ChatGPT האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 09, 2026 11:22 am
איך האב ארויסגענומען פון די עד דייקא דאס פארקערטע, די קלון פון תושבי ק''י.
נאר בעפאר דארף מען מאכן איין קליינעם טויש אינעם עד. אין ק''י לייגט מען נישט אוועק מער פאר סעיווינגס. איינער וואס לייגט אוועק, לייגט פונקט אזוי אוועק אין וומ''ס, אין ההיפך להיפך.
א וומ''ס איד (מיט וועם דער גרעפיקער האט גערעדט...) ניצט אויס זיין טעקסט ריטארן פאר א פריוועליגיע, צו פארן אין קאנטרי.
דער ק''י איד ניצט עס אויס אויף פאטעיטא טשיפס און ליקעריש, ס''ה פארט עס אריין אין זיין בוזשעט אין געוואוינט זיך צו עסן אביסל מער..
נו, ווער שטייט בעסער?
אין אלגעמיין, איז טעקס ריטורן א איינמאליגע גרויסע אמאונט, וואס מ'נוצט נישט פאר די חודש'ליכע בודזשעט, נאר פאר א צווייטע גרויסע סכום אין הוצאה וכדו'.
אין וומסב"ג זאגן זייער אסאך מענטשן אז דאס גייט פאר קאנטרי, וואס איז אויך א גרויסע הוצאה, ארויס פונעם חודש'ליכער בודזשעט.
אין קרית יואל איז די הוצאה נישט דא, ממילא קען מען ענדערשט אוועקלייגן דעם סכום, פאר א דירה אדער פאר חתונה מאכן. ווען ס'שטייט ווען אויפ'ן צעטל "געלט צו קויפן א דירה" וואלט מען עס אויסגעטייטשט אז דער גרעפיקער מיינט דא עפעס א צווייטע קליענט, ממילא שטייט "חתונה מאכן"... אבער די נקודה איז ענדערשט בכלליות אז ס'ווערט אוועקגעלייגט פאר א גרעסערע הוצאה.
ממילא, זאגט מען פאר א תושב קרית יואל, אז ווען ער לייגט עס אוועק אין גמ"ח, זאל ער געדענקען אז זיינע ברודער אין ברוקלין האבן דאס נישט, ממילא זאל אים גרינגער זיין אויפ'ן הארץ אראפצוגעבן א שיינעם סכום פאר די בנינים.