ווען דו פילסט עס אן וועס עס ברענען בערך 6 שעה.
איך פיל עס אן בערך דרייפערטל.
וויפיל אויל האב איך נישט געמאסטן. איך צינד 8 אזעלכע לעכט, און איך שאץ אז א גאלאן האלט פאר בערך 6 וואכן.
ווען דו פילסט עס אן וועס עס ברענען בערך 6 שעה.
הרב @דער תהלים איד אפשר לייגט איר ארויף דעם לינק פאר די ראבער צו סיכון א טשיינע קלאזעט?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 19, 2025 4:49 pm היינט העמיר רעדן פון א ווייטאגליכע נושא...
דאס איז "פורניטשור".
יאפ, אזוי ווי איר שטעלט זיך אליינס פאר, איז די $20,000 דאלארדיגע פורניטשור וואס ענק האבן מנדב געווען ווען מיין טאטע האט חתונה געמאכט זיין זון, געגאנגען אין גארבעדזש אריין, כנהוג ברוב בתי בני ישראל.
(איך האב גראדע געקאלט ר' יושע קארנבלי און זיין ארגאניזאציע, זיי האבן נישט געהאט צופעליג איינעם על אתר וואס זאל עס וועלן נעמען, למעשה איז עס געגאנגען צום גוי פונעם מאווערס).
פארוואס גייט עס אין גארבעדזש? ווייל די בעדרום פורניטשור איז דאך אפגערעדט אז היינט מאכט מען א קאסטום קלאזעט מיט א שפיגל, און דאס איז שוין אנשטאט אלע אלע פורניטשור, די העדבאורד פאר די בעטן אליינס זענען שוין נישט אינטערסאנט (כ'האב געטון אנשטאט דעם עפעס אנדערש, אפארדעבל, כ'וועל עס נאך אפשר שרייבן), איז דער בעדרום אראפ. דיינונג רום, ווער דארף דעם ריזיגן כלי וואס נעמט אוועק ספעיס? די ספרים לייגט מען דאך אין ספרים שטוב, ס"ה דארף מען א צענטער קיוריא פאר די זילבערווארג.
דאס וויל איך טאקע יא דעבאטירן, אפשר קען עס נוגע זיין ביים חתונה מאכן אויך.
איך האב מיך ארויסגעלאזט זוכן א בלויזע קיוריא. כ'בין אריין אין די לאקאלע אידישע פורניטושר געשעפטן (הנקראים חתונה מאללס...) און יעדע שטיקל האט געקאסט ארום 5 אלפים. כ'האב 'נישט' געהאלטן דערביי... 5 אלפים פאר? א שטיקל גראדע האלץ?
און דאס איז אויסער וואס כ'הנאב נישט געוואלט די טונקעלע קאלירן, כ'האב געזוכט מער ווייס און גאלד, ס'זאל זיך שפירן פאר'ן אויג לייכט, נישט אנגעלייגט.
האב איך געזוכט אויף עמעזאן און נאך, עס איז געווען זייער שווער צו טרעפן. די גויים ווייסן דאך נישט וואס זילבערווארג מיינט בכלל, און די גאנצע אייטעם איז היבש אידישליך. זייערע קיוריא'ס זענען 50 אינטש הויעך עפ"י רוב, און בכלל עפעס אומגעשמאק.
ביז איך האב געטראפן דאס פאר ארום $800 מיט די שיפפינג, ממש די סטייל וואס איך האב געזוכט, כאטש ס'איז אביסל קלענער ווי כ'וואלט עס דעזיינט.
LITFAD
אינעם בילד קומט עס מיט 2 נידריגע שעלפס, אבער מען דארף עס אליינס צאמשטעלן און מען קען רואיג אויסלאזן איין שעלף אזוי אז ס'זאל זיין איין הויכע שעלף.
איך האב נישט וואס צו באהאלטן ב"ה... וועל איך לייגן דא א בילד וויאזוי ס'איז אויסגעקומען:
0.jpg
מיר סערווירט עס זייער גוט, ממש א מחי'.
נאר וואס, עס האט געהאט אפאר אישוס. 1) די גלאז קומט מיט א טונקל ברוין שעיד, זייענדיג געמאכט פאר א אוצר יין. די LED לייטס אינעווייניג זענען נישט מיטגעקומען. איך האב עס אליינס צוגעלייגט, דאס האט עס צוריק אויפגעלעבט און געמאכט די גלאז כמעט דורכזיכטיג, אבער נאך אלס, א קלעיר גלאז וואלט פיל בעסער געווען.
2) די טיפקייט איז בלויז 13.5 אינטש. מיין יעצטיגע לייכטער פיט אריין, אבער רוב היינטיגע זענען ברייטער.
3) עס קומט נישט געסיעלט. ממילא קען די זילבער ווערן שנעלער געיל. דאס האב איך אליינס געסאלווד און געלייגט א געוויסע ראבער עס צו סיעלן. אויב ס'איז איינעם נוגע קען איך שרייבן פונקטליכער.
פארוואס איך בין דא מאריך, איז אזוי ווי אנגעהויבן. איך האלט עס וואלט געווען א מצוה רבה מאוד צו טרעפן א גרינגע פאסיגע לעזונג, פאר אידן וועלכע ווילן נישט אראפ-פלאשן איבריגע 20 אלפים ביים חתונה מאכן, צו קענען איינקויפן "גוט און ביליג" דאס וואס מ'דארף למעשה יא.
ממילא, אדרבה, אויב האט איינער נאך טיפס אדער בעסערע איידיעס פאר קיוריא'ס פאר זילבערווארג, זאל ער עס שעירן מיט'ן ציבור.
ס'איז דא מינים לרחצה, אבער איך שיק דיר וועלכע איך האב גענוצט:
יישר כח פארן מיטיילן דיין געוואלדיגע ערפארונג מיט אויסרישן דיין נייע דירה מיט שיינע שבת לעכט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:26 am לאמיר שוין ענדליך צוקומען צו די נושא פון "שיינע ליכט אויף שבת".
און כ'וועל דא אראפגעבן מיין רעצעפט.► Show Spoiler
ChatGPT האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 5:22 pmיישר כח פארן מיטיילן דיין געוואלדיגע ערפארונג מיט אויסרישן דיין נייע דירה מיט שיינע שבת לעכט.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:26 am לאמיר שוין ענדליך צוקומען צו די נושא פון "שיינע ליכט אויף שבת".
און כ'וועל דא אראפגעבן מיין רעצעפט.► Show Spoiler
אפשר וואלסטו געקענט באשרייבן ווי אזוי דו האסט אויסגערישט דיין פרישטאג אייערשפייז אדער נאכטמאל - פאטעיטאס אין דיין נייע דירה? קלעבט זיך עס צו צום טאפ? ניצטו אויל אדער פוטער? וכו'
כ'מיין ס'קען אויך האבן שייכות מיטן צורישן א נייע דירה....