קהילות וחסידות בימינו

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4251

קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך הדסים »

שוין געשריבן אמאל דערוועגן און בעצם איז עס דברים פשוטים, אבער אז כסדר ווערט די קושיא נאכאמאל ערווענט מיין איך אז עס קען פארנעמען א באזונדערע טעמע, בפרט יעצט אז ס'ווערט א שטיקל שיבוש הנושאים דא.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2217
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4251

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך הדסים »

פארצייטנס האט יעדע שטאט געהאט א רב און א קהילה, די קהילה האט צוגעשטעלט דיינים שוחטים מלמדים בתי מדרשות מוהלים סידור קידושין ביה"ח און אלעס וואס דער שו"ע פארלאנגט.

בנוסף לזה האט דער וואס האט געוואלט; זיך מקבל געווען א רבי וואס זאל אים מדריך זיין אין עבודת השם, דער רבי איז נישט געווען דער וועמען מיין טאטע האט געניצט ווייל וואס האט מיין שורש נשמה מיט מיין טאטנ'ס?

ווען דער רבי איז נסתלק געווארן האט מען לאו דוקא אויפגענומען זיין זון, ווייל וויאזוי איז ער א צדיק? שאינו ירושה לך.

ווען דער מ"מ איז געווארן אויפגענומען זענען די תלמידים לאו דוקא דארט געבליבן, ווייל ס'איז נישט מוכרח אז איך בין מקושר אויך צו זיין שורש נשמה. וכן הלאה.

משחרב אייראפע נטשטשו קהילה וחסידות, צום אלעם ערשט איז שוין כעת כמעט נאר געווען רביים וחסידים און ווייניגער רביים ותלמידים.
והשנית, וויאזוי דער מסבב כל הסיבות האט געפירט איז אין רוב מקומות נישט געווען מער קיין שטאטס רב נאר יעדער מנהיג האט געעפנט א ביהמ"ד און פון דארט אויך ווייטער אלע קהילה'שע פונקציעס.

וואס איז געשען איז א צעמישעניש. פארוואס בין איך מחויב אנצוהאלטן דעם זעלבן דרך החסידות ווי מיין טאטן, פארוואס מוז זיין אז מיין רבי און אלע זיינע אייניקלעך וועלן זיין צדיקים, פארוואס האט מיין זיידע געקענט נאשן פון עטליכע רביים און בין משועבד צו איינעם?

נאר דער אמת איז אז די אמאליגע סטאנדארטן גייען אן היינט אויך, יעדער איד קען אויסוועלן וועלכן רבי'ן אדער דרך החסידות ער באגערט מיט'ן לערנען סיי וועלכע חסידישע ספרים זיין הארץ גליסט און אפילו דרכים ווי חב"ד ברסלב און סלאנים.

אבער פונקט ווי אמאל קען מען זיך נישט אפזאגן פונ'ם חלק הקהילה, יעדער איד דארף באלאנגען צו א קהילה און דאס בלייבט מען געווענליך יא דארט ווי דער טאטע איז געווען, מ'שטעלט זיך צו צו די תקנות הקהילה און מ'ליגט עמו"ש בקבר אבותיו.

טוישן קהילה איז טעכניש מעגליך אבער האט גארנישט מיט טוישן חסידות, מ'קען זיין א סאטמארער און זיך קאכן און זיין מקושר אין ר' צדוק איזביצא ברסלב פשיסחא (אויב ווייסט איר דעם חילוק…) קאמארנא אדער טשערנאבל.

דאס איז אויך די סיבה פארוואס רעביסטעווע גייט היינט אריבער פון טאטע צו זון און נישט פון רבי'ן צום תלמיד. דערפאר זענען משפיעים אזא גאנגבארער עסק היינט צו טאג, און ס'איז נישט קיין דיעבד.

מ'קען אפשר יא טוישן קהילה פונקט ווי מ'האט אמאל געקענט זיך אריבערציען א שטאט, אבער דאס דארף האבן א רעכטפארטיגע סיבה און זיין דורכגעטראכט דורך א בר דעת, למיעוטי בחורים.

כנלע"ד, איך בין אפן פאר טויש...

הוספה: כמובן אז דאס מיינט נישט אז דער רבי קען נישט זיין קיין צדיק אדער אז אפילו ער איז נישט מיין צדיק קען איך נישט 'אויך' נהנה זיין מבארו.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מחפש שלווה
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם סמוך ונראה להציון הקדוש
x 183

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך מחפש שלווה »

מען קען טאקע טעכניש טוישן חסידות אבער טריי נאר צי דאס טאן די גייסט כאפן הע''ל פון אלע זייטן ליידער
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
יעקב דוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 274

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך יעקב דוד »

אסאך משפיעים הייבן אהן קלייבן חסידים כהיום כדרך ווי סאיז געווען 200 יאר צוריק, די שאלה איז נאר צוויי פאכיג
1. צו וועלן זיי שלינגן געניג אז זיי וועלן איין טאג איבערוועגן און באזייטיגן די ירושה הויפן (אויב די די קינדער פונעם רבי הויף האט נישט וואס צו פארקויפן).
2. צו זיי וועלן איבערגעבן פאר תלמידים, אדער אויכט תורת ירושה וואס דאן מפטירין כדאתמול.
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 391

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך דריידל »

יעקב דוד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:51 am אסאך משפיעים הייבן אהן קלייבן חסידים כהיום כדרך ווי סאיז געווען 200 יאר צוריק, די שאלה איז נאר צוויי פאכיג

לגבי #2, רוב משפיעים האבן נישט וואס איבערצוגעבן פאר די קינדער. די גאנצע וואס רבי'ס גיבן איבער פאר קינדער איז רעכל עסטעיט. איינמאל משפיעים בויען א ריעל עסטעיט אימפעריע איז טאקע מפטירין כדאתמול
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 391

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך דריידל »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 4:57 am

אבער פונקט ווי אמאל קען מען זיך נישט אפזאגן פונ'ם חלק הקהילה, יעדער איד דארף באלאנגען צו א קהילה און דאס בלייבט מען געווענליך יא דארט ווי דער טאטע איז געווען, מ'שטעלט זיך צו צו די תקנות הקהילה און מ'ליגט עמו"ש בקבר אבותיו.
איך בין מחולק מיט דעם סעיף. קודם כל איז בכלל נישט קלאר וואס מיינט באלאנגען צו א קהילה? איך דאווען אין א שול ביי מיין קארנער ווי ס'דא א חשוב'ע רב פון וועם איך בין מקבל מרות. נישט קיין קהילה, גארנישט. מוסדות - יונגלעך אין תלמוד תורה בני ישראל און מיידלעך אין בית יעקב. בית החיים וועט זיין אין הר שלום אדער חסד של אמת אין וואדריזש.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4984

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך Think and Thank »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 4:57 am דאס איז אויך די סיבה פארוואס רעביסטעווע גייט היינט אריבער פון טאטע צו זון און נישט פון רבי'ן צום תלמיד.

דאס איז בכלל נישט קיין נייע זאך. שוין פאר 150 יאר צוריק און אפילו מער איז געווען זייער זעלטן אז א רבי'ס קינדער זאלן נישט איבערנעמען לאחר פטירתו.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2232
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7792

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך מסתמא »

מיינע צוויי צענט.

סאיז צייט פאר ערליכע נגידים צו עפענען אומאפהענגיקע קהילות מיט די פולע סערוויסעס מהחל עד כלה, מיט א מהלך און שטאטוטן פון שו"ע ומסורה און געהעריג ערוועלן רבנים און טובים אזויווי אין שו"ע שטייט אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור. מאז וואס די קהילות זענען ציפאלן איז אידישקייט שוואך געווארן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אגד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 157

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך אגד »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:10 am

ווייל דרך חסידות האט שוין דעמאלסט עקספייערט לויט צדיקי בית צאנז..

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:16 am מיינע צוויי צענט.

סאיז צייט פאר ערליכע נגידים צו עפענען אומאפהענגיקע קהילות מיט די פולע סערוויסעס מהחל עד כלה, מיט א מהלך שטאטוטן פון שו"ע ומסורה און געהעריג ערוועלן רבנים און טובים אזויווי אין שו"ע שטייט אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור. מאז וואס די קהילות זענען ציפאלן איז אידישקייט שוואך געווארן.
פארטייאישע אידישקייט היינט, מיט אלע פראבלעמען, איז דען שוואכער סטראקטשעלי ווי שטעטלישע אידישקייט אינדערהיים מיט קהילות און פייערבארע רבנים?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2232
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7792

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך מסתמא »

אגד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:18 am

יא
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 391

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך דריידל »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:16 am מיינע צוויי צענט.

סאיז צייט פאר ערליכע נגידים צו עפענען אומאפהענגיקע קהילות מיט די פולע סערוויסעס מהחל עד כלה, מיט א מהלך און שטאטוטן פון שו"ע ומסורה און געהעריג ערוועלן רבנים און טובים אזויווי אין שו"ע שטייט אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור. מאז וואס די קהילות זענען ציפאלן איז אידישקייט שוואך געווארן.
אוממעגליך ס'זאל ארבעטן. ראובן וועט זיך באליידיגן אז די גבאי האט געגעבן אן עליה פאר שמעון אדער אז די רב שמייכלט מער צו לוי און ער וועט עפענען א נייע שול אקראס די סטריט. אמאל אז די קהילה האט געהאט א לעגאלע כח האט עס געקענט ארבעטן.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2890
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8943

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דעציט! די בעלי בתים וראשי הקהילה וועלן זיין באלעבאס, און צוריק צו די אלטע רדיפות פון די פארצייטישע רבנים וצדיקים, וועלכע זענען עפר תחת כפות בעלי בתים אכזריים...

מהר"א האט אראפגעלייגט דאס לעבן פון די פארצייטישע ערליכע רבנים, מיט זייערע פראסטע בעלי בתים, די וואך ביים טיש דערציילנדיג מעשיות פונעם פני יהושע.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1919

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך יאנטשי »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:29 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:16 am מיינע צוויי צענט.

סאיז צייט פאר ערליכע נגידים צו עפענען אומאפהענגיקע קהילות מיט די פולע סערוויסעס מהחל עד כלה, מיט א מהלך און שטאטוטן פון שו"ע ומסורה און געהעריג ערוועלן רבנים און טובים אזויווי אין שו"ע שטייט אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור. מאז וואס די קהילות זענען ציפאלן איז אידישקייט שוואך געווארן.
אוממעגליך ס'זאל ארבעטן. ראובן וועט זיך באליידיגן אז די גבאי האט געגעבן אן עליה פאר שמעון אדער אז די רב שמייכלט מער צו לוי און ער וועט עפענען א נייע שול אקראס די סטריט. אמאל אז די קהילה האט געהאט א לעגאלע כח האט עס געקענט ארבעטן.
נישט דווקא לעגאל, נאר בכלל א כח מיט דעם וואס עס האט באלאנגט פאר די שטאט מענטשן.

די פלאן פון מסתמא כמעט ווי די בתי מדרשים מיט א אריינגעוועלטע גבאי... וואלן איז נישט דאס וואס געבט א כח.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2232
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7792

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך מסתמא »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:29 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:16 am מיינע צוויי צענט.

סאיז צייט פאר ערליכע נגידים צו עפענען אומאפהענגיקע קהילות מיט די פולע סערוויסעס מהחל עד כלה, מיט א מהלך און שטאטוטן פון שו"ע ומסורה און געהעריג ערוועלן רבנים און טובים אזויווי אין שו"ע שטייט אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור. מאז וואס די קהילות זענען ציפאלן איז אידישקייט שוואך געווארן.
אוממעגליך ס'זאל ארבעטן. ראובן וועט זיך באליידיגן אז די גבאי האט געגעבן אן עליה פאר שמעון אדער אז די רב שמייכלט מער צו לוי און ער וועט עפענען א נייע שול אקראס די סטריט. אמאל אז די קהילה האט געהאט א לעגאלע כח האט עס געקענט ארבעטן.
די פוינט פון די קהילות איז נישט 'כח', סאיז א מיס'קאנסעפשאן. מיט די פרייטהייטס ווינטן (דוגמת אונגארן בזמן הטיילונג) איז די קאנצעפט קהילה געווארן רידעפינירט אלץ א 'איחוד ומקור' פון 'אידישקייט סערוויסעס'. א קהילה איז אן 'איגוד' נישט קיין קאנטראל סיסטעם. סאיז אמת אז אמאל בעפאר פרייהייט זענען די קהילות אויכעט געווען א קאנטראל סיסטעם, ווי למשל בזמן די ועד ארבה ארצות, אבער דאס איז פארטיג געווארן די לעצטע 200 צוליב די רעאליטעט אויפן גאס. יהדות איז מער נישט קיין געצווינגענע זאך, עס קען פשוט נישט ארבעטן.

דאס יא, אויב ווילסטו באלאנגען צו די ספעציפישע קהילה דארפסטו זיך צושטעלן. אבער עס איז נישט אז די קהילה זוכט קאנטראל אויף כלל יהדות, בכלל נישט. עס איז אונזער 'פארבאנד' אויב ווילסטו זיין אין דעם פארבאנד דארפסטו זיך האלטן צו די היגע כללים.

אז עס זענען נישטא קיין נוטראלע מקורות פון אידישקייט סערוויסעס פאלט עס אין די הענט פון יורשי נפשות וועלכע זענען בכלל נישט ראוי לאותו דבר און זענען אפגעריקט פונעם כלל הציבור א מיליאן ליכט יארן במילה ווערט די גאנצע ניווא פון יהדות נאכגעלאזט און נעגלעקטעד
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
זלמעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 77
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:17 am
x 113

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך זלמעלע »

אגד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:16 am
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:10 am
הדסים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 02, 2026 4:57 am דאס איז אויך די סיבה פארוואס רעביסטעווע גייט היינט אריבער פון טאטע צו זון און נישט פון רבי'ן צום תלמיד.

דאס איז בכלל נישט קיין נייע זאך. שוין פאר 150 יאר צוריק און אפילו מער איז געווען זייער זעלטן אז א רבי'ס קינדער זאלן נישט איבערנעמען לאחר פטירתו.
ווייל דרך חסידות האט שוין דעמאלסט עקספייערט לויט צדיקי בית צאנז..
אין רוסלאנד - ליובאוויטש קארלין טשערנאביל - איז פון אנפאנג איינגעפירט די ירושה באוועגונג. אבער דאס שטרוי האט מען שויין גענוג געקייט ואינו עניין דידן.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2232
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7792

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך מסתמא »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:35 am דעציט! די בעלי בתים וראשי הקהילה וועלן זיין באלעבאס, און צוריק צו די אלטע רדיפות פון די פארצייטישע רבנים וצדיקים, וועלכע זענען עפר תחת כפות בעלי בתים אכזריים...

מהר"א האט אראפגעלייגט דאס לעבן פון די פארצייטישע ערליכע רבנים, מיט זייערע פראסטע בעלי בתים, די וואך ביים טיש דערציילנדיג מעשיות פונעם פני יהושע.
וואס טוסטו מיט די תשובות חתם סופר וואו ער חזרט איינמאל און נאכאמאל דעם 'אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור'? אן דעם האט די רבנות קיין שום תוקף בדת תורתינו הקדושה. א ודאי דארף זיין שטאטוטן אז שו"ע ומסורה איז די פולשטענדיגע בעל הבית וכו' אבער עלעקשאנס איז די מסורת ישראל ודת ישראל. אזוי איז געווען אינדערהיים מיוסד ע"פ שו"ע.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1919

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך יאנטשי »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:35 am דעציט! די בעלי בתים וראשי הקהילה וועלן זיין באלעבאס, און צוריק צו די אלטע רדיפות פון די פארצייטישע רבנים וצדיקים, וועלכע זענען עפר תחת כפות בעלי בתים אכזריים...

מהר"א האט אראפגעלייגט דאס לעבן פון די פארצייטישע ערליכע רבנים, מיט זייערע פראסטע בעלי בתים, די וואך ביים טיש דערציילנדיג מעשיות פונעם פני יהושע.
דעציט, מען קען בכלל נישט ציען קיין פאראלעלן צווישן די אמאליגע שטעט און היינט, אמאל איז געווען אסאך שטעט און לענדער, יעדער מיט זיינע פראבלעמען, היינט איז אלעס אין איין שטאט, מענטשן מיט א אנדערע מענטאליטעט, איך זעה נישט אז א מאדעל פון אמאל זאל בכלל ארבעטן.

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:45 am

עס קען זיין כמה קהילות אין יעדע שטאט, יעדע פאר זייער ציבור. אמסטערדאם האט געהאט 2, ווענעציע האט געהאט 5, סערדאהעל האט געהאט 3, גאלאנטא האט געהאט 2, די ליסטע איז ענדלאז. סאיז אלעס געווען כולם אהובים כולם ברורים. קיין פראבלעם, אדרבה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1919

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך יאנטשי »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:44 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:35 am דעציט! די בעלי בתים וראשי הקהילה וועלן זיין באלעבאס, און צוריק צו די אלטע רדיפות פון די פארצייטישע רבנים וצדיקים, וועלכע זענען עפר תחת כפות בעלי בתים אכזריים...

מהר"א האט אראפגעלייגט דאס לעבן פון די פארצייטישע ערליכע רבנים, מיט זייערע פראסטע בעלי בתים, די וואך ביים טיש דערציילנדיג מעשיות פונעם פני יהושע.
וואס טוסטו מיט די תשובות חתם סופר וואו ער חזרט איינמאל און נאכאמאל דעם 'אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור'? אן דעם האט די רבנות קיין שום תוקף בדת תורתינו הקדושה. א ודאי דארף זיין שטאטוטן אז שו"ע ומסורה איז די פולשטענדיגע בעל הבית וכו' אבער עלעקשאנס איז די מסורת ישראל ודת ישראל. אזוי איז געווען אינדערהיים מיוסד ע"פ שו"ע.
דאס קענסטו טון אין א שטאט מיט איין קהילה, למשל אויב זאל לעיקפראנט מאכן וואלן און אויפנעמען טובים, א רב און דיינים.. האבן זיי א כח מטעם די שטאט מענטשן.

אבער סתם א קהילה אין ברוקלין, וועט זיך די קהילה נאר האלטן אויב איז עס פון די שוואכע סארט וואס צווינגט קיינעם גארנישט, ווייל איין מאל דער רב הייבט אן אריינרעדן ווי מען וויל נישט הערן, אדער פיצט מען זיך אפ, אדער ווערט א מחלוקת.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2232
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7792

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך מסתמא »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:49 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:44 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:35 am דעציט! די בעלי בתים וראשי הקהילה וועלן זיין באלעבאס, און צוריק צו די אלטע רדיפות פון די פארצייטישע רבנים וצדיקים, וועלכע זענען עפר תחת כפות בעלי בתים אכזריים...

מהר"א האט אראפגעלייגט דאס לעבן פון די פארצייטישע ערליכע רבנים, מיט זייערע פראסטע בעלי בתים, די וואך ביים טיש דערציילנדיג מעשיות פונעם פני יהושע.
וואס טוסטו מיט די תשובות חתם סופר וואו ער חזרט איינמאל און נאכאמאל דעם 'אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור'? אן דעם האט די רבנות קיין שום תוקף בדת תורתינו הקדושה. א ודאי דארף זיין שטאטוטן אז שו"ע ומסורה איז די פולשטענדיגע בעל הבית וכו' אבער עלעקשאנס איז די מסורת ישראל ודת ישראל. אזוי איז געווען אינדערהיים מיוסד ע"פ שו"ע.
דאס קענסטו טון אין א שטאט מיט איין קהילה, למשל אויב זאל לעיקפראנט מאכן וואלן און אויפנעמען טובים, א רב און דיינים.. האבן זיי א כח מטעם די שטאט מענטשן.

אבער סתם א קהילה אין ברוקלין, וועט זיך די קהילה נאר האלטן אויב איז עס פון די שוואכע סארט וואס צווינגט קיינעם גארנישט, ווייל איין מאל דער רב הייבט אן אריינרעדן ווי מען וויל נישט הערן, אדער פיצט מען זיך אפ, אדער ווערט א מחלוקת.
איך כאפ נישט פונקטליך. אז דער עולם פיצט זאלן זיי פיצן, די פוינט איז נישט צווינגען. די פוינט איז אז די סיסטעם זאל זיין ריין. איך דעפיניר א קהילה אלץ אן 'איגוד פון אידן' מיט 'אן ערוועלטע תורה'דיגע הנהגה' און א פולע סעט פון 'אידישקייט סערוויסעס', אלעס אויפגענומען ביי די בני הקהילה וואס סערווירט די בני הקהילה. איך רעד פון חדר, סקול, ישיבה, בתי מדרשים, מקוה, רב ובי"ד, שיעורי תורה, בית החיים וחברה קדישה, שחיטה, השגחה, גמ"ח, צייטונגען, תורה בלעטער, פאון ליין, וכו' וכו' אלע אלע סערוויסעס. ווי מער אומאפהענגיגע סיסטעם'ס וועלכע סערווירן און שטעלן צו יהדות עס וועלן זיין, אלץ שענער וועלן מיר אויסזעהן, קנאת סופרים ירבה חכמה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 217

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך יהא רעוא »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:16 am מיינע צוויי צענט.

סאיז צייט פאר ערליכע נגידים צו עפענען אומאפהענגיקע קהילות מיט די פולע סערוויסעס מהחל עד כלה, מיט א מהלך און שטאטוטן פון שו"ע ומסורה און געהעריג ערוועלן רבנים און טובים אזויווי אין שו"ע שטייט אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור. מאז וואס די קהילות זענען ציפאלן איז אידישקייט שוואך געווארן.
און אויך זאלן מען עפענען א מוסדות ווי מ'דארף נישט גיין מיט לבושי כבוד לעיבעלס, ושלום על ישראל
אוועיטער
יהא רעוא
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 3:18 pm
x 217

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך יהא רעוא »

יעקב דוד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 9:51 am אסאך משפיעים הייבן אהן קלייבן חסידים כהיום כדרך ווי סאיז געווען 200 יאר צוריק, די שאלה איז נאר צוויי פאכיג
1. צו וועלן זיי שלינגן געניג אז זיי וועלן איין טאג איבערוועגן און באזייטיגן די ירושה הויפן (אויב די די קינדער פונעם רבי הויף האט נישט וואס צו פארקויפן).
2. צו זיי וועלן איבערגעבן פאר תלמידים, אדער אויכט תורת ירושה וואס דאן מפטירין כדאתמול.
ווי איך פארשטיי פונעם פותח. (און אויב נישט זאג איך עס)

ס'נישט קיין פלאן וואס מ'זאל איינפעדימען, ס'איז מער א מיינדסעט אז מ'נעמט א ערליכע איד וואס פארשטייט צו מיך, און נישט מיין טאטעס רביס זוהן.
מנחם קארפינקל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
x 50

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך מנחם קארפינקל »

וואו איז געשען? וועלכע קהילה איז נעבעך אנגעקומען צו א דעדענד? איז דאס א מעשה שהוה אדער חוסר אמנה אידן זארגן אויפן צוקונפט?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2208
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2713

Re: קהילות וחסידות בימינו

פאוסט דורך שבת קודש »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 03, 2026 11:16 am מיינע צוויי צענט.

סאיז צייט פאר ערליכע נגידים צו עפענען אומאפהענגיקע קהילות מיט די פולע סערוויסעס מהחל עד כלה, מיט א מהלך און שטאטוטן פון שו"ע ומסורה און געהעריג ערוועלן רבנים און טובים אזויווי אין שו"ע שטייט אין ממנים פרנס על הציבור אלא אם כן נמלכים בציבור. מאז וואס די קהילות זענען ציפאלן איז אידישקייט שוואך געווארן.
1. וואס איז שלעכט יעצט?

2. וויאזוי גייסטו עס אינפאסירן?
שרייב פאוסט