מיר זענען געבליבן אינמיטן א ענין פאר צוויי טעג צוריק, און מיר וועלן נאך אי"ה צוריקקומען אויסקלארן אביסל מער און פארענטפערן איבער די פרישע ספינערייען איבער די CFE קעיס,
אבער קודם וויל איך נאך ענדיגן אפאר דיוקים אין די ווערטער פון
@מיטב הגיון בנוגע זיין אומבארעכטיגע אטאקע פון די כלומר'שטע 2 ליגנטס:
מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:23 pm
דו האסט געשריבן:
פארטריבן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:28 pm
2) אין די לעצטע פערל"ס קאורט אף אפיעלס פסק (דאטירט יוני 18 25'). נאכן אראפגעברענגן די אויבנדערמאנטע פסק פון די CFE קעיס, אז יעדע קינד איז בארעכטיגט פאר א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', האבן זיי יעצט פריש צוגעלייגט אז 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי' איז אויך נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון יעדן קינד.
און אויף דעם האב איך געענטפערט: (הגם כ'מיין בעיקר דורותינו, אבער אז דו ווילסט זייער שטארק עס זאל מיינען דיר או כ'זאל רעדן פון דיר, וועט מען אזוי פרובירן)
אז דאס
"אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, וואס מען האט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעלייגט אין דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'" איז שקר
ווייל
איך האב אפגעלערנט אז דאס אז "זיי האבן יעצט פריש צוגעלייגט 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי" באדייט צוגעלייגט פרישע לימודים
(כ'האב מיך באווארענט מיט א לכאורה קענענדיג ענקער מענטאליטעט)
קודם האלטן מיר שוין א טריט ווייטער, אז דו ביזט מודה אז דאס וואס דו האסט אטאקירט און דיין גאנצע באשולדיגונג געביידע מיט די 2 ליגנטס, איז סך הכל געבויט אויף דיין אייגן געמאכטע אפטייטש וואס דו האסט בכוונה פארדרייט און פאלש אפגעלערנט מיינע ווערטער, און וויסנדיג ביי זיך אין הארץ אז באמת האב איך דאס קיינמאל נישט געזאגט און נישט אויפגעבויט, האסטו זיך אפילו באווארנט מיט א 'לכאורה'...
והשנית, איך מיין אז יעדער מיט א נארמאלע גלייכע פארשטאנד וועט גלייך זעהן אז די ווערטער וואס איך האב געשריבען און דאס וואס דו האסט אפגעלערנט האבן נישט קיין שום שייכות איינס צום אנדערען לא מיני' ולא מקצתי', ולא קרב זה אל זה.
והשלישית, דאס וואס דו שרייבסט,
מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:23 pm
ווייל איך האב אפגעלערנט אז דאס אז "זיי האבן יעצט פריש צוגעלייגט 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי" באדייט צוגעלייגט פרישע לימודים
(כ'האב מיך באווארענט מיט א לכאורה קענענדיג ענקער מענטאליטעט)
וואלט געווען זייער אינטערעסאנט צו פארשטיין וואס האט דיך געמאכט "(לכאורה)" אזוי אפלערנען
אפשר קענסטו אנצייכענען אין וועלכע דיקשאנערי ווערט אפגעטייטשט "סאבסטענשאל עקוויוועלענסי" = פרישע לימודים?
מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:23 pm
סאו ממה נפשך, מיינט דיין חלק פון אריינגעלייגט סובסטענשאל עקוויוועלענט אז מען האט אריינגעלייגט פרישע לימודים, דעמאלטס איז יא אמת אז דו האסט געשריבן וואס איך שרייב אין נומער 2. און אויב מיינט עס נישט אריינגעלייגט געוויסע לימודים נאר עפעס אנדערשט (ביטע מסביר זיין וואס) דאן ביסטו גערעכט אז דו האסט עס בעצם נישט געשריבן אבער די גאנצע בנין ואס עס ווערט געבויעט צוליב דעם ווערט (לכאורה) צופאלן, (אנלעס דו וועסט זיך בעסער מסביר זיין מיט פרישע...)
עפעס איז דא זייער אינטערעסאנט,
דו ביזט מודה אז דו האסט נישט קיין קלארע אנונג וואס איך האב געמיינט מיט מיינע ווערטער, און דו קענסט שוין שרייבן אז אויב מיינט עס עפעס אנדערש ווי דיין אייגנגעמאכטע אומפארשטענדליכע פשט אין מיינע ווערטער, דאן ביזט זיכער (איימסארי, נישט זיכער נאר לכאורה) מיין גאנצע בנין ווערט צופאלן.
מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 6:23 pm
אלזא, פאר מען גייט טאקע ווייטער ביטע אויסקלארן דעם ענין וואס דו מיינסט מיט אריינגעלייגט סובסטענשאל עקוויוועלענט?
עס מיינט פרישע לימודים, אדער עפעס אנדערש?
אויב איך וועל אויסקלארן אז איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז מען האט אריינגעלייגט פרישע לימודים, נאר איך האב געמיינט עפעס אנדערש (און איך וועל מסביר זיין וואס), און איך וועל אויך מסביר זיין וויאזוי אפילו נאכדעם צופאלט בכלל נישט מיין בנין, נאר עס בלייבט נאכאלץ קלאר אז די קלאגע פון רעבעלל איז יא באזירט אויף די פערלס קאורט אף אפיעלס פסק און נישט סתם אויף די CFE קעיס, וואס ממילא לפי"ז האט די פערלס פסק געמאכט א בכי' לדורות,
דאן וועסטו אויך אויסקלארן און מודה זיין דא ברבים אז איך בין גערעכט?