א אלטע שקר פון דער בלאט אין די ע"ו תקופה, האביך איך שוין דעמאלטס געהערט א הכחשה דערויף פון איינע פון די פייערדיגע תלמידים פון ר' עמרםשבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 1:48 pmר' עמרם בלויא זצ''ל האט געמאכט נאר פרידליכע פארטעסטן נאר אויפן סיידוואק וכדו', רביה''ק מסאטמאר זצ''ל האט בכלל נישט געהאלטן פון פארטעסטן דארטThink and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 1:25 pm ס'נישט די ערשטע מאל וואס די ציוניסטישע רוצחים הרג'ענען מענטשן. נאך די רציחה פון ר' פנחס סגלוב הי"ד איז קיינעם פון די גדולי ישראל נישט בייגעפאלן אפשטעלן די מערכה פאר שבת קודש נאר אדרבה, די מערכה איז פארשטארקערט געווארן.
און די זעלבע איז מיט די הונדערטער וואס זענען ערנסט צו'מזיק'ט געווארן דורך די ציוניסטישע פאליציי. בעיני ראיתי א בחור'ל וואס איז צאמגעפאלן אין די הענט פון די בארבארן און ווען אן הצלה מעמבער פון איחוד הצלה איז אנגעקומען האבן זיי אים נישט צוגעלאזט באהאנדלען ביז דער אנוועזנדער ציבור האט אנגעהויבן רודערן. און דאס איז איין פאל מני מאות אדער גאר אלפים, און דאך איז קיינעם פון די חברי הבי"ד נישט בייגעפאלן אויפצוהערן מיט די הפגנות.
און פאר מען קומט אריין מיט די נארישע חילוקים פון הפגנות ווערסוס פרעות, ווער ס'האט זיך אביסל געדרייט אין ירושלים ווייסט אז עס זענען דא הפגנות וואס די עדה פאררופט מיט'ן ציל עס זאלן זיין פרעות. אודאי, בשעת די דרשות ביי כיכר זופניק צו וואו - וואס אויף דעם נעמט מען ארויס פערמיטס - וועט נישט זיין קיינע רודערייען ווייל דער בעל הפערמיט וועט עס דארפן באצאלן, אבער נאך די דרשות מאכט מען זייער קלאר דורכ'ן מייק צו די פלאן איז אז דער עולם זאל זיך צוגיין פרידליך אדער נישט... אויסער דעם איז דא הפגנות וואס די עדה פאררופט נישט אפיציעל און נעמט נישט ארויס קיין פערמיט אבער זיי שטייען בפועל דערונטער, און די איינציגסטע ציל דערפון איז די א.ג. פרעות. די פראטעסט למשל וואו דער בחור'ל איז צאמגעפאלן איז געווען איינס פון א סעריע פראטעסטן וואס האבן אנגעהאלטן איבער א וואך, וואס די פראטעסטן האבן נישט אנטהאלטן קיין שום דרשות נאר איז באשטאנען בלויז, אך ורק פון אפשטעלן שאסייען און זיך שלאגן מיט פאליציי, און די פראטעסט איז פאררופן געווארן דורך די קהילות פון די עדה און זיי האבן אהינגעשיקט זייערע יונגעלייט.
(גראדע האט מען ביי יענע פראטעסטן געקענט זעהן א שארפע קאנטראסט צווישן די מלומדי מלחמה פון די עדה צו די פרישע קנאים פון פלג, אז בו בזמן וואס פלג מוטשעט זיך צו פארמאכן א געסל, האבן די יונגעלייט מיט קאפטנס באוויזן צו פארמאכן כביש אחד (פאר ווער ס'ווייסט, פון די פארנומענסטע, וויכטיגסטע גאסן אין ירושלים מיט א דירעקטע השפעה אויף די טרעפיק אינ'ם גאנצן שטאט) און עס האט געדויערט פאר די פאליציי שעה'ן(!) צו עפענען די וועג.)
עס זענען אודאי דא אומפאראנטווארטליכע יחידים וואס טוען ווילדע זאכן אויף די אייגענע האנט. האמיר אזאנס אויך מיטגעהאלטן. אבער די הנחה אז בלאקירן גאסן איז אלעמאל ווילדע פרעות פון אומפאראנטווארטליכע יונגען איז פשוט א טעות, און פאר'ן מיאוס אראפרייסן אונזערע ברידער אין ארץ ישראל פאר'ן אויספאלגן די הוראות פון זייערע/אונזערע מנהיגים און שלאגן זיך פיזיש פאר די תורה הקדושה זאל מען אריינטראכטן א מינוט אז אנדערש ווי אונז וואס זיצן דא על סיר הבשר און שרייען פוי אונטער די שוץ פון די NYPD גייען זיי מיט עכטע מסירת נפש אין פייער אריין. איך פערזענליך בין געשטערט געווארן פון אזא הפגנה ביים דארפן כאפן א פליגער, אבער כאטש האב איך געוואוסט אז אנדערש ווי איך וואס כ'בין אנטלאפן אין שטוב אריין ביים ערשטן בליק פון ראיאט פאליציי, זענען די אידן גרייט צו ווערן ארעסטירט, צו'מזיק'ט אדער אפילו ערגערס למען כבוד שמו יתברך.
אגב, איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן צוויי אזעלכע 'פרעות' הפגנות וואס האבן אויפ'ן פלאץ געראטעוועט צוויי בחורים פון ווערן געשלעפט אין טורמע.
אינטערסאנט טאקע צו וויסן פון ווען ס'האט זיך אנגעהויבן אזאלאכע סארט פארטעסטן
פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 522
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 816
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
-
עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 216
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 309

איך האף די פארשטייסט רוב פון זיינע פייערעדיגע אנהענגער, ( אדער די וואס האלטן זיך אזוי...) זענען וויינגער באגלייבט ווי די בלאט.....תורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 4:53 pmא אלטע שקר פון דער בלאט אין די ע"ו תקופה, האביך איך שוין דעמאלטס געהערט א הכחשה דערויף פון איינע פון די פייערדיגע תלמידים פון ר' עמרםשבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 1:48 pmר' עמרם בלויא זצ''ל האט געמאכט נאר פרידליכע פארטעסטן נאר אויפן סיידוואק וכדו', רביה''ק מסאטמאר זצ''ל האט בכלל נישט געהאלטן פון פארטעסטן דארטThink and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 1:25 pm ס'נישט די ערשטע מאל וואס די ציוניסטישע רוצחים הרג'ענען מענטשן. נאך די רציחה פון ר' פנחס סגלוב הי"ד איז קיינעם פון די גדולי ישראל נישט בייגעפאלן אפשטעלן די מערכה פאר שבת קודש נאר אדרבה, די מערכה איז פארשטארקערט געווארן.
און די זעלבע איז מיט די הונדערטער וואס זענען ערנסט צו'מזיק'ט געווארן דורך די ציוניסטישע פאליציי. בעיני ראיתי א בחור'ל וואס איז צאמגעפאלן אין די הענט פון די בארבארן און ווען אן הצלה מעמבער פון איחוד הצלה איז אנגעקומען האבן זיי אים נישט צוגעלאזט באהאנדלען ביז דער אנוועזנדער ציבור האט אנגעהויבן רודערן. און דאס איז איין פאל מני מאות אדער גאר אלפים, און דאך איז קיינעם פון די חברי הבי"ד נישט בייגעפאלן אויפצוהערן מיט די הפגנות.
און פאר מען קומט אריין מיט די נארישע חילוקים פון הפגנות ווערסוס פרעות, ווער ס'האט זיך אביסל געדרייט אין ירושלים ווייסט אז עס זענען דא הפגנות וואס די עדה פאררופט מיט'ן ציל עס זאלן זיין פרעות. אודאי, בשעת די דרשות ביי כיכר זופניק צו וואו - וואס אויף דעם נעמט מען ארויס פערמיטס - וועט נישט זיין קיינע רודערייען ווייל דער בעל הפערמיט וועט עס דארפן באצאלן, אבער נאך די דרשות מאכט מען זייער קלאר דורכ'ן מייק צו די פלאן איז אז דער עולם זאל זיך צוגיין פרידליך אדער נישט... אויסער דעם איז דא הפגנות וואס די עדה פאררופט נישט אפיציעל און נעמט נישט ארויס קיין פערמיט אבער זיי שטייען בפועל דערונטער, און די איינציגסטע ציל דערפון איז די א.ג. פרעות. די פראטעסט למשל וואו דער בחור'ל איז צאמגעפאלן איז געווען איינס פון א סעריע פראטעסטן וואס האבן אנגעהאלטן איבער א וואך, וואס די פראטעסטן האבן נישט אנטהאלטן קיין שום דרשות נאר איז באשטאנען בלויז, אך ורק פון אפשטעלן שאסייען און זיך שלאגן מיט פאליציי, און די פראטעסט איז פאררופן געווארן דורך די קהילות פון די עדה און זיי האבן אהינגעשיקט זייערע יונגעלייט.
(גראדע האט מען ביי יענע פראטעסטן געקענט זעהן א שארפע קאנטראסט צווישן די מלומדי מלחמה פון די עדה צו די פרישע קנאים פון פלג, אז בו בזמן וואס פלג מוטשעט זיך צו פארמאכן א געסל, האבן די יונגעלייט מיט קאפטנס באוויזן צו פארמאכן כביש אחד (פאר ווער ס'ווייסט, פון די פארנומענסטע, וויכטיגסטע גאסן אין ירושלים מיט א דירעקטע השפעה אויף די טרעפיק אינ'ם גאנצן שטאט) און עס האט געדויערט פאר די פאליציי שעה'ן(!) צו עפענען די וועג.)
עס זענען אודאי דא אומפאראנטווארטליכע יחידים וואס טוען ווילדע זאכן אויף די אייגענע האנט. האמיר אזאנס אויך מיטגעהאלטן. אבער די הנחה אז בלאקירן גאסן איז אלעמאל ווילדע פרעות פון אומפאראנטווארטליכע יונגען איז פשוט א טעות, און פאר'ן מיאוס אראפרייסן אונזערע ברידער אין ארץ ישראל פאר'ן אויספאלגן די הוראות פון זייערע/אונזערע מנהיגים און שלאגן זיך פיזיש פאר די תורה הקדושה זאל מען אריינטראכטן א מינוט אז אנדערש ווי אונז וואס זיצן דא על סיר הבשר און שרייען פוי אונטער די שוץ פון די NYPD גייען זיי מיט עכטע מסירת נפש אין פייער אריין. איך פערזענליך בין געשטערט געווארן פון אזא הפגנה ביים דארפן כאפן א פליגער, אבער כאטש האב איך געוואוסט אז אנדערש ווי איך וואס כ'בין אנטלאפן אין שטוב אריין ביים ערשטן בליק פון ראיאט פאליציי, זענען די אידן גרייט צו ווערן ארעסטירט, צו'מזיק'ט אדער אפילו ערגערס למען כבוד שמו יתברך.
אגב, איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן צוויי אזעלכע 'פרעות' הפגנות וואס האבן אויפ'ן פלאץ געראטעוועט צוויי בחורים פון ווערן געשלעפט אין טורמע.
אינטערסאנט טאקע צו וויסן פון ווען ס'האט זיך אנגעהויבן אזאלאכע סארט פארטעסטן
אין נאכאמאל מען זיכט דא זייער שטארק איינער וואס קען קלאר זאגן וואס מעג מען יא טוהן ביי מוחה‘ס אין וואס נישט....
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 522
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 816
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
כ'האב נישט גערעדט פון וואס מ'מעג טוהן, כהאב מיך באצויגן אויף די שקר אז ר' עמרם פלעגט נאר מאכן מחאות אויפן סיידוואלקס און נישט געבלאקט קיין גאסן וואס איז געווען פובליצירט אין דער בלאט אין די ע"ו- ע"ח תקופה,עומד על תלת האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 4:58 pmאיך האף די פארשטייסט רוב פון זיינע פייערעדיגע אנהענגער, ( אדער די וואס האלטן זיך אזוי...) זענען וויינגער באגלייבט ווי די בלאט.....תורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 4:53 pmא אלטע שקר פון דער בלאט אין די ע"ו תקופה, האביך איך שוין דעמאלטס געהערט א הכחשה דערויף פון איינע פון די פייערדיגע תלמידים פון ר' עמרם
אין נאכאמאל מען זיכט דא זייער שטארק איינער וואס קען קלאר זאגן וואס מעג מען יא טוהן ביי מוחה‘ס אין וואס נישט....
און ניין, זיינע אנהעגער זענען נישט ווייניגער באגלייבט ווי דער בלאט וואס פרובירט אראפצולייגן אז קנאות האט קיינמאל עקזעסטירט, און זיכער נישט פון דער פון וועמען איך האב עס געהערט , א איש מורם מעם, וואס האט מיט זיינע קנאות קיינמאהל וויי געטוהן פערזעליך קיין אידן, א דמות פון ר' עמרם.
צו די רבי האט געהאלטן אז יעדער דארף טוהן די דרכי המלחמה ווי ר עמרם ז"ל איז א עקסטערע שמועס, אבער דאס איז זיכער אז די רבי האט אים פערזענליך זייער געשטיצט, און בעיקר קענסט זאגן אז דו האלסט נישט פון ר' עמרם , אבער זאל מיר דער בלאט נישט פארקויפן אז ר' עמרם האט אויך געהאלטן אזוי.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
קיינער ווערט נישט קיין העלד בלויז ווייל מ'שלאגט אים. ס"ה זעט מען די נידריגקייט פון די פאליציי.עומד על תלת האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 4:23 pmאויב לייגט מען בילדער ווי מען שלאגט די מוחים דאן יא!!אנעקדאט האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 3:53 pmאיך ווייס נישט ואס מען מעג טון ביי פראטעסטן און וואס נישט. איך האב זיך בלויז באצויגן צו דיין צוזאמשטעלן בלאקן גאסן צו אריינלייגן מענטשן אין א דירעקטע סכנה.עומד על תלת האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 3:23 pm
פרעג איך דיר אויך!
זאג קלאר וואס מעג מען טוהן ביי פראטעסטן און וואס נישט?
איך קען נישט די שיעור פון כדי להמית,
‘‘די בחורים זאלן נישט זיין די זאנדארן אין קרית יואל"?
האסט אמאל געהערט די דרשה?
נעם אין באטראכט,
אינטערצידן די קימפעטארין היים האט איינער געטון שטילערהייט, אין פאפ נישט מיר אין דיר צוזאם אז יעדער איז געווען אויפגערעגט אויף דעים,
אריין שטופן גארביטש טוט מען אפן, אין פארשטייט זיך מען לייגט נאר בילדער ווי פאליציי שלאגט צוריק די מוחים לשם שמים....
דעיס טוט
סאו אויב לייגט מען בילדער ווי מ'שלאגט צוריק די מוחים מיינט אז מען שטיצט דאס אריינלייגן דירעקט מענטשן אין א סכנה?
מאך זיי נישט קיין העלדן!!
פשט איז אז מען שטיצט די סארט פראטעסטן, וואס איז אנגעפירט דארוך צולאזטע אינגען,
די שטיין האט צובראכן די טיר, אין א פענעסטער, פון די באס, סא לכאורה איז עס נישט צו קליין,
ווידער אפי' א קליינע שטיין איז נישט נארמאל צו ווארפן.
פאר א סיבה האבן זיי נישט געלייגט די בילדער פון די פרעות
אויב דו האלטסט אז ווען מ'לייגט 'נישט' קיין בילד פון מסוכנ'דיגע פרעות און מ'לייגט יא א בילד ווי מ'שלאגט יענעם, איז מען דא צו שטיצן יענעמ'ס מעשים (וואס מ'ווייסט אפילו נישט וואס ער האט געטון, ווייל מ'לייגט דאך נישט קיין בילד) דעמאלטס בין איך מיט דעם פשוט מחולק.
און ניין, קיין איין נארמאלע מענטש שטיצט נישט קיין דירעקטע סכנות.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 2:59 pmיוש דו גייסט אריין אין דעי מאאד פיץ איך אפ.דער תהלים איד האט געשריבן: חברה, ביטע מיר דערמאנען ווער ס'איז דער וואס גייט קאפ אין וואנט.
אנבעליוועבל.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
כ'בין בכלל נישט איבערגעצייגט אז די חברי הביד"צ פון די עדה האלטן יא פון דעםThink and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 2:22 pm
ר' עמרם איז געווען אפטער אין טורמע ווי אינדערהיים, נישט פון שטיין אויפ'ן סיידוואק און שרייען שבת.
וואף. יעצט האסטו אזוי נישט-מיר-נישט-דיר געווארפן אן אטאם באמבע. דער רבי האט געהאלטן אנדערש ווי אלע חברי הבי"ד, ראב"ד'ס און גאב"ד'ס אן אויסנאם? פארוואס ווערט עס נישט דערמאנט אין ערגעץ אין די תורה'ס וכדומה? און פארוואס ווייסן נישט די תלמידים פון רבי'ן אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון פראטעסטירן אין ירושלים?
ווען די רבי האט גערעדט פון מכם ובכם, און אז קנאות קען קומען פון מדות מושחתות, האט ער געמיינט אויך די סארט חברה
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
כשם שאני מאמין אז אין ירושלים עיה"ק זענען דא פרעות פאררופן אונטערן נאמען פון ביד"צ, הגם די חברי הבדי"צ האלטן נישט דערפוןעומד על תלת האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 3:23 pmפרעג איך דיר אויך!אנעקדאט האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 3:01 pmנאכאמאל, שטייט.עומד על תלת האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 2:54 pm
די בילדער פון דעים זענען און די איד,
יארן צוריק,
מען האט יא מוחה געווען!!
איך פרעג דיר צוריק די זעלבע קשיא אויב די האסט דאן נישט געהאלטן דערפון פארוואס דא יא?
אין דער איד איז געווען בילדער ווי מ'שטופט אריין ברענעדיגע גארבידזש / מווארפט שטיינער אין א באס פיל מיט חרידשע אידן?
אויב יא, ביסטו גערעכט אז מ'דארף רעדן דערפון.
ווילסט מיר ברענגען די מחאות פון יארן צוריק?
די ווארפן שטיינער פון וואס דו רעדסט איז אזעלכע שיש בהם כדי להמית?
אריין שטופן א ברענדיגע גארביטש אין א באס איז נישט ממש אינטערצינדן א קימפעטארן היים.
ווער האט געזאגט אז דא האלט איך דערפון?
זאג קלאר וואס מעג מען טוהן ביי פראטעסטן און וואס נישט?
איך קען נישט די שיעור פון כדי להמית,
‘‘די בחורים זאלן נישט זיין די זאנדארן אין קרית יואל"?
האסט אמאל געהערט די דרשה?
נעם אין באטראכט,
אינטערצידן די קימפעטארין היים האט איינער געטון שטילערהייט, אין פאפ נישט מיר אין דיר צוזאם אז יעדער איז געווען אויפגערעגט אויף דעים,
אריין שטופן גארביטש טוט מען אפן, אין פארשטייט זיך מען לייגט נאר בילדער ווי פאליציי שלאגט צוריק די מוחים לשם שמים....
דעיס טוט
כך אני מאמין אז תשמ"ט און אויך שפעטער האבן בחורים געטון זאכן אויף די אייגענע האנט זיך אנצונעמען פארן כבוד פון זייער רבין, הגם ער האט נישט געהאלטן דערפון
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
דו טראכסט אדער דו ווייסט. וואס מאכט דיר אזוי זיכער? פון וואו נעמסטו אז ר' עמרם האט זיך אראפגעשטעלט אויפ'ן ראוד בלאקן ציווילע מענטשן (נישט שבת קודש)? ווער האט געזאגט אז דאס פלעגן ערליכע אידן טון עווער? אויב דו ווייסט אז יא ברענג א ראי'. סתם טראכטן און ווילן העלפט נישט ארויס.תורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:07 pm כ'האב נישט גערעדט פון וואס מ'מעג טוהן, כהאב מיך באצויגן אויף די שקר אז ר' עמרם פלעגט נאר מאכן מחאות אויפן סיידוואלקס און נישט געבלאקט קיין גאסן
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 837
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1350
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
איך מיין מיר זאלן לאזן די ארץ ישראל'דיגע זיך אויסשלאגן איבער דעם...
אמעריקאנער אידן קענען סיי ווי נישט אריינרעדן אין דעם.
אמעריקאנער אידן קענען סיי ווי נישט אריינרעדן אין דעם.
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
מיר באצאלן די אלע פראטעסטן. כאטש אזויפיל מעגן מיר טון. אפגערעדט וואס מען רעדט דאך איבער הצלת נפשות. בחורים שטארבן רח"ל. דאס איז מער נישט קיין דזשאוק.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 7:10 pm איך מיין מיר זאלן לאזן די ארץ ישראל'דיגע זיך אויסשלאגן איבער דעם...
אמעריקאנער אידן קענען סיי ווי נישט אריינרעדן אין דעם.
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 837
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1350
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
אבער וויאזוי קענסטו אריינרעדן ווען דו ווייסט בכלל נישט וואס דארט גייט פאר. ווער מאכט פרעות, ווער מאכט הפגנות. וואס טוט מען ביי א הפגנה און וואס טוט מען ביי פרעות...נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 7:14 pmמיר באצאלן די אלע פראטעסטן. כאטש אזויפיל מעגן מיר טון. אפגערעדט וואס מען רעדט דאך איבער הצלת נפשות. בחורים שטארבן רח"ל. דאס איז מער נישט קיין דזשאוק.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 7:10 pm איך מיין מיר זאלן לאזן די ארץ ישראל'דיגע זיך אויסשלאגן איבער דעם...
אמעריקאנער אידן קענען סיי ווי נישט אריינרעדן אין דעם.
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 837
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1350
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
אויב מען ווארפט ארום שולד, קען איך אויך...
הגאון ר' שמואל זצ"ל איז געווען א סטראטעגישער מענטש, מיט א וויזיע אין פאליטיק. ער האט געהאט א מהלך וויאזוי מ'האט אפגעשפארט דאס לאנד אז דאס זאל געבן א מעסעדזש ביז די קישקעס, און די גאנצע מדינה זאל זיך שרעקן דערפון.
די פראקציעס וואסהאבן אנגעהויבן אפשפארן געסעלעך יעדן שני וחמישי, זיי זענען די וואס האבן ארויסגענומען די זאכן פון פראפאציע. אוט אוו קאנטראל ווי מען רופט עס.
אבער ווי געזאגט, כ'האב נישט קיין אנונג פון וואס מען רעדט. און איך רעד נישט אריין אין אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן...
הגאון ר' שמואל זצ"ל איז געווען א סטראטעגישער מענטש, מיט א וויזיע אין פאליטיק. ער האט געהאט א מהלך וויאזוי מ'האט אפגעשפארט דאס לאנד אז דאס זאל געבן א מעסעדזש ביז די קישקעס, און די גאנצע מדינה זאל זיך שרעקן דערפון.
די פראקציעס וואסהאבן אנגעהויבן אפשפארן געסעלעך יעדן שני וחמישי, זיי זענען די וואס האבן ארויסגענומען די זאכן פון פראפאציע. אוט אוו קאנטראל ווי מען רופט עס.
אבער ווי געזאגט, כ'האב נישט קיין אנונג פון וואס מען רעדט. און איך רעד נישט אריין אין אויסלענדישע אנגעלעגנהייטן...
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
זאגסט א נקודה, אבער איך טענה אז אלעס ביז בלוט. אז מען האלט שוין ביי רציחות רחמנא ליצלן קען מען נישט שווייגן און שיקן געלט. עס קוקט נישט אויס אז א היימישע רב אין אר"י טרויט זיך צו שרייען דעם ווייגעשריי. וואס קען מען טון.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 7:27 pmאבער וויאזוי קענסטו אריינרעדן ווען דו ווייסט בכלל נישט וואס דארט גייט פאר. ווער מאכט פרעות, ווער מאכט הפגנות. וואס טוט מען ביי א הפגנה און וואס טוט מען ביי פרעות...נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 7:14 pmמיר באצאלן די אלע פראטעסטן. כאטש אזויפיל מעגן מיר טון. אפגערעדט וואס מען רעדט דאך איבער הצלת נפשות. בחורים שטארבן רח"ל. דאס איז מער נישט קיין דזשאוק.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 7:10 pm איך מיין מיר זאלן לאזן די ארץ ישראל'דיגע זיך אויסשלאגן איבער דעם...
אמעריקאנער אידן קענען סיי ווי נישט אריינרעדן אין דעם.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
איינער וואס זאגט אז מ'זאל זיך שטעלן אויפן סיידוואלק און דארט מוחה זיין איז א לץ.
קיינער זוכט נישט ביי די פראטעסטן ארויסצוברענגען א מעסעדזש, מ'וויל אז די פאליציי זאל טראכטן צוויי מאל איידער זיי טוען עס, מ'וויל זיי געבן א גענוגנדע סיבה זיך אונטערצוגעבן און מ'וויל אז ווען זיי געבן זיך אונטער זאל עס זיין א טראפ שנעלער ווי זאכן אין אלגעמיין אין יענעם ביוראקראטישן מדינה.
בנוגע מסורת אבות, וואס איז געווען בי ר' עמרם בלוי געדענק איך נישט אבער וואס איז געווען ביי אימה של ירושלים געדענק איך גראדע יא.
ניתוחי מתים איז אייביג געווען א רעד ליין וואס מ'האט נישט איבערגעטרעטן, און פאר גוטע סיבות.. כ'על אייך געבן א רמז קל; נישט פאר סיידוואלק מחאות..
אויב איך האב גוט פארשטאנען האט ר' משה נעכטן אויך ארויסגעשיקט דעם ציבור אויף הפגנות, און איך רעד מיך נישט איין אז ער האט גערעדט פון האלטן סיינס...
רעדן צי מ'איז יוצא חיוב מחאה איז פלעין נישט גערעדט צום זאך, קיינער האט נישט אינזין יוצא צו זיין הוכח תוכיח ביי די הפגנות... ס'איז דא א פשוט'ער ציל; זיי זאלן זיך ברעכן.
פונקט ווי אן עסקן אין אמעריקע איז נישט מקיים מצוות שתדלנות ביים רעדן מיט פאליטיקאנטן ה"ה התם.
איי פארוואס שתדל'ט מען נישט פונקט ווי דא? ווייל דאס איז דער מענטאליטעט דארט, אזוי פירט מען דורך יעדע געזעץ פון נכים ביז זכיות לחיילים; און אזוי האלט מען צוריק יעדע געזעץ, פון גיוס בנות ביז רפרמה המשפטית.
מענטשן ווערן געשטערט? בדיוק דאס איז דער ציל! די פאליציי זאל האבן א שרעקליכע פרעשור צוריק צו שטעלן ארדענונג.
צושטעלן די פראטעסטן למען המשכונות אהער איז בכלל נישט לענין, דארט איז דעת הקהל געווען בעדם, מ'האט פשוט געדארפט האלטן דעם עולם וואך. דא איז נישט אזוי, ווילאנג י-ם וועט נישט ברענען וועלן זיי זיך נישט רירן פון ארט.
און די אלע וואס ווילן מ'זאל מפגין זיין ביי פרייע געגנטער, לאמיר עס יעצט איינמאל געבן פאר די ליטאים.. זיי גייען לעצטנס אין יענע געגנטער.
אבער ווי שוין אויסגעשמועסט, אפשטעלן יחזקאל - אפגערעדט כביש אחד - פאראליזירט ירושלים פון עק צו עק. (ווען נישט וואלט זיך @זלמעלע נישט גערעגט...)
קיינער זוכט נישט ביי די פראטעסטן ארויסצוברענגען א מעסעדזש, מ'וויל אז די פאליציי זאל טראכטן צוויי מאל איידער זיי טוען עס, מ'וויל זיי געבן א גענוגנדע סיבה זיך אונטערצוגעבן און מ'וויל אז ווען זיי געבן זיך אונטער זאל עס זיין א טראפ שנעלער ווי זאכן אין אלגעמיין אין יענעם ביוראקראטישן מדינה.
בנוגע מסורת אבות, וואס איז געווען בי ר' עמרם בלוי געדענק איך נישט אבער וואס איז געווען ביי אימה של ירושלים געדענק איך גראדע יא.
ניתוחי מתים איז אייביג געווען א רעד ליין וואס מ'האט נישט איבערגעטרעטן, און פאר גוטע סיבות.. כ'על אייך געבן א רמז קל; נישט פאר סיידוואלק מחאות..
אויב איך האב גוט פארשטאנען האט ר' משה נעכטן אויך ארויסגעשיקט דעם ציבור אויף הפגנות, און איך רעד מיך נישט איין אז ער האט גערעדט פון האלטן סיינס...
רעדן צי מ'איז יוצא חיוב מחאה איז פלעין נישט גערעדט צום זאך, קיינער האט נישט אינזין יוצא צו זיין הוכח תוכיח ביי די הפגנות... ס'איז דא א פשוט'ער ציל; זיי זאלן זיך ברעכן.
פונקט ווי אן עסקן אין אמעריקע איז נישט מקיים מצוות שתדלנות ביים רעדן מיט פאליטיקאנטן ה"ה התם.
► Show Spoiler
מענטשן ווערן געשטערט? בדיוק דאס איז דער ציל! די פאליציי זאל האבן א שרעקליכע פרעשור צוריק צו שטעלן ארדענונג.
צושטעלן די פראטעסטן למען המשכונות אהער איז בכלל נישט לענין, דארט איז דעת הקהל געווען בעדם, מ'האט פשוט געדארפט האלטן דעם עולם וואך. דא איז נישט אזוי, ווילאנג י-ם וועט נישט ברענען וועלן זיי זיך נישט רירן פון ארט.
און די אלע וואס ווילן מ'זאל מפגין זיין ביי פרייע געגנטער, לאמיר עס יעצט איינמאל געבן פאר די ליטאים.. זיי גייען לעצטנס אין יענע געגנטער.
אבער ווי שוין אויסגעשמועסט, אפשטעלן יחזקאל - אפגערעדט כביש אחד - פאראליזירט ירושלים פון עק צו עק. (ווען נישט וואלט זיך @זלמעלע נישט גערעגט...)
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 522
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 816
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
כ'האב דאך געשריבן פון ווי איך ווייס, ליין דורך מיינע גאנצע פאוסטס פאר דו פרעגסטנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 6:47 pmדו טראכסט אדער דו ווייסט. וואס מאכט דיר אזוי זיכער? פון וואו נעמסטו אז ר' עמרם האט זיך אראפגעשטעלט אויפ'ן ראוד בלאקן ציווילע מענטשן (נישט שבת קודש)? ווער האט געזאגט אז דאס פלעגן ערליכע אידן טון עווער? אויב דו ווייסט אז יא ברענג א ראי'. סתם טראכטן און ווילן העלפט נישט ארויס.תורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 5:07 pm כ'האב נישט גערעדט פון וואס מ'מעג טוהן, כהאב מיך באצויגן אויף די שקר אז ר' עמרם פלעגט נאר מאכן מחאות אויפן סיידוואלקס און נישט געבלאקט קיין גאסן
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
א מין גערעדעכץ... די וואס שרייען נמות ולא נתגייס קומען טאקע נישט אן אין מיליטער אפילו מיט אלע פינגער... די פראבלעם איז דאס מפקיר זיין די אנדערע חלק כלל ישראל וואס איז נישט גרייט אויף נמות ולא נתגייס. וועמענס פינגער זאל מען אפהאקן?
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
בקיצור סאיז קלאר אז פראטעסטן טוען אויף עכ"פ ווען ממאכט עס נישט ממש יעדע שני וחמישי טוט עס זיכער עפעס אויף צי לייגן פרעשור
די שאלה איז אבער פארוואס האט בדיץ אלע יארן געאסרט צי פארברענען אדער ווארפן שטיינער אדער אלימות
און אויך ווער גיבט די הסכמה אויף דעם מטעם דעת תורה
יא דער גאב"ד מיט בי"ד האבן געהייסן מוחה זיין די שאלה איז צי זיי האלטן אז ממעג טוהן די ווילדע שריט אויך
אגב אויף קול האמת און קול סאטמאר זענען געווען א אינטערוויא מיט א תלמיד פון ר’ עמרם הרב יקותיאל סאמעט וואס איז מיט רבי עמרם בלוי זצ"ל געזעצן אין תפיסה פאר כבוד שמים סאיז כדאי עס אויסציהערן

דו זאגסט בעסער ווי גוט!הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 9:52 pm איינער וואס זאגט אז מ'זאל זיך שטעלן אויפן סיידוואלק און דארט מוחה זיין איז א לץ.
קיינער זוכט נישט ביי די פראטעסטן ארויסצוברענגען א מעסעדזש, מ'וויל אז די פאליציי זאל טראכטן צוויי מאל איידער זיי טוען עס, מ'וויל זיי געבן א גענוגנדע סיבה זיך אונטערצוגעבן און מ'וויל אז ווען זיי געבן זיך אונטער זאל עס זיין א טראפ שנעלער ווי זאכן אין אלגעמיין אין יענעם ביוראקראטישן מדינה.
בנוגע מסורת אבות, וואס איז געווען בי ר' עמרם בלוי געדענק איך נישט אבער וואס איז געווען ביי אימה של ירושלים געדענק איך גראדע יא.
ניתוחי מתים איז אייביג געווען א רעד ליין וואס מ'האט נישט איבערגעטרעטן, און פאר גוטע סיבות.. כ'על אייך געבן א רמז קל; נישט פאר סיידוואלק מחאות..
אויב איך האב גוט פארשטאנען האט ר' משה נעכטן אויך ארויסגעשיקט דעם ציבור אויף הפגנות, און איך רעד מיך נישט איין אז ער האט גערעדט פון האלטן סיינס...
רעדן צי מ'איז יוצא חיוב מחאה איז פלעין נישט גערעדט צום זאך, קיינער האט נישט אינזין יוצא צו זיין הוכח תוכיח ביי די הפגנות... ס'איז דא א פשוט'ער ציל; זיי זאלן זיך ברעכן.
פונקט ווי אן עסקן אין אמעריקע איז נישט מקיים מצוות שתדלנות ביים רעדן מיט פאליטיקאנטן ה"ה התם.איי פארוואס שתדל'ט מען נישט פונקט ווי דא? ווייל דאס איז דער מענטאליטעט דארט, אזוי פירט מען דורך יעדע געזעץ פון נכים ביז זכיות לחיילים; און אזוי האלט מען צוריק יעדע געזעץ, פון גיוס בנות ביז רפרמה המשפטית.► Show Spoiler
מענטשן ווערן געשטערט? בדיוק דאס איז דער ציל! די פאליציי זאל האבן א שרעקליכע פרעשור צוריק צו שטעלן ארדענונג.
צושטעלן די פראטעסטן למען המשכונות אהער איז בכלל נישט לענין, דארט איז דעת הקהל געווען בעדם, מ'האט פשוט געדארפט האלטן דעם עולם וואך. דא איז נישט אזוי, ווילאנג י-ם וועט נישט ברענען וועלן זיי זיך נישט רירן פון ארט.
און די אלע וואס ווילן מ'זאל מפגין זיין ביי פרייע געגנטער, לאמיר עס יעצט איינמאל געבן פאר די ליטאים.. זיי גייען לעצטנס אין יענע געגנטער.
אבער ווי שוין אויסגעשמועסט, אפשטעלן יחזקאל - אפגערעדט כביש אחד - פאראליזירט ירושלים פון עק צו עק. (ווען נישט וואלט זיך @זלמעלע נישט גערעגט...)
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
דער וואס מינט אז די מדינה וועט "צוברעכן" ווערן וועגן די פראטעסטן לעבן אין א זיסן חלום. און ליידער, די חלום גייט שויין אהן 12 יאר אויף חשבון פון אונדערטע טוייזענטער אומשולדיגע מענטשן.הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 9:52 pm איינער וואס זאגט אז מ'זאל זיך שטעלן אויפן סיידוואלק און דארט מוחה זיין איז א לץ.
קיינער זוכט נישט ביי די פראטעסטן ארויסצוברענגען א מעסעדזש, מ'וויל אז די פאליציי זאל טראכטן צוויי מאל איידער זיי טוען עס, מ'וויל זיי געבן א גענוגנדע סיבה זיך אונטערצוגעבן און מ'וויל אז ווען זיי געבן זיך אונטער זאל עס זיין א טראפ שנעלער ווי זאכן אין אלגעמיין אין יענעם ביוראקראטישן מדינה.
בנוגע מסורת אבות, וואס איז געווען בי ר' עמרם בלוי געדענק איך נישט אבער וואס איז געווען ביי אימה של ירושלים געדענק איך גראדע יא.
ניתוחי מתים איז אייביג געווען א רעד ליין וואס מ'האט נישט איבערגעטרעטן, און פאר גוטע סיבות.. כ'על אייך געבן א רמז קל; נישט פאר סיידוואלק מחאות..
אויב איך האב גוט פארשטאנען האט ר' משה נעכטן אויך ארויסגעשיקט דעם ציבור אויף הפגנות, און איך רעד מיך נישט איין אז ער האט גערעדט פון האלטן סיינס...
רעדן צי מ'איז יוצא חיוב מחאה איז פלעין נישט גערעדט צום זאך, קיינער האט נישט אינזין יוצא צו זיין הוכח תוכיח ביי די הפגנות... ס'איז דא א פשוט'ער ציל; זיי זאלן זיך ברעכן.
פונקט ווי אן עסקן אין אמעריקע איז נישט מקיים מצוות שתדלנות ביים רעדן מיט פאליטיקאנטן ה"ה התם.איי פארוואס שתדל'ט מען נישט פונקט ווי דא? ווייל דאס איז דער מענטאליטעט דארט, אזוי פירט מען דורך יעדע געזעץ פון נכים ביז זכיות לחיילים; און אזוי האלט מען צוריק יעדע געזעץ, פון גיוס בנות ביז רפרמה המשפטית.► Show Spoiler
מענטשן ווערן געשטערט? בדיוק דאס איז דער ציל! די פאליציי זאל האבן א שרעקליכע פרעשור צוריק צו שטעלן ארדענונג.
צושטעלן די פראטעסטן למען המשכונות אהער איז בכלל נישט לענין, דארט איז דעת הקהל געווען בעדם, מ'האט פשוט געדארפט האלטן דעם עולם וואך. דא איז נישט אזוי, ווילאנג י-ם וועט נישט ברענען וועלן זיי זיך נישט רירן פון ארט.
און די אלע וואס ווילן מ'זאל מפגין זיין ביי פרייע געגנטער, לאמיר עס יעצט איינמאל געבן פאר די ליטאים.. זיי גייען לעצטנס אין יענע געגנטער.
אבער ווי שוין אויסגעשמועסט, אפשטעלן יחזקאל - אפגערעדט כביש אחד - פאראליזירט ירושלים פון עק צו עק. (ווען נישט וואלט זיך @זלמעלע נישט גערעגט...)
די אכזריות אנטקעגן די פריוואטע מענטשען וואס שטייען אין די טרעפיק איז שרעקליכע אכזריות, אבער די מדינה אלס מדינה גייט וייטער אהן מיט די פולסטע קראפט ה"י.
ס'דאך דא סיי ויי געפרליכע טרעפיק סתם מחמת אז ס'דא צו פיל קארס און צו ווייניג (און צו שמאל) ראוד'ס
מ'קען פרעג עני פאליטישען אדער בירגער פון די מדינה של גיהנם וואס זענען די פופציג הויפט פראבלעמען פון די מדינה?
זיכער אז איינס פון זיי וועט זיין "אז די פרומע דינען נישט די מיליטער"
און זיכער אז קיין איינער פון זיי וועט נישט צייכענען די פראבלעם פון "אז די פרומע שטלען אפ די גאסן"
די רעכטע האבן אפגעשטלט מאסן גאסן וועגן די התנתקות און ס'האט זיי כפרות ג'עהלאפן
די לינקע האבן אפגעשטלט די "רפורמה המשפטית" מיט די עכטע סטראשונגען אויף די מדינה, סיי אז זיי וועלן אפלאזן די מיליטער (בפרט די pilots וואס רוב פון זיי זענען לינקע) אזוי אויך מ'האט דעמאלט אפגעשטעלט די גאנצע עקאנאמי פון די מדינה דוראך די "הסתדרות". דאס אפשטעלן גאסן איז געווען א קלענסטע שבקלענסטע חלק פון זייער קאמפף.
און אגב אין לעצטע צווי יאר די "רפורמה המשפטית" איז צוריק אין די כנסת מיט די פולע קראפט.
-
עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 216
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 309
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
רופמה המשפטית,
איז לכאורה די איינציגסטע געזעץ וואס די פראטעסטן האבן געהאט א השפעה,
רוב זאכן גיוס, וכדו‘ ווערט מסודר מיט אפיס מרכז עזרה, מרכז הצלה וכדומה,
אין אפי‘ לויט ווי די זאגסט אז עס טוט אויף, איז לכאורה נאר אויב עס איז כאטש אין א פרייע געגנט,
די מהות דארט איז קיינעם גייט נישט אהן, אויב אפאר חרדים אויף יחזקאל שפארן צו די גאס און אפאר אנדערע חרדים, דארפן וואקן, אז א פאר חרדישע אידן האבן נישט ווי צו לייגן גארביטש ווייל זייער דאמסטיר דארף וויכטיג אפשארן ככיר השבת, גייט אויסדוקליך קיינעם נישט אהן,
אין אפי' לויט דיר אז עס טוט יא אויף ווער זאגט אז מען מעג דאס טוהן.

און צו זאגן אז אפשטעלן גאסן איז עפעס א ספצייעלע ציוניסטישע מנהג המקום, במח"כ אין לו אחיזה במציאות כלל.
צב"ש די שווארצע אין אמריקע טוען די זעלבע ווען עפעס שטערט זיי. און Black Lives Matter באגנונגען זיך נישט מיט אפשטעלן גאסן, נאר זיי פארברענען און ברעכן געשפטן און קאר'ס פון אומשולדיגע מענטשן וכו' וכו'. די זעלבע האבן געטאן די אראבער אין פאריס צרפת מיט א פאר יאר צוריק, וכו' וכו'.
און די זאכן שטערן גראדע זייער זייער שטארק פאר די רעגירונג, א סאך סאך מער ווי נאר אפשטלען גאסן.
נו! וי זענען זיי אונזער געטרייע מוחים! גזירת הגיוס איז בתקפה ר"ל, פארוואס נעמען זיי נישט די ריכטיגע דרכי המחאה הנהוגות אצל המתוקנים שבאומות! אורו מרוז על אשר לא באו בעזרת ה' בגיבורים! נשרוף ולא נתגייס!!!!!!!!!!
צב"ש די שווארצע אין אמריקע טוען די זעלבע ווען עפעס שטערט זיי. און Black Lives Matter באגנונגען זיך נישט מיט אפשטעלן גאסן, נאר זיי פארברענען און ברעכן געשפטן און קאר'ס פון אומשולדיגע מענטשן וכו' וכו'. די זעלבע האבן געטאן די אראבער אין פאריס צרפת מיט א פאר יאר צוריק, וכו' וכו'.
און די זאכן שטערן גראדע זייער זייער שטארק פאר די רעגירונג, א סאך סאך מער ווי נאר אפשטלען גאסן.
נו! וי זענען זיי אונזער געטרייע מוחים! גזירת הגיוס איז בתקפה ר"ל, פארוואס נעמען זיי נישט די ריכטיגע דרכי המחאה הנהוגות אצל המתוקנים שבאומות! אורו מרוז על אשר לא באו בעזרת ה' בגיבורים! נשרוף ולא נתגייס!!!!!!!!!!
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 513
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1067
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
דו טענה'סט אז למעשה ארבעט עס. קען זיין און מסתבר אז ביסט גערעכט. הגם אי משום הא קען מען פארברענען מיסטן, מען דארף נישט איינשטעלן לעבנס.הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 9:52 pm איינער וואס זאגט אז מ'זאל זיך שטעלן אויפן סיידוואלק און דארט מוחה זיין איז א לץ.
קיינער זוכט נישט ביי די פראטעסטן ארויסצוברענגען א מעסעדזש, מ'וויל אז די פאליציי זאל טראכטן צוויי מאל איידער זיי טוען עס, מ'וויל זיי געבן א גענוגנדע סיבה זיך אונטערצוגעבן און מ'וויל אז ווען זיי געבן זיך אונטער זאל עס זיין א טראפ שנעלער ווי זאכן אין אלגעמיין אין יענעם ביוראקראטישן מדינה.
בנוגע מסורת אבות, וואס איז געווען בי ר' עמרם בלוי געדענק איך נישט אבער וואס איז געווען ביי אימה של ירושלים געדענק איך גראדע יא.
ניתוחי מתים איז אייביג געווען א רעד ליין וואס מ'האט נישט איבערגעטרעטן, און פאר גוטע סיבות.. כ'על אייך געבן א רמז קל; נישט פאר סיידוואלק מחאות..
אויב איך האב גוט פארשטאנען האט ר' משה נעכטן אויך ארויסגעשיקט דעם ציבור אויף הפגנות, און איך רעד מיך נישט איין אז ער האט גערעדט פון האלטן סיינס...
רעדן צי מ'איז יוצא חיוב מחאה איז פלעין נישט גערעדט צום זאך, קיינער האט נישט אינזין יוצא צו זיין הוכח תוכיח ביי די הפגנות... ס'איז דא א פשוט'ער ציל; זיי זאלן זיך ברעכן.
פונקט ווי אן עסקן אין אמעריקע איז נישט מקיים מצוות שתדלנות ביים רעדן מיט פאליטיקאנטן ה"ה התם.איי פארוואס שתדל'ט מען נישט פונקט ווי דא? ווייל דאס איז דער מענטאליטעט דארט, אזוי פירט מען דורך יעדע געזעץ פון נכים ביז זכיות לחיילים; און אזוי האלט מען צוריק יעדע געזעץ, פון גיוס בנות ביז רפרמה המשפטית.► Show Spoiler
מענטשן ווערן געשטערט? בדיוק דאס איז דער ציל! די פאליציי זאל האבן א שרעקליכע פרעשור צוריק צו שטעלן ארדענונג.
צושטעלן די פראטעסטן למען המשכונות אהער איז בכלל נישט לענין, דארט איז דעת הקהל געווען בעדם, מ'האט פשוט געדארפט האלטן דעם עולם וואך. דא איז נישט אזוי, ווילאנג י-ם וועט נישט ברענען וועלן זיי זיך נישט רירן פון ארט.
און די אלע וואס ווילן מ'זאל מפגין זיין ביי פרייע געגנטער, לאמיר עס יעצט איינמאל געבן פאר די ליטאים.. זיי גייען לעצטנס אין יענע געגנטער.
אבער ווי שוין אויסגעשמועסט, אפשטעלן יחזקאל - אפגערעדט כביש אחד - פאראליזירט ירושלים פון עק צו עק. (ווען נישט וואלט זיך @זלמעלע נישט גערעגט...)
אבער איך פרעג בעיקר א שאלה. ווער עס האט עס מתיר געווען ווען עס קאסט אידיש בלוט. אידיש בלוט רעדט נישט? איך קען נישט פארשטיין.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
אדרבא זאג דו. אין די קאמפף אנטקעגן די רפורמה המשפטית איז געקומען צו מצב אז רוב pilots פון די ציוניסטישע מיליטער האבן געוקמען צו ביבי נתניהו שר"י און האט עם געזאגט אפענרהייט: רעבעניו, אז דו גייסט וייטער מיט רפרומה המשפטית, האסט נישט מער Air Force פון צה"ל.עומד על תלת האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 3:13 pm רופמה המשפטית,
איז לכאורה די איינציגסטע געזעץ וואס די פראטעסטן האבן געהאט א השפעה,
זעלבע האבן געטאן טויזענטר סאלדאטן פון אלע אפטילונגען. (וואס דאס האט זיכער צו געשטופט די 7/11 אטאקע)
אזוי אויך האט די "הסתדרות" פשוט פארמאכט אין איין טאג רוב פון די ביזנעס אין די מדינה.
אזוי אויך די פירער פון די איזראלי Federal Reserve האט געמאכט א אינטערוויו אין די אמריקאנע פרעסע און קלאר מפרסם געווען פאר די גאנצע וועלט אז אויב די רפורמה גייט נאך וייטער גייט גאנצע איזרעלי אקאנאמי אונטערגייען
דאס האט טאקע געברענגט אז די וועלטישע Credit rating companies האבן טאקע דעלמאטס זייער אראפ גענומען זייער שעצונג אויף מדינ"י
און צו דעם... האט מען אפגעשטעלט א פאר הויפט גאסן פאר א פאר טאג...
יעצט לאמיר טראכטן - פון וואס האט ביבי מורא געהאט, פון די אלע אויבנדערמאנטע זאכן...
ממש א שווערע שאלה...
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
דא האט איר די מכתבי הבדי"ץ פון אלע יארןtotty האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 1:09 pm בקיצור סאיז קלאר אז פראטעסטן טוען אויף עכ"פ ווען ממאכט עס נישט ממש יעדע שני וחמישי טוט עס זיכער עפעס אויף צי לייגן פרעשור
די שאלה איז אבער פארוואס האט בדיץ אלע יארן געאסרט צי פארברענען אדער ווארפן שטיינער אדער אלימות
און אויך ווער גיבט די הסכמה אויף דעם מטעם דעת תורה
יא דער גאב"ד מיט בי"ד האבן געהייסן מוחה זיין די שאלה איז צי זיי האלטן אז ממעג טוהן די ווילדע שריט אויך
אגב אויף קול האמת און קול סאטמאר זענען געווען א אינטערוויא מיט א תלמיד פון ר’ עמרם הרב יקותיאל סאמעט וואס איז מיט רבי עמרם בלוי זצ"ל געזעצן אין תפיסה פאר כבוד שמים סאיז כדאי עס אויסציהערן
תשמ"א
תשנ"ו
תשס"ג
- פיילס
-
- 102459.jpg (295.13 KiB) געזען געווארן 106 מאל
-
- 102199 (3).jpg (334.89 KiB) געזען געווארן 106 מאל
-
- 101486 (2).jpg (306.69 KiB) געזען געווארן 106 מאל
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
תשל"א
תשל"ו
תשמ"ה
תשל"ו
תשמ"ה
- פיילס
-
- 100330 (2).jpg (260.95 KiB) געזען געווארן 292 מאל
-
- P1010608.JPG (363.37 KiB) געזען געווארן 292 מאל
-
- חינוך 84 (2).jpg (222.68 KiB) געזען געווארן 292 מאל
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
תשל"ט - היסטאריש געשריבן בכתב ידו פונעם סד"ד נישט געדרוקט..
תש"ע - היסטאריש געשריבן בכתב ידו פון די פארגיע גאב"ד מרן בעל שערי טובי' זצ"ל
תשמ"ו

- scan0200 (1).jpg (365.89 KiB) געזען געווארן 280 מאל
-
- שערי טובי נגד אלימות .png (781.02 KiB) געזען געווארן 280 מאל