארט?... איך מיין וואס וואלטסטו געשריבן ווען דו וואלטסט יא געווען אין די הנהלה מיט א צווייטע ניק און דו דארפסט עס אויסבאהאלטן?.... (איך גלייב דיר, זארג נישט)
קוקט אויס אז ער זארגט יא....
ווער נישט צובראכן פון א צובראכענע מענטש!
הכל ריוח
חבר המערכת
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:31 pm
Location: ביים טיש
x 601

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך הכל ריוח »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:10 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:08 am
ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:07 am @נקודות טובות דארף באקומען דעם טיטל "אידטיש דיטעקטיוו"

:lol: :lol: :lol: שיגענער דו...
אדער קען ער אייביג שרייבן מיט זיין מנהל ניק.
just for the record
נקודות איז נישט קיין מנהל, נישט קיין אחראי, און ניטאמאל אויף קיין הנהלה טשעט. בתוך עמי אנכי יושבת אן קיין שום טיטל אדער מיטל.

עטס קענטס מאכן דזשאוקס אויף מיין חשבון. אבער איך וויל נישט אז איינער זאל זיך איינרעדן אז יש דברים בגו. איך בין א פלעינער ניק.
איך בין אויף אלעס מסכים, אויסער אויף די לעצטע 5 ווערטער.
הכל ריוח
חבר המערכת
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:31 pm
Location: ביים טיש
x 601

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך הכל ריוח »

שמח האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:13 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:10 pm
בודקע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 2:08 am

אדער קען ער אייביג שרייבן מיט זיין מנהל ניק.
just for the record
נקודות איז נישט קיין מנהל, נישט קיין אחראי, און ניטאמאל אויף קיין הנהלה טשעט. בתוך עמי אנכי יושבת אן קיין שום טיטל אדער מיטל.

עטס קענטס מאכן דזשאוקס אויף מיין חשבון. אבער איך וויל נישט אז איינער זאל זיך איינרעדן אז יש דברים בגו. איך בין א פלעינער ניק.
גא''מ.

ס'האט מיר אביסל געבאדערט ווען די הנהלה האט געניצט מיין ניק אין די עמערזשענסי טעמע ווי כאילו כ'בין פון די הנהלה, אבער שוין, אונז זעמער אין גלות.
ביטע זיי מיר מוחל, כ'האב באמת געהאפט אז ס'וועט קיינעם נישט ווייטוהן.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2720
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6524

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך הדסים »

שמח האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:13 pm גא''מ.

מיר איז גראדע איינער געקומען אין אישי פארהאלטן היתכן כ'האב צוגעלאזט מ'זאל אויסשפארן @עסקן נמרץ.

כ'האב מיך איינגעבעטן ביי אים אז כ'בין נישט פון דער הנהלה און ס'האט נישט קיין שיייכות מיט מיר. עווענטועל האט ער מיר געגלייבט.

אבער אז ס'איז שוין יא אזוי, דרוק איך אויס מיין אנטריסטונג אז אזא נארמאלער פארשטענדליכער אינגערמאן איז געווארן געווארפן, די וואס קענען אים ווייסן אז ער איז אן עסקן למען לב טהור מיט מסי"נ, ער איז א זעלטענער מיט'ן זיך דורכקומען מיט עסקנים פון אלע זייטן פונ'ם ספעקטרום (און ער האט אפילו ביים לעצטן סקאנדאל פרובירט צו פארענטפערן אז ס'איז געווען א פליטת הקולמוס), ער איז געווען אקטיוו אין נאך טעמעס אויסער לב טהור, און ער האט זיך אלעמאל באצויגן צו אנדערע מיט רעספעקט.

איך ווייס נישט וואס עס האט דער הנהלה באוואויגן אים צו פארווארפן, אבער יענע סיבה מוז האבן געווען גאר אן ערנסטע, אנדערש מאכט עס נישט קיין טראפ סענס.

כנלע"ד.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 898
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 2026

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 04, 2026 5:48 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:13 pm גא''מ.

ס'האט מיר אביסל געבאדערט ווען די הנהלה האט געניצט מיין ניק אין די עמערזשענסי טעמע ווי כאילו כ'בין פון די הנהלה, אבער שוין, אונז זעמער אין גלות.
מיר איז גראדע איינער געקומען אין אישי פארהאלטן היתכן כ'האב צוגעלאזט מ'זאל אויסשפארן @עסקן נמרץ.

כ'האב מיך איינגעבעטן ביי אים אז כ'בין נישט פון דער הנהלה און ס'האט נישט קיין שיייכות מיט מיר. עווענטועל האט ער מיר געגלייבט.

אבער אז ס'איז שוין יא אזוי, דרוק איך אויס מיין אנטריסטונג אז אזא נארמאלער פארשטענדליכער אינגערמאן איז געווארן געווארפן, די וואס קענען אים ווייסן אז ער איז אן עסקן למען לב טהור מיט מסי"נ, ער איז א זעלטענער מיט'ן זיך דורכקומען מיט עסקנים פון אלע זייטן פונ'ם ספעקטרום (און ער האט אפילו ביים לעצטן סקאנדאל פרובירט צו פארענטפערן אז ס'איז געווען א פליטת הקולמוס), ער איז געווען אקטיוו אין נאך טעמעס אויסער לב טהור, און ער האט זיך אלעמאל באצויגן צו אנדערע מיט רעספעקט.

איך ווייס נישט וואס עס האט דער הנהלה באוואויגן אים צו פארווארפן, אבער יענע סיבה מוז האבן געווען גאר אן ערנסטע, אנדערש מאכט עס נישט קיין טראפ סענס.

כנלע"ד.
ס'איז געווען א לענגערע שמועס אין די אידטיש עסקנים צימערן. זיין מכה בפטיש איז געווען זיין סיגנעטשור וואו ער האט אראפגעריסן אידטיש פאר'ן פארשפארן (צו שפעט טאקע) אלע קינדישע איבערקערער. עס איז יעדנס מיינונג אז איינער וואס האט נישט ליב א פלאץ איז גוט אז ער איז נישט דארט. מיר זענען נישט ברוגז אז ער האלט וואס ער האלט, עס איז א פרי קאנטרי, אבער אויב ער האלט אזוי מוז ער דאך נישט זיין דא און זיך אויפפירן ווי עס פאסט נישט פאר אים.

נאר וואס. עס איז מסתמא געווען אן עידן ריתחא, און יעדער וואס האט אזאנס קען אליינס בעטן מען זאל אים צוריק עפנען.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2720
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6524

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך הדסים »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך מערץ 04, 2026 5:55 pm
ס'איז געווען א לענגערע שמועס אין די אידטיש עסקנים צימערן. זיין מכה בפטיש איז געווען זיין סיגנעטשור וואו ער האט אראפגעריסן אידטיש פאר'ן פארשפארן אלע קינדישע איבערקערער. עס איז יעדנס מיינונג אז איינער וואס האט נישט ליב א פלאץ איז גוט אז ער איז נישט דארט. מיר זענען נישט ברוגז אז ער האלט וואס ער האלט, עס איז א פרי קאנטרי, אבער אויב ער האלט אזוי מוז ער דאך נישט זיין דא און זיך אויפפירן ווי עס פאסט נישט פאר אים.

נאר וואס. עס איז מסתמא געווען אן עידן ריתחא, און יעדער וואס האט אזאנס קען אליינס בעטן מען זאל אים צוריק עפנען.
ווייס איך נישט פארוואס דאס איז געווען א מכה בפטיש ווען ער איז עפי"ר געווען הונדערט מאל מער צוגעשטעלט ווי אנדערע, אויב עפעס איז עס געווען אן איינמאליגע ערשיינונג פאר וועלכן מ'שיקט א ווארנונג.

אבער אין אמת'ן גערעדט, ווען איינער קריטיקירט א באשלוס פון דער הנהלה מיינט עס אז ער האט נישט ליב דעם פלאץ? דעתי העני' איז פארקערט, דעם וועמען עס גייט אן פון א פלאץ; דער לאזט זיך הערן מיט קריטיק ווען נויטיג לדעתו. עס איז געווען צו שארף? כ'מיין אז דערפאר ווארפט מען נאך נישט.

טענקס פאר רעספאנדינג.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5010
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 7041

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך שמח »

הכל ריוח האט געשריבן: מיטוואך מערץ 04, 2026 5:30 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:13 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 02, 2026 3:10 pm

just for the record
נקודות איז נישט קיין מנהל, נישט קיין אחראי, און ניטאמאל אויף קיין הנהלה טשעט. בתוך עמי אנכי יושבת אן קיין שום טיטל אדער מיטל.

עטס קענטס מאכן דזשאוקס אויף מיין חשבון. אבער איך וויל נישט אז איינער זאל זיך איינרעדן אז יש דברים בגו. איך בין א פלעינער ניק.
גא''מ.

ס'האט מיר אביסל געבאדערט ווען די הנהלה האט געניצט מיין ניק אין די עמערזשענסי טעמע ווי כאילו כ'בין פון די הנהלה, אבער שוין, אונז זעמער אין גלות.
ביטע זיי מיר מוחל, כ'האב באמת געהאפט אז ס'וועט קיינעם נישט ווייטוהן.
מחול לך.
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 306

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך שטאטסמאן »

ווי לאנג גייט די סאטמאר מהריי אשכול זיין פארשפארט?
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
גמח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:23 am
x 274

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך גמח »

איז דא א וועג ארויס צי טראסקענען בחורים פון דא??????????????????????
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 236

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך אמת ואמונה »

גמח האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 5:41 pm איז דא א וועג ארויס צי טראסקענען בחורים פון דא??????????????????????
#סקאטערס....
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3568
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11655

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך פופציגער »

גמח האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 5:41 pm איז דא א וועג ארויס צי טראסקענען בחורים פון דא??????????????????????
איך ווייס נישט וועמען דו מיינסט און צו וואס דו באציסט זיך, אבער איך גיי דיר דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט.

א געוויסע נייע ניק, נישט דא אויף אידטיש, נאך אין מיין אייוועלט גלגול, האט מיר געפערליך געשיילט די נערוון. די וועג וויאזוי ער האט געשריבן, די הייפער-אקטיוו צוגאנג צו יעדע שמועס, די היציגקייט, די גרויסע ווערטער מיט קאלירן, וכו' וכו'.

כדרכי, האב איך זיך נישט איינגעהאלטן פון אים עס זאגן, נישט איין מאל, און נישט דוקא אויף די רואיגסטע וועג.

מאכט זיך א צייט שפעטער רעד איך מיט מיינס א באקאנטער, א קלוגער אינגערמאן, א מוצלח, א געשמאקער, איינער וואס איך שפיר גוט צו זיין גוט מיט אים, און, הער א חידוש... ער דערציילט מיר אז ער האט א ניק אויף אייוועלט, און ער הייסט - - - יאפ! יענער נערווירנדער ניק!

בּאַבּלאָשטערהייט האב איך אים געזאגט מיין ניק, און אים איבערגעבעטן אויף די שארפע אטאקעס... און איינוועגס גענומען א לעקציע אז נישט יעדער ווייסט וויאזוי מ'שרייבט, און נישט יעדער, ספעציעל א מתחיל, קומט גוט דורך שריפטליך.

אמאל דארף מען פשוט האבן סבלנות, אויפמערקן יענעם שיינערהייט, און ווארטן יענער זאל זיך צולערנען.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
מלך בייוואז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2026 8:17 pm
Location: אויפן טעלעפאון הערענדיג קול מבשר
x 107

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך מלך בייוואז »

וואס איז די חיליק צווישן חבר המרעכת און מנהל המערכת?
ניין מיין איטערשריפט איז נישט עפעס ספעציעל
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 380
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 907

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך ChatGPT »

גמח האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 5:41 pm איז דא א וועג ארויס צי טראסקענען בחורים פון דא??????????????????????
די געשריי איז ווי מנהל אין ישיבה וואס האט נארוואס איינגעזעהן אז אפילו ארויסווארפן קען ער שוין אויך נישט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4124
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7186

Re: שאלות צו די הנהלה

פאוסט דורך וואוילער »

מלך בייוואז האט געשריבן: זונטאג מאי 03, 2026 7:26 pm וואס איז די חיליק צווישן חבר המרעכת און מנהל המערכת?
די חילוק צווישן א מנהל און א משגיח
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
שרייב פאוסט