כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
דער ריכטיגער זמן צו שלאגן און שחט'ן די כפרות איז, אין די פארטאגס שטונדן ד.ה. באשמורת הבוקר ווען עס איז רחמים גוברים, (נאך א מקוה - אפילו ווער עס גייט נישט סתם אזוי אין מקוה - און נאך סליחות), אזוי שטייט אין של"ה הקדוש בשם האר"י, און אזוי איז די סתימת הפוסקים.
למעשה די פונקטליכע צייט איז אביסל שווער פאר פילע צו כאפן, בפרט היי יאר ווען עס קומט אויס א מוצאי שבת. די שאלה ווערט אלזא, ווען איז די נעקסט בעסט אפשען, ביינאכט בעפאר אדער ענדערש עיו"כ 8:30 צופרי?
נישט אזוי לאנג צוריק איז בכלל נישט געווען די אפציעס, כפרה צענטערן פלעגן זיין אפן פון 3:30-4:00 ביז 7:00 שארף (הגם צווישן דעם און 10:00 צופרי איז שוין נישט קיין גרויסער חילוק), אבער למעשה היינט אקאמאדירט מען שוין אלע מנהגים.
אין די מקורות געפונען מיר פון איין זייט, אז פארשידענע מקומות האבן זיך לכתחילה געפירט צו שעכטן ערשט צופרי נאך שחרית (מעגליך פארבינדן מיט א הלכה'דיגער פראבלעם צו שחט'ן ביינאכט לאור הנר, הגם דאס ווערט גרינג געלעזט מיט א אבוקה אדער היינט מיט א לעקטער), אבער עס איז נישט מבואר אויב דאס שלאגן איז אויך געווען ערשט אינדערפרי נאך שחרית אדער נאר דאס שחט'ן.
פון די אנדערע זייט זעהט מען אין די אחרונים אז צוליב דעם גרויסן געדרענג און שטופעניש פלעגן די שוחטים ארום לויפן ווי א הינדל אן א קאפ (פא"ן אינטענדעד) דורכאויס די גאנצע נאכט פון עיו"כ צו די הייזער פון די בעלי בתים שחט'ן דארט די כפרות, אבער דאס האט זיך אנגעהויבן נאר נאך חצות הלילה.
סאו לכאורה שלאגן כפרות פאר חצות הלילה זעהט מען נישט אין ערגעץ קיין מקור, שלאגן (אדער נאר שחט'ן) אינדערפרי און אפשר אפילו נאך שחרית געפונט מען יא. יתכן אז אפילו מען האלט שוין נאך די אשמורת הבוקר בלייבט שוין איבער די השפּעה פון די רחמים וואס איז אראפ געקומען פריער.
בקיצור - ווער ווייסט עפעס א קלארערע הכרעה איבער די שאלה, סיי וועגן בעפאר חצות, ווי אויך אפילו נאך חצות אבער אין פארגלייך מיט ערב יו"כ אינדערפרי / פארמיטאג ביי מאנכע..., וועלכע איז בעסער?

Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
ווי גייען אלע כפרות וואס ווערן נישט גע זאלצן אויפן פלאץ, כהער עס פארט צוריק קיין קרית יואל בית השחיטה פארן זאלצן און כשר'ן , ביטע ברענג מער אינפֿאָרמאַציע
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
אין די אוצרות המועדים - מבית היוצר פונעם בעל אוצר הלכות - זעה איך אז דער מנח"א פלעגט זאגן סליחות בחצות הלילה און דערנאך שלאגן כפרות, ווי אויך אז עס איז געווען צדיקים - דערונטער דער סאטמארער רבי זי"ע - וועלכע האבן זיך געפירט צו זאגן סליחות נאך די כפרות.
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
אין חת”ס שטייט אז די גאנצע ענין פון ערב יוה”כ איז נאר אויב מקען מכוין זיין צו די מינוט פון די עלות, אויב נישט איז די גאנצע עשרת ימי תשובה גלייך.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
אינעם גליון משלחן מלכים איז געווען דעם וואך א שמועס דערוועגן.
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
פון וואו רעדסטו?, נישט יעדער איז פארבינדן מיט ק״י שחיטה.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
- אלכסנדר נחמן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 188
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
- x 116
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 58
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 8:04 pm
- Location: קרית יואל
- x 54
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
איך האב גראדע געהערט אז ערב יום כיפור שעכט די קרית יואל’ע בית השחיטה ווייניגער טשיקענ’ס ווי וויפיל זיי שעכטן אגאנץ יאר און זיי דארפן האבן און סטאק די זעלבע אסאך ווי געווענטליךסומקא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:27 amרוב מקומות פון בארא פארק נעמען פון קרית יואל, אין זיי נעמען דאס אפ נאכן שחט'ן די שאלה וואס קרית יואל טיט מיט דעם ווי כשרות מען אזוי סאך טשיקענ'ס אין וואס טוען זיי נאכדעם דערמיט
בדרך אגב איך האב אמאל געהערט אז די כפרות גייען צו די מתיבתא עס איז אמת ?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
נאך א אינטערעסאנטע הלכה וואס איז גע'פסק'נט אין די אחרונים מבלי חולק און פארט ווייס איך נישט וויפיל מען איז נזהר דערין, איז אז אנשטאט געבן די עוף צו עסן פאר ארימעלייט (וואס כמעט קיינער טוט נישט היינט און כידוע ווארפט מען אפט מאל אוועק צענדליגער אויב נישט הונדערטער טויזנטער גע'שחט'נע כפרות), זאל מען ליבערשט געבן די געלט וואס די כפרה האט געקאסט פאר צדקה פאר ארימעלייט (און דעם עוף קען מען לכאורה אדער אליין אויפעסן אדער גאר אוועקווארפן, עגעין - כנהוג)
לפי זה מיט די איבערגעטריבענע כפרה פרייזן קומט דאס אויס א שיינע מטבע... אדער קען אפשר זיין פארקערט - און דאס איז מעגליך די סיבה וואס דער עולם איז נישט נזהר דערין און מען מאכט אויך נישט אזוי זיכער דער עוף זאל אנקומען צו ארימעלייט/ ווערן אויפגעגעסן - אז די צדקה חלק איז שוין אינקלודעט אין די אריגינעלע פרייז, זייענדיג צוויי צו אפשר גאר 10 מאל אזויפיל ווי די עכטע פרייז פון א הינדל

@Programming איך האב אלס פארשטאנען אז אין די פרייז וואס מען בעט איז שוין אריינגערעכנט די כשר מאכן, פראסעסן און איינפאקן, און די געלט וואס מען מאכט ביים פארקויפן גייט פאר די מוסדות הקדושים. (און דאס איז די סיבה פארוואס רוב כפרות צענטערן ווערן אנגעפירט דורך קהילות און מוסדות'ער)
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען טאקע פארטיילט די פלייש פאר אידן וואס האבן נישט אויף יו"ט
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען טאקע פארטיילט די פלייש פאר אידן וואס האבן נישט אויף יו"ט
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
טעיתי, סשטייט נישט אינעם חת”ס גופא.
סשטייט אין די מנהגי חת”ס. במקורו פונעם ליקוטי חבר בן חיים עמוד תי”ב בשם דעם חת”ס, ער איז געווען א תלמוד מובהק החת”ס.
דער חת”ס האט געזאגט אז מדארף ממש מכוין זיין צו די רגע פונעם עלות.. אנדערש איז גאנץ עשרת ימי תשובה גלייך און דער חת”ס אליינס האט אין זיין לעצטע יאר געטון אזוי צו ווייזן א מעשה רב הלכה למעשה, ע”כ פונעם לקחב”ח.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 54
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
- x 89
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
טאקע? פארוואס טוט מען דאס???Programming האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:45 am כידוע ווארפט מען אפט מאל אוועק צענדליגער אויב נישט הונדערטער טויזנטער גע'שחט'נע כפרות
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
איך גלייב נישט אז די FDA לאזט אריין פראסעסן געשחטן פלייש פון אין דרויסן, דאס איז לכוארה נישט לעגאל וועגן ריינקייט,יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:57 am @Programming איך האב אלס פארשטאנען אז אין די פרייז וואס מען בעט איז שוין אריינגערעכנט די כשר מאכן, פראסעסן און איינפאקן, און די געלט וואס מען מאכט ביים פארקויפן גייט פאר די מוסדות הקדושים. (און דאס איז די סיבה פארוואס רוב כפרות צענטערן ווערן אנגעפירט דורך קהילות און מוסדות'ער)
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען טאקע פארטיילט די פלייש פאר אידן וואס האבן נישט אויף יו"ט
דאס זעלבע לאזט נישט די השגחה פארקויפן ווי טשיקענ'ס וואס איז נישט געשחטן אינטער זייער השגחה, איז ווי פראסעס מען דאס אין ווי פארקויפט מען דאס ?
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
ביי סאטמאר (13) מאנסי איז דא אן אינספעקטאר פון די FDA סא קוקט אויס אז זיי לאזן יא אריין פון די פרעמדסומקא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 7:06 amאיך גלייב נישט אז די FDA לאזט אריין פראסעסן געשחטן פלייש פון אין דרויסן, דאס איז לכוארה נישט לעגאל וועגן ריינקייט,יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:57 am @Programming איך האב אלס פארשטאנען אז אין די פרייז וואס מען בעט איז שוין אריינגערעכנט די כשר מאכן, פראסעסן און איינפאקן, און די געלט וואס מען מאכט ביים פארקויפן גייט פאר די מוסדות הקדושים. (און דאס איז די סיבה פארוואס רוב כפרות צענטערן ווערן אנגעפירט דורך קהילות און מוסדות'ער)
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען טאקע פארטיילט די פלייש פאר אידן וואס האבן נישט אויף יו"ט
דאס זעלבע לאזט נישט די השגחה פארקויפן ווי טשיקענ'ס וואס איז נישט געשחטן אינטער זייער השגחה, איז ווי פראסעס מען דאס אין ווי פארקויפט מען דאס ?
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
דא אין בארא פארק מונקאטש סקווער איז נישט דא, אין ספארט קיין קרית יואל, מאנכע זאגן עס גייט אין מיסטבורר האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 8:18 amביי סאטמאר (13) מאנסי איז דא אן אינספעקטאר פון די FDA סא קוקט אויס אז זיי לאזן יא אריין פון די פרעמדסומקא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 7:06 amאיך גלייב נישט אז די FDA לאזט אריין פראסעסן געשחטן פלייש פון אין דרויסן, דאס איז לכוארה נישט לעגאל וועגן ריינקייט,יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:57 am @Programming איך האב אלס פארשטאנען אז אין די פרייז וואס מען בעט איז שוין אריינגערעכנט די כשר מאכן, פראסעסן און איינפאקן, און די געלט וואס מען מאכט ביים פארקויפן גייט פאר די מוסדות הקדושים. (און דאס איז די סיבה פארוואס רוב כפרות צענטערן ווערן אנגעפירט דורך קהילות און מוסדות'ער)
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען טאקע פארטיילט די פלייש פאר אידן וואס האבן נישט אויף יו"ט
דאס זעלבע לאזט נישט די השגחה פארקויפן ווי טשיקענ'ס וואס איז נישט געשחטן אינטער זייער השגחה, איז ווי פראסעס מען דאס אין ווי פארקויפט מען דאס ?
- אלכסנדר נחמן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 188
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
- x 116
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
אהא. שכחמסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 2:01 amטעיתי, סשטייט נישט אינעם חת”ס גופא.
סשטייט אין די מנהגי חת”ס. במקורו פונעם ליקוטי חבר בן חיים עמוד תי”ב בשם דעם חת”ס, ער איז געווען א תלמוד מובהק החת”ס.
דער חת”ס האט געזאגט אז מדארף ממש מכוין זיין צו די רגע פונעם עלות.. אנדערש איז גאנץ עשרת ימי תשובה גלייך און דער חת”ס אליינס האט אין זיין לעצטע יאר געטון אזוי צו ווייזן א מעשה רב הלכה למעשה, ע”כ פונעם לקחב”ח.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5227
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9584
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
מיין רב הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א האט געזאגט ביים שבת שובה דרשה מיט א פשטות, אז כהיום וואס די כפרות ווערן פארקויפט דורך די מוסדות, גייט דאך די הכנסה פאר צדקה, איז מען דערמיט יוצא דעם ענין פון געבן די כפרה געלט פאר עניים.Programming האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:45 am לפי זה מיט די איבערגעטריבענע כפרה פרייזן קומט דאס אויס א שיינע מטבע... אדער קען אפשר זיין פארקערט - און דאס איז מעגליך די סיבה וואס דער עולם איז נישט נזהר דערין און מען מאכט אויך נישט אזוי זיכער דער עוף זאל אנקומען צו ארימעלייט/ ווערן אויפגעגעסן - אז די צדקה חלק איז שוין אינקלודעט אין די אריגינעלע פרייז, זייענדיג צוויי צו אפשר גאר 10 מאל אזויפיל ווי די עכטע פרייז פון א הינדל
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
יעדע כפרה צענטער נעמט די טשיקענס פון א שלאכט הויז ווי די פלייש ווערט כשר געמאכטסומקא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 7:06 amאיך גלייב נישט אז די FDA לאזט אריין פראסעסן געשחטן פלייש פון אין דרויסן, דאס איז לכוארה נישט לעגאל וועגן ריינקייט,יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:57 am @Programming איך האב אלס פארשטאנען אז אין די פרייז וואס מען בעט איז שוין אריינגערעכנט די כשר מאכן, פראסעסן און איינפאקן, און די געלט וואס מען מאכט ביים פארקויפן גייט פאר די מוסדות הקדושים. (און דאס איז די סיבה פארוואס רוב כפרות צענטערן ווערן אנגעפירט דורך קהילות און מוסדות'ער)
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען טאקע פארטיילט די פלייש פאר אידן וואס האבן נישט אויף יו"ט
דאס זעלבע לאזט נישט די השגחה פארקויפן ווי טשיקענ'ס וואס איז נישט געשחטן אינטער זייער השגחה, איז ווי פראסעס מען דאס אין ווי פארקויפט מען דאס ?
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
עס ווערט פארקויפט פאר pet food.סומקא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 7:06 amאיך גלייב נישט אז די FDA לאזט אריין פראסעסן געשחטן פלייש פון אין דרויסן, דאס איז לכוארה נישט לעגאל וועגן ריינקייט,יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:57 am @Programming איך האב אלס פארשטאנען אז אין די פרייז וואס מען בעט איז שוין אריינגערעכנט די כשר מאכן, פראסעסן און איינפאקן, און די געלט וואס מען מאכט ביים פארקויפן גייט פאר די מוסדות הקדושים. (און דאס איז די סיבה פארוואס רוב כפרות צענטערן ווערן אנגעפירט דורך קהילות און מוסדות'ער)
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען טאקע פארטיילט די פלייש פאר אידן וואס האבן נישט אויף יו"ט
דאס זעלבע לאזט נישט די השגחה פארקויפן ווי טשיקענ'ס וואס איז נישט געשחטן אינטער זייער השגחה, איז ווי פראסעס מען דאס אין ווי פארקויפט מען דאס ?
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
אלע וואס נעמען נישט פון קרית יואל מאכן א כשר אויפן פלאץ א שטייגער ווי 82 באבוב45 , אזוי פלעגן אמאל אלע טון, דאס לעצטע יארן וואס א גרויס חלק קהילות וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי נעמען פון קרית יואל ווערט געשחטן אויפן פלאץ און קרית יואל נעמט דאס צוריק צום כשר'ן , וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט ווי מען כשר'ט דאס קען עס לעגאל אריין גיין אין בית השחיטה, אין ווי גייט נאכדעם די פלייש וואס איז נישט געשחטן געווארן אינטער זייער השגחה, געהערט האב איך אז עס גייט אין גארבעדש,יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 2:42 pmיעדע כפרה צענטער נעמט די טשיקענס פון א שלאכט הויז ווי די פלייש ווערט כשר געמאכטסומקא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 7:06 amאיך גלייב נישט אז די FDA לאזט אריין פראסעסן געשחטן פלייש פון אין דרויסן, דאס איז לכוארה נישט לעגאל וועגן ריינקייט,יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:57 am @Programming איך האב אלס פארשטאנען אז אין די פרייז וואס מען בעט איז שוין אריינגערעכנט די כשר מאכן, פראסעסן און איינפאקן, און די געלט וואס מען מאכט ביים פארקויפן גייט פאר די מוסדות הקדושים. (און דאס איז די סיבה פארוואס רוב כפרות צענטערן ווערן אנגעפירט דורך קהילות און מוסדות'ער)
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען טאקע פארטיילט די פלייש פאר אידן וואס האבן נישט אויף יו"ט
דאס זעלבע לאזט נישט די השגחה פארקויפן ווי טשיקענ'ס וואס איז נישט געשחטן אינטער זייער השגחה, איז ווי פראסעס מען דאס אין ווי פארקויפט מען דאס ?
קען איינער דאס אויסקלארן?
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
נישט מסתבר אין גארבעטש, ענדערש פאר שוואכערע בתי שחיטה אדער פאר אינם יהודים, דאס איז נאר וואס איך טראכט נישט וואס איך ווייס קראנט.סומקא האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:23 pmאלע וואס נעמען נישט פון קרית יואל מאכן א כשר אויפן פלאץ א שטייגער ווי 82 באבוב45 , אזוי פלעגן אמאל אלע טון, דאס לעצטע יארן וואס א גרויס חלק קהילות וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי נעמען פון קרית יואל ווערט געשחטן אויפן פלאץ און קרית יואל נעמט דאס צוריק צום כשר'ן , וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט ווי מען כשר'ט דאס קען עס לעגאל אריין גיין אין בית השחיטה, אין ווי גייט נאכדעם די פלייש וואס איז נישט געשחטן געווארן אינטער זייער השגחה, געהערט האב איך אז עס גייט אין גארבעדש,יאנטשי האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 2:42 pmיעדע כפרה צענטער נעמט די טשיקענס פון א שלאכט הויז ווי די פלייש ווערט כשר געמאכטסומקא האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 7:06 am
איך גלייב נישט אז די FDA לאזט אריין פראסעסן געשחטן פלייש פון אין דרויסן, דאס איז לכוארה נישט לעגאל וועגן ריינקייט,
דאס זעלבע לאזט נישט די השגחה פארקויפן ווי טשיקענ'ס וואס איז נישט געשחטן אינטער זייער השגחה, איז ווי פראסעס מען דאס אין ווי פארקויפט מען דאס ?
קען איינער דאס אויסקלארן?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
איר מיינט ווייניגער ווי זיי שחט'ן א געווענליכע 'טאג' פון די גאנצע יאר, יא?!רואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:38 amאיך האב גראדע געהערט אז ערב יום כיפור שעכט די קרית יואל’ע בית השחיטה ווייניגער טשיקענ’ס ווי וויפיל זיי שעכטן אגאנץ יאר און זיי דארפן האבן און סטאק די זעלבע אסאך ווי געווענטליך
בדרך אגב איך האב אמאל געהערט אז די כפרות גייען צו די מתיבתא עס איז אמת ?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: כפרות - ביינאכט אדער ענדערש צופרי?
געשלאגן כפרות ביינאכט צוזאמען מיט נאך עטליכע הונדערט יודן, צענדליגע מנינים סליחות אויפן פלאץ, זייער געשמאק און באקוועם געווען, אי"ה קומענדיגע יאר נאכאמאל אן די אלע שווערעקייטן און אומבאקוועמליכקייטן ווי די יארן ביז אהער