איז עס א חלום אדער אמת?

אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 181
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 951

איז עס א חלום אדער אמת?

פאוסט דורך יענץ מבין »

איך דריי מיך דא ארום די לעצטע פאר טעג און איך פרוביר צו כאפן וואס דא גייט פאר.

ביי היינט בין איך שוין כמעט ווי צוגעוואונט: צופרי, ווי נאר איך קום אריין אין אפיס, נאכן מאכן די קאווע, אין זיך מאכנדיג באקוועם אויפן בענקל, עפן איך אויף אידטיש אויפן קאמפיוטער, איך געב א דרוק אויף אקטיווע טעמעס, און דארטן ערגעץ גאנץ אנפאנג קומט ארויף 'בולעטין נייעס — קורץ און שארף', איך געב א דרוק אויפן לעצטע בלאט, און איך באקום א קלארע בילד פון אלעס וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט, און דערנאך קען מען אנהייבן די טאג און זיך נעמן פלייסיג צום ארבעט.

אבער די לעצטע וואך? ס'איז עפעס מאדנע שטיל.

איך הייב אן צו טראכטן: איז עס א חלום אדער אמת? איז די וועלט טאקע געווארן אזוי שטיל און רואיג די לעצטע וואך? איז טאקע גארנישט אינטערעסאנט געשען? איז טראמפ פשוט איינגעשלאפן ביים רעדער? האט פוטין פשוט אויפגעגעבן? די סטאק מארקעט פארט פונקטליך גראד? אדער אפשר גאר האט @חלום חלמתי פשוט אויפגעוועקט פון זיין חלום...

טייערע @חלום חלמתי, איך האף אז איך וועל זיך אויפוועקן און זעהן אז דאס איז אלץ נאר געוועהן א שלעכטע חלום, און די ביזט עכט ווייטער דא מיט אונז, און זיינע נייעסלעך פליסן ווייטער פונקט ווי אין די גוטע צייטן...
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 538
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1146

Re: איז עס א חלום אדער אמת?

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

ס'איז זיכער סתם א @חלום חלמתי
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4096
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 13753

Re: איז עס א חלום אדער אמת?

פאוסט דורך פליט »

זאלן מיר זיך בקרוב אויפוועקן פון די שלעכטע חלומות, און נאר האבן די גוטע @חלום חלמתי
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4096
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 13753

Re: איז עס א חלום אדער אמת?

פאוסט דורך פליט »

בעליוו איט אר נאט, ער איז דא מיט א פרישקייט 😎


וועלקאם בעק @חלום חלמתי
א גרויסע בענקעניש האט דא געהערשט.
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 325
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 721

Re: איז עס א חלום אדער אמת?

פאוסט דורך ChatGPT »

@חלום חלמתי'ס צוריקקער זאל נישט גורם זיין אז @פליט זאל נאכאמאל אוועקפליען
שרייב פאוסט