אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:46 pm
אין די סיטי האט מען אויך וואטשערס פאר בעביסיטינג און פלעי גרופ וואס שפארט א געוואלד מיט געלט.
א מיידל/ווייבל אין וויליאמסבורג מאכט א שענערע געהאלט וואו א מיידל/ווייבל אין אפסטעיט.
אין די סיטי קען מען זיך גרינג באגיין אן א קאר און קאר סערוויסעס, ווייל מ' האט אלעס צו די האנט.
אסאך דירות אין די סיטי האבן א טעקס איבעיטמענט וואס מ' צאלט 0 טעקס פארן דירה.
נישטא קיין גארביטש בילס אין די סיטי....
מעמבערשיפ פאר קהל איז ביליגער אין די סיטי...
פון וואוטשערס האט מען שוין גערעדט דא, האט נישט קיין פשט סתם צו איבערקייען נאכאמאל.
בנוגע די פעי טשעק. איך האב געפרעגט א באקאנטער מיינע וואס האט אפיסעס אין עטליכע חרדישע געגענטער. לויט ווי ער זאגט מיר איז נישט אמת אז די געהאלט אין אפסטעיט איז שוואכער. א פרוי מיט עקספיריענס איז די זעלבע אין אפסטעיט ווי אין די סיטי. נאר וואס? מיידלעך וואס זענען פריש ארויס פון סקול, צאלט מען טאקע יא וויניגער.
יעצט איז אזוי. בעלי בתים איז דאך זיכער אז די פלאץ ווי ער וואוינט שפילט נישט קיין ראלע, ואדרבה, אין אפסטעיט צאלט מען וויניגער אינקאם טעקס. ווידער די וואס ארבעטן אויף א קאמישען, מאכט דאך ווייטער נישט אויס וואו ער וואוינט. און סתם ארבעטערס זאגט יענער אויך אז אין אמת'ן צאלט מען נישט וויניגער, ער לייגט אבער צו, אז די סיטי ארבעטערס זענען אסאך מער דעספרעט פאר א רעיז ווייל זיי דעקן נישט דעם חודש, ווידער אין אפסטעיט איז נישט אזוי. ואשר ע"כ קען אויסקומען אז דער אפסטעיט אינגערמאן זאל באקומען ווייניגער פשוט ווייל ער דארף נישט קיין רעיז יעדע 10 חדשים.
יעצט דאס איז אמאל זיכער אז ווען מען שמועסט אויס וויפיל עס קאסט צו וואוינען אין די סיטי ווס וויפיל עס קאסט דאס לעבן אין אפסטעיט, איז פשוט אז מען רעדט נישט פונעם כולל אינגערמאן בכלל. עס מאכט לגמרי נישט אויס וויפיל מען צאלט פאר א מיידל אדער שנה ראשונה ושנייה ווייבל, לא על זה אנו דנין. מען רעדט פון די קאסט אף ליווינג. דהיינו איינער וואס האט א שטוב מיט קינדער, און האט "עכטע" עקספענסעס. און די פרויען וואס ארבעטן מיט א שטוב מיט קינדער, און האבן טאקע 10 יאר עקספיריענס, זאגט ער מיר איז טאקע די פעי טשעק די זעלבע. (ואדרבה, אויב איינער "ווייסט" פארקערט, זאל ער שרייבן.)
בנוגע טעקס אויף דירות. ס'איז א גוטע וויץ די טעקס איבעיטמענטס, רוב היימישע עולם צאלט אריין גרויסע טעקסעס אין די סיטי, און דאס גייט נאר ארויף און ארויף למעלה ולמעלה. מען קען היינט אין די סיטי צאלן פאר א נייע קאנדאו 20 טויזענט דאלער א יאר פאר טעקס, אדער אפילו מער. די עלטערע צאלן טאקע וויניגער, אבער אלעס גייט ארויף. איך רעד פער יוניט! משא"כ אין קרית יואל איז די טעקסעס א דריטל דערפון.
ואל תשובני פון בלומינגראוו וואס דארט איז טעקסעס יא אין די אלף השישי אריין, ווייל קיינער הייסט נישט מופן צו בלומינגראוו. מען רעדט פון ויסעו מסקילמען, ויחנו בהמספיק וועי.
אזוי אויך ווען מען רעדט פון קויפן א הויז. אין וויליאמסבורג גייען דירות פאר טויזענט דאלער א סקווער פוס, ווידער אין קרית יואל גייט עס פאר ***** אאפפסס... איך וויל נישט זאגן וויפיל... אבער פאר ווייניגער ווי א דריטל. און אפילו אין מאנסי איז עס אויך וויניגער ווי האלב.
קומען אבער אלעמאל די חכמים און ברוב חכמתם הויבן זיי אן דרייען מיטן פינגער, אז די מאנטלי פעימענטס זענען די זעלבע. ווייל ער צאלט 10 טויזענט דאלער א חודש, און זיין חבר צאלט 8 טויזענט אין מאנסי פלאס 2 פאר טעקסעס. קומט אויס אז ביידע צאלן 10. וואס דא איז יענער ווייטער נישט מדמה עפל צו עפל. אין וויליאמסבורג צאלט מען א מיליאן פוינט 2 פאר א פארשטינקענע 20X60, און אין מאנסי באקומסטו פאר די 1.2 3,000 סקווער פוס, פלאס א טענעט. (איך האב נישט נאכגעקוקט די פרייזן יעצט, אבער איך מיין אז איך בין ערגעץ ארום די טארגעט) ווער הייסט דיר קויפן אזא סארט דירה? איז דען נישט דא אין מאנסי דירות פון 1,500 סקווער פיס פאר ארום אדער גאר אונטער אכט הונדערט טויזענט? אודאי אז יא! סא וואס הייסט אז ס'קאסט די זעלבע? אזוי ווי דער שחו* וואס האט פארפירט אז ער ווייסט נישט וואס דער עולם זאגט אז געס גייט ארויף, שוין 10 יאר וואס ער גייט אין געס סטעישן און זאגט פיל איט אפ 20 דאלערס רעגאלער...
בנוגע קארס. ס'איז א גוטע טאלקינג פוינט, ס'איז אבער נישט אמת. גיי ארום אין ביהמ"ד און זאג מיר וויפיל אידן מיט משפחות וואס האבן א געהעריגע דזשאב, דרייוון נישט קיין אייגענע קאר. איך גלייב אז 90 פראצענט האבן יא אייגענע קארס. (איך רעד נישט פון בנש"ק'לעך, בני תורה, אדער פרישע אינגעלייט אונטער די 25) סא אמת טאקע אז מען "דארף" נישט קיין קאר אין וויליאמסבורג, אבער די מציאות איז אז דער עולם האט געהעריג קארס. און כמדומה איז קאר אינשורענס אפילו טייערער אין די סיטי ווי אין אפסטעיט. סא ווען מען קוקט אויף די קאסט אף ליווינג פון די סיטי צו אפסטעיט, איז מען כמעט שוה בשוה מיט די קאר עקפענס. (און אפילו מיט די קאר סערוויסעס אפשר אויך, קודם כל ווייל אין די סיטי נעמען די פרויען אויך קאר סערוויס און אובער'ס, וחוץ מזה איז 50 7 דאלער'דיגע ערייוו קאר סערוויסע טריפס א חודש, עקוויוועלענט צו איין פאמפ טיקעט און די איבריגע 150 דאלער א חודש פאר די קאר אינשורענס...)
אנדערע שטותים איז נישט אינטערעסאנט צו רעכענען, ווייל אויב יא קען איך אויך רעכענען אז כינור דוד איז אין קרית יואל, וואס דאס איז האלב פרייז פון פרדס...
ובדרך אגב, האט מיר איינער נעכטן געזאגט אז אין סאטמאר מאנסי מהר"א זענען דא היבש מלמדים וואס קומען טעגליך פון קרית יואל. פשט קען זיין פשוט ווייל אין מאנסי באצאלט מען מער, אדער אפשר ווייל אין קרית יואל (וואס האט אן איבערפלוס פון שווארצע ווייסע גלעזער...) האט אפשר איבערגענוג מלמדים. איך ווייס נישט. אדרבה, אויב איינער ווייסט זאל ער שרייבן.