עס זענען דא גענוג עסקנים אינוולווד דא, און מ'קען נישט פארדרייען פאקטן. די מציאות איז אז משה'לע ווערט געצווינגען דורך די קולט פירער צו דארט בלייבן, דאס קען מען באשטעטיגן מיט צענדליגער עסקנים וועלעכע זענען עוסק אין דעם פרשה. און דעיס אז משה יוסל מיט יואליש ראוזנער צווינגען אים צו פארליינען כתובות איז א רשעות על גבי רשעות.צופראסקעט האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 11, 2026 7:35 pmאינטערסאנט פון ווי די נעמסט די אינפאאין כל חדש האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:44 pm בס"ד
הארץ רייסענדע בכיות פון (שמואל) משה (עמרם) (בן מאיר יששכר) ראזנער (נכד הגה"ק משארמאש זצ"ל ולמעלה בקודש) צו די עסקנים.
משה'לע איז שוין א 8 חדשים צוטיילט פון זיין ווייב, זיין ווייב איז שוין ארויס קיין אמעריקא פאר בערך 6 חדשים צוריק, ער וואלט שוין לאנג געקענט ארויס קומען קיין אמעריקא און זיך פאראייניגן מיט זיין משפחה, און די ליידער אזוי באקאנטע חתן רבי, די מניוועל וחוטא ומחטיא את הרבים, יואל בן משה יוסף ראזנער אבי אבות הטומאה, וואס האט ליידער אויסגעפייניקט אלע אינגעלייט "ברוחניות" ובגשמיות באופן מובהל שלא שמע מעולם, איז דער וואס שטייט און לויט עם נישט ארויס גיין קיין אמעריקא (ער איז חתונה געהאט מיט יואל'ס שוועסטער, און ער סטראשעט עם אז אויב ער גייט קיין אמעריקא פאר ער געט עם רשות, פארלירט ער זיין ווייב), איעדען טאג קומט יואל אויף מיט א צווייטען תירוץ.
משה'לע האט זיך אויסגעוויינט זיין הארץ פאר די עסקנים, פארוואס בין איך א עגון??? פארוואס קען איך מיך נישט פאראייניגען מיט מיין משפחה??? האב איך נישט גענוג געליטן און די קולט פון מיין טמא'נע שוואגער יואל ראזנער???? ער קומט אויף איעדען טאג מיט א פרישע תירוץ פארוואס איך טאר נאך נישט גיין קיין אמעריקא, אלעס ווייל ער האט מורא אז מיין אמונה און די קולט איז ביי מיר שוין נישט בשלימות, און אפשר וועל איך קאלט מאכן מיין ווייב צו די קולט, און יא אויפשטעלן א ערליך אידישע שטוב כמסורת אבותינו ורבותינו לשם ולתפארת.
ווי זענען די אלע אידן וואס זארגען זיך אז מען טיילט אפ עלטערן פון קינדער???? איך בין אפגעטיילט פון מיין קינד וואס איז און אמעריקא שוין פאר 6 חדשים, פארוואס קומט זיך מיך דאס??? טייערע אידן דאס בלוט פון משה'לע גיסט זיך על לא עוול בכפו, ווער עס האט א כח עם עפעס ארויס צוהעלפן ווערט געבעטן צו טון.
יואל די רבונו של עולם צאלט דיך עין תחת עין, די ביסט צוטיילט פון דיין ווייב און קינדער (עס ווארט עם און גוטעמאלא ביטערע קלאגות, פון לעבן'ס תפיסה), ווייל די האסט דאס געטון מיט אינגעלייט וואס זיי האבן געמוזט חתונה האבען, "די האסט זיי צוטיילט סתם פאר דיין רשעות'דיגע תאוות", און נאך אסאך ערגערע ביטערע זאכן וואס מען קען נישט שרייבן ברבים.
נ.ב. יעצט גייט יואל צווינגען משה'לע ארויס קומען בכפי' מיט א גילוי דעת אז "ער איז דאס וואס וויל נישט ארויס קומען קיין אמעריקא, נוסח רשעות לב טמא".
אין די לייגסט אפילו א פירטעקשען אז זיין הכחשה איז אויך גארנישט
לויט וויפיל איך האב גערעדט מיט עם האלט ער שוין ביי ניסוח נ"ו אין אור ה....
אין די די פיסטע ארצות המערב איטערעסירט עם גאנץ קנאפ
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1517
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15143
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
משה משה, דו ביסט דאך אן עהרליכע יודיש קינד, ביסט 18 יאר אלט, קיינער קען דיר גארנישט טאן אין אמעריקע, קיינער קען דיר נישט פארכאפן און קיינער קען דיר נישט פייניגן, דערווייל זיצט דיין פרוי אן עגונה, נגד התורה, אליינס אָן א מאן, דו קענסט קומען קיין אמעריקע און לעבן צוזאמען מיט איר, אויב ווילסטו האבן דיין זיסע צדיק'ל דארפסטו נאר טוישן די בגדים און וואוינען ביי א פעטער, אנשטאט דאס טאן, גייסטו פארליינען פון א צעטל 7 מינוט א ליסטע מיט טענות און תנאים
ביסט דאך א קלוגער יונגערמאן, לוינט זיך ענדערש צו זיצן אליינס און זיך עסן דאס געזונט אדער ענדערש קומען אויף אמעריקא און לעבן געזונט?
ווי איז דיין היתר צו לעבן אָן א ווייב? ווי איז דיין היתר צו מעגן זיין א יודישע טאכטער?
מסירות נפש, פארוואס???
ביסט דאך א קלוגער יונגערמאן, לוינט זיך ענדערש צו זיצן אליינס און זיך עסן דאס געזונט אדער ענדערש קומען אויף אמעריקא און לעבן געזונט?
ווי איז דיין היתר צו לעבן אָן א ווייב? ווי איז דיין היתר צו מעגן זיין א יודישע טאכטער?
מסירות נפש, פארוואס???
-
אין כל חדש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 850
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
צו דיר מנוול יואל בן משה יוסף ראזנער וואס איז נאך נישט זאט פון מטמא זיין איסורי דאורייתא אומשילדיגע אידישע קינדער.
אזוי ווי די ביסט נאך און גוטעמאלא, און די ביסט נאך איינגערעדט אז מען קען נאך פארקויפן פאר די ערב רב אלע ענקערע שקרים וכזבים וואס ענק האבן אלע יארן פארקויפט, וויל איך דיר מודיע זיין אז "כלל ישראל איז שוין במשך די פארגאנגענע יאר געווארן זייער זייער אויסגעקאכט ווי אזוי עס ארבעט ענקער ד.פ. לאגער".
און טאקע צוליב דעם האבן מיר שוין געשריבן היינט צופרי אז ענק זאלן שנעל אנגרייטן פאר משה'לע וואס עם צו צווינגן צו פארקויפן פאר די גאס.
פארגעס נישט אז עס דרייען זיך שוין ביי אונז ערב רב קרוב צו 200 טייערע חשובע יוצאים וואס פארציילן פונקטלעך ווי אזוי מען טרייעט צו באהאלטן ביי לב טמא די מאסן שחיטה, ברוחנית ובגשמיות, און ווען עס פעילט זיך אויס וועט מען צווינגן איינעם פארצוליינען א נוסח פאר די גאס, יא די אכזר, רוצח, קאלטבליטיגער מנוול יואל ראזנער ביסט גארנישט אונטערשטעליג פון די כאמאס רוצחים מיט די משכונות, "ווייל די דערזעסט דיך איינגעשפארט און גוטעמאלא אן קיין אינגעלייט וועם מטמא צו זיין, האלטסטו משה'לע האסטיטש".
צו "קום אריין קלאר".
מען פייניגט נישט זיין מאמע, [b]"מען ראטעוועט אירע קינדער",[/b] כיהודא ועוד לקרא, זיין מאמע האט זיך שוין א צייט צוריק אליינס בוחר געווען א רב וואס זי גייט פאלגן, פון די פארמינענטסטע רבנים בדורינו, הגה"צ ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א, און די רב האט געפאסקנט אז מען זאל איר נישט צוריק געבן די קינדער, "ווי לאנג זי איז נישט גרייט צו שיקן די קינדער און א מוסד, און זי דארף ברענגן פארן רב א כתב נתקבל פון די מוסד", פארשטייט זיך אז זי קען דאס נישט ברענגן ווייל מען דארף האבן מסירות נפש פאר די מלבושים....... אה טעות...... מען דארף האבן מסירות נפש צו פאלגן די חוטא ומחטיא את הרבים יואל ראזנער.
בנוגע אשת משה יוסף ראזנער, (עס קוקט אויס ווי "קום אריין קלאר" איז פון לב טמא, ווייל ביי לב טמא וואס מען גייט נאר מיט די גאר צניעות'דיגע מלבושים, ווייסט איעדער איינער דארט די ערשטע נאמען פון איעדע פרוי, און די קענסט זיי ווייזען א בילד פון איעדע לב טהור פרוי און זיי וועלן דיר זאגן די נאמען און וועמענס ווייב.... אנטשאלדיקט, וועמענס ששששטוב דאס איז, סיי בזיווג ראשון סיי בזיווג שני, און ביים אב בי"ד בזיווג שלישי, אבער ביי אונז ערב רב זאגט מען נישט, און מען שרייבט נישט די ערשטע נאמען פון א פרוי), זי איז גארנישט אונטערשטעליג פון זיין מאמע, עס קוקט אויס ווי איר זענט אביסעל נישט אפ טא דעיט, ביטע זיך נאך פרעגן פאר מען שרייבט.
-
אין כל חדש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 850
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס קוקט אויס ווי עמיצער וויל אז מען זאל לייגן פאבליק די טרענזעקשן'ס פון די באנק אקאנט, און די קרעדיט קארדס פון חיים און זיין טאטע אהרן ישעי' ראזנער, וואס וועט אלעס מגלה זיין ווי אומשילדיג זיי זענען, און ווי מען איז זיי אומזינסט חושד..... אויב דאס איז דיין ציל "קום אריין קלאר" נעם דיך אן פאר זיי, וועט מען גיין בע"ה צום נעקסטן שטאפל, וירא הקהל וישפוט
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 402
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1287
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יואליש יואליש קוק גוט ווי דו גייסט
פאר וויפיל אומגליקליכע אידישע נשמות דארף מען היינט צוליב דיר געבן א טרייסט
טראכט אביסל טיפער אריין
דיין נשמה אין בלאטע ליגט אנגעשמירט מיט אידישע צרות און פיין
ווי קען דאס א בשר ודם צוקוקן
פון הימל שטייט מען און מען קוקט צו וועם דו וועסט זיך היינט בוקן
פארלוירן האסטו שוין אלעס כמעט
אבער אויב א נשמה האסטו נאך קענסטו נאך ווערן א לייט
כ'בעט דיך ברחמים מיין הארץ פאר דיר עס רייסט
דיר מיט דיינע דורות קענסטו נאך ראטעווען פאר פון הימל מען שמייסט
וועלטן זענען דא צוויי
אבער צו תשובה טוהן איז נאר איין פאר ווער עס איז דערביי
מיינע ווערטער כ'קען מער נישט שרייבן אסאך
כ'מיין אז אין דעם ליגט שוין אלעס פונעם פלאר ביזן דאך
דער אויסוואל איז פאר דיר אפען און קלאר און ברייט
דער גאנצער וועלט שטייט און קוקט אויף יואליש אויף וועלכע וועג ער גייט
פאר וויפיל אומגליקליכע אידישע נשמות דארף מען היינט צוליב דיר געבן א טרייסט
טראכט אביסל טיפער אריין
דיין נשמה אין בלאטע ליגט אנגעשמירט מיט אידישע צרות און פיין
ווי קען דאס א בשר ודם צוקוקן
פון הימל שטייט מען און מען קוקט צו וועם דו וועסט זיך היינט בוקן
פארלוירן האסטו שוין אלעס כמעט
אבער אויב א נשמה האסטו נאך קענסטו נאך ווערן א לייט
כ'בעט דיך ברחמים מיין הארץ פאר דיר עס רייסט
דיר מיט דיינע דורות קענסטו נאך ראטעווען פאר פון הימל מען שמייסט
וועלטן זענען דא צוויי
אבער צו תשובה טוהן איז נאר איין פאר ווער עס איז דערביי
מיינע ווערטער כ'קען מער נישט שרייבן אסאך
כ'מיין אז אין דעם ליגט שוין אלעס פונעם פלאר ביזן דאך
דער אויסוואל איז פאר דיר אפען און קלאר און ברייט
דער גאנצער וועלט שטייט און קוקט אויף יואליש אויף וועלכע וועג ער גייט
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עיין אבן עזרא בישעיה אז די "פארים" איז אויף די ידים, און דאס וואס ער זאגט דא "על ראשיהם" מיינט ער כולל צו זיין אלע תכשיטים וואס ווערן דערמאנט אין ישעיה וואס מ'האט גענוצט א שפיגל דערפאר.בנצי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 11, 2026 7:20 pm
קוק בעסער אריין, ער האט עס יא געשריבן אויף די בגדים, אויף די "פארות שעל ראשיהם, הם הנזכרים בספר ישעיה, כי מנהג ישראל היה כמנהג ישמעאל עד היום"
אבער איך שרעק מיך נאך אלס נישט, ווייל די אבן עזרא אליין האט אויך נישט געזען פאר וויכטיג צו טוישן צו יענע בגדים.
מען דארף קודם קוקן וואס ער צילט ארויסצוברענגן, און דערנאך מעיין זיין וואס ער זאגט פונקטליך. ער וויל דער עיקר ארויסברענגן אז די מראות הצובאות האבן די ערליכע נשים אוועקגעגעבן פאר די משכן ווייל זיי האבן מער נישט געוואלט זיין פארנומען זיך צו מייפה זיין יעדן טאג ביים שפיגל. איז ער מסביר פארוואס מען האט געקוקט יעדן טאג אין שפיגל, אז דאס איז פאר די קאפ ענינים, ער מיינט לאו דווקא א געוויסע בגד, ער זאגט דאך "הם" הנזכרים, נאר דער אמת איז אז איינס פון די תכשיטים איז געווען א היטל. אדרבה זוך מיר אויף א מפרש אויפן אבן עזרא וואס לערנט פשט אז ער מיינט דא ארויסצוברענגן אז זיי זענען ח"ו געגאנגן אנגעטוהן ווי די גוים.
ס'דא וואס לערנען טאקע פשט אז ער מיינט צו זאגן 'מנהג ישמעאלים צו קוקן אין שפיגל יעדן צופרי' להתייפות די תכשיטין פון די קאפ, אוודאי רעכנט עס אויך אריין די שיינע "פארים" אזעלכע שיינע היטלעך וואס זיי האבן געהאט. [לפי פירוש זה איז נישט געווען אזוי איינגעפירט אין די אנדערע לענדער צו קוקן יעדן טאג אין שפיגל האט ער געוואלט געבן צו פארשטיין אז אין מצרים האט מען זיך יא אזוי געפירט ביז די משכן].
און אפילו נניח כפי פשוטו אז ער מיינט יא די 'מנהג פון גיין א געוויסע שיינע קאפ צודעק' ווי די ישמעאלים, וואס מסדר צו זיין די בגד האט מען געקוקט אין שפיגל, איז דאך געוויס קלאר אז איין בגד אויפן קאפ ווי די גוי איז בכלל נישט קיין פראבלעם, און אזוי איז די מסורה, זענען דען נישט די אונגערישע גויטעס געגאנגן מיט א טיכל אויפ'ן קאפ?, דער עיקר איז אז בכלליות זאל מען דערקענען א חילוק אז מען איז א איד, אדער אויב עס איז א אנדערע קאליר וכדו', אבער עס איז נישט קיין איסור זיך מתקשט צו זיין מיט תכשיטים וואס גוים גייען אויך, און אזוי אויך מעג מען אנטוהן איינצעלע בגדים וואס גויים גייען אויך, וואו דען קויפט מען בגדים? נאר מ'טאר נישט אויסזעהן ווי א גויטע, אזוי ווי דער רמב"ם פסק'ט, וזהו.
דו ווילסט קלערן אז דער אבן עזרא מיינט די היינטיגע ישמעאלישע קאפ צודעק, הייסט אז דאס איז די "פארים" וואס מ'האט זיך מתייפה געווען, טאקע זייער שיין, אבער געדענק אז דאס זאגט דער נביא אז ווען משיח וועט קומען וועט מען דאס מער נישט האבן! עס איז לפי זה נכלל דארט אין אלע געפערליכע תכשיטים.
צו פארשטיין בעסער, אינעם אבן עזרא'ס שפראך וואלטן די סאטמארער געגאנגן אנגעטוהן די זעלבע הוט ווי די גוים. דהיינו אז כלפי די רוסישע קוטשמעס איז די סאטמארער הוט אזוי ווי די בענדאונס. יעצט וואספארא פנים האט א גוי מיט א סאמעטענעם ברייטע ביבער הוט?. ווען דער אבן עזרא וויל מסביר זיין פאר די תושבי ארצו די אופן ההלבשה פון די פריערדיגע דורות, איז ער עס מסביר אויף דעם וועג, כאילו ווען מ'וויל זאגן פאר טויזענט יאר צוריק וויאזוי אלע חסידישע מענער גייען היינט אויף זייער קאפ, וועט מען זאגן אז עס איז אזוי ווי א בענדאון. איז טאקע נישטא קיין חילוק צווישן א מאדערנע הוט אין א חסידישע הוט, געוויס יא, אבער כלפי א קוטשמע זענען אלע הוטן אייניג.
אזוי דארף מען אפלערנען א אבן עזרא אפילו ער וואלט ווען קלאר געשריבן אז די אידן זענען געגאנגען אנגעטוהן אלע בגדים ווי די ישמעאלים. אבער למעשה שרייבט ער עס בכלל נישט. אז מ'דארף וועל איך ברענגן ראיות לדברי פון די וואס פארשטיין אפצולערנען אן אבן עזרא.
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 837
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1350
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס האט מען נאכנישט געעפנט א נייע חלה ביזנעס בהסכמת הרבנים, און דער ריווח זאל גיין פאר הוצאת המערכה?...
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפשר צייכנט איר צו וואו איז די כמה פעמים.
צווייטענס מ'כאפט נישט ארויס אפאר ווערטער פון א ספר און מ'בויעט בנינים אין אזעלכע האקעלע ענינים.
דריטנס איך לייג דא צו א מאמר פון איינעם וואס קוקט אויס אז ער פארשטייט אביסל צום מהלך פון אבן עזרא, און ער האט נישט געהאט קיין אגענדע צו לערנען אנדערש פשט.
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1517
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15143
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הנחת תפילין היינט אינדערפרי פאר הבה''ח נתנאל ני''ו בן העסקן הדגול הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט''א ביים זיידן הגה''צ קאשוי רב שליט''א
סעודת הבר מצוה היינט נאכט אי''ה אין קרית יואל באולם ברכה גארדנס.
סעודת הבר מצוה היינט נאכט אי''ה אין קרית יואל באולם ברכה גארדנס.
- פיילס
-
- WhatsApp Image 2026-01-12 at 10.37.44 AM.jpeg (268.4 KiB) געזען געווארן 1533 מאל
-
- WhatsApp Image 2026-01-12 at 10.37.44 AM (1).jpeg (249.94 KiB) געזען געווארן 1533 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
כבוד מלכים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 183
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 717
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וועלכע ישיבה איז דאס?על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:07 am הנחת תפילין היינט אינדערפרי פאר הבה''ח נתנאל ני''ו בן העסקן הדגול הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט''א ביים זיידן הגה''צ קאשוי רב שליט''א
סעודת הבר מצוה היינט נאכט אי''ה אין קרית יואל באולם ברכה גארדנס.
-
אין כל חדש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 850
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מודעה ובקשה:
אויב איינער האט א אימעיל ליסט וואס גייט נאר צו רבנים דיינים אלוועלטליך, אדער צו זייערע גבאים, וואס מען קען אריין שיקן פאר די רבנים אלע ריקארדינגס פון דעם:
מנוול יואל בן משה יוסף ראזנער ווי אזוי ער טוט זיך אונטער האלטן מיט די (בחורים) אינגעלייט באופן גרוע ומשוקץ וואס מען נישט ארויס שרייבן דא, וואס איז נאך אזאנץ נישט געהערט געווארן, און ווי משה'לע ראזנער בעט זיך בדמעות שליש ביי די עסקנים אז מען זאל עם ראטעווען פון די מנוול, און עם לויזן זיך פאראייניגן מיט זיין ווייב און קינד, נאכן זיין א עגון שוין אזוי לאנג.
ווערט געבעטן צו שיקן די ליסטע פאר איינע פון די עסקנים.
קריטיש: יפה שעה אחת קודם, ארויס צו ראטעווען בס"ד די צדיק'ל בנש"ק משה'לע ראזנער הי"ו נכד קדושי ושרפי עליון זי"ע, פון זיין פארכאפט האסטיטש ביי די מנוול יואל ראזנער "נאר פאר דעם איינעם סיבה צו קענען אנגיין מיט זיינע מעשה מנוולם רח"ל", ראטעוועט ארויס א אומשילדיגע אינגערמאן פון יואל ראזנער'ס נעגל וואס ער וויל עם האלטן דארטן און גוטעמאלא עם אראפ צו טראגן לבאר שחת, נאך וואס בס"ד האט מען שוין ארויס געראטעוועט פון עם אלע אנדערע אינגעלייט, און די חוטא ומחטיא דערזעט זיך אן קיינעם, טרייעט ער זיך אנצוכאפן און דעם איינעם "אינגע" אינגערמאן וואס איז נאך געבליבן און גוטעמאלא.
אויב איינער האט א אימעיל ליסט וואס גייט נאר צו רבנים דיינים אלוועלטליך, אדער צו זייערע גבאים, וואס מען קען אריין שיקן פאר די רבנים אלע ריקארדינגס פון דעם:
מנוול יואל בן משה יוסף ראזנער ווי אזוי ער טוט זיך אונטער האלטן מיט די (בחורים) אינגעלייט באופן גרוע ומשוקץ וואס מען נישט ארויס שרייבן דא, וואס איז נאך אזאנץ נישט געהערט געווארן, און ווי משה'לע ראזנער בעט זיך בדמעות שליש ביי די עסקנים אז מען זאל עם ראטעווען פון די מנוול, און עם לויזן זיך פאראייניגן מיט זיין ווייב און קינד, נאכן זיין א עגון שוין אזוי לאנג.
ווערט געבעטן צו שיקן די ליסטע פאר איינע פון די עסקנים.
קריטיש: יפה שעה אחת קודם, ארויס צו ראטעווען בס"ד די צדיק'ל בנש"ק משה'לע ראזנער הי"ו נכד קדושי ושרפי עליון זי"ע, פון זיין פארכאפט האסטיטש ביי די מנוול יואל ראזנער "נאר פאר דעם איינעם סיבה צו קענען אנגיין מיט זיינע מעשה מנוולם רח"ל", ראטעוועט ארויס א אומשילדיגע אינגערמאן פון יואל ראזנער'ס נעגל וואס ער וויל עם האלטן דארטן און גוטעמאלא עם אראפ צו טראגן לבאר שחת, נאך וואס בס"ד האט מען שוין ארויס געראטעוועט פון עם אלע אנדערע אינגעלייט, און די חוטא ומחטיא דערזעט זיך אן קיינעם, טרייעט ער זיך אנצוכאפן און דעם איינעם "אינגע" אינגערמאן וואס איז נאך געבליבן און גוטעמאלא.
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.
-
געדרונגען
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 65
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 09, 2025 10:03 am
- Location: Brooklyn
- x 239
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי קענען א טאטע און מאמע האבן אזא רשעות!
משה יוסל און זיין ווייב (וואס פאר'עקשנט אירע מאן) ווילן נישט אז זייער טאכטער זאל וואוינען מיט אירע מאן?
זיי ווילן ממשיך זיין זייערע הייליגע עבודה פון אפטיילן פארפעלקער, אויף רוב פון זייערע קינדער?!
וועלעכע נארמאלע משפחה אין די וועלט, צוטרייסעלט זיך נישט ווען זיי הערן א געשוויסטער איז אפגעטיילט?!
אין דא יואליש מיט זיינע עלטערן פארפירן אן אומשולדיגע 18 יעריגער קינד אין באד אריין.
יואליש ראזנער, ס'וועט קומען א טאג, ווען די און אלע דיינע געשוויסטער וועלן איינזען די טרוקענע פאקט.
מ'האט פארלוירן דעם שאך שפיל.
די קרובים אין אמעריקא האבן אויסגעפירט.
די איינציגסטע וועג ס'זאל זיך צאמשטעלן דיין משפחה וועט ביי טוהן די גאר גאר שווערע השפלה, זיך בייגן.
טאקע במסירת נפש מחנך צו זיין דיינע קינדערליך אזוי ווי דיינע באבעס און זיידעס האבן געטוהן לדור דורות, האבן זיי געקענט האלטען גענוג ערליך, זיי זאלן זיך קענען מכניע זיין אונטער א פארפאלטער בעל תשובה, וואס אויסער כשרונות און קאריזמה האט ער קיין יראת שמים נישט פארמאגט.
יא יא איך קען די באבע מעשיות וואס מען האט ענק פארקויפט מיט אנרעדענישע אויסדריקן כאילו די ברך משה האט אהער געזאגט און אהין געזאגט.
אונטערסאנט אז גאנץ סאטמאר געדענקט נישט דעם סיפור.
וועסטו דאך ווילן דיינער קינדער זאלן קענען זיך מכניע זיין אונטער די הייליגקייט פון אבי אמם דעם מייסטער פאליטישע אנאליזער וואס איז מנבא עתידות ארויס פון אוטעסוויל פון צייט צו צייט.
איז כדאי זיך אליין געבן א בייג און כאפן אז די זאמדזייגער לויפט אויס און פאראייניגען דיין אייגענע משפחה וד"ל.
פארפאלן די וועלט פארט ווייטער, און מ'קען נישט בלייבן שטענדיג צוטיילט, וועסטו זיך פילן ווי א אתרוג נאך סוכות, כאטש זאלסט זיך קענען מנחם זיין דעמאלסט, אז די האסט כאטש דיין יונגערע שוועסטערס לעבען נישט ערגער געמאכט.
-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 142
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 292
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער האט פשט אין מסכת שבת דף סה. ערביות יוצאות רעולות.מקשין העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 10:39 amאפשר צייכנט איר צו וואו איז די כמה פעמים.
צווייטענס מ'כאפט נישט ארויס אפאר ווערטער פון א ספר און מ'בויעט בנינים אין אזעלכע האקעלע ענינים.
דריטנס איך לייג דא צו א מאמר פון איינעם וואס קוקט אויס אז ער פארשטייט אביסל צום מהלך פון אבן עזרא, און ער האט נישט געהאט קיין אגענדע צו לערנען אנדערש פשט.
אבן עזרא.pdf
-
לב שלם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 10:38 am
- Location: בני ברק
- x 23
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביי וועם איז משה יוסל - רי"מ אן איידעם?
-
ברכו שמו
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 20, 2025 1:52 pm
- Location: Boro Park
- x 38
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
היינטיגן בלאט פון תורתך ..... שוין געלערנט היינט ב"החאצקיל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 1:16 pmווער האט פשט אין מסכת שבת דף סה. ערביות יוצאות רעולות.מקשין העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 10:39 amאפשר צייכנט איר צו וואו איז די כמה פעמים.
צווייטענס מ'כאפט נישט ארויס אפאר ווערטער פון א ספר און מ'בויעט בנינים אין אזעלכע האקעלע ענינים.
דריטנס איך לייג דא צו א מאמר פון איינעם וואס קוקט אויס אז ער פארשטייט אביסל צום מהלך פון אבן עזרא, און ער האט נישט געהאט קיין אגענדע צו לערנען אנדערש פשט.
אבן עזרא.pdf
רעולות.jpg
-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 142
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 292
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@מקשין העולם
וויאזוי פארענטפערט מען די גמרא און רש"י?
וויאזוי פארענטפערט מען די גמרא און רש"י?
-
ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 314
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 694
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חאצקיל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 1:16 pmווער האט פשט אין מסכת שבת דף סה. ערביות יוצאות רעולות.מקשין העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 10:39 amאפשר צייכנט איר צו וואו איז די כמה פעמים.
צווייטענס מ'כאפט נישט ארויס אפאר ווערטער פון א ספר און מ'בויעט בנינים אין אזעלכע האקעלע ענינים.
דריטנס איך לייג דא צו א מאמר פון איינעם וואס קוקט אויס אז ער פארשטייט אביסל צום מהלך פון אבן עזרא, און ער האט נישט געהאט קיין אגענדע צו לערנען אנדערש פשט.
אבן עזרא.pdf
רעולות.jpg
- פיילס
-
- Screenshot 2026-01-12 135353.png (210.37 KiB) געזען געווארן 1052 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כמדומה אז קיינער קריגט זיך אז עס איז פארהאן מקורות אז אמאל זענען אויך געוועהן אידישע פרויען וואס פלעגן אזוי גיין וכמפורש בלשון רש"י, נאר דער סיבה פארוואס מען שטעלט זיך אזוי דערקעגן אז די יוצאי ל"ט זאלן נישט בלייבן מיט דעם איז ווייל די עקשנות צו בלייבן מיט די קליידער איז נישט קיין ספּעציפישע עקשנות אויף די קליידער, נאר אן אלגעמיינע עקשנות צו אנהאלטן די גאנצע פעקידזש המכונה לב טהור..
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1517
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15143
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א געניט אויג באמערקט די בחור פון העסקן הדגול הר''ר אברהם גרינהוט הי''ו.על פי תורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:07 am הנחת תפילין היינט אינדערפרי פאר הבה''ח נתנאל ני''ו בן העסקן הדגול הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט''א ביים זיידן הגה''צ קאשוי רב שליט''א
סעודת הבר מצוה היינט נאכט אי''ה אין קרית יואל באולם ברכה גארדנס.
איראניש איז אז די קינדער פון די ראשי עסקנים
און די קינדער פונעם חכם און די אב בי''ד פון לב טהור לערנען אלע אינעם זעלבן מוסד.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס איז שווער פון דא אויף מיינע ווערטער?
איך האב געקלערט אז דו ווילסט ברענגן א ראיה אז אין צייטן פון די משנה און אין די צייטן פון רש"י איז דאס נישט געווען די מלבוש פון אידישע פרויען איבעראל, נאר אין ערבי...
יעצט וואס איז די קשיא? איך האב דאך געשריבן אז איין בגד מעג מען אנטוהן ווי די גוי כל זמן מען דערקענט אז דאס איז א איד, און בכלליות שאר המלבושים איז מען מובדל פון די גוי. יענע אידענעס האט מען דערקענט אז זיי זענען אידן, אפילו נאר דורך די קאליר פונעם בגד אדער דורך די אנדערע בגדים. אפשר ווילסטו אסר'ן אנצוטוהן הויזן ווייל אין אמעריקא גייען די גוים הויזן, אדער העמדער און קויטס, אלעס וואס אונז גיימיר דא אין אמעריקא איז דאס די לבוש פון די קולטור, נאר מיט דעם אלעם דערקענט מען דעם איד. אונז זעמיר קיינמאל נישט געווען אינגאנצן אויפפאלנד און משוגע אין די אויגן פונעם גוי, מ'האט אויסגעזעהן מענטשליך צוגעשטעלט לויט די קולטור פונעם פלאץ. אין תימן גייט מען תימניש און און איירופא איירופעאיש, נאר מ'מוז דערקענען א הבדל בין ישראל לעמים.
ווילסט אפשר אויך אסר'ן זיך מתעטף זיין בטלית ווייל מיר מאכן עטיפת ישמעאלים?
נאר עס איז דא א אנדערע קשיא אלס די איסור דאורייתא פון ובחוקותיהם לא תלכו, וואס דער צמח צדק פון ליובאוויטש יורה דעה סימן צא ברענגט א ראיה פון דעיע גמרא צו שיטת מהרי"ק אז אויב דער גוי'שע בגד איז נישט מער פריצות אדער גאוה איז מותר, און דאס איז אויך נאר מותר אויב מען איז נישט מכוין להדמות להם. דאס האט אבער נישט מיט מנהג ישראל שלא שינו את לבושם אפילו ווען ס'איז נישטא די איסור פון ובחוקותיהם.
איך האב נישט עוסק געווען צו שרייבן אן איסור אויף לב טהור מלבושים, כאטש מ'קען עס אסר'ן דאהי במקומות שאין הציבור הולכין כן וכמבואר בספר עוז והדר לבושה ווייל ס'איז אויפפאלנד, און די משנה רעדט זיך במקומות וואס ס'איז נישט אויפפאלנד ווייל די גאנצע לאנד גייט אזוי. איך האמיך נאר באצויגן צו דער וואס האט כאילו אריינגעווארפן א באמבע אז אין אבן עזרא שטייט "בכמה מקומות"... זאכן וואס ס'שטייט נישט, און דאס וואס ס'שטייט יא איז אויך נישט אזוי פשוט פשט.
בכל אופן אז מ'טרעפט א "היתר" פון א גמרא מיינט נאך נישט אז ס'דא א מצוה דערביי..., ווער רעדט נאך אויף מסירת נפש.
אגב דער צמח צדק האלט אז די שיטה פון אבן עזרא אין צפניה (מובא ברד"ק צפניה א ח) איז פון די מחמירים אז א יעדע גוישע בגד איז אסור אלס ובחוקותיהם אפילו ס'איז נישט קיין בגדי שחץ ופריצות.
-
עמק השדים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 34
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
- Location: דאהי
- x 72
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כ'פארשטיי נישט ווי אזוי דע סמארטפאון'ס קומען אריין דא....שמועות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 11, 2026 5:18 pm
וועגן דעם דרייען זיי זיך מיט אפענע סמארט פאון'ס?
דער אבן עזרא האט אמאל ארויסגעשיקט אידישע פרויען פראטעסטירן?
דיינע זיידעס האבן נישט געלערנט אזוי פלייסיג אבן עזרא ווי דיר דעריבער האבן זיי זיך נישט אזוי געפירט?
כ'האב נאר געשריבן אז דער הייליקער אבן עזרא שרייבט אז די ישמעאלים האבן אנגעהאלטן די סטיילס פון יענע יארן....
און איינער וואס האט אן עניין צו גיין מיט די סטייל פון יענע יארן קען בודק זיין ביי די אראבער.
כ'קען נישט אזוי גוט היסטאריע צו וויסן וואס דער אבן עזרא האט געשיקט, אויסער בריוון...
און יע, מיין זיידע האט געלערנט אבן עזרא אסאך פלייסיגער פון מיר,
אבער געפירט האט ער זיך געבויט אויף שולחן ערוך און פוסקים,
נישט אויף...
אמונה אינה רק מפני שאינו יודע מאמין, רק מפני שאור ד׳ וקדושתו נמצאת בקרב איש הישראלי והיא הרואה את קדושת הארתו ית׳ נאחזת וקשורה בו, והיא האמונה, ואור קדושה זו נמצאת בנו מהאבות.
-
עמק השדים
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 34
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
- Location: דאהי
- x 72
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ערשטנס א גרויסן דאנק פאר די מיה וואס איר האט גענומען אפצופרעגן וואס איך האב געשריבן.מקשין העולם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 10:39 am
מ'כאפט נישט ארויס אפאר ווערטער פון א ספר און מ'בויעט בנינים אין אזעלכע האקעלע ענינים.
דריטנס איך לייג דא צו א מאמר פון איינעם וואס קוקט אויס אז ער פארשטייט אביסל צום מהלך פון אבן עזרא, און ער האט נישט געהאט קיין אגענדע צו לערנען אנדערש פשט.
אבן עזרא.pdf
כדי אז אפילו איינער מיינט איז איך האב געמיינט ערנסט זאל נישט האבן קיין טעות.
כ'בין פשוט נישט צוגעוואוינט צו נוצן עמאודז'יס....
טאקע אין די מאמר וואס איר ברענגט צייכנט ער אויך צו דעת האבן עזרא בכלליות אז פון די אראבער קען מען זעהן ווי אזוי מען האט זיך געפירט בזמן התורה.אפשר צייכנט איר צו וואו איז די כמה פעמים.
למשל אין שמות יב, ז
גראדע האב איך נישט געהאט קיין הוה אמינא אז פארות [פארים אין ישעיה ג] מיינט שמאטעס, אוודאי דארף מען נישט קוקן אין שפיגל [צו זיכער מאכן אז מ'קוקט אויס ווי א שד'כע....] אויף שמאטעס.וככה מנהג כל ארץ ישמעאל כי מנהג הערלים לא היה כמנהג המצריים ואפילו במאכליהן, כמו "פתות אותה פתים" (ויקרא ב ו), וככה תכשיטי הנשים לשום נזם באף ובאזן, וכל אשר הזכיר ישעיה על בנות ציון
און אזוי ווי איר שרייבט אין אייער אנדערע תגובה
זייער ריכטיג,דו ווילסט קלערן אז דער אבן עזרא מיינט די היינטיגע ישמעאלישע קאפ צודעק, הייסט אז דאס איז די "פארים" וואס מ'האט זיך מתייפה געווען, טאקע זייער שיין, אבער געדענק אז דאס זאגט דער נביא אז ווען משיח וועט קומען וועט מען דאס מער נישט האבן! עס איז לפי זה נכלל דארט אין אלע געפערליכע תכשיטים.
און צווישן יענע תכשיטים וואס גייען בטל ווערן רעכנט דער נביא אויס...
בַּיּ֨וֹם הַה֜וּא יָסִ֣יר אֲ-דֹנָ֗י אֵ֣ת תִּפְאֶ֧רֶת הָֽעֲכָסִ֛ים וְהַשְּׁבִיסִ֖ים וְהַשַּֽׂהֲרֹנִֽים׃ יט הַנְּטִפ֥וֹת וְהַשֵּׁיר֖וֹת וְהָֽרְעָלֽוֹת׃
אמונה אינה רק מפני שאינו יודע מאמין, רק מפני שאור ד׳ וקדושתו נמצאת בקרב איש הישראלי והיא הרואה את קדושת הארתו ית׳ נאחזת וקשורה בו, והיא האמונה, ואור קדושה זו נמצאת בנו מהאבות.