לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 68

לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך זוכער »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 1:05 pm ואגב, איך וואלט אויסדרוקליך ענדזשויט א שמועס איבער די אמת'ע הוצאות פון אידן אין קרית יואל און וומסב"ג. ס'קומט נישט אריין דא אינעם שמועס, אבער עקסטער איז עס א שטארק נושא.

דער עולם זאגט אז די שכ"ל וואוטשערס איז מער בענעפיט אין געלט ווי די קאסט פון רענט אדער מארגעדזש.

איז עס טאקע אזוי? און אויב יא, איז די 20 אלפים קאנטרי און קעמפ אויך אינקלודעד? איז די גראסערי טאקע ביליגער אין שטאט? אא"וו.

איך האב נישט קיין מיינונג דערין, ווייל איך באשליס נישט א מיינונג וואס איך קען נישט די מציאות. ס'וואלט געווען גוט צו הערן.
רוב ארבעטער האבן נישט קיין וואטשערס.
קאנטרי + קעמפ = $18,000 יערליך.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: הוצאות משפחות אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך תינוק הבורח »

לענ"ד, א אינגע משפחה איז ביליגער אין שטאט, מיט וואוטשערס כמובן.
אבער ווען דער משפחה וואקסט אונטער און מען דארף שיקן אפאר קינדער אין קעמפ ברויך מען זיך ציען אפסטעיט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4682

פאוסט דורך Think and Thank »

זוכער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 3:09 pm

קוקט נישט אויס ווי איר וואוינט אין די סיטי. א משפחה מיט 5 קינדער קען מאכן לעגאל $153,316.33 און נאכאלץ זיין עלידזשעבל פאר וואוטשערס. א משפחה מיט 10 קינדער קען מאכן לעגאל 170,351.48 און נאכאלץ זיין עלידזשעבל. איינער וואס איז עלידזשעבל פאר סיי וועלכע וועלפעיר פראגראם, אדער אפילו נאר באקומט צוריק אויף די טעקס רעטוירן אנשטאט אריינצאלן, איז עלידזשעבל פאר וואוטשערס, און אסאך אפילו ווען זיי דארפן אריינצאלן ביים טעקס ריטוירן.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3291
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3698

Re: הוצאות משפחות אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך אנדערער »

תינוק הבורח האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 9:51 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 1:05 pm ואגב, איך וואלט אויסדרוקליך ענדזשויט א שמועס איבער די אמת'ע הוצאות פון אידן אין קרית יואל און וומסב"ג. ס'קומט נישט אריין דא אינעם שמועס, אבער עקסטער איז עס א שטארק נושא.

דער עולם זאגט אז די שכ"ל וואוטשערס איז מער בענעפיט אין געלט ווי די קאסט פון רענט אדער מארגעדזש.

איז עס טאקע אזוי? און אויב יא, איז די 20 אלפים קאנטרי און קעמפ אויך אינקלודעד? איז די גראסערי טאקע ביליגער אין שטאט? אא"וו.

איך האב נישט קיין מיינונג דערין, ווייל איך באשליס נישט א מיינונג וואס איך קען נישט די מציאות. ס'וואלט געווען גוט צו הערן.
לענ"ד, א אינגע משפחה איז ביליגער אין שטאט, מיט וואוטשערס כמובן.
אבער ווען דער משפחה וואקסט אונטער און מען דארף שיקן אפאר קינדער אין קעמפ ברויך מען זיך ציען אפסטעיט.
מיט גרעסערע קינדער איז אסאך שווערערע צו מופן
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 816

Re: הוצאות משפחות אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך תורה ויראה »

תינוק הבורח האט געשריבן: מוצש"ק יאנואר 10, 2026 9:51 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 1:05 pm ואגב, איך וואלט אויסדרוקליך ענדזשויט א שמועס איבער די אמת'ע הוצאות פון אידן אין קרית יואל און וומסב"ג. ס'קומט נישט אריין דא אינעם שמועס, אבער עקסטער איז עס א שטארק נושא.

דער עולם זאגט אז די שכ"ל וואוטשערס איז מער בענעפיט אין געלט ווי די קאסט פון רענט אדער מארגעדזש.

איז עס טאקע אזוי? און אויב יא, איז די 20 אלפים קאנטרי און קעמפ אויך אינקלודעד? איז די גראסערי טאקע ביליגער אין שטאט? אא"וו.

איך האב נישט קיין מיינונג דערין, ווייל איך באשליס נישט א מיינונג וואס איך קען נישט די מציאות. ס'וואלט געווען גוט צו הערן.
לענ"ד, א אינגע משפחה איז ביליגער אין שטאט, מיט וואוטשערס כמובן.
אבער ווען דער משפחה וואקסט אונטער און מען דארף שיקן אפאר קינדער אין קעמפ ברויך מען זיך ציען אפסטעיט.
וואס מיינט א יונגע משפחה? 3 קינדער? אין קר"י צאלט ער שכ"ל $1500 און אין וומסב"ג צאלט ער $1500 מער רענט, ניין?
גד'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 78

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך גד'ל »

זוכער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 3:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 09, 2026 1:05 pm ואגב, איך וואלט אויסדרוקליך ענדזשויט א שמועס איבער די אמת'ע הוצאות פון אידן אין קרית יואל און וומסב"ג. ס'קומט נישט אריין דא אינעם שמועס, אבער עקסטער איז עס א שטארק נושא.

דער עולם זאגט אז די שכ"ל וואוטשערס איז מער בענעפיט אין געלט ווי די קאסט פון רענט אדער מארגעדזש.

איז עס טאקע אזוי? און אויב יא, איז די 20 אלפים קאנטרי און קעמפ אויך אינקלודעד? איז די גראסערי טאקע ביליגער אין שטאט? אא"וו.

איך האב נישט קיין מיינונג דערין, ווייל איך באשליס נישט א מיינונג וואס איך קען נישט די מציאות. ס'וואלט געווען גוט צו הערן.
רוב ארבעטער האבן נישט קיין וואטשערס.
קאנטרי + קעמפ = $18,000 יערליך.
וומסב"ג מיינט נישט אטאמאטיש מצאלט קאנטרי, האלב וומסב"ג פארט נישט אין קאנטרי

קעמפ האט יא יעדער אין וומסב"ג
גרויסע דירות איז זייער שווער צו עפארדן

פון די אנדערע זייט איז דא וואטשערס און די וועידזשעס איז אויך העכער וואו אין אפסטעיט אויך איז דא ווייניגער קארן אנדערש וואו אפסטעיט וואס יעדע ארבעטער האט א קאר
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1277
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך יאנטשי »

אין קרית יואל באקומט מען קעמפ פאר די מיידלעך בחנם?
גד'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 78

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך גד'ל »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 1:55 pm אין קרית יואל באקומט מען קעמפ פאר די מיידלעך בחנם?
אין ק"י גייען אלע מיידלעך אין קעמפ?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1277
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך יאנטשי »

גד'ל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:13 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 1:55 pm אין קרית יואל באקומט מען קעמפ פאר די מיידלעך בחנם?
אין ק"י גייען אלע מיידלעך אין קעמפ?
על פי רוב. זיבעטע קלאס קען שוין גיין אבער נישט יעדער גייט, אכטע ביז 11 גייען רוב, און ווער עס גייט נישט איז נאך ערגער.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לאמיך טרייען צו מאכן סדר לויט מיינע ידיעות, און פרעגן מיינע שאלות.

1) וואוטשערס:

איך מיין אז כמעט יעדער וועמען מען מיינט ווען מ'רעדט פון "זיך מוטשען מיט דירה געלט", זענען אזעלכע וואס זענעןם רואיג אפראווד צו באקומען וואוטשערס. עפ"י רוב.

סוי, די מענטשן "צאלן נישט שכר לימוד". לכאורה. קלאר? (ביז וועלכע עידזש גייט עס בד''וו? בחורים כמדומה נישט. אינגלעך ביז 13 יא?)

2) שכר לימוד:

איז יעצט די שאלה: וויפיל צאלט א קרית יואל'ע טאטע אין עוורידזש שכר לימוד?

איך וואלט געמאכט א עוורידזש פון $2,500, אבער כ'ווייס נישט באמת. (איך צאל $1970 פאר 5 קינדער אין חדר/סקול).

3) רענט:

וויפיל צאלט א עוורידזש איד אין וומסב"ג, מיט 5 ביז 10 קינדערלעך? אין קרית יואל איז עס לכאורה צווישן $2500 און $3500. אפשר מער? לאמיר הערן.

אז מ'ווייסט דאס, קען מען טרייען צו קאמפעירן וואס ס'איז מער, די שכר לימוד וואס מ'שפארט, אדער די רענט וואס מ'צאלט.

עקסטערע הוצאות:

דא קומט צו א יערליכע הוצאה פון קאנטרי, ארום 10 טויזנט, די שאלה איז וויפיל פראצענט מענטשן צאלן עס נאך היינט. איך מיין אז ס'איז נאך די רוב. די שטאט איז דאך ליידיג זומער. קען זיין דאס איז א טעות?

נאר וואס, דאס רעכנט ארויס פון חשבון אלע כלי קודש, וואס קאנטרי קאסט זיי נישט.

נאכדעם איז דא קעמפ פאר די קינדער. אין קרית יואל קאסט עס נאר פאר מיידלעך, נאר האלב זומער. אין שטאט איז עס אלע קינדער, גאנץ זומער. וויפיל באטרעפט עס?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1277
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך יאנטשי »

נאכדעם קומט אריין די עקסטערע חוץ פון קעמפ און קאנטרי, טעקסיס, טייערערע גראסערי און דשודעיקע.. ווער עס ווייסט קען אריינקומען.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:28 pm נאכדעם קומט אריין די עקסטערע חוץ פון קעמפ און קאנטרי, טעקסיס, טייערערע גראסערי און דשודעיקע.. ווער עס ווייסט קען אריינקומען.
איה"נ.

קאסטן עני פון די זאכן טאקע טייערער אין קרית יואל?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1477
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4682

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:24 pm עקסטערע הוצאות:

דא קומט צו א יערליכע הוצאה פון קאנטרי, ארום 10 טויזנט, די שאלה איז וויפיל פראצענט מענטשן צאלן עס נאך היינט. איך מיין אז ס'איז נאך די רוב. די שטאט איז דאך ליידיג זומער. קען זיין דאס איז א טעות?

נאר וואס, דאס רעכנט ארויס פון חשבון אלע כלי קודש, וואס קאנטרי קאסט זיי נישט.

אויסער כלי קודש רעכנט עס נישט אריין אלע איינגעשטעלטע אין די קעמפס און קאנטריס פאר וועם קעמפ איז גאר אן הכנסה, אדער לכה"פ נישט קיין הוצאה.

כ'בין נישט זיכער צו ס'שוין האלב אויף האלב, אבער עס איז זיכער אז די לעצטע יארן בלייבן שוין סאך מער משפחות אין שטאט זומער אזוי אז ס'שוין נישט ממש ליידיג, און ס'ווערט נאר מער יעדעס יאר.
זוכער
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 28, 2025 2:32 pm
Location: China
x 68

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך זוכער »

דער מציאות איז:
א ריזיגע צאל מלמדים וכלי קודש מופן קיים קרית יואל.
אזוי ווייט אז מ׳באָסט אריין מלמדים קיין ווילי יעדן טאג.

די שאלה יעצט : פארוואס זוכן די מלמדים צו אנטלויפן פון שטאט?

די תירוץ איז: ער קען האבן דעם זעלבן דזשאב אין אפסטעיט. ער באצאלט א פערטל רענט, שכ״ל קאסט אים נישט אין ערגעץ.

ער וואוינט אין א רחבות׳דיגע דירה.
איין זאך פעלט אים: ראטן און טונקעלע חברה.

ער וועט זיך שנעל צוגעוואוינען צו לעבן אן דעם.
קאטשקע פלייש
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:03 pm
x 38

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך קאטשקע פלייש »

אין ק'י דארפן מען על פי רוב צוקומען צי א קאר/קאר סערוויס אויף טאג טעגליך אפגערעדט ביי שמחות מה שאין כן אין שטאט א גרויס עולם האט די אכטער מאכט עס סתם אזוי נישט אויס דעי וואס האבן נישט מופן טאקע ארויס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2208
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6873

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך נקודות טובות »

שעמטס ענק תושבי אידטיש! בושה תכסה פניכם! דא קומט ארויס אייער אמת'ע קאלירן! איר זענט א באנדע ראסיסטן! און וואס איז מיט בארא פארק קעגן מאנסי? דאס זענען נישט קיין היימישע געגענטער? און נאכדעם גייט איר מיר פראבירן צו קאנווינסן אז איר זענט נישט איינזייטיג גענויגט. עס וועט ענק גארנישט העלפן מער! איר זענט אלע קארופטירט, אנגעהויבן ביי די הנהלה און גענדיגט ביי די פרישע באניצער!
---------

און יעצט ערענסט גערעדט.

לעניית דעתי איז וואוטשערס נישט עפעס וואס מען קען לייגן אויפן וואגשאל בכלל. פארוואס? ווייל כמדומה איז די גאנצע נושא פון וואוטשערס נישט מער ווי 2-3 יאר אלט. ביז 2-3 יאר צוריק איז וואוטשערס "נישט" געווען נחלת הכלל, ואדרבה. רוב כלל ישראל האט נישט קוואלעפעצירט צו קענען געניסן פונעם פראגראם.

וואוטשערס ביז 2-3 יאר צוריק איז נישט געווען געאייגענט פאר נידריגע פארדינער, נאר ממש פאר ארבעטס לאזע אדער כמעט ארבעטס לאזע. א נידיריגע און ארימע וועלפעיר פראגראם. די פארדינסטן האבן געמעגט זיין נאר די מינומעם, אפילו צו פיל געלט אין באנק האט מען נישט געטארט האבן. (כמדומה נישט מער ווי טויזענט אדער צוויי טויזענט דאלער). און דערפאר טאקע האבן רוב כלל ישראל נישט געהאט קיין וואוטשערס. בסך הכל איז געווארן עוועיליבל וואוטשערס סלאטס אפילו פאר גאנץ נארמאלע פארדינער, און דאס האט זיך פארשפרייט צווישן אחינו בני ישראל.

איז קודם כל די דיבאטע איבער שטאט ווערסעס אפסטעיט איז עלטער ווי די יעצטיגע וואוטשערס פראגראם, שוין 5-10 יאר צוריק האבן די וואס קענען זיך נישט ארויסזעהן פון די אכטע שטאק צוויי בעדרום פראדזשעקט דירה פארפירט אז דאס לעבן אין מאנסי איז טייערער כאטש וואס מען צאלט ביליגער פאר האוזינג. און צווייטענס ווייסט קיינער נישט ווי לאנג די פראגראם גייט האלטן. כפי השמועה איז שוין יעצט נישט אזוי פשוט די וואוטשערס. די שטאט הייבט אן אויסלויפן, אדער איז שוין אויסגעלאפן פון סלאטס. אבער עכ"פ אפילו אויב זענען די שמועות פאלטש, איז נאך אלץ נישט ריכטיג צו נעמען א זאך וואס איז נעכטן געבוירן געווארן און דאס לייגן אויפן וואגשאל.

צווייטענס, יאך ווייס נישט אויף וועלכע וועלט דער עולם דא לעבט. איינער שרייבט דא אז קאנטרי קאסט 10 טויזענט דאלער. איך וואלט יענעם געראטן מיר צו שיקן אין אישי ווער עס בעט די הויכע פרייזן. כמדומה איז דאס נאר פאר די ווינטערייזט זוממער הייזער, וואס קומען מיט מיט אלע תענוגי עולם הזה ווי היטעט פאאלס וכדו'. די עוורידזש באנגעלוי גייט פאר נישט מער ווי 3,500 ביז 5,000 דאלער. ס'איז א פאקט!

אה, איך ווייס אז איך רעד שטותים, איך מיין נאר צו זאגן אז אויב רעדט מען נישט ריאליסטיש קען מען דאך צוריק גיין צו די פרייזן פון די נ', ס' יארן. ריאליסטיש גערעדט איז אין 2025 די פרייזן פיל פיל העכער ווי 10 טויזענט דאלער א באנגעלאו. עס האלט ביי 10,15,20 וכל המוסיף מוסיפין לו.... און דאס איז שוין נאכדעם וואס אין 2025 זענען די פרייזן געווען נידריגער ווי אין 2024. וחוץ מזה קומט נאך צו די אלע זייטיגע הוצאות וואס קאנטרי ברענגט מיט מיט זיך, ווי העכערע גראסערי פרייזן און אנדערע שאפפינג עקספענסעס און אזוי אויך געס און טאלל צוויי מאל א וואך.

און ווען עס קומט צו רעדן פון קעמפ שרייבט איינער אז קעמפ + קאנטרי = 18,000. איך ווייס נישט אויף וועלכע עולם יענער לעבט, אבער צו שיקן צוויי קינדער אין קעמפ קאסט שוין באלד 8,000 דאלער. (און ביי געוויסע קעמפס פיל מער ווי דעם). 3,000 איז זייער אן עוורידזש פרייז פאר קעמפס. אנדערע בעטן גאר 4-5. און חוץ מזה קומט צו די אלע טשארדזשעס ווי באס טיקעסט, טראק פאר פעקלעך, קאנטין, טריפס, אהיים קומען שבת נחמו, וכו' וכו' וכו'.

היוצא לנו מכל זה. איינער מיט א משפחה מיט קינדער וואס פארט אין קאנטרי, איז צווישען קעמפ און קאנטרי אן עקפענס פון 30-40 טויזענט דאלער עט מינומעם! צו דער עולם באצאלט דאס איז א צווייטע מעשה. אבער דאס איז וואס קאסט!

יעצט לאמיר גיין צו האוזינג קאסט.

אין שטאט, דהיינו וויליאמסבורג בארא פארק, איז נישט דא קיין מארקעט פרייז פאר א 4-5 בעדרום דירה. וויבאלד ס'איז בכלל נישט דא צום געפינען אויף די מארקעט! וויליאמסבורג איז טאקע ערגער, אבער אפילו בארא פארק איז אויך א גהינם. ווען מען טרעפט שוין יא א 4 בעדרום דירה וועט רואיג גיין פאר צווישן זעקס א האלב ביז זיבן טויזענט דאלער א חודש רענט, און אפשר גאר פאר נאך מער. צו די טענענט וועט באצאלן איז א צווייטע פראגע, אבער דאס איז די מציאות וויפיל לענדלארד'ס פארלאנגן.

פון די אנדערע זייט אין מאנסי קענסטו טרעפן נייע קאנסטראקשן 4-5 בעדרום דירה'ס פריש פון 2026, אין די רעינדזש פון 34-38 האנדערט! מען רעדט פון ליטערלי האלב פרייז! און די דירות זענען אסאך פרישער, שענער און ברייטער ווי אין שטאט. און אין קרית יואל איז אודאי נאך ביליגער. (נאר איך ווייס אז אויב רעדט מען פון נאמבערס פון קרית יואל, גייט די גאנצע טעמע פארקריכן ביז א סקונדע. עס וועט זיך אנטוויקלען א דיבאטע צווישן דער תהלים איד מיט געוויסע וואס האבן "ממש יעצט" אראפגעלייגט די פאון מיט **** און ער האט זיי קלאר געזאגט אז די פרייז איז ****. סא לאמיר שטיין ווייט דערפון...)

צו די גראסערי פרייזן אין אפסטעיט זענען טייערער? איך ווייס נישט.

יעצט איין זאך יא, קאר סערוויסעס. א פרוי וואו זי וויל נאר גיין אין מאנסי, דארף זי נעמען א קאר סערוויס. משא"כ אין שטאט קען מען גיין שאפפינג, אין גראסערי, צום דאקטער, מיט די פיס. אין מאנסי איז יעדע זאך כאטש א האלבע שעה וואק. (כמדומה איז אין קרית יואל נישט ממש אזוי, גענוג זאכן זענען וואלקינג דיסטענס) סא יא, עס קומט צו אסאך קאר סערוויס קאסטן. אבער פון די אנדערע זייט שפארט די מאן אויך אויף פארקינג טיקעטס. אין שטוב האט ער א דרייוועי, און אין ביהמ"ד איז דא א ריזיגע פארקינג לאט און די זעלבע אין אפיס, גראסערי וכדו'. משא"כ אין שטאט איז נארמאל צו באקומען א 115 דאלער פארקינג טיקעט כאטש איין מאל א חודש. פארשטייט זיך עס זענען דא וואס פארקן לכתחילה ביי פאמפס און זיי קענען באקומען עטליכע פער חודש, און אזוי אויך זענען דא די וואס וועלן ענדערש צירקיולירן די לאקאלע גאסן פאר אנדערטהאלבן שעה ווי איידער פארקן ביי א פאמפ....

וואס נאך? אה, שכר לימוד. כמדומה איז אין קרית יואל נישט טייערער שכר לימוד ווי אין ברוקלין. און אפילו אין מאנסי וואס איז יא אביסעל טייערער רעדט מען בסך הכל פון 20 פראצענט מער וואס דאס לייגט צו אונטער 10 טויזענט דאלער אויפן יאר.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך ויצא »

וואס איך וויל וויסען צאלט מען שוואכערע וועדשעס און מאנסי/קרית יואל ווי און וומסב"ג ב"פ
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 965
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1071

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך תינוק הבורח »

ויצא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 5:04 pm וואס איך וויל וויסען צאלט מען שוואכערע וועדשעס און מאנסי/קרית יואל ווי און וומסב"ג ב"פ
כמדומה לי.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ויצא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 5:04 pm וואס איך וויל וויסען צאלט מען שוואכערע וועדשעס און מאנסי/קרית יואל ווי און וומסב"ג ב"פ
פאר פרויען זיכער.
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 6:31 pm

מלמדים ?

ויצא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 6:41 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 6:31 pm
ויצא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 5:04 pm וואס איך וויל וויסען צאלט מען שוואכערע וועדשעס און מאנסי/קרית יואל ווי און וומסב"ג ב"פ
פאר פרויען זיכער.
מלמדים ?
מלמדים איז שווער צו קאמפעירן. ווייל אין וומסב"ג קען מען ווערן א מלמד אין קליינע מוסדות וואס צאלן אסאך.

ווידער ווען דו רעכנסט סאטמאר ווס. סאטמאר, איז אויך אנגענומען אז וומסב"ג איז העכער, אבער כ'בין נישט זיכער דערין כהיום. ווייל אין מוסדות קרית יואל צאלט מען יעדן די זעלבע און אין וומסב"ג מהר"א צאלט מען יעדע מלמד אנדערש.
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך ויצא »

מלמדים איז לכאורה די איינצגסטע וואס מען קען געהריג וויסען... זינט מענטשען האלטען פאר א מורדיגע סוד וויפל זיי פארדוינען

אגב און סקווער גייען אסאך מלמדים מיט עקספרינס קיין מאנסי זינט דארט צאלט מען אסאך שענער
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 454

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:24 pm עקסטערע הוצאות:

דא קומט צו א יערליכע הוצאה פון קאנטרי, ארום 10 טויזנט, די שאלה איז וויפיל פראצענט מענטשן צאלן עס נאך היינט. איך מיין אז ס'איז נאך די רוב. די שטאט איז דאך ליידיג זומער. קען זיין דאס איז א טעות?
איך וואלט געזאגט אז ס'איז דא אפשר האלב וואס גייען אין קאנטרי אויף גאנץ זומער.

בערך פיפציג פראצענט גייען פאר גאנץ זומער אין קאנטרי. נאך פערציג פראצענט גייען פאר עטליכע וואכן אדער לויפן ארום פאר וויקענדס. און צען פראצענט זיצן אין שטאט גאנץ זומער.
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 300

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך ויצא »

שטייפע קוגל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 7:38 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:24 pm עקסטערע הוצאות:

דא קומט צו א יערליכע הוצאה פון קאנטרי, ארום 10 טויזנט, די שאלה איז וויפיל פראצענט מענטשן צאלן עס נאך היינט. איך מיין אז ס'איז נאך די רוב. די שטאט איז דאך ליידיג זומער. קען זיין דאס איז א טעות?
איך וואלט געזאגט אז ס'איז דא אפשר האלב וואס גייען אין קאנטרי אויף גאנץ זומער.

בערך פיפציג פראצענט גייען פאר גאנץ זומער אין קאנטרי. נאך פערציג פראצענט גייען פאר עטליכע וואכן אדער לויפן ארום פאר וויקענדס. און צען פראצענט זיצן אין שטאט גאנץ זומער.
מער ווי צען פראצענט זיצען און שטאט פאר גאנץ זימער ס'איז מסתמא ערגעץ ביי דרייסיג
שטייפע קוגל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 454

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

ויצא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 7:55 pm
שטייפע קוגל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 7:38 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 11, 2026 2:24 pm עקסטערע הוצאות:

דא קומט צו א יערליכע הוצאה פון קאנטרי, ארום 10 טויזנט, די שאלה איז וויפיל פראצענט מענטשן צאלן עס נאך היינט. איך מיין אז ס'איז נאך די רוב. די שטאט איז דאך ליידיג זומער. קען זיין דאס איז א טעות?
איך וואלט געזאגט אז ס'איז דא אפשר האלב וואס גייען אין קאנטרי אויף גאנץ זומער.

בערך פיפציג פראצענט גייען פאר גאנץ זומער אין קאנטרי. נאך פערציג פראצענט גייען פאר עטליכע וואכן אדער לויפן ארום פאר וויקענדס. און צען פראצענט זיצן אין שטאט גאנץ זומער.
מער ווי צען פראצענט זיצען און שטאט פאר גאנץ זימער ס'איז מסתמא ערגעץ ביי דרייסיג
איך רעדט פון וויקענדס איך האב זיך באצויגן אויף דעם וואס תהילים איד זאגט אז ווילאמסבורג איז ליידיג, איך גלייב ער האט גערעדט פון די וויקענדס.

אין יעדע ביהמ"ד ווי דו גייסט איז נישטא מער ווי צען פראצענט מתפללים במשך די זומער שבתים, חוץ שבת חזון (און שבת חזון זענען די בתי מדרשים טאקע פיל, ומשם ראי' אז א ריזן עולם פארט נישט אין קאנטרי פארן זומער)
שרייב פאוסט