די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 585

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך בן מלך »

שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:35 am
בתכתקי האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 14, 2026 11:13 pm איז דאס לכבוד חודש אדר?

א בחור מאכט סקרינשאטס פון אובער און די עצה איז צו פילטערן די פאון??

חושים בן דן אלערט, עפעס איז דא פארריקט
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט.

א פאון וואס קען פון די עצם פאון (אן דעם וואס איינער זאל טעקסטן וכדו אדער מ'זאל כאפן א בילד') קען מען זעהן אומאויסגעהאלטענע בילדער קען מען רופן כשר?

ס'איז א יא אדער ניין שאלה.
די תירץ איז א גלאטע יא.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4987
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6946

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך שמח »

בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:40 am

דאן גייט טשעקט איבער ביי אייער ''משפיע'' אייער יראת שמים לעוועל.

הדסים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 1:30 am
בן מלך האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 14, 2026 11:19 pm וויאזוי מעגן בחורים גיין אויפן גאס? זיי קענען חלילה זעהן פרויען.
זייט נישט ברוגז אבער איך פארשטיי נישט דיין ארגומענט, דו האלטסט אז רבנים זאלן נישט אסר'ן א פאון מיט בילדער פון גויטעס ווייל ווען מ'גייט אויפ'ן גאס קען מען אויך זען?
למעשה וויל, וויאזוי איך פארשטיי, העלפן די וואס זוכן בעיסיק טעלעפאונס, דהיינו טעלעפאונס אן די אלע פראבלעמען וואס די ברייטע אינטערנעט, אפילו געפילטערטע ברענגט מיט זיך, און זיי ברענגען א פאונס וואס איז טאקע בעיסיק אבער נישט דאס וואס די וועד פארשטייט אז ס׳מיינט. ביי מיר און ביי נאך טויזנטער אנדערע אידן מיינט בעיסיק, עפעס וואס איז אפגעשיידט פון שמוץ.

קומסטו מיט א מעשה אז די אובער עפפ האט געהאט א בילד, און וועגן דעם טאר איך יעצט האבן א טעלעפאון וואס האט נישט קיין אינטערנעט נאר אובער און אנדערע בעיסוק עפפס? ווייל ס׳קען חלילה ארויפקומען א בילד? אויף די גאס איז יעדע איד אויסגעשטעלט ממש יעדע רגע צו טויזנט מאל מער מכשולות. ווי גייט זיך די זאך אפשטעלן?

אונז זעמיר געהעריג משוגע געווארן.
#דעת בעל הבית (קל)

ברענג מיר ''איין'' דעת תורה וואס זאגט ענליך צו דיינע ווערטער.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 585

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך בן מלך »

שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:42 am
בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:40 am
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:35 am

כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט.

א פאון וואס קען פון די עצם פאון (אן דעם וואס איינער זאל טעקסטן וכדו אדער מ'זאל כאפן א בילד') קען מען זעהן אומאויסגעהאלטענע בילדער קען מען רופן כשר?

ס'איז א יא אדער ניין שאלה.
די תירץ איז א גלאטע יא.
דאן גייט טשעקט איבער ביי אייער ''משפיע'' אייער יראת שמים לעוועל.
דיין יעצטיגע זיצן אויף א קאמפיוטער אדער טעבלעט אדער פאון צו שרייבן אויף אידטיש איז אסאך מער מסוכנדיג פאר הארבערע אומקאטראלירנדע מכשולות ווי די ערגסטע בילד וואס קען צומאל ארויפקומען אויף סיי וועלכע פון די געציילטע עפפס וואס זענען אוועילעבל אויף די כשרע בעיסיק פאונס.

פארקויף דיין יראת שמים קרעפ פאר א צווייטן.

דעת תורה דארף ער גאר.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4987
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6946

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך שמח »

בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:45 am

אפי' זאלסט זיין גערעכט מיט דיין אטאקע, ווען אין טו נישט ריכטיג ווערט יענץ כשר? קענסט שרייען היפאקריט אז איך ניץ נישט כשר'ע זאכן (לויט ווי די שטעלסט זיך פאר, נישט אז דו האסט א ברעקל מברר געווען) אבער דאס מאכט נישט כשר א פאון וואס קען ברענגען מכשולות אז מ'זאל קענען דאס פארקויפן פאר אידן וואס זוכן א ''כשרע'' בעסיק פאון.

מ'קען אן אנדערע מאל אריינגיין צו אויסקלארן אז דיין טענה איז בכלל נישט קיין טענה, אבער דערווייל לאמיר זיך האלטן צום נושא.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 585

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך בן מלך »

שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:52 am

דו טוסט גארנישט אומריכטיג. און ס׳איז גראדע זייער נוגע צום נושא דא.

א טעבלעט מעג מען האבן. אימעיל, טעקסט און קאמפיוטערס מעג מען האבן. אלעס איז כשר וישר פאר ווען און ווער עס דארף עס.

מ׳האט באשאפן עפעס א נייע מין חפצא וואס מ׳האט א נאמען געגעבן בעיסיק פאון, ע״ש די ערשטע פליפ פאון זצ״ל וואס האט נאר געהאט טאלק און טעקסט, און דאס האט געבוירן הלכות ע״ג הלכות מיט חיובים אויף חיובים ווער איז בלייבט א כשרע בן אחר בן אייניקעל פון יענע בעיסיק פאון.

יא סווייפ נישט סווייפ, דעי קאליר יענע קאליר. אזא סייז סקרין און א אזא סייז סקרין. א גאנצע שו״ע אויף הל׳ בעיסיק פאונס געבויעט אויף מענטשנס פריוואטע בויך קרעמפן.

אינטערנעט(ווארלדווייד וועב) האט מען מתיר געווען לצורך פרנסה. עני דעווייס וואס איז נישט אפן צום אינטערנעט איז כשר. פינטל. איינער וואס דארף נישט קיין אינטערנעט טאר לויט די הוראות הרבנים נישט האבן.
בתכתקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 11:21 am
Location: קאנאדע
x 43

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך בתכתקי »

שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:35 am
בתכתקי האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 14, 2026 11:13 pm איז דאס לכבוד חודש אדר?

א בחור מאכט סקרינשאטס פון אובער און די עצה איז צו פילטערן די פאון??

חושים בן דן אלערט, עפעס איז דא פארריקט
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט.

א פאון וואס קען פון די עצם פאון (אן דעם וואס איינער זאל טעקסטן וכדו אדער מ'זאל כאפן א בילד') קען מען זעהן אומאויסגעהאלטענע בילדער קען מען רופן כשר?

ס'איז א יא אדער ניין שאלה.
אויב די תשובה איז ניין דאן דארפן מיר אויפגעבן אויף כשרות און מקוואות און גיין וואוינען אין א הייל עד יעבור זעם(?)

איך האלט גראדע ערנסט אזוי
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4987
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6946

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך שמח »

בתכתקי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 12:33 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 11:35 am
בתכתקי האט געשריבן: מוצש"ק פעברואר 14, 2026 11:13 pm איז דאס לכבוד חודש אדר?

א בחור מאכט סקרינשאטס פון אובער און די עצה איז צו פילטערן די פאון??

חושים בן דן אלערט, עפעס איז דא פארריקט
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט.

א פאון וואס קען פון די עצם פאון (אן דעם וואס איינער זאל טעקסטן וכדו אדער מ'זאל כאפן א בילד') קען מען זעהן אומאויסגעהאלטענע בילדער קען מען רופן כשר?

ס'איז א יא אדער ניין שאלה.
אויב די תשובה איז ניין דאן דארפן מיר אויפגעבן אויף כשרות און מקוואות און גיין וואוינען אין א הייל עד יעבור זעם(?)

איך האלט גראדע ערנסט אזוי
ניין מיין חשובע לץ.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1409
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2113

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך יאנטשי »

הדסים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 5:15 am
מ'מעג זיין אין קאנגרעס ווען א פרוי רעדט? יא. מ'מעג קוקן א דרשה פון א קאנגרעספרוי?

מהיכא תיתי אז הערן אז דרשה דורך א פרוי (אן קיין שום תנועות) איז בעסער ווי זען א פראפיל בילד אנע הסתכלות??
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8717
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21705

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

1) כ'ווייס נישט ווען די למעשה הכשר האט געעפנט אובער, און כ'געדענק נישט גענוי אלע וויכוחים אינעם למעשה אשכול, אבער כ'האב שוין דארט געזאגט אז זייער וויזיע איז צו ערלויבן אלע עפפס וואס זענען נוצבאר און מ'קען עס כשר'ן.

מ'האט מיר דעמאלס זייער באשריגן אז זיי זענען נאר מתיר וועיז ווייל דאס איז א מוז פאר כמעט יעדן. כ'גיי נישט צוריקקוקן וואס כ'האב געענטפערט, אבער כנראה האט צייט געענטפערט בעסער ווי מיר.

2) דער וואס שרייבט אז א גויטע אויפ'ן פאון איז כשר, אדער זאגאר א "גלאטע יא", איז נישט איינער מיט וועמען איך וויל זין טענה'ן.

כ'וועל ענדערשט ווארטן 30 יאר, און ארויסשטעלן זיינע דורות אויף ליציטאציע, און אדרבה, יעדער זאל אויסוועלן זיינס. (סארי אויב ס'איז שארף, עכט איז עס פלעין אמת).

3) איך קום צוריק צו וואס די אקטיווע רבנים זאגן און האלטן, און ווער ס'קען אביסל פאקטן איז דאנקבאר פאר'ן עס מאכן נישט געשען:

יעדע פרישע אינטערנעט עפפ, ברענגט פרישע פראבלעמען. דעריבער איז דער ליניע אז "דער בעיסיק פאון זאל בלייבן בעיסיק פאון".
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 585

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך בן מלך »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:10 pm 1) כ'ווייס נישט ווען די למעשה הכשר האט געעפנט אובער, און כ'געדענק נישט גענוי אלע וויכוחים אינעם למעשה אשכול, אבער כ'האב שוין דארט געזאגט אז זייער וויזיע איז צו ערלויבן אלע עפפס וואס זענען נוצבאר און מ'קען עס כשר'ן.

מ'האט מיר דעמאלס זייער באשריגן אז זיי זענען נאר מתיר וועיז ווייל דאס איז א מוז פאר כמעט יעדן. כ'גיי נישט צוריקקוקן וואס כ'האב געענטפערט, אבער כנראה האט צייט געענטפערט בעסער ווי מיר.

2) דער וואס שרייבט אז א גויטע אויפ'ן פאון איז כשר, אדער זאגאר א "גלאטע יא", איז נישט איינער מיט וועמען איך וויל זין טענה'ן.

כ'וועל ענדערשט ווארטן 30 יאר, און ארויסשטעלן זיינע דורות אויף ליציטאציע, און אדרבה, יעדער זאל אויסוועלן זיינס. (סארי אויב ס'איז שארף, עכט איז עס פלעין אמת).

3) איך קום צוריק צו וואס די אקטיווע רבנים זאגן און האלטן, און ווער ס'קען אביסל פאקטן איז דאנקבאר פאר'ן עס מאכן נישט געשען:

יעדע פרישע אינטערנעט עפפ, ברענגט פרישע פראבלעמען. דעריבער איז דער ליניע אז "דער בעיסיק פאון זאל בלייבן בעיסיק פאון".
אז דו סטראשעסט מיט מיינע דורות הייב איך אן ציטערן.

הערצליכע טרייסט וואונטשן, ליבע פריינד. מאך ווייטער א באנטש געלט פון די וועד, אבער טוה אונז א גענאדע, ביטע, לאז אונז לעבן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8717
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21705

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך לאז.

קויף וואס דו ווילסט.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 446
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 294

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך שמות »

סאיז דא דא א אנדערע אישו די בחור האט געמאכט סקרין שאטס וכו'
די בחור טאר נישט האבן קיין פאון בכלל וואס האט א קעמערע.
די פאון איז א האלבע אישו, די בחור האט א גרעסערע אישו, וואס א כשרע פאון גייט בכלל נישט העלפן דא.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2354
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4889

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך הדסים »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 1:19 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 5:15 am
מ'מעג זיין אין קאנגרעס ווען א פרוי רעדט? יא. מ'מעג קוקן א דרשה פון א קאנגרעספרוי?

מהיכא תיתי אז הערן אז דרשה דורך א פרוי (אן קיין שום תנועות) איז בעסער ווי זען א פראפיל בילד אנע הסתכלות??
קול פשוט באשה איז מותר. זען אויף א סקרין איז שווער שייך בלי הסתכלות כנ"ל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 259
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 415

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך Who knows »

הדסים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 5:15 am מ'מעג זיין אין קאנגרעס ווען א פרוי רעדט? יא. מ'מעג קוקן א דרשה פון א קאנגרעספרוי?
הסתכלות איז אסור מיט א סקרין אדער אן א סקרין, מאכן א סקרין ערגער ווי רעאליטעיט האט נישט קיין באזיץ אין הלכה. ווען מ'רעדט פון עפעס וואס די זעהן איז גענצליך איבעריג איז טאקע נישט שלעכט אז עס ווערט געבלאקט זיך צו מרחיק זיין פון אומזינסטע נסיונות, אבער ווען איינער דארף למשל אפן א סייט וואס האט בילדער פון פרויען און דאס בלאקן וועט אומדירעקט שטערן פון די זאך פארוואס ער דארף איז נישטא קיין שום איסור צו עפענען די בילדער, און ווער עס זאגט אנדערש איז מחדש א נייע איסור מדעתא דנפשיה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8717
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21705

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Who knows האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 4:28 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 5:15 am מ'מעג זיין אין קאנגרעס ווען א פרוי רעדט? יא. מ'מעג קוקן א דרשה פון א קאנגרעספרוי?
הסתכלות איז אסור מיט א סקרין אדער אן א סקרין, מאכן א סקרין ערגער ווי רעאליטעיט האט נישט קיין באזיץ אין הלכה.
קיינער האט נישט געמאכט דעם איסור אויפ'ן סקרין הארבער.

דער מציאות אויפ'ן סקרין איז הארבער. ואין זה צריך לפנים, חוץ אויב מ'וויל נישט אנערקענען א מציאות.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2354
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4889

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך הדסים »

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 172

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך שכל הישר »

א בחור דארף אפשר נישט האבן צוטריט צו אובער און גוגעל מעפס וכו'...

אבער א בעיסיק פאון פאר א אינגערמאן זאל יא האבן! ווי מער באקוועימליכקייט!
זאל ער נישט דארפן לויפן קויפן א סמארט פאון פאר יעדע וויכטיגע זאך וואס ער דארף...
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1584
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5198

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך Think and Thank »

שמות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 4:17 pm סאיז דא דא א אנדערע אישו די בחור האט געמאכט סקרין שאטס וכו'
די בחור טאר נישט האבן קיין פאון בכלל וואס האט א קעמערע.
די פאון איז א האלבע אישו, די בחור האט א גרעסערע אישו, וואס א כשרע פאון גייט בכלל נישט העלפן דא.

דער בחור דארף סתם אזוי גיין פאר העלפ. בלאקן דעם טאטנ'ס טעלעפאן איז נישט די סעלושען פאר אים, אדער אפילו אינגאנצן אויפגעבן א סעלפאון.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1584
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5198

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:10 pm יעדע פרישע אינטערנעט עפפ, ברענגט פרישע פראבלעמען. דעריבער איז דער ליניע אז "דער בעיסיק פאון זאל בלייבן בעיסיק פאון".

כ'גלייב שווער אז איינער מיט שכל אין קאפ וועט לייקענען אז אן אינטערנעט עפפ האט מער פאטענציאל צו ברענגען פראבלעמען ווי אן עפפ וואס איז בכלל נישט קאנעקטעד צו די אינטערנעט. מ'קען זיך דינגען וואס די סעלושען זאל זיין, צו מ'זאל בכלל נישט ערלויבן אינטערנעט עפפס אדער עס דוקא יא צושטעלן מיט א גוטע, גרונטליכע פילטער וכדומה. אבער לייקענען אז יעדע פרישע פתח צו די אינטערנעט גיבט א פתח פאר פרישע גליטשעס מיינעך איז געקראכן אויף די גראדע ווענט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1584
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5198

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך Think and Thank »

שכל הישר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 12:35 am א בחור דארף אפשר נישט האבן צוטריט צו אובער און גוגעל מעפס וכו'...

אבער א בעיסיק פאון פאר א אינגערמאן זאל יא האבן! ווי מער באקוועימליכקייט!
זאל ער נישט דארפן לויפן קויפן א סמארט פאון פאר יעדע וויכטיגע זאך וואס ער דארף...

לא הבנתי, דו רעדטסט פון באקוועמליכקייטן אדער וויכטיגע זאכן? (חוץ אויב דו האסט געמיינט 'וויכטיגע זאך', נישט וויכטיגע זאך.)

מ'קען זאגן א סברא אז מען זאל לאזן באקוועמליכקייטן אויך, אבער מ'קען נישט מסביר זיין אז מ'דארף לאזן באקוועמליכקייטן ווייל עס איז א וויכטיגע זאך...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8717
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21705

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שכל הישר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 12:35 am א בחור דארף אפשר נישט האבן צוטריט צו אובער און גוגעל מעפס וכו'...

אבער א בעיסיק פאון פאר א אינגערמאן זאל יא האבן! ווי מער באקוועימליכקייט!
זאל ער נישט דארפן לויפן קויפן א סמארט פאון פאר יעדע וויכטיגע זאך וואס ער דארף...
פארוואס זאל ער נישט האבן א סמארטפאון? מיט א פילטער?
שכל הישר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 12:35 am ווי מער באקוועימליכקייט!
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
אוועיטער
שמעון דייטש
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:22 am
x 162

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך שמעון דייטש »

אקעי, איך זעה דא איינער וואס האט גענומען זיין סמארטפאון, גענומען א סקרינשאט, און הייבט אן מיט גאנצעטע מעשיות אז דאס קומט פון א פליפאון פון די 'למעשה' הכשר.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך קוק נישט אן די פותח ווי אוטענטיש. און אויב ליידער עס איז יא אמת פארבינד אייך מיטן הכשר נישט דא.
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 223
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 456

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

שמעון דייטש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:07 am אקעי, איך זעה דא איינער וואס האט גענומען זיין סמארטפאון, גענומען א סקרינשאט, און הייבט אן מיט גאנצעטע מעשיות אז דאס קומט פון א פליפאון פון די 'למעשה' הכשר.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך קוק נישט אן די פותח ווי אוטענטיש. און אויב ליידער עס איז יא אמת פארבינד אייך מיטן הכשר נישט דא.
גא''מ
אויף טראסט וועבסייט זע איך נישט אובער אויף זייער עפפ ליסט, הרב @האקט א טאג ביטע ברענג פרוף איידער דו לאזט ארויס א שם רע אויף א קאמפעני/הכשר
פארטראכט
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:09 am
x 113

Re: די רבנים זענען פלעין עקסטרעים אמת?

פאוסט דורך פארטראכט »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 1:11 pm
שמעון דייטש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 16, 2026 11:07 am אקעי, איך זעה דא איינער וואס האט גענומען זיין סמארטפאון, גענומען א סקרינשאט, און הייבט אן מיט גאנצעטע מעשיות אז דאס קומט פון א פליפאון פון די 'למעשה' הכשר.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך קוק נישט אן די פותח ווי אוטענטיש. און אויב ליידער עס איז יא אמת פארבינד אייך מיטן הכשר נישט דא.
גא''מ
אויף טראסט וועבסייט זע איך נישט אובער אויף זייער עפפ ליסט, הרב @האקט א טאג ביטע ברענג פרוף איידער דו לאזט ארויס א שם רע אויף א קאמפעני/הכשר
כגלייב אז כברויך ניטאמאל צולייגן, די בילד געפינט זיך אין יעדע אובער עפפ, ביז די עפפ טרעפט א דרייווער איז דא אנאנסן מיט טיפס וואס מען קען סקראולן אין איינע פון די ,איז די זעלביגע בילד.
פונעם דרייווער קען מען נישט זעהן אזא בילד, סנאר די פנים אין קליין.
שרייב פאוסט