פורים 8:05 - מיין שגאָכע פראָטעס מאַסע!!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
זבולון שטיינקלאץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 409

פורים 8:05 - מיין שגאָכע פראָטעס מאַסע!!

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

צייט: פורים 8:05 'פארטאגס'…

משולם נחום יאגט זיך מיט גיכע טריט אין ריכטונג פון שול. זיין רעכטע פיאה הענגט אויף ארויף מיט קענטליכע אפדרוקען פון זיין קושן, בשעת זיין לינקע פיאה שטייט ארויסגעשטעקט זייטיג ווי די סטאפ סיין פון א סקול באס. זיין שלימזל'דיגע וועקער זייגער האט פונקט היינט אריינגערופן "סיק", און זיך אנטזאגט פון טון די איינע פליכט זיינעם, און אים אויפוועקן אין צייט ער זאל נאך קענען גיין נאך געלט ביי די פריע מנינים.

ער לויפט שנעלערהייט אויף די דערווייל-שטילע גאסן, מיט זיינע פינגערס העפטיג פארנומען צוצומאכן די קנעפלעך פון זיין העמד, איבערהיפנדיג צוויי פון יעדע דריי. "כ'גיי דאך סיי ווי עס עפענען אין געציילטע מינוטן" - מאכט ער זיך דעם איינס פלאס איינס חשבון. זיין תפילין בייטל וויגט זיך צווישן זיינע ציין, און זיין מאנטל שאקלט זיך ווילד מיטן ווינט. איין האנט אויפן קנעפל, די צווייטע האנט פרובירט צו האלטן די שאל אין די ראמען, און מיט זיין דריטע האנט כאפט ער אן זיין היט וואס פליעט אט אט אוועק מיטן בייזן ווינט…

אופס… ער האט טאקע נישט קיין דריי הענט, און זיין היטל פארגייט זיך אין א פריצייטיגן ריקוד אויפן גאָדער צווישן די קארס, טראקס און 'פארטי-באסעס' פון וועלכע עס שטארצן ארויס די קעפלעך פון האלב ניכטערע בחורי 'חמד'...

ער קומט שוין אן אין סמעדרעש, און ווארפט ארויף זיין תפילין זעקל אויפן איבערגעפילטן פּאַקער-וועגעלע, וואו עס לאנדעט שיפערהייט אויף געלע פסול'ע טליתים קטנים, שווערע בערג פון גליונות, קרבנות זאגערס, תפילות השל"ה, תיקן הכללי'ס, א פאק תורה אפטיילונגען פון די קהילה'ס צייטונג וואס איינער האט 'בטעות פארגעסן'...

ער דרייט זיך אריין אין מקוה, מיט א פאכמאנישע מאנעוורע ווישט ער אפ ס'פלאץ זיינעם, ווארפט אראפ זיינע קליידער און גלעזער אויפן באנק און לויפט צו די שאוערס…

משולם נחום, ווי זיין סדר גיט א ווארף זיין האנטוך אויפן געיט פון די הייסע בור…

***

צייט: פורים 8:05 'צופרי'…

ר' עביר אהרן צוהיסט זיך אין ארבל אריין. זיין קאפ שווינדלט, זיין מח האט זיך נאכנישט צוגעוואוינט צום זומער זייגער און יעדן טאג ווען ער וועקט זיך אויף זעט ער שטערנס, במלוא מובן המילה.

זיין קאפ האמערט ווי א הענד-טראק אראפגייענדיג א שטאק טרעפן… זיין האלז איז צוקראצט ווי זיין ברוינע סיענע פון טו טאוזענט עלעווען… זיין נאז רינט אים ווי פון די דאך העכער די וואנע. "וואס עפעס געשעט דעס יעדעס יאר פונקט אום פורים? - טראכט ער מיט בייז וואונדער. "בין איך טאקע אלערגיש צו פורים?" שנירט ער אומעטיג זיינע מחשבות...

ער פרובירט זיך צו דערמאנען אויף וויפיל אזייגער ער האט אנגעשטעלט מעוררי שחר זאל אים אנרופן פרעגן וויפיל איינס מיט דריי איז. ער איז נאך נישט אינגאנצן אויפגעוועקט, אבער די גערוך פון די קאווע וואס די ב"ב האט אים אזוי געטריי אנגעראכטן האט אנגעהויבן קיצלען אין נאניע. מיט פארקלעבטע אויגן שלייכט ער זיך ארויס פון בעט, שטעקט אריין די פיס און די פוכענע פאפושן, נישט איידער זיי פארזיכן אביסל פון די אויסגעגאסענע נעגל וואסער, און שלעפט אריין זיין מידע קערפער אין קיך.

"וואס פונקטליך דארף איך צו טון מיט א גאפל ווען איך טרינק א קאווע?" - רופט ער אויס אינגאנצן צומישט צו זיין עזר כנגדו. איין גרויסן שלינג, און האלב דערפון איז מער נישט אויף דעם עולם.

א שנעלע בליק אויפן זייגער, א כאפ דעם שטריימל/מגילה/רעזשוואלקע, א קוש אין די בערך'דיגע ריכטונג פון די מזוזה, א פיינעם גליטש אראפ די שטיגן… (- אוטש..!!) און ר' עביר אהרן טרעפט זיך ענדליך אין שול.

זיין פינגער, צובלוטיגט פונעם פאלן, וויל אים היינט נישט עפען די מקוה. נישט קיין חילוק וויפיל מאל ער ווישט און וואשט, אחת למעלה משבעים למטה ( - האסטו באמערקט די כיטרע וויצל וואס ער האט דארטן אריינגעשמוגעלט?) - דער מאשינדל מאכצעך תמ'וואטע און 'דערקענט נישט' דעם פינגערל… עביר אהרנ'ס שוין אזוי אויך אנגעצויגענע נערוון צושפרינגען זיך ביז ווייטאג. די מקוה איד איז נישטא צום געפונען, בלית ברירה וועט ער זיך מיטכאפן מיט זיין גוטע חבר גרונם אייזיק, א זאך וואס איז 'איזיער סעד דען דאן'. די פעשליכע געביין זיינעם מאכט זאכן זייער קאמפליצירט. קוים וואס איינער אליין קוועטשט ער זיך דורך די 'טורנ-סדום-סטייל' טיר, איז אפגערעדט ווען מ'רעדט פון אזא "דיבוק חברים".

אבער אן צופיל אויסוואלן, ציט ער אריין א פילע לונג מיט לופט, כאילו ס'גייט אים העלפן אפפאלן אפאר פונט פון איין מינוט צום צווייטן אזוי שט'מיר שט'דיר, און מ'הייבט זיך אן צו דורכשטיפן דעם טויער.

העהעעע.... האאהאאא….. העכעכעע.... האאהאאא.. זיין אטעם האט זיך געהערט כאילו איינער האט אהער געברענגט זיין צובראכענע גראז שניידער צו די סצענע. זיין פנים איז רויט ווי א פרה אדומה, זיינע ברילן ווייברעיטן אויף זיין רינדעכיג נעזל, די קנעפלעך פון זיין שמייכל'דיגע רעקל הייבן אן גוסס'ן… פון אינטער זיין קאפל הייבט אן גיין א ווייסע רויך, און זיינע מינע אויפן פנים איז ווי איינער וואס האט פרובירט אריינצובייסן אין א רויען אתרוג…

מיט גרויס מיה איז אים געלונגען אנצוקומען צו האלב וועג, ווען די דרייעדיגע טיר האט באשלאסן עד כאן, איך האב מער נישט קיין כח. ס'איז נישט מיין דשאב צו זיין א מיקסער פאר מענטשן פלייש. ער וואלט ווען נאך היינט דארט געשטאנען ווען נישט אפאר גוטהארציגע כעוורע האבן געהאלפן שטיפן פון הונטן ביז ער האט זיך ענדליך געטראפן אין מקוה. ער זעצט אוועק זיין אויסגעקלאפטע פעקל מארך ביינער אויפן זיין מקום מנוחה און באפרייט זיי פון די קליידער, און גייט צו די שויערס…

ר' עביר אהרן, ווי יעדן טאג גיט א ווארף זיין האנטוך אויפן געיט פון די הייסע בור…

***

צייט: פורים 8:05 'נאכמיטאג'...

פיייטל ברוך דרייט אריין שטייפער זיין ווייסן קנאבל בארד (וועלכע דען קאליר איז קנאבל?), און פארריכט זיך דעם סוועדער אויף די פלייצעס. זיין שמחה האט זיך שוין בעצם אנגעהויבן שבת מברכים, די ערשטע שבת וואס מ'זונגט שושנת יעקב ביי שאלעשידעס, ווען מ'קען שוין שרייען אויף די קינדער וואס קלאפן ביי ארור המן צי הויעך אדער צי שטיל. פייטל ברוך אדער ווי מ'רופט אים אינטערן ריקן - אין מיט רעכט - פייטי, האט גאר שטארק הנאה צו זיין אויפגערעגט. ספעציעל אין פרייליכע צייטן, טרעפט ער אייביג זאכן זאלן אים גוט אויפרעגן. ווען ער קען זיך בייזערן אויף סיי וואס ס'זאל נאר זיין, הייבן זיך זיינע אנדרענעלין שטאפלען, צוזאמען מיט זיינע בלוט-דרוק שטאפלען. די אפגעקראכענע האר פון זיין קוטשמע באקומען פלוצלינג צוריק זייער חיות, און די לאנגע אויגן ברעמען בליצן מיט אינגקייט.

פורים איז ער שוין אויף פון פירע, ער דארף זיכער מאכן אז עס הערשט ארדענונג אין שול און מ'קומט חלילה נישט צו צו קיין האלעלעס. לכבוד פורים זענען זיינע פיאות היינט געבליבן אראפגעהאנגען, ער קוקט אויס ווי זושא'לע פון קינדליין עליהם השלום. ער האט אפילו א טייטע וועסטל פיר סייזעס קלענער פון אים…

שוין געטרינקען זיין טעגליכע דאזע טיי, זיך שוין ארומגעאמפערט ביים תיקון טישל איבער המן טאשן, און ער איז שוין גרייט צו גיין אין מקוה. ער שפאצירט צו זיין מקום קבוע, מיט א ברום פארטרייבט ער דעם אומשולדיגן בחור'ל וואס האט געהאט די העזה זיך צו באקוועם מאכן אויף זיין פלאץ. ער טוט זיך אויס זיינע לעדערנע הויזנטראגער, און נאך אפאר מינוט מאכט ער זיין וועג צו די שאוערס…

פיייטל ברוך, ווי זיין מנהג, גיט א ווארף זיין האנטוך אויפן געיט פון די הייסע בור…

***

צייט: פורים 8:05 עי. עם.

איר קענט שרול ליפא? א פיין שמעקער כמו שכתוב…

ער ציפט זיך זיין בארד מיט א נעגל שניידער, זיינע קאפ-לאזע הויזן איז אייביג שטייף געביגלט, זיינע פיאות זענען א לעבעדיגע אדווערטייזמענט פון דיפיטי דא, ער דרייווט א שעווי נעוויגעטאר, די פערפיום גערוך וואס שלענגלט זיך נאך נאך אים קען אויפוועקן די טויטע. בקיצור א בעסערע גאטשע (בעסער פון וועם?...).

איך טרעף מיר מיט אים כסדר אין סמעדרעש, ער ווארפט מיך אייביג אזעלכע בליקן אז מ'קען מיינען כ'האב נאך אן מיין שלאף קאפל. ער דרייט זיך ארום מיט זיין העלא קיטי טלית בייטל, רוקט זיך אייביג אן ביי ישתבח, שרייט אלס אריין אין זיין פאון וואויס נאטס, ער וואטסעפט זיך מיט אלע עסקנים און שוויצערס און סתם רייסערס.

ער קומט אריין אין ביהמ"ד מיט א געצווינגענע שמייכל אויף זיין פנים. גיי ווייס פארוואס, קען זיין ווייל היינט גייט ער שפילן עושר און טיילן פינעווער או. דשעי. סי.'ס… "שטעל דיר אין די רייע ווי א נארמאלע מענטש" - זעט ער זיך אין זיין געבענטשטע פאנטאזיע, שרייען אויף יעדער וואס קומט אריין אין שטיבל צו זען ווי מ'האלט. קען זיין ווייל היינט גייט ער זיך נישט דארפן מאכן אזוי געשמאק א גאנצן ליבן טאג, ער וועט קענען עסן די באבע'ס האלעפטשע אן זיך דארפן זארגן אז זיין טרי די בעקיטשע וועט שמוציג ווערן. "ס'עניוועי פורים" - וועט ער זיך פארענטפערן פאר ווער ס'וויל נאר הערן (און אויך פאר ווער ס'וויל נישט…).

ער לייגט אראפ זיין גאָאטשי מגילה האלטער און זיין קאסטום פינק און געלע טלית בעג אויף א פראמינענטע פלאץ אין שטיבל אז יעדער זאל קענען הנאה האבן און באווינדערן זיין גוטע טעיסט. ליפי גייט צו זיין לאקער און נעמט ארויס זיין שווערע מקוה געצייג. ער פארמאגט פיר סארט שאמפו, צוויי פאר זיין פיאות און צוויי עקסטערע פאר זיין בארד וואס ער האט נישט. זיין געהעריגע דעאדערענט און זיין שבת'דיגע, א גרויסע בראש און צוויי קליינע, א פעקל פון די פיצי ראבער בענדס פאר די ביסל האר ווואס ער האט שוין יא אינטערן גינביין.

ער גייט אריין אין מקוה און כאפט בשתיקה צוויי האנטוכער, ער פיצט אפ זיין געווענליכע 'פארקינג ספאַט' וואו ער גייט פארברענגען די נעקסטע דריי פערטל שעה.

ליפי יאגנדיג זיך צו כאפן די גוטע שאוער, גיט א ווארף זיין האנטוך אויפן געיט פון די הייסע בור…

***

צייט: פורים פינעף נאך אכט אינדערפרי

זבולון שטיינקלאץ, - אדער ווי געוויסע רופן אים אינטערן רוקן "זבולי" (הא, מיינסט איך ווייס נישט?) האט נישט געהאט עפעס ספעציעל יענע טאג. אלעס איז אים סאָו פאַר געגאנגען געשמירט ווי פינאט באדער. די קאווע איז געלונגען, נישט צי שטארק נישט צי שוואך, נישט צי הייס נישט צי קאלט. די וועטער האט געשמייכלט צו אים. ער האט אלעס גענומען איזי, ער האט היפש א פארנומענע סדר היום אבער אן קיין לחץ. דבר בעתו מה טוב איז איינע פון זיינע סלאגאנען וואס ער ניצט גאנץ אפט.

אנדערש ווי ענק מיינען קוקט ער בכלל נישט אויס ווי א 'זבולון'. ער איז נישט זעקס אהאלב פיס הויעך, מיט רויטע סלינקי פיאות, און ניין! ער גייט נישט קיין מתיבתא גלעזער… ער איז א דארע אינגערמאן א טראפ צו די נידעריגע זייט, קוקט אויס פינעף יאר אינגער ווי ער איז באמת, ברוינע געקרייזלטע פיאות, אלעס איז עוורידש. אז וועסט פרעגן טשעטGPT וואס מיינט עוורידש וועט ארויפקומען א בילד פון מיר…

הכלל, איך בין געווען אין הייסן בור און זיך מטהר געווען מיט א טבילה פארן דאווענען און מגילה ליינען, (א שמועס איבער מקוה כוונות וועט אפשר נאכקומען אנאנדערס מאל.) ווען מיטאמאל האט פאסירט א טראגישן 'מיד-עיר קאלישען' צווישן ציווילע און מיליטערישע האנטוכער וואס זענען געקומען צו פליען פון פארשידענע ריכטונגען… און פונקט ווי אין וואשינגטאן הבירה האבן אלע ברוכווארג אריינגעפאלן אינעם פאטאמיק ריווער, נעמליך די הייסע בור, אין די זעלבע צייט וואס איך האב אקוראשט ארויפגעקומען פון אינטערן פארעדיג'ן וואסער, און נישט וויסנדיג וואס עס האט מיר באפאלן האב איך מיר דערזען 'טבל וחפוי ראש'...

איך האב פרובירט צו כאפן מיין אטעם אינטער די וואג פון די נאסע האנטוכער וואס באדרויען צו איינזינקן איבער מיין קאפ. ס'האט אבער געפיל ווי איך אטעם אריין ווואסער אנשטאט ליפט און ווי ס'ווייסט יעדער, איז וואסער נישט געמאכט צו אטעמען...

אן צופיל ברירות הייב איך אן צו פלאטשקען ווילדע כוואליעס וואס ברויזן און רוישן ווי אין א צונאמישע פארפלייצונג אזש דער מקוה איד איז געקומען צולויפן, זען ווער ס'גיסט אים אויס די מקוה… מיינע הענט שטיפען הילפלאז אויף ארויף, און מיין קאפ צאפעלט זיך צו אלע זייטן ווי א קינד אין א קענדי סטאר, קוים מיט ניסים האב איך זיך געקענט באפרייען פון די גאנצע סאמ-האנטוכע און ארויסקומען בשלום פון בור…

און זייט דעמאלטס,יעדעס יאר י"ד אדר פיר איך מיר צו מאכן א יו"ט צו דאנקען השם פאר די נס פורים וואס ער האט מיט מיר געמאכט.

האטס אלע א פרייליכן פורים און א גרינגן טאָנעס!!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3488
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4164

Re: פורים 8:05 - מיין שגאָכע פראָטעס מאַסע!!

פאוסט דורך אנדערער »

וואף! דא ליגט טאלאנט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט