אידישע גראמאטיק

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2230
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7054

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך נקודות טובות »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 4:15 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 10:53 pm טיש, טישן. בארג, בערג. האלץ, העלצער. אייזן, אייזענעס. זעקל, זעקלעך. (זעקליך?) פוס, פיס. נאש, נאשערייען. סטעפ, סטעפס. (סטעפסעס?)

אייז, ?. גלעזער, ?.
אייז, וואסער, לופט, וויין, (יין, נישט בכיה) געלט, פיש, טרעפ און נאך פילע ווערטער.

ס'ווערט גערופן קאלעקטיוו נאון, דער נאון - זאכווארט איז קאלעקטיוו סיי פאר ל' יחיד און סיי פאר ל' רבים.

צום באמערקן אז טייל פון די ווערטער האבן יא א לשון רבים ווי פישן, וויינען, געלטער און וואסערן, דאס ווערט געניצט ווען מ'רעדט פון עטליכע סארט פיש און וויין. מ'זאגט אסאך וויין און געלט אבער דער וועקסלער האט אלע סארט געלטער און דער מוכר יין אלע סארט וויינען.

גלעזער איז שוין לשון רבים פון גלאז. ברילן ווערט גערופן גלעזער צוליב אירע צוויי גלעזער.

נאש איז אויך בלשון רבים; צוויי נאש. און סטעפס איז ענגליש, טרעפ איז (לכאו') אויך קאלעקטיוו ווי געשריבן.

וואלקנקראצער, שרייבער ועוד לויט געוויסע, אנדערע שרייבן יא מיט א ס'.



אורשפרינגליך איז גאפל אויך קאלעקטיוו, אין א"י האב איך געהערט ר' אפרים שטערן שרייען מ'זאל אריינברענגען נאך גאפל...

(דאס פארענטפערט פארוואס מ'זאגט גאפלעך און נישט גאפלען ווי עס וואלט געדארפט זיין נאכ'ן אות ל').
יישר כח!

איך ווייס נישט וויפיל מ׳קען מדמה לשון הקודש צו אנדערע שפראכן, אבער דער יסוד איז לכאורה אזוי ווי ויהי לי שור וחמור. מען רעדט פונעם מין. ווען מען רעדט פונעם מין בכלליות רופט מען עס אלעמאל בלשון יחיד. און פארקערט איז אויך דא, ווי דער אבן־עזרא שרייבט אויף מים, שמים, רחים, אלקים און נאך, ווערן גערופן בלשון רבים ווייל זיי גייען אלעמאל צוזאמען. א רחים (מילשטיין) איז נאר ווען עס באשטייט פון צוויי שטיינער, אויב עס איז נאר איין שטיין איז דאס נישט קיין מילשטיין. אזוי איז טאקע אין ענגליש מיט scissors אויף איין שערל. א שערל באשטייט פון צוויי מעסערלעך.

וואסער איז נישט איינס פון צוויי. וואסער איז א מין חומר בכלליות. עס איז באמת נישט שייך צו זאגן איין וואסער אדער צוויי וואסערס. די איינציגע זאך וואס טיילט אפ איין וואסער פון די אנדערע, איז דאס וואס עס ליגט אין א צווייטע כלי. און דערפאר אין ענגליש זאגט מען two bottles of water, נישט two waters. די לשון רבים גייט אויף דעם כלי און נישט אויף די וואסער.

יעצט וועגן גאפל: דו קענסט רעדן בלשון רבים, אבער נאכאלץ זאגן גאפל. דוגמה: יעדער איינער עסט פיש און פלייש מיט א גאפל. דו רעדסט פון יעדען, און דו רעדסט פון פיש און פלייש, צוויי מאל לשון רבים. אבער עכ"ז וועעסטו זאגן "א" גאפל און נישט גאפלעך. ווייל דו רעפירסט צום מין חומר המכונה גאפל. אבער וועסט געוויס זאגן ברענג מיר צוויי גאפלעך, ווייל דו רעפירסט צום אביעקט וואס איז יא איינס פון צוויי.

גלעזער: דער אמת איז ביסט גערעכט, איך האב מיר געקויפט א פאר גלעזער מיינט נישט אז איך האב געקויפט צוויי גלעזער'ס, עס מיינט איין מלבוש פון גלעזער, וואס באשטייט פון צוויי גלאזן. אבער עכ"ז מיין איך אז מען זאגט יא אז די גלעזער סטאר האט אסאך מיני גלעזערס. ניין? איז עס מיין טעות?

מיט וואלקן קראצער דאכט זיך אז אין ענגליש שרייבט מען לכתחילה skyscrapers.

פיש פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס. אין לשון הקודש איז עס יא דג דגים. פארוואס דארט פארשטייסטו יא די לשון רבים?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2285
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4515

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך הדסים »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:39 pm
יישר כח!

איך ווייס נישט וויפיל מ׳קען מדמה לשון הקודש צו אנדערע שפראכן, אבער דער יסוד איז לכאורה אזוי ווי ויהי לי שור וחמור. מען רעדט פונעם מין. ווען מען רעדט פונעם מין בכלליות רופט מען עס אלעמאל בלשון יחיד. און פארקערט איז אויך דא, ווי דער אבן־עזרא שרייבט אויף מים, שמים, רחים, אלקים און נאך, ווערן גערופן בלשון רבים ווייל זיי גייען אלעמאל צוזאמען. א רחים (מילשטיין) איז נאר ווען עס באשטייט פון צוויי שטיינער, אויב עס איז נאר איין שטיין איז דאס נישט קיין מילשטיין. אזוי איז טאקע אין ענגליש מיט scissors אויף איין שערל. א שערל באשטייט פון צוויי מעסערלעך.

וואסער איז נישט איינס פון צוויי. וואסער איז א מין חומר בכלליות. עס איז באמת נישט שייך צו זאגן איין וואסער אדער צוויי וואסערס. די איינציגע זאך וואס טיילט אפ איין וואסער פון די אנדערע, איז דאס וואס עס ליגט אין א צווייטע כלי. און דערפאר אין ענגליש זאגט מען two bottles of water, נישט two waters. די לשון רבים גייט אויף דעם כלי און נישט אויף די וואסער.
אין אידיש זאגט מען אויך אזוי, אסאך וואסער; נישט צוויי.
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:39 pm יעצט וועגן גאפל: דו קענסט רעדן בלשון רבים, אבער נאכאלץ זאגן גאפל. דוגמה: יעדער איינער עסט פיש און פלייש מיט א גאפל. דו רעדסט פון יעדען, און דו רעדסט פון פיש און פלייש, צוויי מאל לשון רבים. אבער עכ"ז וועעסטו זאגן גאפל נישט גאפלעך. ווייל דו רעפירסט צום מין חומר המכונה גאפל. אבער וועסט געוויס זאגן ברענג מיר צוויי גאפלעך, ווייל דו רעפירסט צום אביעקט וואס איז יא איינס פון צוויי.
מ'קען אויך זאגן יעדער איינער גייט מיט א הוט.

ביי וויין וועט מען אבער זאגן אסאך וויין, אסאך וואסער און געכאפט צען פיש.
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:39 pm גלעזער: דער אמת איז ביסט גערעכט, איך האב מיר געקויפט א פאר גלעזער מיינט נישט אז איך האב געקויפט צוויי גלעזער'ס, עס מיינט איין מלבוש פון גלעזער, וואס באשטייט פון צוויי גלאזן. אבער עכ"ז מיין איך אז מען זאגט יא אז די גלעזער סטאר האט אסאך מיני גלעזערס. ניין? איז עס מיין טעות?
איך מיין אזוי. דאס געשעפט האט אסאך מיני גלעזער.
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:39 pm מיט וואלקן קראצער דאכט זיך אז אין ענגליש שרייבט מען לכתחילה skyscrapers.
ווייל במקור איז נישטא אין אידיש קיין ס' נאכזילבע נאר נאך א ווארט וואס ענדיגט זיך 'אפן', ד.ה. מיט אן א אדער ע. (און נעמען פון מענטשן, אלע שמעונ'ס זאלן גיין אהין).
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:39 pm פיש פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס. אין לשון הקודש איז עס יא דג דגים. פארוואס דארט פארשטייסטו יא די לשון רבים?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 984
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1132

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך תינוק הבורח »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:39 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 4:15 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 01, 2026 10:53 pm טיש, טישן. בארג, בערג. האלץ, העלצער. אייזן, אייזענעס. זעקל, זעקלעך. (זעקליך?) פוס, פיס. נאש, נאשערייען. סטעפ, סטעפס. (סטעפסעס?)

אייז, ?. גלעזער, ?.
אייז, וואסער, לופט, וויין, (יין, נישט בכיה) געלט, פיש, טרעפ און נאך פילע ווערטער.

ס'ווערט גערופן קאלעקטיוו נאון, דער נאון - זאכווארט איז קאלעקטיוו סיי פאר ל' יחיד און סיי פאר ל' רבים.

צום באמערקן אז טייל פון די ווערטער האבן יא א לשון רבים ווי פישן, וויינען, געלטער און וואסערן, דאס ווערט געניצט ווען מ'רעדט פון עטליכע סארט פיש און וויין. מ'זאגט אסאך וויין און געלט אבער דער וועקסלער האט אלע סארט געלטער און דער מוכר יין אלע סארט וויינען.

גלעזער איז שוין לשון רבים פון גלאז. ברילן ווערט גערופן גלעזער צוליב אירע צוויי גלעזער.

נאש איז אויך בלשון רבים; צוויי נאש. און סטעפס איז ענגליש, טרעפ איז (לכאו') אויך קאלעקטיוו ווי געשריבן.

וואלקנקראצער, שרייבער ועוד לויט געוויסע, אנדערע שרייבן יא מיט א ס'.



אורשפרינגליך איז גאפל אויך קאלעקטיוו, אין א"י האב איך געהערט ר' אפרים שטערן שרייען מ'זאל אריינברענגען נאך גאפל...

(דאס פארענטפערט פארוואס מ'זאגט גאפלעך און נישט גאפלען ווי עס וואלט געדארפט זיין נאכ'ן אות ל').
יישר כח!

איך ווייס נישט וויפיל מ׳קען מדמה לשון הקודש צו אנדערע שפראכן, אבער דער יסוד איז לכאורה אזוי ווי ויהי לי שור וחמור. מען רעדט פונעם מין. ווען מען רעדט פונעם מין בכלליות רופט מען עס אלעמאל בלשון יחיד. און פארקערט איז אויך דא, ווי דער אבן־עזרא שרייבט אויף מים, שמים, רחים, אלקים און נאך, ווערן גערופן בלשון רבים ווייל זיי גייען אלעמאל צוזאמען. א רחים (מילשטיין) איז נאר ווען עס באשטייט פון צוויי שטיינער, אויב עס איז נאר איין שטיין איז דאס נישט קיין מילשטיין. אזוי איז טאקע אין ענגליש מיט scissors אויף איין שערל. א שערל באשטייט פון צוויי מעסערלעך.

וואסער איז נישט איינס פון צוויי. וואסער איז א מין חומר בכלליות. עס איז באמת נישט שייך צו זאגן איין וואסער אדער צוויי וואסערס. די איינציגע זאך וואס טיילט אפ איין וואסער פון די אנדערע, איז דאס וואס עס ליגט אין א צווייטע כלי. און דערפאר אין ענגליש זאגט מען two bottles of water, נישט two waters. די לשון רבים גייט אויף דעם כלי און נישט אויף די וואסער.

יעצט וועגן גאפל: דו קענסט רעדן בלשון רבים, אבער נאכאלץ זאגן גאפל. דוגמה: יעדער איינער עסט פיש און פלייש מיט א גאפל. דו רעדסט פון יעדען, און דו רעדסט פון פיש און פלייש, צוויי מאל לשון רבים. אבער עכ"ז וועעסטו זאגן "א" גאפל און נישט גאפלעך. ווייל דו רעפירסט צום מין חומר המכונה גאפל. אבער וועסט געוויס זאגן ברענג מיר צוויי גאפלעך, ווייל דו רעפירסט צום אביעקט וואס איז יא איינס פון צוויי.

גלעזער: דער אמת איז ביסט גערעכט, איך האב מיר געקויפט א פאר גלעזער מיינט נישט אז איך האב געקויפט צוויי גלעזער'ס, עס מיינט איין מלבוש פון גלעזער, וואס באשטייט פון צוויי גלאזן. אבער עכ"ז מיין איך אז מען זאגט יא אז די גלעזער סטאר האט אסאך מיני גלעזערס. ניין? איז עס מיין טעות?

מיט וואלקן קראצער דאכט זיך אז אין ענגליש שרייבט מען לכתחילה skyscrapers.

פיש פארשטיי איך טאקע נישט פארוואס. אין לשון הקודש איז עס יא דג דגים. פארוואס דארט פארשטייסטו יא די לשון רבים?
דער ריכטיקער וועג איז צו זאגן "ברענג מיר צוויי גאפל".
זבולון שטיינקלאץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 356

Re: אידישע גראמאטיק

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

הדסים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 6:43 pm
זבולון שטיינקלאץ האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 1:25 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 4:15 am טרעפ איז (לכאו') אויך קאלעקטיוו ווי געשריבן.
איך מיין אז ווען מ'שרייבט איין 'טרעפ', שרייבט מען טרעפל. נאר לשון רבים ניצט מען טרעפ.
טרעפל איז לכאורה דימינוטיוו, ד.ה. אין קליין, ווי אין טישל.
פארשטייט זיך. אבער למעשה ניצט מען דאס פאר אן איינציגע טרעפל, מ'שרייבט נישט איין טרעפ.
שרייב פאוסט