מגילת איכה מיט א פרישקייט!!! (קדושת לוי)

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3016
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9411

מגילת איכה מיט א פרישקייט!!! (קדושת לוי)

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

בס"ד
ער האלט נאך א פייערדיגע שמחת תורה בצל הקודש, אלעס מיטגעהאלטן, אויפגעווען נעכט, געשלאפן ווייניג, געגעסן נישט אין צייט, מיטגעהאלטן אלע תורות, אויסגענוצט די צייט כדבעי, ער איז ממש אין די לופטן, מוצאי שמחת תורה ער איז מיאוס דורכגעפאלן, זיך פארשמועסט און פארפעניעט די צייט, ער זעהט זיך 4 אזייגער פארטאגס אין די אדמה...

ער האלט נאך א שבת התוועדות, פייערדיגע דאווענענס, אינספירירנדע דרשות, לאנגע ווארעמע סעודות, פארגאסן טרערן ביי שלש סעודות, ער שפירט ביי זיך ווי אדם הראשון פארן חטא... זונטאג טרעפט ער זיך 5:00 נאכמיטאג ניטאמאל באוויזן צו לערנען גאנצע 15 מינוט... אוטש... ער איז צושמעטערט אין אפגרינד...

ער ארבעט פעסט אויף תאוות אכילה, ער עסט ווי א מענטש מיט איידלקייט, ער עסט נאר געזונטע עסן, אבער מיט שכל נישט צו עסן צו ווייניג, ער שפירט גוט מיט זיך, ער איז געווען ביי זיין חבר'ס וואכנאכט, זיך געטראפן מיט חברים פון ישיבה, ער טרעפט זיך אהיימגייענדיג מיט א פולן בויך מיט סאלאמי פאסטראמי 5 קוגלען, פלעשער ביר און טעימה פון טייערע וויינען, ער איז אויסמענטש! אזוי בין איך געפאלן??? ווי בין איך אויף דער וועלט???

ער ארבעט אויף זיך נישט צו טשעפענען קיין פליג! ער איז באקאנט אלס איידעלער עמפינדליכער נפש וואס רעכנט זיך מיט א צווייטנס געפיל, מיט אזא לויטערע הארציגקייט אויך ווען ער דארף אמאל זיין שטייף מיט א צווייטן ווערט עס געטון מיט אזא זהירות בכבוד הבריות, היינט אינדערפרי האט ער בטעות מיאוס אריינגעשניטן ברבים אין זיין נאנטער חבר, אים מבזה געווען ברבים אויף א שרעקליכער פארנעם, ער טראכט צוריק און ער קען נישט אויפהייבן זיין פנים! דאס בין איך??? פונקט איך??? וויפיל עס טוט פארן חבר וויי, שניידט אים עס פי כמה! ער קען זיך נישט מוחל זיין אויף זיין אייגענע פארברעך!!!

ער איז א נארמאלע מענטש, ער פירט ב"ה א געזונטע שטוב, דער באשעפער האט אים געשאנקען א אשת חיל וואס פארשטייט צו אים, דאס לעבן פארט על מי מנוחות בליעה"ר, איין שיינעם טאג, והנה... עס איז געווארן הויעך יום טוב פאר קיין שום איד געוואונטשן... ער איז צושוידערט און קען זיך אליינס נישט קוקן אין פנים... ווער רעדט נאך צו פעיסן אנדערע מענטשן... און אז עס גייט חלילה נאך ווייטער! ער באקומט חלילה א זיגל... עס איז עולם חשך בעדו...

עס איז שוין די צווייטע וואך אין א צי וואס ער טוט נישט זיין ארבעט בשלימות... ער קען נישט פעיסן זיין באלעבאס, ער איז עפעס געפערליך נישט אין די מוט, און די הזנחה די לעצטערע טעג שלעפט אים נאך מער אראפ, ער באטראכט זיך פאר די וועלטס דורכפאל און ער האט נישט קיין שום דרייוו צו גיין ווייטער...

ער איז א געריבענער ביזנעסמאן, א פעסטער עסקן, אסאך געלונגענע פראיעקטן ליגט אויף זיין רעקארד, היינט האט ער מיאוס אנגעזעצט, א מעכטיג-פאבליצירטע פראיעקט איז געגאנגען פייפן, א ביזנעס אויף וואס ער האט אזוי ארויסגעקוקט אויף הצלחה איז ביטער דורכגעפאלן, ער איז נישט ביי זיך, ווער וועט נאך וועלן שטיין מיט מיר אין ווארט??? ווער וועט מיך נאך געטרויען מיט א אפגעוועטשטע וואשינגטאן...???

צו זאל עס זיין א פשוטע דורכפאל, אויסגערופן יעלה ויבא ראש השנה ביי מעריב, זיך פארלוירן אינמיטן א דרשה פאר טויזענטער מענטשן, די כפרה האט אים ל"ע שמוציג געמאכט, געמאכט א קרעש מיט א צווייטע קאר, פארלוירן א ריזן סכום געלט, די שידוך וואס ער האט צאמגעשטעלט האט זיך גע'געט, געדאווענט פארן עמוד און אנגעכאפט די ראנג טאן, די דאווענען איז אייליג...

די ליסטע איז נאך זייער לאנג, אונז טרעפן זיך כסדר אין מצבים וואס אונז שפירן אז עס איז עק וועלט, אונז ווילן טרעפן א גרוב וואו זיך צו באהאלטן און קיינעם נישט טרעפן מער, איך קען נישט פעיסן דעם באשעפער וואס ווייסט אלע מיינע מסתרים, אפילו מיינע חברים זאלן נישט וויסן פון מיינע דורכפעלער און כ'וועל ווייזן א בלעכענע פנים, אבער וואס טו איך מיטן אייבערשטן??? הלואי ווען עס איז דא א דיליט קנעפל, פארמעקן דעם עבר און אנהייבן פונדאסניי...!!!

איך האב פאר אייך נייעס... דער הייליגער קדושת לוי ברענגט אונז דעם אזוי געגארטן דיליט באטן...

לאמיר אינאיינעם לערנען דעם שטיקל קדושת לוי אין איכה.

או יבואר, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם. (איכה ה, כא) ויש דקדוק מאי כקדם. ויבואר על פי המדרש ועתה ישראל מה ה' אלהיך שואל מעמך כי אם ליראה (דברים י, יב) ואיתא במדרש (ב"ר כא) אין ועתה אלא תשובה, ופירוש כך הוא, משום דכל אדם ואדם מישראל מחיוב להאמין באמונה שלימה שבכל רגע ורגע מקבל חיות מהבורא ברוך הוא כמו שדרשו (ב"ר יא) כל הנשמה תהלל כל נשימה ונשימה תהלל י"ה (תהלים קנ, ו) שבכל רגע החיות רוצה לצאת מן האדם והקדוש ברוך הוא שולח לו בכל רגע חיות חדש. נמצא לפי זה מהני תשובה לכל אדם, כי בעת שעושה תשובה מאמין שהוא כעת בריה חדשה ובזה השם יתברך ברוב רחמיו אינו מזכיר לו עונות הראשונים. אבל אם חס ושלום אינו מאמין בזה חס ושלום לא מהני התשובה. וזה פירוש המדרש אין ועתה אלא תשובה, כיון שהוא מאמין שהוא עתה בריה חדשה מהני לו תשובה. וזהו פירוש הפסוק השיבנו ה' אליך ונשובה, ואיך נשובה חדש ימינו כקדם, ובו יבואר הגמרא (סנהדרין צח.) אימתי אתי מר אמר לו היום כו'. היום אם בקולו תשמעו, כשתהיו על בחינה הזאת שבכל יום נעשה בריה חדשה:

לאמיר זיך מחזק זיין מיטן קדושת לוי!!! אונז קענען זיך באנייען מיליאן מאל א טאג אויכעט!!! מיט א בלעכענע פנים, און א לויטערע פרישקייט!!! קיינמאל נישט בלייבן פארוועטשט!!! און אז איך בין יא דורכגעפאלן מיט עצבות און שוואכע מוט ווער נישט דעפרעסט דערפון! די רגע בין איך א פרישע ברי'!!!

לאז אפ דעם שמחת תורה! פארגעס פון שבת התוועדות! איך האב נישט אויסגערופן יעלה ויבא ראש השנה! נישט איך האב מצער געווען מיין חבר! נישט איך האב מיך אנגעפראסן! נישט איך האב אנגעזעצט דעם פראיעקט!!! עס איז איינער וואס קוקט אויס ווי מיר, איך האב סאמהאו א געוויסע שליחות אויף דער וועלט צו מתקן זיין יענעמ'ס גארביטש, אבער איך??? איך בין וואויל!!! איך בין פיין!!! איך בין ערליך!!! איך בין געלונגען אין מיינע תחומים!!! איך בין הייליג!!! איך בין לעכטיג!!! איך בין פריש!!!

עס קען טאקע זיין אז די איינציגסטע וועג פון שמחה איז צו האלטן ביי עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי! עס איז נישט מיין דורכפאל! עס איז נישט מיין סוקסעס אז איך זאל ציטערן פון גאוה! איך בין א נייע מענטש!!!

(לויט די יצר הרע'ס וואס האבן זיך אינטערגערוקט ביזן באווייזן צו שרייבן דעם ארטיקל, ווייס איך ווי קריטיש עס איז געווען צו שרייבן...)
בנצי
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:39 am
x 303

Re: מגילת איכה מיט א פרישקייט!!! (קדושת לוי)

פאוסט דורך בנצי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 15, 2026 3:32 pm בס"ד
► Show Spoiler

דו ליינסט 'איכה' אין פורים? ;)
די זעלבע יסוד איז דא אויך אין קדושת לוי אויף פורים, ומינה ומיניה תסתיים שמעתתא (אין איכה ווערט עס טאקע בעסער ארויסגעברענגט, אבער דאך מוז איך עס מקשר זיין צו פורים, מ'קען דאך נישט בלייבן ביי איכה...)
וז"ל בקדושה השלישית:
דע שאנחנו מאמינים שהאל יתברך שמו ברא את עולמו יש מאין. והוא המציא אותו וחידש אותו. כן האל יתברך שמו לנצח מחדש כל העולמות בכל יום ובכל עת ובכל שעה, כי הנה בכל יום אנו רואין שהשם יתברך מחדש את עולמו שמפקידין נשמותינו אליו כמאמר בידך אפקיד רוחי. ובכל יום הוא מחדש כמו שאנו משבחין אותו המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, וגדולה מזו צריכין להאמין שהאל מחדש את עולמו בכל רגע כמו שדרשו חכמינו ז"ל (דב"ר ב) כל הנשמה תהלל יה (תהלים קנ,ו) על כל נשימה ונשימה תהלל יה, כלומר שבכל נשימה ונשימה הולכת הנשמה אליו יתברך שמו ורצונה לצאת מהגוף, רק שהשם יתברך מחזיר אותה והוא בסוד (יחזקאל א,יד) והחיות רצוא ושוב, שהחיות של כל העולמות העליונים והעולם התחתון הולכת וכוספת אליו יתברך שמו בכל עת ובכל רגע והשם יתברך מחדש אותה בכל עת ובכל רגע. וביארנו במקום אחר שזה היה מדת הלל שהיה מדבק את עצמו תמיד באין וסברו בית הלל בורא מאורי האש, כלומר שבכל רגע בורא את כל העולמות וביארנו כמה דברים. וגם זהו שאמרו במדרש אין ועתה אלא תשובה. וזהו שאמרו במסכת ראש השנה (טז ע"ב) ר"נ אומר אדם נדון בכל רגע שנאמר (איוב ז,יח) לרגעים תבחננו, רק ר"י סובר אדם נדון בכל יום עיין שם בראש השנה שבכל יום אנו רואין בחוש שהקדוש ברוך הוא מחדש אותנו ובכל רגע אנו רואין בחוש, רק אף על פי כן האמת הוא כך שהקדוש ברוך הוא מחדש בכל רגע עולמו ובה נדון העולמות בסוד והחיות רצוא ושוב:
אין אלענספאל א הערצליכע דאנק פאר דעם זיסן לעכטיגן ארטיקל
שרייב פאוסט