מסורה !! וואס איז דאס ???
-
מחפש שלווה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם סמוך ונראה להציון הקדוש
- x 182
מסורה !! וואס איז דאס ???
טייערע חברים איך מיטשע מיר שוין מיט די קשיא פאר די לעצטע צענדליגער יארן אין קיין נארמאלע תירוץ האב איך נאך נישט באקומען
די שאלה איז אין איין ווארט וואס איז דאס מסורה (נישט פון פערלס... ) ווען זאגט מען דאס אין ווען נישט?
אויב מיין טאטע איז א באם סאו טאר איך נישט זיין קיין פרומער וכן להיפך ??
אויב מסורה איז עכט ווי אזוי קען זיין אז מיין מאמע גייט מיט א שייטעל אין דיינס מיט א שפיצל ?
ווי אזוי האבן די תלמדי בעל שם געמעגט משנה זיין פון די מסורה מיט נוסח התפלה ועוד ועוד
אין פארוואס ווען איך גיי צי אן אנדערע רבי בין איך משנה פון מסורה טריגער ארלערט אויף קהילות וחסידות אשכול
איך ניץ אביסלע פשוטע משלים אבער עס איז אמת אין יעדע הינזיכט און לעבן פארוואס מיז איך פסק'נען ווי די רמ''א?
איך מיז גיין דווקא ווי די רב אדער משנה ברורה איז אויך גוט?
די נושא פון מסורה נעמט ארום אינזער חיי יום יום אין קיין קלארקייט איז נישט פארהאנדן
אויב איינער האט קלארקייט ווען ניצט מען מסורה און ווען נישט? ביז דערווייל ניצט מען עס בלויז נאך א טענה'ריי ווען מ'האט נישט וואס צי ענטפערן אבער לאמיר זיין קלאר איך פארשטיי אז עס איז דא אזא זאך ווי מסורה אבער ווי ניצט מען עס באמת?
אויב איר האט קלארקייט און די נושא זייטס מיר מהנה אין אלע טייערע חברים דא אויפן געוועב
הק' @מחפש שלווה
בבקשה ! קיינמאל קיינמאל אין בפרט אין די אשכול ניצט נישט קיין סלענגס אין מליצות צי פאראוון א פוינט אפי' תורה'דיגע אז די ניצט א מאמר חז''ל מאך זיכער אז דאס איז די פשט פון די מאמר חז''ל ואתכם הסליחה

ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2886
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8921
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 12:01 am טייערע חברים איך מיטשע מיר שוין מיט די קשיא פאר די לעצטע צענדליגער יארן אין קיין נארמאלע תירוץ האב איך נאך נישט באקומען
די שאלה איז אין איין ווארט וואס איז דאס מסורה (נישט פון פערלס... ) ווען זאגט מען דאס אין ווען נישט?
אויב מיין טאטע איז א באם סאו טאר איך נישט זיין קיין פרומער וכן להיפך ??
בדרך כלל איז נישט קיין פעלער צו זיין פרומער פון די עלטערן.(אויסער וואו דעת תורה זאגט דיר אז עס איז נישט אין פלאץ, און עס קען ברענגען מכשולות)
אויב מסורה איז עכט ווי אזוי קען זיין אז מיין מאמע גייט מיט א שייטעל אין דיינס מיט א שפיצל ?
אפשר האט דיין באבע גענידערט דרגא אנדערש פון איר מאמע, און מיטן גיין מיט א שפיצל גייט מען צוריק צום פריערדיגן מסורה?
לבושים האבן זיך געטוישט מיט די יארן כפי המצב וואו די אידן האבן זיך געדרייעט, און אזוי אויך האבן גזירות גורם געווען טוישונגען אין לבוש ואכמ"ל.
ווי אזוי האבן די תלמדי בעל שם געמעגט משנה זיין פון די מסורה מיט נוסח התפלה ועוד ועוד
די עכטע צדיקים האבן פארשטאנען און געוויסט וואס טוט זיך אויף די וועלט, און ווען זיי זענען משנה האבן זיי ברוחב בינתם און מיט זייערע אפענע אויגן פארשטאנען וואס זיי טוה'ן, דאס איז נישט געמאכט פאר אונז פשוטע אידעלעך.
אין פארוואס ווען איך גיי צי אן אנדערע רבי בין איך משנה פון מסורה טריגער ארלערט אויף קהילות וחסידות אשכול
אז דיין הארץ ציעט דירעקט צו יענע רבי קומט דיין שורש נשמה מסתמא פון דארט, (מיין עלטער זיידע האט געהאט א קינד וואס האט געצויגן צו א צווייטן חצר וואו ער איז געווען, די תורות פון יענע חצר און די גאנצע באנעמונג האט געצויגן דעם זוהן, האט אים דער זיידע ז"ל נישט געשטערט און ער איז טאקע א געהעריגער חסיד פון יענע חסידות בניגוד פונעם פאטער און א חלק ברודערס) אבער על פי רוב ווען מען טוישט רבי, טוישט מען נישט רבי ווייל דו זוכסט יענץ, נאר דו ביסט אומצופרידן, יעצט גלאנצט יענס שענער, און ווען דו וועסט טרעפן די דארטיגע חסרונות וועסטו וואקן ווייטער, סאו בלייב מיט די מסורה וואו דער באשעפער האט דיר געמאכט געבוירן, אזוי ביסטו אויף גראדע טרעקס.
איך ניץ אביסלע פשוטע משלים אבער עס איז אמת אין יעדע הינזיכט און לעבן פארוואס מיז איך פסק'נען ווי די רמ''א?
ווייל דו ביסט געבוירן צו אשכנזישע משפחות, און סאם האו האט דער אייבערשטער דיך אריינגעשיקט אין א אשכנזישע משפחה ווייל ער דארף פון דיר אז דיין עבודה זאל זיין מיט די פסקים פונעם רמ"א.
איך מיז גיין דווקא ווי די רב אדער משנה ברורה איז אויך גוט?
ווען דו וועסט האבן דורגעלערנט הלכה גרייט אויף הוראה, דאן פרעג דיין מורה הוראה וואס גייט דיר מסמיך זיין אז ער זאל דיך זאגן ווי וועם אנצונעמען אין וועלכע הלכה.
די נושא פון מסורה נעמט ארום אינזער חיי יום יום אין קיין קלארקייט איז נישט פארהאנדן
אויב איינער האט קלארקייט ווען ניצט מען מסורה און ווען נישט? ביז דערווייל ניצט מען עס בלויז נאך א טענה'ריי ווען מ'האט נישט וואס צי ענטפערן אבער לאמיר זיין קלאר איך פארשטיי אז עס איז דא אזא זאך ווי מסורה אבער ווי ניצט מען עס באמת?
ווען דו האסט א ספק וואס צו טון, דאן נוץ די מסורה, ווען דו ביסט מסופק וואס די מסורה איז, אדער אפשר איז די מסורה געווען צוליב סיבות און ווען די סיבות טוישן זיך דאן איז נישט קיין פעלער צו טוישן מסורה, וועל דיר אויס א רבי, א תלמוד חכם וועם דו גייסט מקבל זיין אלעס וואס ער זאגט, און פרעג אים. אזוי גייט כלל ישראל, פון רבי צו תלמוד און אזוי ווייטער.
אויב איר האט קלארקייט און די נושא זייטס מיר מהנה אין אלע טייערע חברים דא אויפן געוועב
הק' @מחפש שלווה
בבקשה ! קיינמאל קיינמאל אין בפרט אין די אשכול ניצט נישט קיין סלענגס אין מליצות צי פאראוון א פוינט אפי' תורה'דיגע אז די ניצט א מאמר חז''ל מאך זיכער אז דאס איז די פשט פון די מאמר חז''ל ואתכם הסליחה
כ'ווייס נישט צו כ'האב דיר געהאלפן צו נישט, אבער על צד אז יא, שרייב איך הנלפע"ד.
-
מחפש שלווה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם סמוך ונראה להציון הקדוש
- x 182
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
אה מיין טייערער חבר @להגדיל הטראסק די האסט געענפערט דיטעלס נישט די שורש מיין שאלה איז ווען ניצט מען מסורה אין נישט נמשל די אלע פשוטע תלמיד בעל שם סתם עמך אידן וויאזוי האבן זיי געמעגט טוישן? עס איז א שורשדיגע קשיא נישט קיין דיטעלס
אגב אויף די דיטעלס קריג איך מיך אויך אבער עס פארענטפערט נישט די שורש
אגב אויף די דיטעלס קריג איך מיך אויך אבער עס פארענטפערט נישט די שורש
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
יעדע זאך האט שווארץ ווייס און גרעי, גרעי מיינט נישט נאר צווישען שווארץ און ווייס נאר אויך עפעס וואס קען זיין נישט שווארץ נישט ווייס און נישט גרעי נאר גאר עפעס אנדערש.
א מענטש ווערט געבארען אן א מעגליכקייט פון שיקול הדעת, דאס איז א זאך וואס מען דארף באקומען דורך א קאמבינאציע פון חינוך און פראקטיק.
מענטשען וואס ווילן טשעלענדשן א זאך האסן די גרעי ווייל דאס איז אסאך שווערער צי אפפרעגן, ווידער א זאך זאל בליען מוז עס האבן גרעי.
די קראים האבן געוואלט אראפווארפען די עול התורה, האבן זיי געמוזט מאכן אז די תורה איז שווארץ און ווייס, ווידער די חכמים קענען נאר אנגיין מיט די חלק פון תורה שבעל פה, אין תורה שבעל פה איז אויך דא אזאך וואס הייסט שימש תלמידי חכמים, אין נאך דעם איז דא דעת, תלמוד חכם שאין בו דעת.
יעצט וועהן איך וויל זיין א חלק פון כנסת ישראל און איך וויל הערן פון די וואס זענען קרא ושימוש וועל איך זיך אינטערווארפען צי די צימושקייט פון סאיז דא גרעי און ווי אויך מען פרעגט מיר נישט ווי אזוי צי פסקנן, נאר איך פאלג וואס מיין רב הייסט מיר. ווידער אז איינער וויל א וועג ארויס פון די סיסטעם דאס הייסט ער וויל טשעלענדשן די סיסטעם וועט ער פיינט האבן גרעי.
יעצט לאמיר רעדן פון די ריכטיגע פראבלעים און דאס איז אז מיין רב איז נישט בגדר קרא ושימוש נאר די דזאב און קענטעניס וואס ער האט וואלט מען אין די אלטע היים אנגערופען גבר עלם, אפשר ראש הקהל אבער זיכער נישט רב, ער האט מיט תורה נעבעך ווייניגער ווי אסאך פשוטע בעל בתים, דעס איז א גרויסע פראבלעים, אין סאיז זיכער אז איינער דאווענט ביי אזא רב דארף פונקט ווי ער פארשטייט אז ער דארף א דיין אויסער זיין רב דארף ער אויכעט א רב וואס איז יא א ערליכע איד אויסער זיין רב.

יעצט זעה איך אז דער פה”א איז @מחפש שלווה , איך האב פאר דיר שלעכטע נייעס.
סאיז געוועהן איינער וואס ער איז געוועהן א מחפש שלווה וואס האט ער געטון? ויט שכמו ליסבול, אויב די ווילסט זיין א מחפש שלוה דורך זיך מסלק זיין פון די אינערליכע באזשעווען דורך טרעפען קלארקייט דאן גיב שוין אויף, אנטשטאדט טרעף א וועג צי לעיבען בשלווה אין די שטורעם.
סאיז געוועהן איינער וואס ער איז געוועהן א מחפש שלווה וואס האט ער געטון? ויט שכמו ליסבול, אויב די ווילסט זיין א מחפש שלוה דורך זיך מסלק זיין פון די אינערליכע באזשעווען דורך טרעפען קלארקייט דאן גיב שוין אויף, אנטשטאדט טרעף א וועג צי לעיבען בשלווה אין די שטורעם.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2886
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8921
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
ר' @מחפש שלווה
זייט שכחת התורה ביי עתניאל בן קנז זענען אלעמאל דא מחלוקת, עס איז נישטא קיין קלארקייט, דו קענסט פרעגן איבער אלע מחלוקת צב"ש וויפיל פייערן איז געווען אויף די מזבח, העלאו?! וואס איז שייך צו זיך קריגן?! וואס איז געווען די מסורה? ווי אזוי איז געווען אין משכן? וואס איז די מסורה? די ענטפער דערויף איז אז עס איז דא א שכחת התורה, און עס האבן זיך דעוועלאופט מחלוקת במשך די יארן, און עס איז אלזא טאקע נישט קיין כלליות'דיגע שווארץ ווייסע בילד, עס איז איין גרויסע גרעי עריע, און מיט שכל ווייסט מען וואו עס קומט אריין מסורה און וואו נישט, וועלכע מנהג פון מיין טאטע איז מיר מחייב און וועלכע נישט, במקום הספק וועל איך טון ווי מיין טאטע און רבי האבן געטון, און ווען איך וועל זיין מסופק אין א געוויסע דעטאל וועל איך פרעגן מיין דעת תורה.
אין אנדערע ווערטער:
מסורה איז נישט קיין כלל שווארץ ווייס אויף יעדן דעטאל ביז וועלכע מאדעל קאר צו קויפן און וועלכע קאמפאני חריף צו עסן ביי די שבת'דיגע סעודה אא"וו, מסורה איז א גרויסע גרעי עריע, ווער עס האט שכל פארשטייט ווען אליינס נאכצוטון דעם טאטן און רבין, און וואו צו פרעגן א דעת תורה.
און קורצן: מסורה פסקנט אין פרטים, נישט א בלינדע ריזיגע שווארץ ווייסע כלל.
מסורה דארף מען שכל ווי אזוי צו נוצן, נישט אנדערש פון יעדע אנדערע מושג אין לעבן. - א ראבאטן און בהמות האבן נישט די סארט שכל.
ר' @שטורעם האט זייער שיין געשריבן. דו האסט א פראבלעם מיט גרעי עריע, איינמאל וועסט בס"ד אויפלאזן דעם בלאקער אין מח קעגן גרעי עריע, נאר עס אקצעפטירן, און טון דאס ריכטיגסטע לשם שמים יעדע מינוט וואס דו זעהסט איין פאר ריכטיג, (כמובן באזירט אויף קראנטע תורה און וואס דו האסט געהערט פון דיינע רבי'ס און משפיעים, נישט חלילה ווי אן אויבער חכם וואס פארשטייט בעסער כמובן)דאן וועסטו טרעפן שלוה בס"ד.

נאר איין קלייניגקייט לאמיר יעצט פרעגן סאו אויב איך בין א רב? איך האב אליינס א דעת תורה? סאו וואס נעמט די רב אן לויט זייין שיקול הדעת? פון ווי נעמסטו דאס ? מען רוקט דורך מסורה שטיקער אידשקייט עס מיז זיין כאטש אביסלע א קלארע ליניע עס קען נישט זיין אז עס גייט אייביג לויט שיקול הדעת,עס פיט נישט אריין אין מיין מוח, אידישקייט איז א קלארע רעליגיע! אויב עס האט נישט קיין קו איז דאס אפשר נישט אידשקייט! איך בין דא צי הערן
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
-
מחפש שלווה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם סמוך ונראה להציון הקדוש
- x 182
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
עס גייט מיר נישט אן זאכן דארפן זיין קלאר איך האב אמאל געהאט סך מער קשיות רוב האבן מיר ב''ה שוין אויסגעקלארט די ביסל וואס איז נאך נישט קלאר וועט זיך דראפענען צי וויסן די אמת איך בין נישט גרייט זיין א פערד קיינמאל יא איך זיך שלווה אבער נישט דורכן זיין א בת היענהשטורעם האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:01 am יעצט זעה איך אז דער פה”א איז @מחפש שלווה , איך האב פאר דיר שלעכטע נייעס.
סאיז געוועהן איינער וואס ער איז געוועהן א מחפש שלווה וואס האט ער געטון? ויט שכמו ליסבול, אויב די ווילסט זיין א מחפש שלוה דורך זיך מסלק זיין פון די אינערליכע באזשעווען דורך טרעפען קלארקייט דאן גיב שוין אויף, אנטשטאדט טרעף א וועג צי לעיבען בשלווה אין די שטורעם.
איינער זאגט מיר אז לויט מסורה וואלטן מיר אלע געדארפט האבן א געטשקע סטאר אזוי ווי זיידי תרח
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2886
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8921
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
דער רב האט א מסורה פון זיין רבי, און פאר יעדע ערליכער רב, מנהיג, און דיין, שיקט דער אייבערשטער אריין א קלארע דעת אז ער זאל פארשטיין און וויסן וואס ער האט צו טון, ער וועט נוצן דעם שכל פון מדמה זיין מילתה למילתה, און לויט זיין קבלה פון זיין רבי וועט ער פארשטיין ווי אזוי זיין רבי וואלט ווען געהאלטן און זיך געפירט אין די יעצטיגע אומשטענדן.מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:15 am נאר איין קלייניגקייט לאמיר יעצט פרעגן סאו אויב איך בין א רב? איך האב אליינס א דעת תורה? סאו וואס נעמט די רב אן לויט זייין שיקול הדעת? פון ווי נעמסטו דאס ? מען רוקט דורך מסורה שטיקער אידשקייט עס מיז זיין כאטש אביסלע א קלארע ליניע עס קען נישט זיין אז עס גייט אייביג לויט שיקול הדעת,עס פיט נישט אריין אין מיין מוח, אידישקייט איז א קלארע רעליגיע! אויב עס האט נישט קיין קו איז דאס אפשר נישט אידשקייט! איך בין דא צי הערן
כמובן רעדט מען דא נאר פון ערליכע רבנים וועלכע זוכן און מיינען דעם אמת זיך צו האלטן צו קבלת און מסורת אבות.
די רבנים וועלכע פארשטייען אליינס אן קבלת און מסורת אבותיהם ורבותיהם זענען באקאנט ליידער, און האבן אלעמאל אנגעזייעט ביטערע חרבנות מיט זייער אייגענע פארשטאנד.
פארוואס ער באשעפער מאכט אז דער רב זאל אזוי אננעמען און באשלוסן און יענער רב פארקערט? דאס ווייסט דער אייבערשטער אליינס.
קען זיין אז עס איז דא קלארערע מענטשן וואו מיר, אבער אלס פשוטער עמך איד דארפן אונז ווייטער צוקומען צו די מיזוג פון אמונה און נישט גלייבן צו וויסן ווען צו גלייבן ווי א בהמה, און ווען נישט צו גלייבן ביז מען פארשטייט, אונז מוזן מיר אויך צוקומען צו בלינדע אמונה, און מתפלל זיין ביי אתה חונן ווען צו נוצן אמונה און ווען נישט צו גלייבן, נישט אנדערש ווי אלע אנדערע קעגנזייטיגע מושגים צב"ש עזות ובושה, גאות וענוה, יראה ואהבה וכו'.
איך זעה אז דו טראכסט אז אפשר איז גאר תרח פילייכט גערעכט... אברהם אבינו האט געדארפט טון דעם דזשאב, יעצט איז שוין געווען די נסים פון יציאת מצרים און קבלת התורה ברבים לעיני כל ישראל, קענסט זיך אומקוקן אין השגחה פרטית וכו' צו פראוון אז דער באשעפער האט אונז געגעבן די תורה און ער פארלאנגט פון אונז וואס עס שטייט דארט, אריינגערעכנט נוצן דעם שכל על פי הקדמת אבותינו ורבותינו.
-
מחפש שלווה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם סמוך ונראה להציון הקדוש
- x 182
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:01 am ר' @מחפש שלווה
זייט שכחת התורה ביי עתניאל בן קנז זענען אלעמאל דא מחלוקת, עס איז נישטא קיין קלארקייט, דו קענסט פרעגן איבער אלע מחלוקת צב"ש וויפיל פייערן איז געווען אויף די מזבח, העלאו?! וואס איז שייך צו זיך קריגן?! וואס איז געווען די מסורה? ווי אזוי איז געווען אין משכן? וואס איז די מסורה? די ענטפער דערויף איז אז עס איז דא א שכחת התורה, און עס האבן זיך דעוועלאופט מחלוקת במשך די יארן, און עס איז אלזא טאקע נישט קיין כלליות'דיגע שווארץ ווייסע בילד, עס איז איין גרויסע גרעי עריע, און מיט שכל ווייסט מען וואו עס קומט אריין מסורה און וואו נישט, וועלכע מנהג פון מיין טאטע איז מיר מחייב און וועלכע נישט, במקום הספק וועל איך טון ווי מיין טאטע און רבי האבן געטון, און ווען איך וועל זיין מסופק אין א געוויסע דעטאל וועל איך פרעגן מיין דעת תורה.
אין אנדערע ווערטער:
מסורה איז נישט קיין כלל שווארץ ווייס אויף יעדן דעטאל ביז וועלכע מאדעל קאר צו קויפן און וועלכע קאמפאני חריף צו עסן ביי די שבת'דיגע סעודה אא"וו, מסורה איז א גרויסע גרעי עריע, ווער עס האט שכל פארשטייט ווען אליינס נאכצוטון דעם טאטן און רבין, און וואו צו פרעגן א דעת תורה.
און קורצן: מסורה פסקנט אין פרטים, נישט א בלינדע ריזיגע שווארץ ווייסע כלל.
מסורה דארף מען שכל ווי אזוי צו נוצן, נישט אנדערש פון יעדע אנדערע מושג אין לעבן. - א ראבאטן און בהמות האבן נישט די סארט שכל.
סאו פארשטייסט די נקודה אז קיין שום מענטש אין די וועלט קען מיך קיינמאל פארהאלטן אז איך טו אנדערש ווי מיין טאטע? ווייל איך גיי לויט מיין אייגענע/מורה דרך שיקול הדעת, ווייל לויט דיין פוינט איז דאס אייביג אין שיקול הדעת סאו איך בין נישט מחייב צי האבן די זעלבע מיינונג ווי דיר
ר' @שטורעם האט זייער שיין געשריבן. דו האסט א פראבלעם מיט גרעי עריע, איינמאל וועסט בס"ד אויפלאזן דעם בלאקער אין מח קעגן גרעי עריע, נאר עס אקצעפטירן, און טון דאס ריכטיגסטע לשם שמים יעדע מינוט וואס דו זעהסט איין פאר ריכטיג
איך בין נאך נישט מודה אז אין אידשקייט איז דא גרעי איריע קען זיין אז ס'איז אמת אבער לעת עתה האלט איך אז יעדע זאך אין אידישקייט איז קלאר ווי די זין אינמיטן טאג
(כמובן באזירט אויף קראנטע תורה און וואס דו האסט געהערט פון דיינע רבי'ס און משפיעים, נישט חלילה ווי אן אויבער חכם וואס פארשטייט בעסער כמובן)דאן וועסטו טרעפן שלוה בס"ד.
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
-
מחפש שלווה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם סמוך ונראה להציון הקדוש
- x 182
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:24 amדער רב האט א מסורה פון זיין רבי, און פאר יעדע ערליכער רב, מנהיג, און דיין, שיקט דער אייבערשטער אריין א קלארע דעת אז ער זאל פארשטיין און וויסן וואס ער האט צו טון, ער וועט נוצן דעם שכל פון מדמה זיין מילתה למילתה, און לויט זיין קבלה פון זיין רבי וועט ער פארשטיין ווי אזוי זיין רבי וואלט ווען געהאלטן און זיך געפירט אין די יעצטיגע אומשטענדן.מחפש שלווה האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 1:15 am נאר איין קלייניגקייט לאמיר יעצט פרעגן סאו אויב איך בין א רב? איך האב אליינס א דעת תורה? סאו וואס נעמט די רב אן לויט זייין שיקול הדעת? פון ווי נעמסטו דאס ? מען רוקט דורך מסורה שטיקער אידשקייט עס מיז זיין כאטש אביסלע א קלארע ליניע עס קען נישט זיין אז עס גייט אייביג לויט שיקול הדעת,עס פיט נישט אריין אין מיין מוח, אידישקייט איז א קלארע רעליגיע! אויב עס האט נישט קיין קו איז דאס אפשר נישט אידשקייט! איך בין דא צי הערן
כמובן רעדט מען דא נאר פון ערליכע רבנים וועלכע זוכן און מיינען דעם אמת זיך צו האלטן צו קבלת און מסורת אבות.
די רבנים וועלכע פארשטייען אליינס אן קבלת און מסורת אבותיהם ורבותיהם זענען באקאנט ליידער, און האבן אלעמאל אנגעזייעט ביטערע חרבנות מיט זייער אייגענע פארשטאנד.
וואס איז דאס???? די ביסט משעבוד צי רבנים אדער רבנים צי דיר??? ממה נפשך אויב ער איז א ערליכער איד א ת''ח א יראי שמים אויב ער לאכט פון רוב זאכן אין מסורה איז דאך דאס זיין שיקול הדעת ולשיטתך זענען די רבנים בארעכטיגט אויף דעם אין טאקע נאר זיי האבן די ריכטיגע מהלך אין מסורה
פארוואס ער באשעפער מאכט אז דער רב זאל אזוי אננעמען און באשלוסן און יענער רב פארקערט? דאס ווייסט דער אייבערשטער אליינס.
קען זיין אז עס איז דא קלארערע מענטשן וואו מיר, אבער אלס פשוטער עמך איד דארפן אונז ווייטער צוקומען צו די מיזוג פון אמונה און נישט גלייבן צו וויסן ווען צו גלייבן ווי א בהמה, און ווען נישט צו גלייבן ביז מען פארשטייט, אונז מוזן מיר אויך צוקומען צו בלינדע אמונה, און מתפלל זיין ביי אתה חונן ווען צו נוצן אמונה און ווען נישט צו גלייבן, נישט אנדערש ווי אלע אנדערע קעגנזייטיגע מושגים צב"ש עזות ובושה, גאות וענוה, יראה ואהבה וכו'.
אה כ'האב דאס ליב אסאך מחשבה ליגט אין די ווערטער
איך זעה אז דו טראכסט אז אפשר איז גאר תרח פילייכט גערעכט... אברהם אבינו האט געדארפט טון דעם דזשאב, יעצט איז שוין געווען די נסים פון יציאת מצרים און קבלת התורה ברבים לעיני כל ישראל, קענסט זיך אומקוקן אין השגחה פרטית וכו' צו פראוון אז דער באשעפער האט אונז געגעבן די תורה און ער פארלאנגט פון אונז וואס עס שטייט דארט, אריינגערעכנט נוצן דעם שכל על פי הקדמת אבותינו ורבותינו.
יא איך בין גלויבט פון אויבן קלאר מיט דעם ב''ה עס איז בלויז געווען א ווערטעל
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2886
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8921
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
ר' @מחפש שלווה
ווי געשריבן, אויב ציעט דיר דירעקט א צווייטן דרך און חסידות, איז איין זאך.
מאך אבער זיכער אז דאס קומט נישט פון אומצופרידנקייט בעצם, און אז דו פלאץ וואו דו ווילסט קאנעקטן גייסטו אויך נישט פארלאזן נאכדעם.
דא קומט ווייטער אריין, עס איז דא זאכן וואס ווען דו טוסט אנדערש ווי דיין טאטע ביסטו אן אויבער חכם און א בהמה, און ביי טייל זאכן איז נישט קיין פעלער צו טון אנדערש, ביי טייל זאכן וואס מען האלט דיר פאר, איז מעגליך אז דו האסט זיך טועה געווען מיט דיין שיקול הדעת און די ספעציפישע זאכן וואלסטו נישט געטארט טוישן, סאו מאך דיר ווייטער א מורה דרך וועם דו פאלגסט און געטרויעסט, מאך זיכער אז יענער איז טאקע אן ערליכער איד און נישט קיין בעל תשובה מיט נייע דרכים אן קיין מסורה, ווי די משנה זאגט "עשה לך רב והסתלק מן הספק".
אידישקייט איז זייער קלאר, אריינגערעכנט א קלארע גרעי עריע, כ'האב דיר שוין געברענגט דוגמאות, אידישקייט איז נישט קיין גראדע שווארץ ווייסע ביכל, אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן מיט אהבה, אויב איז נישטא קיין גרעי עריע פארוואס האט יצחק אבינו געדינט דעם אייבערשטן מיט יראה? נאר עס איז דא פלאץ פאר אלעמען! אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון לבו לשמים.
און וואס צו טון מיטן גרעי עריע דארפסטו טון דאס ריכטיגסטע לויט דיינע הקדמות וואס דו האסט מקובל, נישט קיין אייגנפאבריצירטע תורות וואס דיין תאוה ציעט דיר, און זיי מתפלל פארן באשעפער אז ער זאל דיר טאקע פירן על דרך אמת.

אויב ער לאכט פון רוב זאכן אין מסורה איז ער נישט קיין ערליכער איד.
ער דארף מחשיב זיין און זיך רעכענען מיט זיין מסורה און לויט דעם אויסרעכענען וואס וואלטן זיינע פארגייער געטון אדער געהאלטן פאר ריכטיג צו טון אין די יעצטיגע אומשטענדן.
אויף בעל שם טוב האב איך שוין גענטפערט, זיי האבן געהאט אפענע אויגן און געזעהן וואס אונז זעהן נישט.
ער דארף מחשיב זיין און זיך רעכענען מיט זיין מסורה און לויט דעם אויסרעכענען וואס וואלטן זיינע פארגייער געטון אדער געהאלטן פאר ריכטיג צו טון אין די יעצטיגע אומשטענדן.
אויף בעל שם טוב האב איך שוין גענטפערט, זיי האבן געהאט אפענע אויגן און געזעהן וואס אונז זעהן נישט.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2886
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8921
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
מיט דעם בין איך מסיים דעם איצטיגן סעסיע (כ'האב שוין געוואלט זיין אין בעט 12:00...)
ביי מיר אין ביזנעס איז דא קלארע אנווייזונגען אין גרעי עריע - אונזערע פאליסיס זענען אזוי און אזוי, אבער צווישן די איינגעשטעלטע ווייסט מען וועלכע פאליסי מען קען עובר זיין אויף וועלכע אופן, און וועלכע זענען שארפע רויטע ליניעס,
די געדאנק פון א קלארע גרעי עריע איז זייער א פארשטענדליכע און געשמאקע זאך.

@מחפש שלווה
האסט ארויפגעברענגט א גוטע טעמע. נאכן זיך בארען דעם קאפ פאר לאנגע יארן בין איך געקומען צום מסקנה אז ס'נישט דא קיין קלארע מהלך אין דעם. יעדער טוט ווי ער פארשטייט מ'מאכט אייגענע הגבלות - דאס יא, יענץ נישט. א צווייטער ריקט עס רעכטס און א דריטער ריקט עס לינקס. און באמת קען יעדער זיין גערעכט. אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. פאר איינעם קוקט אויס אז ס'איז עת לעשות לד' הפרו תורתך און מ'דארף מתיר זיין און פאר א צווייטן קוקט אויס ענדערש הפרו תורתך, עת לעשות לד'. אַ דריטער איז אינגאנצן נישט קלאר וועלכע וועג איז ריכטיג, נעמט ער אן שב ואל תעשה.
די כלל איז, ווער ס'גייט מיטן קאפ אין וואנט "מסורה" איז א שוטה און ווער ס'איגנארירט עס אינגאנצן איז א משכיל. מ'דארף זיך רעכענען מיט מסורה אבער דאס איז בלויז איינע פון די זאכן וואס זענען מאסגעבענד. באדעם ליין איז אז מסורה וויכטיג און מ'דארף זיך האלטן דערצו אבער אמאל זענען דא אנדערע פאקטורן וועלכע וועגן איבער, והכל לפי הזמן ולפי המקום.

שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
סארי פאר מיין שלא מן הענין‘דיגע אריינהאקן. מען פארקויפט לגיונות בנוגע די שייטלען און נאך זאכן אז עס האט מיט די גזירות המלבושים. לידע ולהודיע: דארטן פון וואו מיר אונגארישע אידן שטאמען איז קיינמאל קיין גזירות המלבושים נישט געווען און אונזער לבוש איז 100% נבחר געווארן דורך אונזערע עלטערן על דעת עצמם! ישתקע הדבר ולא יאמר, לופטיגע דמיונות און חלומות קעגן אן עם נבון וחכם! געצילט צו מאכן פילן גילטי על אף וואס זיי גייען 100% פראצענט אויסגעהאלטן לפי די בפירושע פסקי רמ”א, מג”א, אליהו רבה, פמ”ג, שוע”ה, וכו‘ רובם ככולם גדולי הפוסקים אשר מפיהם אנו חיים. ניין די גזירות המלבושים האט גארנישט מיט אונז, סאיז ליידיגע הקשים מה מצינו‘ס וגזירות שוה‘ס שלא מן הענין. עס איז פאקטועל אומקראנט און די גזירות המלבושים האט מיט אונז קיין שייכות. מען איז זיך מתיר שקר ווייל די שפיצל ציל הייליגט די מיטלען. ישתקע הדבר ולא יאמר ליגנט און חלומות. איך מיין נישט ח”ו אייך הרב @להגדיל הטראסק איך מיין די פראפעגאנדע וואס דו האסט געליינט און מקבל געווען פעיס וועליו ווי כאילו די אמת איז נר לרגלם במקום א גרעסערע ציל. ניין עס איז נישט.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 12:22 am אזוי אויך האבן גזירות גורם געווען טוישונגען אין לבוש ואכמ"ל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2886
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8921
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
סעגוט ר' @מסתמא , איך פארשטיי אייער טריגער, איר האט געליינט די ווארט און עס האט אייך אנגעצינדן...
איך בין נישט באקאנט אין די גאנצע נושא, כ'האב געשריבן גזירות אלס ענין כללי, נישט אויף קיין פרט, זאכן וואס איז מיר נישט נוגע געווענליך לייג איך מיך נישט אריין דערין עס ארויסצוהאבן, איך וועל ווייטער גיין ווי אזוי מיין מאמע און ארויף גייען, און האפן אז מיינע ווייטערדיגע דורות וועלן נישט גיין נידריגער פון דעם... ביי מיר אינדערהיים גייט מען בעסער פון איר מאמע, און מיין מאמע גייט בעסער ווי די באבעס פון די אנדערע זייט...
צוריק צום עצם נושא.

צום קעפל.
על רגל אחת לפי עניית דעתי. אונזער יהדות איז איין קייט צום בארג סיני. די קייט צום בארג סיני איז ראש וראשון די אייגענע עלטערן - שמע בני מוסר אביך ועל תטוש תורת אמך. זיי האבן דיר געבוירן און מחנך געווען צו יהדות, אן זיי האסטו גארנישט. והשנית, דיינע רבי‘ס וואס האבן דיר געלערנט תורה.
אויב פארשטייסטו אז דו ביסט א איד צוליב זיי, ווילסטו נאטורליך זיין א איד אזויווי זיי. אזויווי הלל הזקן וואס האט געזאגט צום גר: אז אויב גלייבסטו מיר אין תורה שבכתב דעמאלטס גלייב מיר אויכעט אין תורה שבעל פה. עמיצער וועמען זיין קשר על פי זיינע עלטערן איז אים נישט גוט איז בגדר סכנה, ווייסט פארוואס? ווייל דיין לייף ליין צו די בארג סיני איז דיך נישט גוט. ביסט מערער אין עס.
יעצט, א ודאי האבן קינדער פון שוואכע עלטערן און בעלי תשובה א תקומה, אבער עס איז ביטער שווער זיך ריכטיג אוועקצושטעלן און וויסן וועמענס מסורה צו אננעמען וכו‘ יא, מען קען. אבער ווי קומט דאס צו אן אומאפגעהאקטע קשר פון דיינע עלטערן? אזאלעכע קליינליכע השקפות און מיינונגען צווישן די שורות וכו‘ וכו‘
אויב עמיצער איז מערער אין זיין קשר צום בארג סיני קען עס זיין א סימן אויף זיין חיסרון אמונה און עס קען פונקט אזוי זיין א סיבה אויף חיסרון אמונה. עס איז ווי טשעלענדזשן די לייף ליין פון יהדות.
על רגל אחת, עס צו מאכן די מערסטע סימפל בעפאר מען גייט אפילו צו טעקניקלס: עס איז די מיינדסעט. עס איז די פארשטאנד און הבנה וואס דיין טאטע און זיידעס מיינען פאר דיר און דיין יהדות. עס איז אונזער קשר צום בארג סיני. עס איז אונזער קבלת התורה.
יעצט קען מען מאריך זיין אין די נקודת המסורה אויף למעשה, די חלק ההלכה ומנהג, אבער די יסוד הדברים איז די יחוס און קשר צום בארג סיני. עס איז וואס אטענטירט און שטעלט אוועק אונזער יהדות אלץ לעדזשיט, אלץ אמת. אויב פארשטייסטו דאס ווילסטו נישט מאכן א חופה אין א הויז ווייל עס באלאנגט נישט אזוי... עס באלאנגט אינטערן הימל. א חופה איז א אידישקייט זאך און אזוי האט מען געטון דעי אידישקייט זאך אלע יארן, סאיז נאטורליך נישטא קיין מקום פאר טויש (בלי טעם וסיבה נחוץ, וואס דעמאלטס איז לגמרי אנדערש, כמובן).

איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דעם. והעיקר איז דאס וואס @מסתמא האט געשריבן.
'מסורה' איז א דבר עיקרי ביהדות, אבער זייער אסאך זאכן וואס ווערט אויף היינט באנוצט די 'מסורה' קארטל איז עס נישט אין ריכטיגן פלאץ, דאס ברענגט א ערבוב און א טשטוש אינעם ריכטיגן מסורה און איז גורם אז מענטשן זאלן נישט פארשטיין ווי ווייט וויכטיג די מסורת היהדות גייט.
לטעימה בעלמא, מיין טאטע גייט א פלאכע ביבער הוט מעג איך זיך אנטון א אנדערע הוט? זייער אסאך מענטשן וועלן תיכף ענטפערן 'מסורה', אבער ס'איז נישט ריכטיג.
די אידישע מסורה איז צו גיין מיט אידישע מלבושים צו זיין געקליידעט העכער די גוי'אישע מושגים און צו זיין אפגעזונדערט פונעם גוי'אישן גאס, ויהי שם לגוי פירשו חכז''ל (הגדה של פסח) מלמד שהיו ישראל מצויינים שם, די ראשונים (רשב''ם, ריטב''א ועוד) לערנען פשט אז מ'איז געגאנגן געקליידעט אנדערש, כדי זיך נישט אויסצומישן מיט די גויים (וכ''כ מפורש בכמה מדרשי חכז''ל), דאס איז די אידישע מסורה. פונקטליך וועלכע קלייד זיך אנצוטון איז געווען פארשידענע קליידונג זה בכה וזה בכה, און ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיט'ן אידישן לבוש איז דאס נישט קיין אפנויג פון מסורה.
יעצט קומט אריין אינגאנצן א צווייטע נקודה, אז ווען ס'איז דא א געהעריגע געזונטע קשר צווישן א טאטע און א זון, וויל א קינד ''נאטורליך'' טון וואס זיין טאטע טוט, ס'איז נישט ווייל ער דארף, נאר ווייל ער 'וויל'. א קינד איז נמשך בטבעו אחר האב, נאטורליך זעט א קינד אין זיין טאטע שגדלו וחנכו א העכערע געשטאלט, זיין טאטע איז זיין מוסטער, און ער וויל טון וואס ער האט געזען ביי זיין טאטע. אבער, דאס איז נישט 'מסורה', און אויב וויל די קינד פאר סיי וועלכע סיבה אנטון עפעס אנדערש אין בזה שום צד נטיה מהמסורה.

איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
ווען איינער טשעלענדזש א מנהג פון זיינע עלטערן, האט ער נישט אפגעהאקט זיין קשר צו קבלת התורה. קאממאן.
ווען איינער לייקנט אין יסודי התורה, דאן יא.
אבער נישט דאס איז די מדובר.
לעניות דעתי, אידישקייט איז נישט קיין גרעי עריע, עיקרי הדת זענען לויט יעדן מאסגעבנד, קיינער קוועשענט נישט שמירת שבת וכו.
גרעי עריע קעטעגאזירט מעגליך געוויסע קראנטע אדער אומקראנטע מנהגים אדער מסורות.

זייער ריכטיג!צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 10:45 am איך האב שוין לאנג געוואלט שרייבן איבער דעם. והעיקר איז דאס וואס @מסתמא האט געשריבן.
'מסורה' איז א דבר עיקרי ביהדות, אבער זייער אסאך זאכן וואס ווערט אויף היינט באנוצט די 'מסורה' קארטל איז עס נישט אין ריכטיגן פלאץ, דאס ברענגט א ערבוב און א טשטוש אינעם ריכטיגן מסורה און איז גורם אז מענטשן זאלן נישט פארשטיין ווי ווייט וויכטיג די מסורת היהדות גייט.
לטעימה בעלמא, מיין טאטע גייט א פלאכע ביבער הוט מעג איך זיך אנטון א אנדערע הוט? זייער אסאך מענטשן וועלן תיכף ענטפערן 'מסורה', אבער ס'איז נישט ריכטיג.
די אידישע מסורה איז צו גיין מיט אידישע מלבושים צו זיין געקליידעט העכער די גוי'אישע מושגים און צו זיין אפגעזונדערט פונעם גוי'אישן גאס, ויהי שם לגוי פירשו חכז''ל (הגדה של פסח) מלמד שהיו ישראל מצויינים שם, די ראשונים (רשב''ם, ריטב''א ועוד) לערנען פשט אז מ'איז געגאנגן געקליידעט אנדערש, כדי זיך נישט אויסצומישן מיט די גויים (וכ''כ מפורש בכמה מדרשי חכז''ל), דאס איז די אידישע מסורה. פונקטליך וועלכע קלייד זיך אנצוטון איז געווען פארשידענע קליידונג זה בכה וזה בכה, און ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיט'ן אידישן לבוש איז דאס נישט קיין אפנויג פון מסורה.
יעצט קומט אריין אינגאנצן א צווייטע נקודה, אז ווען ס'איז דא א געהעריגע געזונטע קשר צווישן א טאטע און א זון, וויל א קינד ''נאטורליך'' טון וואס זיין טאטע טוט, ס'איז נישט ווייל ער דארף, נאר ווייל ער 'וויל'. א קינד איז נמשך בטבעו אחר האב, נאטורליך זעט א קינד אין זיין טאטע שגדלו וחנכו א העכערע געשטאלט, זיין טאטע איז זיין מוסטער, און ער וויל טון וואס ער האט געזען ביי זיין טאטע. אבער, דאס איז נישט 'מסורה', און אויב וויל די קינד פאר סיי וועלכע סיבה אנטון עפעס אנדערש אין בזה שום צד נטיה מהמסורה.
נאר דיין לעצטע פאראגראף דארף אביסול קלארעפיקאציע. די נאטירליכע געפיל פון א קינד צו זיין ווי די טאטע מיינט בכלל נישט אז מ'דארף זיך פירן אזויווי אים. מיין טאטע קען לערנען הלכה און איך וועל לערנען גמרא בעיון. מיין טאטע דאווענט און קוויטעלט זיך ביי אדמו"ר פלוני ווי ער שפירט א קשר און איך שפיר א קשר ערגעץ אנדערש. דאס אלץ ווענד זיך יעדער לפי מצבו פארוואס אים ציט איין זאך מער ווי די צווייטע. סתם וועלן נאכטון וואס די טאטע האט ליב געהאט מיינט זיין א ראבאט און איז מעשה קוף בעלמא.
למעשה אבער ווייסט מען נאכנישט ווען ס'איז יא בארעכטיגט צו ניצן די מסורה קארטל.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
Re: מסורה !! וואס איז דאס ???
ווי האסטו אזוי פארשטאנען מיינע ווערטער? איך האב דאס נישט געשריבן.דריידל האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 09, 2026 12:06 pm
נאר דיין לעצטע פאראגראף דארף אביסול קלארעפיקאציע. די נאטירליכע געפיל פון א קינד צו זיין ווי די טאטע מיינט בכלל נישט אז מ'דארף זיך פירן אזויווי אים. מיין טאטע קען לערנען הלכה און איך וועל לערנען גמרא בעיון. מיין טאטע דאווענט און קוויטעלט זיך ביי אדמו"ר פלוני ווי ער שפירט א קשר און איך שפיר א קשר ערגעץ אנדערש. דאס אלץ ווענד זיך יעדער לפי מצבו פארוואס אים ציט איין זאך מער ווי די צווייטע. סתם וועלן נאכטון וואס די טאטע האט ליב געהאט מיינט זיין א ראבאט און איז מעשה קוף בעלמא.
קוק דא