דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 26, 2026 7:30 pm
טיפזיניגער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 26, 2026 6:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 26, 2026 4:19 pm
די דאטא "סערוויס" איז אפן, די מעסעדזשינג עפפ ארבעט אויך אויף דאטא (אינטערנעט).
אבער צו האבן וועיז האט ער געמוזט עפענען "גוגל פלעי סערוויסעס" מיט אפענע עקסעס צו אפדעיטן עפפס, און דער עפענונג האט בטעות געהאט זייער א פאצערישע פילטער... אז נאר א עפפ מיט'ן נאמען WAZE קען אריבערגיין. האבן די בחורים רי-נעימד א בראוזער עפפ צו WAZE און די גאנצע אינטערנעט איז געווען אפן ביז'ן ארגסטן
(עד כדי כך אז מ'האט מיר דא געמעקט, ווייל כ'האב געלייגט א בילד פון א מיאוסע לינק וואס איך האב ניטאמאל געוויסט ב"ה וואס דאס איז).
פיג האט שוין Waze פונעם געבורט משא״כ google play services וואס ער האט הערשט צוגעלייגט ביי software version V.1.7.1 דעם אנפאנג יאר, ער האט עס צוגעלייגט צוליב android auto, contact/calendar syncing, Chromebook, nearby share, וואס פארדעם האט זיך אויסגעפעלט די GPS Framework, ס׳האט גארנישט געהאט צוטון מיט די package installer (וואס איז גראדע נישט קיין אינטערנעט עפפ) לאך.
נאך איין מאל די מציאות:
די פעקעדזש אינסטאלער לאזט נישט אפדעיטן קיין שום עפפס. פינטל. דאס איז וויאזוי די פאונס זענען כשר בכלל.
יעצט, היות די WAZE האט געפאדערט א אפענע ליין פון די פלעי סערוויסעס, כדי צו קענען באקומען אפדעיטס, האט פיג גע"ווייט ליסטעד" די WAZE עפפ אז ס'זאל זיין אפן צו די פלעי סערוויסעס לייוו. אדאנק דעם האבן עס די יוזערס אויך געקענט אפדעיטן, דורכ'ן נעמען א בראוזער און עס רינעימען צו WAZE.
דאס איז די מעשה שהי'.
און איך וויל איבער'חזר'ן אז איך בין בכלל נישט דא אראפצורייסן פיג, קען זיין ער איז מורא'דיג הייליג, און מורא'דיג ערליך, און מורא'דיג אחריות'דיג, און איך וויל טאקע נישט דארפן ממשיך זיין צו רעדן פון זיין אינטערנעט דורכפאל.
מיין פוינט איז געווען נאר וואס כ'האב געזאגט. אז יעדע פרישע אינטערנעט עפפ ברענגט נאך לעכער, און נאך קאפוויי. און דעם מציאות קען מען נישט טוישן מיט גוד ווישעס.
אויב אזוי:
ערשטענס, וואס איז יעצט געשען? ער האט עס שוין Waze פון אנפאנג.
צוויטנס, ער האט ארויפגעלייגט די play store ממש לעצטענס?
דריטנס, מ׳האט נישט אינסטאלירט עפפס בתורת אפדעיט, והא ראיה אז מ׳האט געדארפט אנאינסטאלן Waze בעפאר.
פערטנס, מ׳האט געקענט ארויפלייגן נאך אפאר עפפס וואס פעלט נישט אויס קיין אינטערנעט.
פיפטנס, די לאך איז געווען אינעם package installer, און play store ניצט נישט די רעגולער package installer, ס׳נוצט זיין אייגן אריינגעבויטער אינסטאלער.
דאס איז אחוץ א מעשה אז דאס אז Waze דארף קענען באקומען אפדעיטס כדי צו אפערירן איז א שטות בפני עצמו.
זיי מוחל און מאך שנעל איבער די ׳מציאות׳ער׳.
אוי טאטע, וויפיל איז די שיעור צו רעדן שטותים כדי צו שטופן א נאראטיוו?!