טעכנאלאגיע: וואס איז דער פיוטשער — דער CES שאו

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 371

טעכנאלאגיע: וואס איז דער פיוטשער — דער CES שאו

פאוסט דורך אלף טויב »

מארגן למספרם January 6 איז רעזעווירט פאר די אנהייב פונעם ריזיגן CES ק'אנסאמער ע'לעקטעראניקס ש'או, וואס וועט זיך ציען ביז January 9 למספרם.

עס איז געפלאנט צי ווערן אפגעהאלטן אין לאס וועגס, אויף א שטח אויסגעשפרייט ארום 2.5 מיליאן סקווער פיס אריינעמענדיג דער לאס וועגס קאנווענשן סענטער מיט די ארומיגע פלעצער.

דער שאו ווערט ארענדזירט דורך CTA ק'נסאומער ט'ענאלעדזי ע'סאסיעשן.
עס איז דער פאפעלערסטע טעכנעלאגיע שאו אלוועלטליך, וואס מאכט אז די גרעסטע טעכנעלאגיע ריזן לייגן דארט ארויס ווי זיי האלטן מיט זייערע מערסט פארגעשריטענסטע טעכנעלאגיע.

דארט ווערט פארגעשטעלט צווישן אנדערע די מערסט פארגעריטנסטע ראבאטס, קאמפיוטער טשיפס, AI טענעלאגיע פארשריט, קארס, וכו.
אויף היי יאר איז געפלאנט אנטיילצונעמעם איבער 4,500 עקזיבעטערס, צווישן גאר גרויסע ריזן און אזאלעכע וואס נעמען צום ערשטן מאל טייל, ווי זיי וועלן פארשטעלן אינעוועשן און געבן קינאוטס איבער זייערע פראדאקטן און פירמעס.

פאלגענד איז א טיילוואזע ליסטע פון באשטעטיגטע עקזיבעטערס:

=AMD=
טשערפרוי און CEO דר. ליסע סו. איז געפלאנט היינט (01/05/2026) ציגעבן א קינאוט אום 6:30 אווענט, איבער עי איי סעלאשען'ס פין קלאוד ביז דיווייסעס.

= Samsung=
האט שוין נעכטן זינטאג פארגעשטעלט א רייע פרישע פרודאקטען און זייער פארגעשריטנע טעכנעלאגיע, און א זאל פאר באטייליגטע אויפן ארט.

=Siemens AG=
א דייטשע פירמע, פרעזידענט און CEO דר. ראולענד בוש, וועט מארגן 8:30 אינדערפרי געבן זיין קינאוטס איבער עי איי, דידזעטל טווינס (נישט פאר יעצט. אבער אין קורצן שמעלצן די אקטועלע וועלט מיט טעכנעלאגיע דורך נאכמאכן חלקים אלץ א דידזעטל טווין), אוטאמעישן אין מיניופעקטשערינג און אינפרעסטראקטשער.

= Lenovo=
טשרמאן און CEO יאונקיו יענג (עפעס אזוי), וועט געבן קינאוטס איבער עי איי'ס ראלע אין לעבן און אין געימינג איבער מארגן 5 אזייגער מיטאג.

די ליסט גייט אסאך ווייטער צי קאר פירמעס מיט פלינעדע קארס, דראונס, פאונס, לעפטאפס, קאמפיוטינג פאוער, טעכנעלאגיע אין סקרינס (מייקראו אר דזי בי'ס), וכו.

מיר אידן וועלן וויטער בלויז דינען דעם אייבערשטן ווייל אלעס ארום איז בלויז אונז צי באדינען.

הצלחה רבה.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 371

Re: טעכנעלאגיע = וואס איז די פיוטשער? דער CES שאו!

פאוסט דורך אלף טויב »

Samsung האט פארגעשטעלט צום ערשטען מאל זייער נייע Galaxy Z TriFold פאון טעבלעט, זעה בילדער בייגעלייגט.
5.png
5.png (356.5 KiB) געזען געווארן 414 מאל
6.png
6.png (397.62 KiB) געזען געווארן 414 מאל
1.png
1.png (215.17 KiB) געזען געווארן 414 מאל
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 264
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 682

Re: טעכנעלאגיע = וואס איז די פיוטשער? דער CES שאו!

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

אלף טויב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 4:24 pm Samsung האט פארגעשטעלט צום ערשטען מאל זייער נייע Galaxy Z TriFold פאון טעבלעט, זעה בילדער בייגעלייגט.
5.png
5.png (356.5 KiB) געזען געווארן 346 מאל
בומפס.!! זאפטיגע מוסדות נייעס... כאנישט א סמארטפאון כהאב א טעבלעט!.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 371

Re: טעכנעלאגיע = וואס איז די פיוטשער? דער CES שאו!

פאוסט דורך אלף טויב »

בס"ד

איינע פון די פירמעס וואס נעמען אנטייל דעם ערשטן מאל אין א גענצליכע איבעראשונג, איז דער אלעמען באקאנטן LEGO פירמע!
וואס? לעגא מיט טעכנעלאגיע?.... יא!


די פירמע האט אין אן ערשטמאליגן איבעראשענדער שריט פארגעשטעלט א פרעסע קאנפרענס און א באוט ביים CES שאו אין לאס וועגעס, צו פארשטעלן נייע טעכנעלאגיע באזירטע שפילצייג. אלץ א אום פאראויסגעזעהנע שריט אויף דער פירמע.

"לעגאוס סמארט פלעי"
איז א נייע ציענדע שפיל פלאטפרמע וואס וועט ערשיינען אין קומענדיגען מארטש למספרם.
עס באשטייט פון טעכנעלאגיע אין לעגאו שטיקלעך, וואס איז ציענד און ריספאנסיוו, אן דער באניץ פון עפס אדער סקרינס (וואס איז א שטארקע מעלה פארן היימישן עולם).
דער עיקר איז דער "סמארט בריק" וואס האט ספיקערס מיט לייטס און סענסערס וואס כאפן אויף מאוומענט און וואסערע תפקיד מען האט אים ציגעטיילט, און ער וועט מיט ארבעטן דערמיט.

למשל ווען ער וועט זיין א קאר, וועט ער מאכן סאונד פון רעדער און א מאטער, אויב וועסטו מאכן א MVA וועט ער געבן די סאונד, אויב ח"ו וועסט אריינקראכן אין א לעגאו מענטשעלע וועט עס שרייען פון ווייטאג.

אין א מנוט קענסטו אים פארוואנדלען אין א העליקאפטער און ער וועט גענצליך מיט שפילן.
ער כאפט אויף וועלעכע מענטשעלע די האסט געזעצט אלץ פיילעט און ווער עס איז א פאסעדזיר, וכו.

עס איז קאנצעטרירט פאר אנכאפנדע שפילן, נישט אויף דידזיטעל טויס.
לאמיר זעהן וואס דיינע חברה וועלן בויען דערמיט.

זעה בייגעלייגט בילדער
4.png
4.png (212.96 KiB) געזען געווארן 283 מאל
1.png
1.png (359.62 KiB) געזען געווארן 283 מאל
פיילס
3.png
3.png (624.22 KiB) געזען געווארן 283 מאל
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 371

Re: טעכנעלאגיע = וואס איז די פיוטשער? דער CES שאו!

פאוסט דורך אלף טויב »

די פירמע Razer האט אנאנסירט און פארגעשטעלט ביים CES 2026 א פעריעקט וואס זיי רופן Project AVA.

פרעיעקט עוו! איז א 5.5 אינטש קאסטימייזעבעל האוליגראף [באדייט א 3 דיימענשענעל אויסזענדע קערעקטער] וואס דינט ווי א 24/7 פערזענליכע עסיסטענט, וואס קען ארויסהעלפן(?) פונעם אויפשטיין ביזן גיין שלאפן דורך, אויפוועקן, וועלן קליידונג (נוגע פאר פרויען שטייס'ך), ברעינסטארעמען, אנאלעזירן דאטא, און אפי' געים קאוטשינג, פארשטייט זיך אפרירט דורך AI, ספעציפיש דורך אילאן מאסק'ס גראק. אין א פריוו פון די פירמע אריינציקומען שטערקער אין די עי איי פעלד.
3.png
3.png (402.94 KiB) געזען געווארן 237 מאל
1.png
1.png (558.69 KiB) געזען געווארן 237 מאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3444
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11119

Re: טעכנעלאגיע = וואס איז די פיוטשער? דער CES שאו!

פאוסט דורך פופציגער »

פשיהא. אינטערסאנט דאס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
שרייב פאוסט