יאנעווע אתרוגים (אפילו מיט אן השגחה) איז מעגליך מורכב?

נחבי הימעלסיידער
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:21 pm
x 51

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך נחבי הימעלסיידער »

דעיס מיינט מסורה. ספרדישע און אשכנזשע מסורת קענען זיין גאר שארף צוטיילט צומאל אז עס זעהט אויס ווי דער אנדערע צד איז ממש עובר/נישט יוצא וכו׳

אונז העמער ווייטער עסן דינע הארטע מצות און די תימנה זאלן עסן פיטא סטייל מצות.

ספעציעל אז לי יהא אז עס איז טאקע מרכב איז אויך נישט קיין פראבלעים לפי כמה שיטות (כך שמעתי)
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך צייטווייליג »

ענותן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:45 pm
צייטווייליג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:26 pm
ענותן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 12:21 pm

יא! שטארקע חידושים בעיני, (הגם איך האלט אז עס איז אביסל צו איבערגעטריבן) אבער למיחש בעי,
חידושים בעיניך איז איין זאך. כפרעג צו סאיז עפעס וואס די רבנים (דוגמת רב וואזנער) האבן משום איזה סיבה נישט געקענט וויסן ביז צו די דרשה
פרעג דיין דיין צו ער האט געהערט ר' יצחקס מעשיות און צו ער האלט צו מדארף חייש זיין, וואס א נפק"מ וואס איך האלט (וועגן דעם האב איך געשריבן "בעיני")
ווייטער, אינדיווידועלע מעשיות האט נישט קיין שום תוקף נגד א מסורה כללי. ווייטער אויב איז עס כלליות’דיגע פראבלעמען וועלכע דארפן משום איזה סיבה שוואך מאכן די יאנעווער אתרוג מסורה ווילעך וויסן אויב סאיז עפעס א חידוש וואס מיין רב האט נישט געקענט וויסן ביז צו דעם דרשה
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך צייטווייליג »

נחבי הימעלסיידער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 1:15 pm דעיס מיינט מסורה. ספרדישע און אשכנזשע מסורת קענען זיין גאר שארף צוטיילט צומאל אז עס זעהט אויס ווי דער אנדערע צד איז ממש עובר/נישט יוצא וכו׳

אונז העמער ווייטער עסן דינע הארטע מצות און די תימנה זאלן עסן פיטא סטייל מצות.

ספעציעל אז לי יהא אז עס איז טאקע מרכב איז אויך נישט קיין פראבלעים לפי כמה שיטות (כך שמעתי)
אקוראט!

און יעדער האט זיך זיין מסורה פון דערהיים מיט זיין לאקאלער רב. מדארף נישט ווערן צישפרינגען פון יעדע דרשה וואס זאגט אז דו, דיין טאטע, דיין רב טוען נישט ריכטיג. סהאט נישט קיין שום פשט צו כסדר מברר זיין נאכאמאל און נאכאמאל חוץ אויב סווערט נתוסף א חידוש וואס דו, דיין טאטע, דיין רב האבן משום איזה סיבה נישט געקענט וויסן וכו’
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך ענותן »

בייגעלייגט די מאמר וואס ר' חיים הערש מייזעלס ענטפערט אויף די מאמר געדרוקט יעצט אינעם קובץ עץ חיים,
דרוקט דא אדער דא פאר א גוגל דרייוו
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1637
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3990

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך נקודות טובות »

איז דאס דער ערשטער שערורייה וואס דער רב דרייעט אן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5317
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9870

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וויבאלד ס'איז מיר נוגע, איך האלט נאך פאר'ן קויפן... האב איך פריער גערעדט מיט א כשרות משגיח, און געהערט דעם צווייטן צד.

דער משגיח זאגט מיר אז ס'איז א שטורעם אין א גלעזל וואסער כדרכו של כל השטורעמעס. ס'בכלל נישט קיין סוד אז "תולדת מורכב" איז נישט מעגליך מברר צו זיין לאמיתו און מען פארלאזט זיך אויף רוב פוסקים וואס האלטן אז תולדות איז נישט קיין פראבלעם. ווידער לגבי מורכב אליינס, כאטש ער איז נישט קיין גרויסער חסיד פונעם הכשר... זאגט ער מיר אז דער סיסטעם אויף די אתרוגים ביימער זענען זייער שטארק און ס'איז זייער גוט נאכגעקוקט און נבsק אז די ביימער זענען נישט מורכב.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 403
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך תינוק הבורח »

נקודת טובות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:04 pm איז דאס דער ערשטער שערורייה וואס דער רב דרייעט אן?
ניין.
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 134

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:09 pm ווידער לגבי מורכב אליינס, כאטש ער איז נישט קיין גרויסער חסיד פונעם הכשר...
פארוואס איז ער נישט קיין חסיד פון דעם הכשר?
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 382

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך טיר »

נישט געהערט די שיעור אבער איך וויל פארשטיין פארוואס איז די מאראקא בעסער די ערשטע יארן ווען מ'האט גענומען מארקא איז געווען די מעלה אז ס'איז ווילדע פעלדער אין מסתם האט מען קיינמאל נישט צוגערירט בנוסף איז געווען עפעס אויך א ספרידשע מוסרה דער אויף אבער היינט האט מען איינגעפלאנצט פעלדער אזוי האט מיר איינע פון די גרויסע סחורים געזאגט סוי פארוואס איז עס בעסער?
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך ענותן »

איז דא איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שיעור?
ביטע ארויפקומען מיט אן תמצות וואס איז יעצט פריש?, און וואס זענען די חששות און קורצן?.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
לעדי באג
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:20 am
x 8

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך לעדי באג »

ענותן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:17 pm איז דא איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שיעור?
ביטע ארויפקומען מיט אן תמצות וואס איז יעצט פריש?, און וואס זענען די חששות און קורצן?.
בערך וואס איך האב פארשטאנען פון די דרשה

תשע"ח איז מען געוואר געווארן אז עס איז דא א געזעץ אז די נערסעריס וואס האדעווען די אתרוג צווייגן מוזן מאכן מורכב וויבאלד אן אתרוג בוים אליין האלט זיך נישט גוט אין יענע קלימאט
(א נערסערי איז א פלאץ ווי וואס האדעווען ביימער, א אתרוג בוים ווערט חרוב א יעדע 14 יאר בערך אין מען דארף איינפלאנצן א נייע בוים, אבער מען פלאנצט נישט אונגאנצן פון פריש ווייל דאס קען נעמען יארן ביז עס געט ארויס גוטע פירות דעריבער איז דא א נערסרי וואס האדאוועט די צוויגן אז מען מען דארף א פרישע בוים נעמט מען פון דארט א פערטיגע צווייג)

אויב האב איך גוט פארשטאנען האט מען אויסגעפונען פון די געזעץ הערשט 10 יאר נאכדעם וואס עס אריין אין קראפט, קומט אויס אז לכורא אסאך ביימער זענען שוין געווען מורכב

אויב קומט א בוים פונעם נערסרי איז עס לכורא א וודאי מורכב
אפילו אויב קומט עס נישט פונעם נערסרי איז עס נאך אלס א ספק תולדות מורכב (וויבאלד מען האט אויסגעפונען 10 יאר שפעטער)

די בעלי מכשירים ניצן די נאמנות פונעם גוי צו זאגן אז די ביימער קומען נישט פונעם נערסרי (נאך אלס א ספק תולדות מורכב)

געוויסע משגיחם האבן עדות געזאגט אין פארנט פון א ב"ד אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די גוים

מאראקא האט נישט א סיבה צו מרכב זיין
די לעצטע פאר יאר האט מען נישט געטראפן דארט קיין איין מורכב בוים

איך מיין בערך דאס איז וואס ער זאגט
אויב האב איך געמאכט א טעות אדער פארזעהן עפעס, ביטע פאררעכטן
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך ענותן »

לעדי באג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:44 pm

שכ"ח!!!!!!!!!!
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך לייבל פריש »

תינוק הבורח האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:18 pm
נקודת טובות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:04 pm איז דאס דער ערשטער שערורייה וואס דער רב דרייעט אן?
ניין.
געווען אמאל וואס דער בעל השערורי' האט געוואלט העלפן איינע פון די גדולי הדור און יענער גדול האט נישט געוואלט נעמען די הילף טענדיג אז אפילו אויף אמתע מערכות קען מען גיין נאר מיט אמת פארן אמת (איידל געשריבן מתקנות המקום)
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך צייטווייליג »

לעדי באג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:44 pm
ענותן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:17 pm איז דא איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שיעור?
ביטע ארויפקומען מיט אן תמצות וואס איז יעצט פריש?, און וואס זענען די חששות און קורצן?.
בערך וואס איך האב פארשטאנען פון די דרשה

תשע"ח איז מען געוואר געווארן אז עס איז דא א געזעץ אז די נערסעריס וואס האדעווען די אתרוג צווייגן מוזן מאכן מורכב וויבאלד אן אתרוג בוים אליין האלט זיך נישט גוט אין יענע קלימאט
(א נערסערי איז א פלאץ ווי וואס האדעווען ביימער, א אתרוג בוים ווערט חרוב א יעדע 14 יאר בערך אין מען דארף איינפלאנצן א נייע בוים, אבער מען פלאנצט נישט אונגאנצן פון פריש ווייל דאס קען נעמען יארן ביז עס געט ארויס גוטע פירות דעריבער איז דא א נערסרי וואס האדאוועט די צוויגן אז מען מען דארף א פרישע בוים נעמט מען פון דארט א פערטיגע צווייג)

אויב האב איך גוט פארשטאנען האט מען אויסגעפונען פון די געזעץ הערשט 10 יאר נאכדעם וואס עס אריין אין קראפט, קומט אויס אז לכורא אסאך ביימער זענען שוין געווען מורכב

אויב קומט א בוים פונעם נערסרי איז עס לכורא א וודאי מורכב
אפילו אויב קומט עס נישט פונעם נערסרי איז עס נאך אלס א ספק תולדות מורכב (וויבאלד מען האט אויסגעפונען 10 יאר שפעטער)

די בעלי מכשירים ניצן די נאמנות פונעם גוי צו זאגן אז די ביימער קומען נישט פונעם נערסרי (נאך אלס א ספק תולדות מורכב)

געוויסע משגיחם האבן עדות געזאגט אין פארנט פון א ב"ד אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף די גוים

מאראקא האט נישט א סיבה צו מרכב זיין
די לעצטע פאר יאר האט מען נישט געטראפן דארט קיין איין מורכב בוים

איך מיין בערך דאס איז וואס ער זאגט
אויב האב איך געמאכט א טעות אדער פארזעהן עפעס, ביטע פאררעכטן
פליאה דעת ממני

די היימישע פרדסים זענען דאך אסאאך עלטער ווי 10 יאר בעפאר שנת תשע”ח.. רוב אתרוגים מיט אן השגחה קומען נישט פון קיין גויאישע נורסעריס.
חב”ד קאלאבריה פון ארץ ישראל איז דאך שוין נישט אין איטאליע פאר ווייסעך וויפיל צענדליג יאר.

עפעס שטימט נישט

-----------

אגב דאגב, ליגט מיר אין קאפ אז דער פאלטישענער רב זז”ג איז אויכעט להשמיד קעגן די עופות וואס מיר עסן (אויב בין איך מיך טועה ביטע מיך אויפמערקזאם מאכן) אויכעט אלץ מסורה פראבלעמען, סאו דא דארף מען זעהן צו די כלל היימישע רבנים זענען בכלל שוה בשוה מיט דער פאלטישענער רב זז”ג איבער די באדייט פון מסורה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5317
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9870

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כהאב געהערט פון איינעם וואס האט היינט אינדערפרי געפרעגט הגאון דומ"ץ ק"י שליט"א איבער דעם, און ער האט געענטפערט אז ס'איז הבל הבלים והכל כשר וישר.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך ענותן »

unnamed (1).png
unnamed (1).png (151.8 KiB) געזען געווארן 520 מאל
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך ענותן »

unnamed (2).png
unnamed (2).png (239.92 KiB) געזען געווארן 518 מאל
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
נישט קיין בהלה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:57 pm
Location: new york
x 134

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך נישט קיין בהלה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 4:57 pm כהאב געהערט פון איינעם וואס האט היינט אינדערפרי געפרעגט הגאון דומ"ץ ק"י שליט"א איבער דעם, און ער האט געענטפערט אז ס'איז הבל הבלים והכל כשר וישר.
איך האב אים נישט געפרעגט, אבער זיין זוהן האט מיר געזאגט אז איינער איז געקומען היינט פרעגן דעם דיין צו ער זאל צוריקטראגן זיין אתרוג צום סוחר, האט ער געזאגט אז ער האט דאס נאכנישט דורכגעטוהן.
אלעמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:42 pm
x 22

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך אלעמאל »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 8:19 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 4:57 pm כהאב געהערט פון איינעם וואס האט היינט אינדערפרי געפרעגט הגאון דומ"ץ ק"י שליט"א איבער דעם, און ער האט געענטפערט אז ס'איז הבל הבלים והכל כשר וישר.
איך האב אים נישט געפרעגט, אבער זיין זוהן האט מיר געזאגט אז איינער איז געקומען היינט פרעגן דעם דיין צו ער זאל צוריקטראגן זיין אתרוג צום סוחר, האט ער געזאגט אז ער האט דאס נאכנישט דורכגעטוהן.
עפעס דא איז נישט קלאהר.

פון וועלכע דיין רעדט איהר.

אויב פארשטיי איך גוט, איז דיין סיפור עפעס אז דער זעלבע דיין וואס האט געזאגט אז עס איז הבל הבלים, האט אויך געזאגט אז ער האט עס נישט דורך געטוהן?

אלעס איז מעגליך.
איך קען נישט דעם פאלטישאנער דיין.

קען זיין.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך ענותן »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 4:57 pm כהאב געהערט פון איינעם וואס האט היינט אינדערפרי געפרעגט הגאון דומ"ץ ק"י שליט"א איבער דעם, און ער האט געענטפערט אז ס'איז הבל הבלים והכל כשר וישר.
איך האב עס אויך געהערט פון איינעם א בן בית, אז די דיין האט אים פארציילט די נייעס מיט א גאנצע ביטול
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך ענותן »

גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 724
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2214

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך מירון »

לעדי באג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:44 pm
ענותן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 7:17 pm איז דא איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שיעור?
ביטע ארויפקומען מיט אן תמצות וואס איז יעצט פריש?, און וואס זענען די חששות און קורצן?.
בערך וואס איך האב פארשטאנען פון די דרשה

תשע"ח איז מען געוואר געווארן אז עס איז דא א געזעץ אז די נערסעריס וואס האדעווען די אתרוג צווייגן מוזן מאכן מורכב וויבאלד אן אתרוג בוים אליין האלט זיך נישט גוט אין יענע קלימאט.
(א נערסערי איז א פלאץ ווי וואס האדעווען ביימער, א אתרוג בוים ווערט חרוב א יעדע 14 יאר בערך אין מען דארף איינפלאנצן א נייע בוים, אבער מען פלאנצט נישט אונגאנצן פון פריש ווייל דאס קען נעמען יארן ביז עס געט ארויס גוטע פירות דעריבער איז דא א נערסרי וואס האדאוועט די צוויגן אז מען מען דארף א פרישע בוים נעמט מען פון דארט א פערטיגע צווייג)
ס'לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז א דעמאקראטישע רעגירונג זאל קענען דיקטירן א פריוואטע פירמע.

א דעמאקראטישע רעגירונג'ס אנגעפירטע אגריקאלטשער דיפארמערמענט קען אבער יא דיקטירן א פריוואטע פירמע אויב ס'קען זיין א סכנה פאר די מענטשהייט, אבער ווייל א "בוים אליין האלט זיך נישט גוט אין יענע קלימאט" איז א ביזנעס מעטטער ממילא איז מיר נישט מסתבר א די אגריקאלטשער דיפארמערמענט קען זאגן וואס מ'מעג און וואס מטאר נישט.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1185
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3191

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך מסתמא »

הגאון ר’ מנחם פישער שליט”א דער וויענער דיין פון מאנסי האט מיר געזאגט אז ער פלעגט אמאל נעמען א יאנעווער אתרוג, אבער היות א פיטום האט א דין קדימה במילה נעמט ער היינט צוטאגס א מאראקאנער אתרוג ווייל סאיז זייער שווער צו טרעפן אזא שיינער אתרוג מיט א פיטום ביי די יאנעווער אתרוגים. לדעתו איז א מאראקאנער פונקט אזוי גוט. אז כהאב א הערליכע יאנעווער מיט א פיטום דאן מילא.. זעה איך אויכעט אין די אויבנגעברענגטע קונטרס אז הגאון ר’ יונתן שטייף זצ”ל דער ערשטער וויענער רב פלעגט אויכעט נעמען א מאראקאנער אתרוג.

בקיצור, וואס כלל ישראל טוט איז גוט, אם אינם נביאים הם בני נביאים הם אז מפארקויפט ביידע און אידן קויפן דערפון דאן זענען ביידע גוט..

איך האב געקויפט דאס יאר א יאנעווער אתרוג אן א פיטום, איבערעס יאר אי”ה אין א מזלדיגע שעה האפמיר צו נעמען ווייטער א יאנעווער אתרוג אבער דערביי מקפיד זיין אויף א פיטום בעזהשי”ת ובלי”נ.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך צייטווייליג »

ענותן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 5:45 pm unnamed (2).png
כזעה דא אויף דעם בריוו א שרעקעדיגע זאך...

כמו כן במדינת מאראקא...
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 83

Re: יאנעווע אתרוגים (אפי' מיט אן השגחה): מורכב???

פאוסט דורך בן שמחה »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 5:17 pm הגאון ר’ מנחם פישער שליט”א דער וויענער דיין פון מאנסי האט מיר געזאגט אז ער פלעגט אמאל נעמען א יאנעווער אתרוג, אבער היות א פיטום האט א דין קדימה במילה נעמט ער היינט צוטאגס א מאראקאנער אתרוג ווייל סאיז זייער שווער צו טרעפן אזא שיינער אתרוג מיט א פיטום ביי די יאנעווער אתרוגים. לדעתו איז א מאראקאנער פונקט אזוי גוט. אז כהאב א הערליכע יאנעווער מיט א פיטום דאן מילא.. זעה איך אויכעט אין די אויבנגעברענגטע קונטרס אז הגאון ר’ יונתן שטייף זצ”ל דער ערשטער וויענער רב פלעגט אויכעט נעמען א מאראקאנער אתרוג.

בקיצור, וואס כלל ישראל טוט איז גוט, אם אינם נביאים הם בני נביאים הם אז מפארקויפט ביידע און אידן קויפן דערפון דאן זענען ביידע גוט..

איך האב געקויפט דאס יאר א יאנעווער אתרוג אן א פיטום, איבערעס יאר אי”ה אין א מזלדיגע שעה האפמיר צו נעמען ווייטער א יאנעווער אתרוג אבער דערביי מקפיד זיין אויף א פיטום בעזהשי”ת ובלי”נ.
די יאנעווע וואס וואקסן אין אר”י האבן רוב פיטום’ס און אסאך מאל בכלל שענער
שרייב פאוסט