קודם כל כ'האב צו גארנישט מודה געווען, כ'האב געשריבן אויב. (און אויב עפעס צופאלט מיט דעם, איז עס דיין גאנצע געביידע ווי אויסגעשמועסט ווייטער)פארטריבן האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 2:03 amאיז למעשה יעצט נאכן מודה אז די אלע זאכן וואס דו האסט געשריבן בשמי זענען נישט אמת, און דו באשטעטיגסט אז איך האב דאס קיינמאל נישט געשריבן, קומט אויס אז די גאנצע געביידע וואס דו האסט אויפגעבויט און דורכדעם פרובירט מיך אפצופרעגן איז צוזאמגעפאלן,מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 2:10 pm אויב קיינער האט עס נישט געזאגט, בעט איך יעדעם איבער.
וויבאלד די גאנצע בנין איז נאר געווען מכח די 2 ליגנטס וואס דו האסט נאכגעשריבן אין מיין נאמען ווי כאילו איך האב דאס געשריבן, איז יעצט נאכן מודה זיין אז דאס איז געווען אומבאגרינדעט און אומבארעכטיגט, איז דאך אויטאמאטיש נפל היסוד ונפל הבנין, און די אלע קשיות און ראיות וואס זענען ארויפגעצויגן געווארן אויף דעם איינגעפאלענעם בנין זענען בכלל נישט רעלעוואנט און זענען גענצליך שלא מן הענין.
צוליב די צומישעניש וואס מען האט פרובירט דא אנצוזייען, וועל איך מאכן א שנעלע חזרה אויף די 'אמת'דיגע' פונקטן וואס מיר האבן 'יא' געשריבן, געבויט אויף די קלארע דאקומענטן וואס מיר האבן אויבן אראפגעברענגט, וואס די פאקטן בלייבן קלאר פאר יעדן איינעם, אז:
פארטריבן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:28 pm
2) אין די לעצטע פערל"ס קאורט אף אפיעלס פסק (דאטירט יוני 18 25'). נאכן אראפגעברענגן די אויבנדערמאנטע פסק פון די CFE קעיס, אז יעדע קינד איז בארעכטיגט פאר א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', האבן זיי יעצט פריש צוגעלייגט אז 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי' איז אויך נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון יעדן קינד.
3) דאס איז דאס גאנצע וואס כלל ישראל האט געווינען.. און מרויח געווען... מיטן גאנצן פערלס קאורט קעיס במשך 3 יאר! אז דורך דעם פסק [געווינס...] איז יעצט געווארן א בכי' לדורות אז עס איז היינט צוטאגס דא א קלארע פסק איינשטימיג פון אלע 7 ריכטער פון העכסטן געריכט אין ניו יארק, וואס לייגט אריין די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי פארלאנגען אינעם קאנסטיטושען, (וואס דאס וועט אויך לכאורה שווער מאכן צו קענען מאכן עפעס פרישע געזעצן צו טשעפענען די סאבסטענשאל עקוויוועלענס התחייבות).
4) קורץ נאך דעם פסק [געווינס...] האט דער לויער רעבעלל אין זיין אנקלאגע זיך טאקע ארויפגעכאפט אויף דעם פסק פון פערל'ס קאורט אפיעלס, צו טענה'ן אז אויב מען גיבט נישט קיין 'סאבסטענשאל עקוויוועלענט' חינוך אין די ישיבות דאן פארלעצט מען דעם 'קאנסטיטושעל' רעכט פון די קינדער צו באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דורך די טענה וויל ער אפווארפן די אלע געזעצן וואס מען האט פרובירט צו מאכן לטובת החינוך, וויבאלד א געזעץ קען נישט אוועקשטויסן קיין קאנסטיטושען, נישט פעלדער און נישט די נייע בודזשעט געזעץ.
5) די סיבה פארוואס רעבעלל האט געדארפט ציטירן דעם פסק [געווינס...] פון פערל'ס קאורט אף אפיעלס, און עס איז איהם נישט געווען גענוג צו ברענגען נאר דעם ארגינעלן CFE קאורט פסק, איז וויבאלד אין די ארגינעלע CFE פסק האט מען בכלל נישט גערעדט פון סאבסטענשאל עקוויוועלענסי, און דאס איז הערשט יעצט צום ערשטן מאהל געווארן גע'פסק'נט אין די פערל'ס קאורט אף אפיעלס פסק [געווינס...] אז סאבסטענשאל עקוויוועלענסי איז נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פונעם קינד, [און וועגן דעם האבן נישט יאפפעד און נישט די סטעיט דאס געטענה'ט ביז היינט].
צווייטנס, וועל מיר צוריקגיין צו מיין אריגינעלע תגובה:
כ'האב נישט געשריבן אז דו האסט עס געשריבן, כ'האב געשריבן "פרובירט אויפצובויען" (וואס א חלק וויאזוי מען האט פרובירט אזוי "אויפצובויען" איז געווען טאקע דווקא מיטן "נישט" שרייבן, ווי למשל "נישט" שרייבן וואס די CFE פסק איז, "נישט" שרייבן וואס די קלאגע בויעט אויף CFE, ארויסקאטן און "נישט" אריינלייגן דעם חלק דאקומענט וואס רעדט פון די חיובים פון CFE, וכו' וכו', וואס איך וועל זיך נאך בעז"ה צוריקקערן און אויך צו נומבער 4 און 5.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:16 pm
וואס אן אמת דער שרייבער פארענטפערט נישט כמעט קיןן איין דורותינו ליגנט וואס מיר האבן בעבר געברענגט, נאר דער שרייבער פרובירט צו פארענטפערן געוויסע מעין פונקטן מיט זיינע אייגענע ווערטער ווי כאילו דאס שרייבט דורותינו, אבער הצד השוה שבהן אז עס איז פשוט נישט אמת.
די אלע פאלשקייטן זענען בעיקר געבויעט אויף 2 ליגנדס וואס מען פרובירט אויפצובוען :
1) אז ביז היינט האט מען גארנישט אריינגעטייטשט וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'' און די CFE פסק האט גארנישט געזאגט דערוועגן, און די קלאגע ממש נישט געבויעט אויף די CFE פסק.
2) אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, וואס מען האט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעלייגט אין דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און דאס שטייט אין די קלאגע און אויף דעם כאפן זיי זיך ארויף
נאר אזוי ווי די פאקוסט בעיקר אויף די חלק פון סובסטענשאל עקוויוועלענט און דו ווילסט קודם וויסן ווי דו האסט עס געשריבן, וועל מיר טאקע דאס מברר זעהן קודם.
דו האסט געשריבן:
און אויף דעם האב איך געענטפערט: (הגם כ'מיין בעיקר דורותינו, אבער אז דו ווילסט זייער שטארק עס זאל מיינען דיר או כ'זאל רעדן פון דיר, וועט מען אזוי פרובירן)פארטריבן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 10:28 pm
2) אין די לעצטע פערל"ס קאורט אף אפיעלס פסק (דאטירט יוני 18 25'). נאכן אראפגעברענגן די אויבנדערמאנטע פסק פון די CFE קעיס, אז יעדע קינד איז בארעכטיגט פאר א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', האבן זיי יעצט פריש צוגעלייגט אז 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי' איז אויך נכלל אין די קאנסטיטושאנעל רעכטן פון יעדן קינד.
אז דאס "אז די פערלס פסק האט יעצט צום ערשטן מאל אויסגעטייטשט דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' און געזאגט (לכאורה) אז עס מיינט עפעס געוויסע לימודים, וואס מען האט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעלייגט אין דעם קאנסטיטושען וואס עס מיינט 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן'" איז שקר
ווייל איך האב אפגעלערנט אז דאס אז "זיי האבן יעצט פריש צוגעלייגט 'סאבסטענשאל עקוויוועלענסי" באדייט צוגעלייגט פרישע לימודים
(כ'האב מיך באווארענט מיט א לכאורה קענענדיג ענקער מענטאליטעט)
סאו ממה נפשך, מיינט דיין חלק פון אריינגעלייגט סובסטענשאל עקוויוועלענט אז מען האט אריינגעלייגט פרישע לימודים, דעמאלטס איז יא אמת אז דו האסט געשריבן וואס איך שרייב אין נומער 2. און אויב מיינט עס נישט אריינגעלייגט געוויסע לימודים נאר עפעס אנדערשט (ביטע מסביר זיין וואס) דאן ביסטו גערעכט אז דו האסט עס בעצם נישט געשריבן אבער די גאנצע בנין ואס עס ווערט געבויעט צוליב דעם ווערט (לכאורה) צופאלן, (אנלעס דו וועסט זיך בעסער מסביר זיין מיט פרישע...)
אלזא, פאר מען גייט טאקע ווייטער ביטע אויסקלארן דעם ענין וואס דו מיינסט מיט אריינגעלייגט סובסטענשאל עקוויוועלענט?
עס מיינט פרישע לימודים, אדער עפעס אנדערש?