כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מתא מחסיא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 662

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

איך האב באמת אמאל געהאט מער רעספעקט פאר יודן פון לב טהור, איך האב געהאלטן אז סוכ"ס רעדן זיי זיך איין אז זיי דינען דעם אייבערשטן, יעצט אבער פארשטיי איך עס שוין נישט, דא אין אמעריקע זענען דא עלטערן וואס זענען גרייט צו לאזן זייערע קינדער ביי פרעמדע מענטשן אנשטאט זיי אליינס מחנך זיין, ווייל מען דארף האבן מסירת נפש פאר???
דארט אין גוטאמאלא בלייבט מען צוטיילט מענער פון פרויען, קינדער גייען נישט אין חדר און מיידלעך נישט אין סקול ווייל מען דארף האבן מסירת נפש פאר???

ווי קומט דאס צו עהרליכע יודן? די איינציגסטע תירוץ וואס איך האב איז אז דאס איז א קליפה פון עובדי עבודה זרה, וואס דארטן דארפן די קינדער ווערן געשחטן אויפן פייער פונעם מולך, די פייער פאר נביאי הבעל איז שוין אראפגעקומען, די פייער הייסט לב טהור און די בני חבורה זענען די וואס פירן זייערע קינדער צו פארברענט ווערן אויף די פייער ליידער בעווה"ר
מתא מחסיא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 662

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

אויף יעדע מין תירוץ איז די קשיא איין זאך, ס'איז נישט דא קיין תלמוד תורה און קהילה, און א נארמאלע דרך הטבע אז די קינדער זאלן אויפוואקסן נארמאלע און עהרליכע יודישע קינדער, אויב מען בלייבט אזוי וואוינען, יעצט אלעס שיינע חומרות, אבער עס איז א חומרא וואס קומט לידי קולא אז די קינדער גייען נישט אויפוואקסן נארמאל און קענען לערנען, א קינד דארף חבירים און א גוטע סביבה, יעצט וויאזוי קענסטו מחמיר זיין אויף בגדים און עסן און מקיל זיין אויף לערנען, דאווענען און אויפוואקסן עהרליך?

ענקערע קינדער גייען אויפוואקסן, זיי גייען ענק האסן און קיינמאל מוחל זיין אויף די קינדער יארן וואס מען האט צוגענומען פון זיי יעדע מינוט וואס ענק זיצן דארט! חוסו על נפשכם ונפשות בניכם ובנותיכם
אין כל חדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 850

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

וויכטיגע און צייטליכע מעלדונג פון די עסקנים פאר די געציילטע משפחות מיט קינדער וואס זענען נאך און גוטעמאלא:

די גויאישע סקול יאר און גוטעמאלא הייבט זיך אן למספרם JANUARY 20 דאס איז קומענדיגע וואך דינסטאג, (דארט לויפט די גויאישע סקול יאר אנדערשט ווי און אמעריקא), די PGN איז באאויפטראגט און זיי גרייטן זיך נאך צו גיין אלע עלטערן וואס שיקן נישט זייערע קינדער און גויאישע פאבליק סקול.

לכאורה בלייבט איבער פאר די עלטערן די פאלגענדע ברירות:

1) ארויף גיין אויף ארץ ישראל "מיט די הילף פון ערב רב" אין זיך באזעצן צווישן ערליכע אידישע קינדער, און פלאצירן די קינדער און ערליכע מוסדות עטה"ק, אזוי אז זיי זאלן אויסוואקסן בס"ד ערליכע געזונטע קינדערליך. (די אלטע שקר וואס מען פרעדיקט שוין ביי לב טהור 30 יאר אז די ציונים גייען גראד צוכאפן די לב טהור קינדער און זיי ח"ו אפ'שמאד'ן, דאס קען שוין נישט פארקויפט ווערען אפי' ביי תמימי לב פון כלל ישראל, ווייל כידוע זענען שוין אנגעקומען קיין ארץ ישראל אפאר משפחות פון לב טהור, און (ליידער ליידער) ב"ה קיינער האט זיי נישט געכאפט, די אלטע שקר באלאן האט שוין געקראכט).

2) נישט ארויף גיין קיין ארץ ישראל, נאר שיקן די קינדער און די גויאישע פאבליק סקול און גוטעמאלא, אזוי ווי משפחות האבן שוין ליידער געטון בעבר, עס איז דא א היתר צו שיקן אין פאבליק סקול צווישן די געמיינסטע גוים/גויטעס, ווייל מען דארף האבן מסירות נפש פאר........ איינער ווייסט אפשר פארוואס?????????

3) בלייבן און גוטעמאלא, נישט שיקן די קינדער און פאבליק סקול, זיך טרייען אויסבאהאלטן פון די PGN, ווארטן ביז מען לייגט צוריק די קינדער און שעלטער צווישן די געמיינסטע גוים און גויטעס, ווייל מען דארף האבן מסירות נפש פאר........ איינער ווייסט אפשר פארוואס?????????

4) טרייען נאכאמאל צו אנטלויפן צו א אנדערע מדינה, שטייצעך נישט קאלאמביא, ווייל זיי זענען מקושר מיט די ציונים......, דאס מאל וועט מען אויסקלויבן א מדינה, וואס דארט קען שוין קיינער נישט אנקומען אהין צוריק צוברענגן פון דארט, (אנה מפניך אברח???), און די קינדער וואס זענען שוין אדורך און זייערע אינגע עלטער דאס גיהינום וועלן ווייטער ממשיך זיין מיט זייער גלות, ווייל מען דארף האבן מסירות נפש פאר........ איינער ווייסט אפשר פארוואס?????????

יא אנטשאלדיגט מיר האבן זיך יעצט געכאפט אויף וואס מען דארף האבן מסירות נפש:

כידוע איז די מנוול, אזוי געריפענע חתן רבי, חוטא ומחטיא, יואל בן משה יוסף ראזנער, אבי אבות הטומאה, וואס האט געשוחט'ן די (בחורים) אינגעלייט "ברוחניות" ובגשמיות, קען נישט ארויס גיין פון גוטעמאלא, צוליב זיינע גאר גאר שווערע קלאגעס וואס ער שטייט אויס פארדעם לעבן'ס תפיסה, איז אזוי ווי ער וויל זיך נישט דערזעהן אליינס און גוטעמאלא (ב"ה זיינע קינדער ליידן שוין נישט, זיי האט מען מיט גרויס סייעתא דשמיא געראטעוועט), און ווארטן אויף משיח, "אן האבן וועמענס בלוט צו טרינקן", ממילא וועט מען מסביר זיין פאר די אומשילדיגע משפחות וואס זענען נאך יעצט און גוטעמאלא, אז מען דארף האבן מסירות נפש, פארן..... אייבירשטן..... אה טעות לעולם חוזר, "מסירות נפש פאר מיך יואל ראזנער", אז איך זאל נאך האבן וועמענס בלוט צו טרינקן צו דערשטילן מיין דארשט פאר פרישטאג, מיטאג, און נאכטמאל.
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

הער איך אז נעכטן איז געווען א גרויסע קבלת פנים מלוה מלכה אין וויליאמסבורג לכבודו פון ידידינו רבי חיים צבי.
עני וואן מער דיטעלס?
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

קרישקע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 12:47 pm הער איך אז נעכטן איז געווען א גרויסע קבלת פנים מלוה מלכה אין וויליאמסבורג לכבודו פון ידידינו רבי חיים צבי.
עני וואן מער דיטעלס?
חיים צבי אדער ניסן יושע יודא?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

אין כל חדש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 9:32 am אזוי געריפענע חתן רבי, חוטא ומחטיא, יואל בן משה יוסף ראזנער, אבי אבות הטומאה, וואס האט געשוחט'ן די (בחורים) אינגעלייט "ברוחניות" ובגשמיות, קען נישט ארויס גיין פון גוטעמאלא, צוליב זיינע גאר גאר שווערע קלאגעס וואס ער שטייט אויס פארדעם לעבן'ס תפיסה,
אויב איינער ווייסט די תשובה: איז דא א וועג ארויס פאר דעם יואל זיך ריינצווואשן מיט די הילף פון עסקנים? אדער די גזירה איז כתוב וחתום רח"ל, און ס'העלפט שוין נישט אפלאזן דעם כת?.
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

בודקע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 12:59 pm
קרישקע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 12:47 pm הער איך אז נעכטן איז געווען א גרויסע קבלת פנים מלוה מלכה אין וויליאמסבורג לכבודו פון ידידינו רבי חיים צבי.
עני וואן מער דיטעלס?
חיים צבי אדער ניסן יושע יודא?
געהערט אז חיים צבי, אויב איינער קען באשטעטיגן אדער אפווארפן
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1517
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

בודקע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 12:59 pm
קרישקע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 12:47 pm הער איך אז נעכטן איז געווען א גרויסע קבלת פנים מלוה מלכה אין וויליאמסבורג לכבודו פון ידידינו רבי חיים צבי.
עני וואן מער דיטעלס?
חיים צבי אדער ניסן יושע יודא?
ר' ניסן יושע יודא.
מיט די השתתפות פון גאנץ משפחת מלכה החשובה קינדער און צענדליגער אייניקלעך פון ר' הלל שמעון.
על פי בקשת המשפחה ברענגן מיר נישט קיין בילדער.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אין כל חדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 850

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 1:28 pm
אין כל חדש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 9:32 am אזוי געריפענע חתן רבי, חוטא ומחטיא, יואל בן משה יוסף ראזנער, אבי אבות הטומאה, וואס האט געשוחט'ן די (בחורים) אינגעלייט "ברוחניות" ובגשמיות, קען נישט ארויס גיין פון גוטעמאלא, צוליב זיינע גאר גאר שווערע קלאגעס וואס ער שטייט אויס פארדעם לעבן'ס תפיסה,
אויב איינער ווייסט די תשובה: איז דא א וועג ארויס פאר דעם יואל זיך ריינצווואשן מיט די הילף פון עסקנים? אדער די גזירה איז כתוב וחתום רח"ל, און ס'העלפט שוין נישט אפלאזן דעם כת?.
איר פרעגט זייער א ברייט פארצווייגטע שאלה און גאר קורצע ווערטער, אויב איז די שאלה נוגע למעשה קומט דאס נישט אויסצושמיסן דא אויף איטיש, נאר דורך זיך פארבינדן מיט איינע פון די עסקנים און די פרשה, און אויב איז געפרעגט געווארן די שאלה סתם פאר נייגער, איז ביטע אנטשאלדיגן פארן נישט ענטפערן, עס אינוואלווד גאר אסאך פרטים, עס איז אן אריכות.

און די קומענדיגע 2-3 חדשים גייען זיך טוישן גאר אסאך שטעלעס און די MP דיפארטמענט (דא און אמעריקא רופט זיך דאס די US ATTORNEY'S OFFICE), אריין גערעכנט די העכסטע אנפירער פון די MP, וואס גייט ליידער גאר אסאך שווערער מאכן פאר די אנגעקלאגטע, די לינקע נעמען איבער די גאנצע אפיס, און זיי זענען אסאך מער עקשנות'דיג ווען עס קומט צו פארהאנדלן, אונז זענען שוין געזיצן און געמאכט קשרים מיט די נייע אדמיניסטרעישן צו האבן א אוזן קשבת בס"ד, אבער עס איז ווייט ווייט אינו דומה צו די פאריגע רעכטע לאגער.
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

אין כל חדש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:09 pm

סתם פאר נייגער. גענוג גוט געענטפערט, והמבין יבין. והמכין יכין. יישר כח
מתא מחסיא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 662

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

טייערע ברודער און שוועסטער פון לב טהור, לאמיר אביסל טראכטן וואס מיינט די ווערטער "מסירות נפש פאר די אייבערשטער" וואס איז מסירות נפש? און וואס איז פאר די אייבערשטער?
מסירות נפש איז טייטש איבערגעבן די רצון און ווילן און איבערגעבן די גוף און נשמה
פאר די אייבערשטער מיינט, צו טאן וואס דער אייבערשטער האט געהייסן
יעצט לאמיר פארשטיין, זייט מסביר פאר אונז פשוט'ע מענטשן, פארוואס בלייבן אין גוטאמאלא ווי ענק זענען רעלאטיוו באקוועם מיינט מסירות נפש? אפשר דווקא גיין צו א נייע פלאץ צווישן היימישע יודן איז די ריכטיגע אפטייטש פון מסירות נפש?

פארוואס זיין אין גוטאמאלא צווישן גוים און נישט זעהן קיין היימישע יודן מיינט "פאר די אייבערשטער" משא"כ שיקן די קינדער אין תלמוד תורה צווישן עהרליכע יודן (וואס פירן זיך טאקע נישט מיט אלע אלע חומרות) מיינט נישט אז מען טוט פאר די אייבערשטער?

די כלל פון א נביא שקר איז אז ער זאגט א נביאות אז ס'גייט קומען גוטע צייטן און ס'קומט נישט, מען קען נישט זאגן אז די עבירות האבן גורם געווען צוליב וואס אויב האט עס דער אייבערשטער געזאגט דורך א נביא איז עס מוכרח עס זאל קומען, יעצט מען האט ענק שוין צוגעזאגט אז אלעס גייט ווערן מסודר, דערווייל איז נאכאלץ נישט דא קיין תלמוד תורה, ביהמ"ד אדער קהילה, היעלה על הדעת אז מען מעג האבן מסירות נפש פאר אזא מצב?

לאמיר אביסל צונעמען די זאך, מען שטייט שוין איבער א יאר זינט קהילת לב טהור האט מער נישט קיין תלמוד תורה און מיידל חדר, דערווייל יעדע איינציגסטע קינד אונטער 11-12 יאר וואס איז נאר ארויסגעקומען פון דארט האט געברויכט איבער לערנען פשוט עברי, יעדע קינד/בחור האט געברויכט האבן פריוואטע הילף אויסצולערנען "הבנה" וויאזוי מען לערנט אפ א גמרא, פארשטיין א שקלא וטריא, א קשיא, א תירוץ, די קשיא זאל האבן שייכות מיטן תירוץ, פארשטיין וואס די קשיא איז געווען און וויאזוי עס ווערט פארענטפערט מיט די תירוץ
יא, עס איז דא קינדער וואס קומען ארויס פון דארט מיט אסאך ידיעות, קענען נביאים ראשונים, קענען אביסל משניות אבער הבנה איז זייער שוואך
פארלירן די קינדער יארן, איז א מעוות לא יוכל לתקון וחסרון שלא יוכל להמנות, נאכדעם וואס די קינדער זענען דורך חדשים אין שעלטער צווישן גוים, קומט זיי די מינימום באקוועמליכקייט צו קענען לערנען צווישן אנדערע קינדער און אויסוואקסן יראים ושלימים
מען האט זיך געקענט מחזק זיין ביז יעצט מיט אלע מיני חיזוק אז ס'גייט ווערן גוט, מען האלט שוין יעצט כ"ב טבת און ס'איז נאכאלץ נישט גוט, לאמיר טראכטן אויב גייט די זעלבע מצב פון יעצט אָן נאך אפאר חדשים, וואס גייט ליגן אין די קינדער אונטער די קאפטענעס און סודרא'ס?

ענקערע קינדער זאגן טאקע אז זיי ווילן אזוי בלייבן ביז משיח'ס טאג, ס'איז כלו כל הקצין ועדיין בן דוד לא בא, לאמיר טראכטן א מינוט, ענקערע קינדער גייען ווערן עלטער, זיי גייען ענק פרעגן אפאר יאר ארום, טאטע, מאמע, פארוואס האבן ענק אונז געלאזט פארשימלט ווערן אין גוטאמאלא אָן חבירים און חבר'טעס? זיי גייען זיך רייסן די האר פון קאפ און ענק פארהאלטן
וואס גייען ענק ענטפערן??? אונז האב מיר ענק געפרעגט און ענק האבן מסכים געווען???
ענקערע קינדער גייען פרעגן די קשיא, טאטע, מאמע, ענק האבן געהאט מסירות נפש!!!, פארוואס???
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1517
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:35 pm טייערע ברודער און שוועסטער פון לב טהור, לאמיר אביסל טראכטן וואס מיינט די ווערטער "מסירות נפש פאר די אייבערשטער" וואס איז מסירות נפש? און וואס איז פאר די אייבערשטער?

די טענה גייט נאך אסאך ווייטער. לב טהור איז אנגעגאנגען 20 יאר אן די בגדי ישע, און אן די כשרות חומרות. ר' הלל שמעון פלעגט שיקן זיינע קינדער אין סאטמאר'ע חדר אין מאנטריאל. קומען קיין אמעריקע טוישן די בגדים, שיקן אין מוסדות, איז בכלל נישט קיין סתירה מיטן זיך האלטן לב טהור. דערווייל האט מען נאך קיינעם גארנישט שלעכטס געטון פארן מאכן התבוננות דריי שעה א טאג.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

מתא מחסיא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:35 pm טייערע ברודער און שוועסטער פון לב טהור, לאמיר אביסל טראכטן וואס מיינט די ווערטער "מסירות נפש פאר די אייבערשטער" וואס איז מסירות נפש? און וואס איז פאר די אייבערשטער?
מסירות נפש איז טייטש איבערגעבן די רצון און ווילן און איבערגעבן די גוף און נשמה
פאר די אייבערשטער מיינט, צו טאן וואס דער אייבערשטער האט געהייסן
יעצט לאמיר פארשטיין, זייט מסביר פאר אונז פשוט'ע מענטשן, פארוואס בלייבן אין גוטאמאלא ווי ענק זענען רעלאטיוו באקוועם מיינט מסירות נפש? אפשר דווקא גיין צו א נייע פלאץ צווישן היימישע יודן איז די ריכטיגע אפטייטש פון מסירות נפש?

פארוואס זיין אין גוטאמאלא צווישן גוים און נישט זעהן קיין היימישע יודן מיינט "פאר די אייבערשטער" משא"כ שיקן די קינדער אין תלמוד תורה צווישן עהרליכע יודן (וואס פירן זיך טאקע נישט מיט אלע אלע חומרות) מיינט נישט אז מען טוט פאר די אייבערשטער?

די כלל פון א נביא שקר איז אז ער זאגט א נביאות אז ס'גייט קומען גוטע צייטן און ס'קומט נישט, מען קען נישט זאגן אז די עבירות האבן גורם געווען צוליב וואס אויב האט עס דער אייבערשטער געזאגט דורך א נביא איז עס מוכרח עס זאל קומען, יעצט מען האט ענק שוין צוגעזאגט אז אלעס גייט ווערן מסודר, דערווייל איז נאכאלץ נישט דא קיין תלמוד תורה, ביהמ"ד אדער קהילה, היעלה על הדעת אז מען מעג האבן מסירות נפש פאר אזא מצב?

לאמיר אביסל צונעמען די זאך, מען שטייט שוין איבער א יאר זינט קהילת לב טהור האט מער נישט קיין תלמוד תורה און מיידל חדר, דערווייל יעדע איינציגסטע קינד אונטער 11-12 יאר וואס איז נאר ארויסגעקומען פון דארט האט געברויכט איבער לערנען פשוט עברי, יעדע קינד/בחור האט געברויכט האבן פריוואטע הילף אויסצולערנען "הבנה" וויאזוי מען לערנט אפ א גמרא, פארשטיין א שקלא וטריא, א קשיא, א תירוץ, די קשיא זאל האבן שייכות מיטן תירוץ, פארשטיין וואס די קשיא איז געווען און וויאזוי עס ווערט פארענטפערט מיט די תירוץ
יא, עס איז דא קינדער וואס קומען ארויס פון דארט מיט אסאך ידיעות, קענען נביאים ראשונים, קענען אביסל משניות אבער הבנה איז זייער שוואך
פארלירן די קינדער יארן, איז א מעוות לא יוכל לתקון וחסרון שלא יוכל להמנות, נאכדעם וואס די קינדער זענען דורך חדשים אין שעלטער צווישן גוים, קומט זיי די מינימום באקוועמליכקייט צו קענען לערנען צווישן אנדערע קינדער און אויסוואקסן יראים ושלימים
מען האט זיך געקענט מחזק זיין ביז יעצט מיט אלע מיני חיזוק אז ס'גייט ווערן גוט, מען האלט שוין יעצט כ"ב טבת און ס'איז נאכאלץ נישט גוט, לאמיר טראכטן אויב גייט די זעלבע מצב פון יעצט אָן נאך אפאר חדשים, וואס גייט ליגן אין די קינדער אונטער די קאפטענעס און סודרא'ס?

ענקערע קינדער זאגן טאקע אז זיי ווילן אזוי בלייבן ביז משיח'ס טאג, ס'איז כלו כל הקצין ועדיין בן דוד לא בא, לאמיר טראכטן א מינוט, ענקערע קינדער גייען ווערן עלטער, זיי גייען ענק פרעגן אפאר יאר ארום, טאטע, מאמע, פארוואס האבן ענק אונז געלאזט פארשימלט ווערן אין גוטאמאלא אָן חבירים און חבר'טעס? זיי גייען זיך רייסן די האר פון קאפ און ענק פארהאלטן
וואס גייען ענק ענטפערן??? אונז האב מיר ענק געפרעגט און ענק האבן מסכים געווען???
ענקערע קינדער גייען פרעגן די קשיא, טאטע, מאמע, ענק האבן געהאט מסירות נפש!!!, פארוואס???
ועוד אז עטס גייטס זיי נישט קענען איינרעדען אז די אומשטענדען האבן נישט ערלויבט בלא בלא, ווייל ענקערע קינדער וועלן דעמאלטס אלעס ליינען דא און וויסן די עכטע אמת...
...Thank you for your attention to this matter
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 72

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עמק השדים »

אין כל חדש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 3:02 pm פריידיגע נייעס קומט אריין די מינוטן:

דא איז בייגעלייגט די בילדער פון א פראטעסט "אין איראן" וואו די טמא'נע גויטעס גייען אלע אנגעטון מיט די מסירות נפש'דיגע קליידער".
► Show Spoiler
יע יע
דאס איז די מקור!!!
אזוי ווי דער הייליקער אבן עזרא זאגט כמה פעמים,
כי מנהג ישראל היה כמנהג ישמעאל עד היום
ער שרייבט דאס אפילו לגבי די לבוש פון די נשים!!!
אמונה אינה רק מפני שאינו יודע מאמין, רק מפני שאור ד׳ וקדושתו נמצאת בקרב איש הישראלי והיא הרואה את קדושת הארתו ית׳ נאחזת וקשורה בו, והיא האמונה, ואור קדושה זו נמצאת בנו מהאבות.
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1287

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

עמק השדים האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:48 pm
אין כל חדש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 3:02 pm פריידיגע נייעס קומט אריין די מינוטן:

דא איז בייגעלייגט די בילדער פון א פראטעסט "אין איראן" וואו די טמא'נע גויטעס גייען אלע אנגעטון מיט די מסירות נפש'דיגע קליידער".
► Show Spoiler
יע יע
דאס איז די מקור!!!
אזוי ווי דער הייליקער אבן עזרא זאגט כמה פעמים,
כי מנהג ישראל היה כמנהג ישמעאל עד היום
ער שרייבט דאס אפילו לגבי די לבוש פון די נשים!!!
וועגן דעם דרייען זיי זיך מיט אפענע סמארט פאון'ס?
דער אבן עזרא האט אמאל ארויסגעשיקט אידישע פרויען פראטעסטירן?
דיינע זיידעס האבן נישט געלערנט אזוי פלייסיג אבן עזרא ווי דיר דעריבער האבן זיי זיך נישט אזוי געפירט?
בנצי
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:39 am
x 270

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בנצי »

שמועות טובות האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 5:18 pm

די גאנצע אבן עזרא איז א פשוט'ע מעשה לסתור.
דער הייליגער אבן עזרא האט שוין געהאט די פונקטליכע אינפארמאציע איבער די מנהג הבגדים ביי אידן בזמן המדבר, גארנישט בעסער ווי די לב טהור עקספערטן, און אעפ"כ
איז דען פארן אבן עזרא אליין אמאל בייגעפאלן צו גיין טוישן בגדים?
זעט אויס אז ער האט דאך פארשטאנען אז מסורה איז מסורה, און מ'בלייבט מיט די בגדים וויאזוי כלל ישראל גייט יעצט.
איי מסירות נפש? דאס האט ער גענוצט פאר זאכן אין אידישקייט וואס פאדערט זיך טאקע מסירות נפש.
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

עמק השדים האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:48 pm
אין כל חדש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 3:02 pm פריידיגע נייעס קומט אריין די מינוטן:

דא איז בייגעלייגט די בילדער פון א פראטעסט "אין איראן" וואו די טמא'נע גויטעס גייען אלע אנגעטון מיט די מסירות נפש'דיגע קליידער".
► Show Spoiler
יע יע
דאס איז די מקור!!!
אזוי ווי דער הייליקער אבן עזרא זאגט כמה פעמים,
כי מנהג ישראל היה כמנהג ישמעאל עד היום
ער שרייבט דאס אפילו לגבי די לבוש פון די נשים!!!
פונקט יענע שטיקל פון אבן עזרא וואס איז מזוייף האסטו געמוזט ציטירן??

חלילה וחס
...Thank you for your attention to this matter
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1517
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

אין כל חדש האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:44 pm בס"ד

הארץ רייסענדע בכיות פון (שמואל) משה (עמרם) (בן מאיר יששכר) ראזנער (נכד הגה"ק משארמאש זצ"ל ולמעלה בקודש) צו די עסקנים.

נ.ב. יעצט גייט יואל צווינגען משה'לע ארויס קומען בכפי' מיט א גילוי דעת אז "ער איז דאס וואס וויל נישט ארויס קומען קיין אמעריקא, נוסח רשעות לב טמא".
אזוי ווי געשמועסט איז טאקע היינט ארויסגעקומען א וואויסנאוט פון משה'לע ראוזנער, די ליצנות איז אבער אז מען הערט ווי ער ליינט פאר א צעטיל אות ביי אות
אזוי ווי:
דער הייליגער ר' אלימלך פון.
ליזענסק האט.
אמאל גע.
געגאנגען צו.

איינע פון די ליינס וואס ער ליינט פאר איז טאקע:
דו ווייסט דאך אז
איך רעדט דאך בלויז
פון מיין הארץ ארויס.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 641

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 6:41 pm
אין כל חדש האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:44 pm בס"ד

הארץ רייסענדע בכיות פון (שמואל) משה (עמרם) (בן מאיר יששכר) ראזנער (נכד הגה"ק משארמאש זצ"ל ולמעלה בקודש) צו די עסקנים.

נ.ב. יעצט גייט יואל צווינגען משה'לע ארויס קומען בכפי' מיט א גילוי דעת אז "ער איז דאס וואס וויל נישט ארויס קומען קיין אמעריקא, נוסח רשעות לב טמא".
אזוי ווי געשמועסט איז טאקע היינט ארויסגעקומען א וואויסנאוט פון משה'לע ראוזנער, די ליצנות איז אבער אז מען הערט ווי ער ליינט פאר א צעטיל אות ביי אות
אזוי ווי:
דער הייליגער ר' אלימלך פון.
ליזענסק האט.
אמאל גע.
געגאנגען צו.

איינע פון די ליינס וואס ער ליינט פאר איז טאקע:
דו ווייסט דאך אז
איך רעדט דאך בלויז
פון מיין הארץ ארויס.
נאר די A&G elite crew האט access צו די voicenote ?
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

.
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 533

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 6:41 pm
אין כל חדש האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:44 pm בס"ד

הארץ רייסענדע בכיות פון (שמואל) משה (עמרם) (בן מאיר יששכר) ראזנער (נכד הגה"ק משארמאש זצ"ל ולמעלה בקודש) צו די עסקנים.

נ.ב. יעצט גייט יואל צווינגען משה'לע ארויס קומען בכפי' מיט א גילוי דעת אז "ער איז דאס וואס וויל נישט ארויס קומען קיין אמעריקא, נוסח רשעות לב טמא".
אזוי ווי געשמועסט איז טאקע היינט ארויסגעקומען א וואויסנאוט פון משה'לע ראוזנער, די ליצנות איז אבער אז מען הערט ווי ער ליינט פאר א צעטיל אות ביי אות
אזוי ווי:
דער הייליגער ר' אלימלך פון.
ליזענסק האט.
אמאל גע.
געגאנגען צו.

איינע פון די ליינס וואס ער ליינט פאר איז טאקע:
דו ווייסט דאך אז
איך רעדט דאך בלויז
פון מיין הארץ ארויס.
זעט אויס ווי א עלטער פעטער ליינט פאר א שטר כתובה

אן זיך פארקוקן ביפאר....
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

ווי איז די ריקארדינג?
בנצי
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:39 am
x 270

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בנצי »

מקשין העולם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 7:01 pm
שמועות טובות האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 5:18 pm
עמק השדים האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 4:48 pm
יע יע
דאס איז די מקור!!!
אזוי ווי דער הייליקער אבן עזרא זאגט כמה פעמים,
ער שרייבט דאס אפילו לגבי די לבוש פון די נשים!!!
וועגן דעם דרייען זיי זיך מיט אפענע סמארט פאון'ס?
דער אבן עזרא האט אמאל ארויסגעשיקט אידישע פרויען פראטעסטירן?
דיינע זיידעס האבן נישט געלערנט אזוי פלייסיג אבן עזרא ווי דיר דעריבער האבן זיי זיך נישט אזוי געפירט?
שרעקטס ענק נישט דער הייליגער אבן עזרא האט דאס קיינמאל נישט געשריבן לגבי בגדים וואס אויף דעם איז אלע דורות געווען די מנהג צו זיין מצויינים אנדערש ווי דער גוי, אוזי ווי חז"ל זאגן שלא שינו לבושם, ער רעדט נאר לגבי קוקן אין שפיגל מסדר צו זיין די האר, אפשר מיינט ער אז די האר האט מען געמאכט א געוויסע סטייל, און דאס זעט מען אויך אין חז"ל, אבער אויף בגדים חס וחלילה צו גיין ווי דער גוי.
קוק בעסער אריין, ער האט עס יא געשריבן אויף די בגדים, אויף די "פארות שעל ראשיהם, הם הנזכרים בספר ישעיה, כי מנהג ישראל היה כמנהג ישמעאל עד היום"
אבער איך שרעק מיך נאך אלס נישט, ווייל די אבן עזרא אליין האט אויך נישט געזען פאר וויכטיג צו טוישן צו יענע בגדים.
צופראסקעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
Location: בבל
x 243

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צופראסקעט »

אין כל חדש האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 8:44 pm בס"ד

הארץ רייסענדע בכיות פון (שמואל) משה (עמרם) (בן מאיר יששכר) ראזנער (נכד הגה"ק משארמאש זצ"ל ולמעלה בקודש) צו די עסקנים.

משה'לע איז שוין א 8 חדשים צוטיילט פון זיין ווייב, זיין ווייב איז שוין ארויס קיין אמעריקא פאר בערך 6 חדשים צוריק, ער וואלט שוין לאנג געקענט ארויס קומען קיין אמעריקא און זיך פאראייניגן מיט זיין משפחה, און די ליידער אזוי באקאנטע חתן רבי, די מניוועל וחוטא ומחטיא את הרבים, יואל בן משה יוסף ראזנער אבי אבות הטומאה, וואס האט ליידער אויסגעפייניקט אלע אינגעלייט "ברוחניות" ובגשמיות באופן מובהל שלא שמע מעולם, איז דער וואס שטייט און לויט עם נישט ארויס גיין קיין אמעריקא (ער איז חתונה געהאט מיט יואל'ס שוועסטער, און ער סטראשעט עם אז אויב ער גייט קיין אמעריקא פאר ער געט עם רשות, פארלירט ער זיין ווייב), איעדען טאג קומט יואל אויף מיט א צווייטען תירוץ.

משה'לע האט זיך אויסגעוויינט זיין הארץ פאר די עסקנים, פארוואס בין איך א עגון??? פארוואס קען איך מיך נישט פאראייניגען מיט מיין משפחה??? האב איך נישט גענוג געליטן און די קולט פון מיין טמא'נע שוואגער יואל ראזנער???? ער קומט אויף איעדען טאג מיט א פרישע תירוץ פארוואס איך טאר נאך נישט גיין קיין אמעריקא, אלעס ווייל ער האט מורא אז מיין אמונה און די קולט איז ביי מיר שוין נישט בשלימות, און אפשר וועל איך קאלט מאכן מיין ווייב צו די קולט, און יא אויפשטעלן א ערליך אידישע שטוב כמסורת אבותינו ורבותינו לשם ולתפארת.

ווי זענען די אלע אידן וואס זארגען זיך אז מען טיילט אפ עלטערן פון קינדער???? איך בין אפגעטיילט פון מיין קינד וואס איז און אמעריקא שוין פאר 6 חדשים, פארוואס קומט זיך מיך דאס??? טייערע אידן דאס בלוט פון משה'לע גיסט זיך על לא עוול בכפו, ווער עס האט א כח עם עפעס ארויס צוהעלפן ווערט געבעטן צו טון.

יואל די רבונו של עולם צאלט דיך עין תחת עין, די ביסט צוטיילט פון דיין ווייב און קינדער (עס ווארט עם און גוטעמאלא ביטערע קלאגות, פון לעבן'ס תפיסה), ווייל די האסט דאס געטון מיט אינגעלייט וואס זיי האבן געמוזט חתונה האבען, "די האסט זיי צוטיילט סתם פאר דיין רשעות'דיגע תאוות", און נאך אסאך ערגערע ביטערע זאכן וואס מען קען נישט שרייבן ברבים.

נ.ב. יעצט גייט יואל צווינגען משה'לע ארויס קומען בכפי' מיט א גילוי דעת אז "ער איז דאס וואס וויל נישט ארויס קומען קיין אמעריקא, נוסח רשעות לב טמא".
אינטערסאנט פון ווי די נעמסט די אינפא
אין די לייגסט אפילו א פירטעקשען אז זיין הכחשה איז אויך גארנישט
לויט וויפיל איך האב גערעדט מיט עם האלט ער שוין ביי ניסוח נ"ו אין אור ה....
אין די די פיסטע ארצות המערב איטערעסירט עם גאנץ קנאפ
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 533

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

צופראסקעט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 7:39 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 12:33 am
אין כל חדש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 12:14 am בס"ד

היינט נאכט איז געקומען א צובראכענע בחור צוזאמען מיט די מאמע פון א לב טהור קינד, שוין די צווייטע מאל צו איינע פון די שטובער פון א משפחה וואס האט אריין גענומען א לב טהור קינד און זייער שטוב, און פראטעסטירט פארענט פון די הויז, און פראבירט אריין צו גיי אינעווייניג, און דאס איז אחוץ די פאני קאלס וואס ער האלט און איין מאכן צו די משפחות וואס האבן לב טהור קינדער ביי זיך.

ווילן מיר מגלה זיין אז דער עלטערער בחור ווערט געשיקט דורך אהרן ישעי' ראזנער פון וויליאמסבורג און זיין זון חיים ראזנער פון ווינדשעסטער גלילות קרית יואל
לדעתי, אויב איז דא דעקונג אז ער שיקט זיי, דארף מען ארויסלייגן די דעקונג.

און אויב נישט, קען מען נישט אנלייגן "אלעס" אויף אים יעצט.
אזוי ווי ביים אנטלויפן קיין קלאמביע האט מען אלטץ געלייגט אויף עם
בשעת איך האב מיטגעהאלטן גרעסערע טרענזעקשענס פון 2 אידן וואס וואוינן נישט אין וויליאמסבורג/קרית יואל
און ווען איך האב אנגעפרעגט איינער פון די שרייבערס פארוואס ביסטו זיי חושד האט ער קיין תירוץ נישט געהאט
וואס הייסט דו האסט 'מיטגעהאלטן'?
שרייב פאוסט