די שמועס איז מער ביזנעס ווי טעכנאלאגיע, אבער כ'האב נישט געטראפן אזא אפטיילונג, פאנג איך אן דא.
ס'איז מיר לעצטענס בייגעפאלן א גוטע געדאנק פון א פראדוקט, וואס וועט זיין נוצבאר פאר איעדע שטוב, אבער מער געאייגענט פאר א אידישע ווירטשאפט.
נאכ'ן הערן פון עטליכע מענטשן אז די געדאנק איז גוט, האב'ך אנגעפאנגען טראכטן וואס טוט מען נעקסט...
כ'וויל נישט גיין פרעגן צופיהל מענטשן, ווייל באלד קען איינער צוכאפן די געדאנק, אבער אין די זעלבע צייט מוז מען הערן פון מענטשן וואס פארשטייען אויב דעס קען מצליח זיין.
נאכדעם קומט די שאלה, וואו מאכט מען א פעטענט אויף די אייטים? לוינט זיך עס?
צו וועם רעדט מען?
אפשר קענען די חברים דא ארויסהעלפן.
ביזנעס / פראדוקט געדאנק
ביזנעס / פראדוקט געדאנק
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!