אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור

די עולם קאכט איבער "קיריעס דזשאול" ווידיאו.
ווי א פאפולער יוטובער האט באזוכט קרית יואל, און אראפגעמאלן די היימישער ציבור ווי ארבעטס'לאזע מענטשן, וואס ניצן אויס די גאווערמענט.
די ווידיאו איז געגאנגען וויירעל, און ליידער זעט אויס נישט אויס צו זיין די סוף.
נאך א וולאגער האט ארויסגעגעבן א ווידיאו פון בארא פארק. און די קרית יואל'ע וולאגער פלאנט צו גיין קיין לעיקוואוד נעקסט.

Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
דער האט שוין געפאוסט די צעטיל וואס מאנרא האט ארויסגעגעבן, וויאזוי צו צוגיין צו די וולאגערס.
-
מחפש שלווה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדושה צפת (מחשבה טובה הקב''ה מצרף למעשה)
- x 124
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
איינער קען מיר ביטע שיקן ברבים אדער אישי די וולאג ?
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
לעיקוואוד גרייט זיך?
- פיילס
-
- IMG-20260117-WA0001.jpg (63.03 KiB) געזען געווארן 1491 מאל
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
אין בארא פארק.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
אויב איינער האט עס געכשרטרהייט ביטע מיך עס שיקן אין אישי
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
איינער אויף לינקדאין נעמט זיך שוין אן פאר אונז
- פיילס
-
- IMG_1220.jpeg (294.38 KiB) געזען געווארן 822 מאל
ביטע אינאכט נעמען: די לב טהור אשכול איז נישט געמאכט פאר פלעינע ניקס צו שרייבען, די נייעס דארט איז נאר צו שטופען א אדשענדע און סאיז נישט מוכרח אז וואס סשטייט דארט איז אמת
-
מחפש שלווה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדושה צפת (מחשבה טובה הקב''ה מצרף למעשה)
- x 124
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
- מיין מיינונג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 125
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
- x 354
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
איך מיין אז דו זאלסט נעמען א טיפן אטעם...מחפש שלווה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 2:52 pm אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
(און ס'וואלט נישט געשאדט זיך צו לערנען ספעלן אביסל...)
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
איז ברענג עס אהער דאהי.מחפש שלווה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 2:52 pm אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
"They own the business"
דאס מיינט גוט געענטפערט.
דאס מיינט גוט געענטפערט.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
דאס קעפל פון זיין ווידעא איז "Inside the New York Town Invaded by Welfare-Addicted Jews"
ער האט אויף יו-טוב ארום 7 מיליאן סובסקרייבער.
זיין ווידעא האט שוין נעכטן געהאלטן ביי אנדערהאלבן מיליאן וויוס אויף יו-טוב, 740 טויזנט אויף אינסטעגראם, און 810 טויזנט אויף פעיסבוק.
דא א ווידעא אויף יו-טוב פון פרידא וויזל אפצוענטפערן זיינס, ס'האלט ביי 42.6 טויזנט וויוס.
געשטעטנער סופער פעק איז ביי דער ארבעט.. צווישן אנדערע ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע נקודה אז ביי מענטשן צווישן 24-54 איז די עפלוימענט רעיט בערך ווי אין אלגעמיין, ביי עלטערע מענטשן איז די פאווערטי רעיט אויך נארמאל, נאר וויבאלד פאווערטי רעיט גייט פער קעפיטא פאלט עס צוליב אסאך קינדער.
איינער זאל מסביר זיין פאר די אלע קיוט קרית יואל'ער יונגעלייט וואס נעמען זיך אן פאר אונז אין די קאמענטס אז ווי מער קאמענטס אלץ מער פארשטערקערט עס דעם אלגעריטם.
משה לייב וויטריאל האט ארויסגעלייגט א צעטל אז מ'זאל נישט רעדן מיט פרעמדע (@יאנטשי), איז געגאנגען דער צעלייגער און עס געפאוסט אומקלאר צושרייבנדיג פון אויבן "i am not suicidal" ווי גלייך איינער סטראשעט אים דארט מיטן טויט.
און דאס איז שוין נאכן מודה זיין אז ער איז -אנלייק אנדערע פלעצער- נישט געווארן קאנפראנטירט אפילו איינמאל במשך זיין 'באזוך'.
ער פאטאגראפירט געהעריג אויף פריוואטע פראפערטי, איך ווייס נישט פארוואס דער ווידעא איז נאך אויף יו-טוב.
וויפיל מאל מענטשן זאגן אים אז זיי ארבעטן חזר'ט ער איבער דעם ליגן אז נאר מעקסיקאנער ארבעטן דארט, און ס'איז זאגאר געווארן א "באקאנטער פאקט".
הגם ער איז אויך מודה אז דער דורכשניט איז ארום זיבן קינדער וועט ער אבער אינעם פריוויו (געזען געווארן פילפאכיג מער ווי דער גאנצער ווידעא) לייגן ווי איינער זאגט אים אכצן.
אין אלגעמיין בין איך נישט זיכער אז ער איז דוקא אן אנטיסעמיט, מער מסתבר אז ער זוכט קליקס. אבער דאס ברענגט בלי ספק אנטיסעמיטיזם.

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
איז עס דען גוט?
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
איינער האט מיך עס געשיקט פריוואט. מעג מען עס ארויפלייגן?חנן האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 3:15 pmאיז ברענג עס אהער דאהי.מחפש שלווה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 2:52 pm אויפן עולם השפל איז עס געווען ביז אפאר נערישע מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז עס איז ביזינות פאר די אינגערלייט וואס רעדן דארט האט מען עס אראפגענומען מענטשן האלטן עכט אז אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צי יו טאב זאלן ליידן משוגע מטורה
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
פארוואס לאזט מען אזא איינעם און בית המדרש?
אידן טראגט מען ארויס אויב מען גייט אזוי אונגעטהן
אידן טראגט מען ארויס אויב מען גייט אזוי אונגעטהן
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
דאס טוט אראפברענגען די אנטיסעמיטיזם, אדער ארויפברענגען?
און בכלל, אויב זענט איר יא אזוי סוקסעספול אין ביזנעס, פארוואס זענט איר אלע אויף פראגראמען? דו ווילסט טאקע זיי זאלן אנהייבן פרעגן די ריכטיגע קשיות?
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8376
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20249
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
כ'ווייס נישט צו ער האט רעכט, כ'לייג עס פאר די אינטערסאנטקייט.
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
איך האלט נישט אז מען דארף זיין ביזי זיך פארענטפערן פאר יעדעם.
אפלאכן און ווייזן שטארקייט!
זיך פארענטפערן פארוואס עכט זענען אונז יא גערעכט, ווייזט שוואכקייט, און עס וועט גארנישט העלפן, ער וועט שוין ארויסברענגען און עדיט'ן וויאזוי ער וויל עס זאל אויסזעהן.
ווען דו ביסט שטארק, און לאכסט אפ פון אים, דארף ער שטיין און זיך פארענטפערן.

מיר דארפן זיך נישט דוקא פארענטפערן, אבער אויך נישט ווייזן שטארקייט. מען קען פשוט ענטפערן מיט א תמימות דעם אמת: געוויסע פון אונז ארבעטן און געוויסע האבן אייגענע ביזנעסער און געוויסע ארבעטן זייערע פרויען, און געוויסע סטראגלען און פארלאזן זיך אויפ'ן אויבערשטן. אדער קען מען זיך סתם אזוי ארויסדרייען פון ענטפערן בכלל.פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:28 pmאיך האלט נישט אז מען דארף זיין ביזי זיך פארענטפערן פאר יעדעם.
אפלאכן און ווייזן שטארקייט!
זיך פארענטפערן פארוואס עכט זענען אונז יא גערעכט, ווייזט שוואכקייט, און עס וועט גארנישט העלפן, ער וועט שוין ארויסברענגען און עדיט'ן וויאזוי ער וויל עס זאל אויסזעהן.
ווען דו ביסט שטארק, און לאכסט אפ פון אים, דארף ער שטיין און זיך פארענטפערן.
בכל אופן, ענדערש זיי שוואך און פארענטפער זיך ווי איידער ווייז ווי שטארק דו ביסט און ווי דו האסט זיי אין בוידעם. ווען א איד דא אין גלות ווייזט שטארקייט פאר'ן גוי און מאכט דעם גוי זיך דארפן פארענטפערן, העלפט עס אפשר אויף יענער סעקונדע צו געווינען דעם שמועס, אבער אויפ'ן לענגערן טערמין האט מען געמאכט א גרעסערן חורבן. ווען עס קומט צו אידישקייט, דעמאלט - פארשטייט זיך - דארף מען יא זיין שטארק. נישט אראגאנט און אפלאכנד, נאר פשוט שטארק און פעסט.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
איך מיין אז איין מאל דו הייבסט אן ענטפערן, װעט זיך די קשיות נישט ענדיגן.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:34 pmמיר דארפן זיך נישט דוקא פארענטפערן, אבער אויך נישט ווייזן שטארקייט. מען קען פשוט ענטפערן מיט א תמימות דעם אמת: געוויסע פון אונז ארבעטן און געוויסע האבן אייגענע ביזנעסער און געוויסע ארבעטן זייערע פרויען, און געוויסע סטראגלען און פארלאזן זיך אויפ'ן אויבערשטן. אדער קען מען זיך סתם אזוי ארויסדרייען פון ענטפערן בכלל.פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:28 pmאיך האלט נישט אז מען דארף זיין ביזי זיך פארענטפערן פאר יעדעם.
אפלאכן און ווייזן שטארקייט!
זיך פארענטפערן פארוואס עכט זענען אונז יא גערעכט, ווייזט שוואכקייט, און עס וועט גארנישט העלפן, ער וועט שוין ארויסברענגען און עדיט'ן וויאזוי ער וויל עס זאל אויסזעהן.
ווען דו ביסט שטארק, און לאכסט אפ פון אים, דארף ער שטיין און זיך פארענטפערן.
בכל אופן, ענדערש זיי שוואך און פארענטפער זיך ווי איידער ווייז ווי שטארק דו ביסט און ווי דו האסט זיי אין בוידעם. ווען א איד דא אין גלות ווייזט שטארקייט פאר'ן גוי און מאכט דעם גוי זיך דארפן פארענטפערן, העלפט עס אפשר אויף יענער סעקונדע צו געווינען דעם שמועס, אבער אויפ'ן לענגערן טערמין האט מען געמאכט א גרעסערן חורבן. ווען עס קומט צו אידישקייט, דעמאלט - פארשטייט זיך - דארף מען יא זיין שטארק. נישט אראגאנט און אפלאכנד, נאר פשוט שטארק און פעסט.
אזוי ווי די יוטובער אין בארא פארק, האט נישט געסטאפט זיין קשיות ביי וועלפעיר, ערט אנגעהויבן פרעגן פון כפרה שלאגן און נאכדעם פון מציצה בפה...
פארוואס שטייסטו ווי א נאר און ענטפערסט אים יעדע סטופיד קשיא?!?!
ער איז נישטא צו הערן וואס דו האסט צו זאגן, ער איז דא דיך צו כאפן ביים ווארט....
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
אויב האסטו מורא אז ער וועט דיר כאפן ביים ווארט, איז ענטפער נישט. זאג אים אז דו יאגסט זיך. מאך זיך תאמעוואטע ווי דו ווייסט נישט פינקטליך וואס ער וויל דא.פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:40 pmאיך מיין אז איין מאל דו הייבסט אן ענטפערן, װעט זיך די קשיות נישט ענדיגן.פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:34 pmמיר דארפן זיך נישט דוקא פארענטפערן, אבער אויך נישט ווייזן שטארקייט. מען קען פשוט ענטפערן מיט א תמימות דעם אמת: געוויסע פון אונז ארבעטן און געוויסע האבן אייגענע ביזנעסער און געוויסע ארבעטן זייערע פרויען, און געוויסע סטראגלען און פארלאזן זיך אויפ'ן אויבערשטן. אדער קען מען זיך סתם אזוי ארויסדרייען פון ענטפערן בכלל.פליט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:28 pm
איך האלט נישט אז מען דארף זיין ביזי זיך פארענטפערן פאר יעדעם.
אפלאכן און ווייזן שטארקייט!
זיך פארענטפערן פארוואס עכט זענען אונז יא גערעכט, ווייזט שוואכקייט, און עס וועט גארנישט העלפן, ער וועט שוין ארויסברענגען און עדיט'ן וויאזוי ער וויל עס זאל אויסזעהן.
ווען דו ביסט שטארק, און לאכסט אפ פון אים, דארף ער שטיין און זיך פארענטפערן.
בכל אופן, ענדערש זיי שוואך און פארענטפער זיך ווי איידער ווייז ווי שטארק דו ביסט און ווי דו האסט זיי אין בוידעם. ווען א איד דא אין גלות ווייזט שטארקייט פאר'ן גוי און מאכט דעם גוי זיך דארפן פארענטפערן, העלפט עס אפשר אויף יענער סעקונדע צו געווינען דעם שמועס, אבער אויפ'ן לענגערן טערמין האט מען געמאכט א גרעסערן חורבן. ווען עס קומט צו אידישקייט, דעמאלט - פארשטייט זיך - דארף מען יא זיין שטארק. נישט אראגאנט און אפלאכנד, נאר פשוט שטארק און פעסט.
אזוי ווי די יוטובער אין בארא פארק, האט נישט געסטאפט זיין קשיות ביי וועלפעיר, ערט אנגעהויבן פרעגן פון כפרה שלאגן און נאכדעם פון מציצה בפה...
פארוואס שטייסטו ווי א נאר און ענטפערסט אים יעדע סטופיד קשיא?!?!
ער איז נישטא צו הערן וואס דו האסט צו זאגן, ער איז דא דיך צו כאפן ביים ווארט....
דארפסט אים נישט 'ווייזן'.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: אנטיסעמיטישע יוטובער'ס באזוכן ביים היימישן ציבור
ווער איז דער רעדנער?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 4:20 pm כ'ווייס נישט צו ער האט רעכט, כ'לייג עס פאר די אינטערסאנטקייט.
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!